קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

לאמיר נישט פארגעסן אז קאנפליקטן בכלל איז א פיינפולער פאקט אין דער מציאות, און דער געריכט סיסטעם, צו איז עס א בית דין אדעא קאורט, וואס איז מיסודו דא צו העלפן מענטשן זיך דורך קומען און פראטעקטן דעם בעולה'טן, זאל עס זיין די ערליכסטע בית המשפט, וועט בהכרח מוזן פון מאל צו מאל ווייטון איין צד אדער גאר ביידע.
דער פראבלעם איז נאר ווען דער געריכט איז קאראפטעט, ביי טייל קעיסעס אדער אישוס, מאיזה סיבה שהוא, און על זה אנו דנין, מיר דארפן פייטן גראבע קאראפשן וויפיל ס'מעגליך.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

און אויכעט דארף מען נעמען אין באטראכט, וואס טוט מער קאנפיוזן די קינדער, זעהן א תפארת ישראל מיט א שכל'דיגן הסבר, אדער זעהן במו עיניהם ווי מען פייניגט זייער טאטן ואין לאל ידם, און ווערן טראמאטיזירט על כל ימי חייהם.
מען קען מאכן א שטודיע וועלכע מין קאנפיוזשען איז ענדערש גורם אראפצופירן די קינדער פונעם דרך הישר. כ'מיין אז די סטאטיסטיקס רעדן פאר זיך ליידער, ה"י.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך ברעך זיך קאפ שוין א לאנגע תקופה, פארוואס זענען טאטעס אזעלעכע בהמות? צו וואס פעלט אויס צו רעדן צו דיין 14 יעריגע בחור וועגן די תפארת ישראל? צו וואס?? ביז דארט האסטו שוין אלעס געלערנט מיט עם? מאך א שיעור אין נ"ך מיט עם, וכדומה, צו וואס פעלט אויס צו ווייזען א פה-סח פאר עם?
בפרט אז דו ווייסט אז דו רעגסט אויף די אנדערע צד.

זעסטוך אליין דו ביז די 25 יאר האסטו גארנישט געוויסט און קוק ווי שיין דו האסטיך אוועק געשטעלט, ווארט אויס ביז די 18 יאר און ביז דעמאלטס האסטו גענוג דבר חכמה צו לערנען מיט עם וואס מען וועט דיר נישט קענען פארהאלטן,
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ביסט גערעכט עמעזאן, ווען מען האלט בעפאר דעם וואלט איך געזאגט דעם טאטן דיינע ווערטער, פארוואס זיך אריינלייגן אין א קראנקן בעט.
אבער לאחר המעשה, אויב האט ער שוין געזאגט, דארף מען נוצן דעם שכל און זעהן וואס איז די בעסטע תועלת פאר די קינדער, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.
וירח ה' את ריח הניחוח
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

איך האב געמיינט אז נאך די עפיזאדע פון די ארטיקעל פון דעהם בעקער עקפערימענטער דעם חודש ניסן וועט דער עולם זיין מער אויסגעשארפט, און נישט אזוי פארקעלבערט, מ'הערט דא א מעשה פון א איין צד, אפאר ווערטער וואס איז מגלה א טפח און פארדעקט צוויי, און די פייער האט זיך אנגעצינדען אויף כח, דער עולם קויפט אפ תורת לאקשען וואס איין ניק שרייבט, אהן הערען א צווייטע צד, אדער אפילו זיין גאנצע סטארי, און והנה חלום.

איך וועל נישט אריינרעדען אין די מעשה, ווייל איך ווייס נישט בכלל וואס דארטען איז געוועזען, צו קענען רעדען דארף מען הערען ביידע צדדים, אדער לכה"פ איין גאנצע צד, אבער צו געבען א געדאנק וואס דא האט געקענט זיין, וועל איך פארציילען א זאך וואס איז געעועהן אפאר וואכען צוריק, [און אפשר איז עס גאר די זעלביקע מעשה, נאר דער שרייבער האט עס פארצוקערט און אביסעל פארוואסערט], איינץ פון די מאמעס טענות אויף קאסטעדי איז געוועהן אז די טאטע איז צוגעקניפט בעבותות העגלים צו די אינטערנעט, און דאס קאן זיין שעהדליך פארען קינד, מ'האט געמאכט א אגרימענט מיטען טאטען אז ער טאר נישט האבען א קאמפיוטער דארטען ווי ער נעמט דעם קינד, אין פאקטען איז מען געוואהר געווארען נאך א וויילע, אז נישט נאר האט ער דארטען א קאמפיוטער, נאר ער האלט עס אפען געהעריג בשעת דער זוהן איז ביי איהם.

מ'יז צוריק געלאפען צו בי"ד, און בי"ד האט זיך אריינגעלייגט, דער טאטע האט געטענהט אז זיין קאמפיוטער איז גענצליך ריין, נישט נאר ער קוקט נאר ריינע זאכען, נאר ער קען ניטאמאהל צוקומען צו שלעכטע זאכען, בי"ד האטט געפרעהגט אויב זיי מעגען יעצט שיקען א שליח צו זיין הויז צו בודק זיין די כלי, דער טאטע איז רויט געווארען ווי א איבערגעצייטיגטע טאמעיטע, און אנגעהויבען טופען מיט די פיס אז מ'אינוואדירט זיין פריוואטקייט, נאך א קורצע טענהריי האט ער געזעהן אז ער גייט מוזען איינגיין, האט ער געבעהטען ביז מארגען צופרי צו קענען צאמנעמען און אין ארדענונג ברענגען זיין דירה, בי"ד האט איהם געגעבען בלויז אפאר שעה, דער יאקעל האט שנעל דיסעיבעלט זיין ווייפיי, און זיך געזעצט מעקען היסטארי אויף כוח, און צו די באשטימטע שעה איז געקומען דער שליח בי"ד, און פארבעטען די טאטע צו ווארטען ערגעץ אינדרויסען, דער טעקנישען איז געזיצען נישט מער ווי האלבע שעה מיט איין דעפוטאט פון בי"ד, מ'האט געפונען דארטען פון ערוות מצרים ביז מדבר פארן ועד בכלל, סדום און עמורה האבען זיך געבאדען דארט אין די כלי, זיין מעקען האט געהאלפען ווי א קדחת, און זיי זענען צוריקגעקומען צו בי"ד ופרשו השימלה, און די רעזולטאט: בי"ד האט פארביטען דעהם קינד צו גיין צום טאטען וועלכער ווייקט זיך אין שמוץ בפניו פון קינד, ווייל ס'שאדט פארען קינד

די מעשה האב איך מיטגעהאלטען, איך האף דער טאטע גייט זיך טוישען און זיך מענטשלען, ווייל אז נישט גייט ער קענען שרייען פאר יעדעם וואסערע רשעים די ווייב מיט די בי"ד זענען, אבער ווילאנג ער קוקט רעיטעד זאכען איז עס נישט לעגאל און נישט תורה'דיק צו האבען דארט א מינדעריעריגען,

נ.ב. מ'רעדט נישט פון א פאנאטישע כאניאקישע בי"ד
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עמעזאן האט געשריבן:איך ברעך זיך קאפ שוין א לאנגע תקופה, פארוואס זענען טאטעס אזעלעכע בהמות? צו וואס פעלט אויס צו רעדן צו דיין 14 יעריגע בחור וועגן די תפארת ישראל? צו וואס?? ביז דארט האסטו שוין אלעס געלערנט מיט עם? מאך א שיעור אין נ"ך מיט עם, וכדומה, צו וואס פעלט אויס צו ווייזען א פה-סח פאר עם?
בפרט אז דו ווייסט אז דו רעגסט אויף די אנדערע צד.

זעסטוך אליין דו ביז די 25 יאר האסטו גארנישט געוויסט און קוק ווי שיין דו האסטיך אוועק געשטעלט, ווארט אויס ביז די 18 יאר און ביז דעמאלטס האסטו גענוג דבר חכמה צו לערנען מיט עם וואס מען וועט דיר נישט קענען פארהאלטן,


דו פרעגסט צוויי שאלות. פארוואס זאל א טאטע בכלל רעדען צו זיין קינד וועגען די זאכען? פאר דעם גופא. אז דער זון זאל זיך אנטוויקעלען וויסענדיג אז יעדער זאך האט איהר פלאץ און מ'זאל זיך נישט פארכטען פון טראכטען. אלס יינגעל האט מיין טאטע מיר געפרעגט "מה דאך מיין קעשענע, וואס דו מעגסט נישט אריינלייגען דיין האנט, מעג איך יא. איז כ"ש דיין קעשענע, ווי דו מעגסט אריינלייגען א האנט, מעג איך זיכער!". וואס האט מיין טאטע געוואלט? מיר צו לערנען גנבנ'ען? ניין! ער האט געוואלט מיר אויסלערנען דורכצוטראכטען יעדער זאך גרונטליך און טרעפען די לעכער. מ'וויל מחנך זיין קינדער נישט אנצונעמען אלס בלינדעהייט, נאר צו פרעגען און פארשען יעדער הלכה הנחה און אמונה דאס גרונטליך צו פארשטייען.
אפשר וועגען זיין צד שכנגד האט ער זיך געדארפט צוריקהאלטען, אבער פראקטיש אזא מענטש וואס טראכט און ליינט אסאך, און זיין ווייב מיט איהר ליבע\שטיצער'ס דמתקרי רע-בנים וועלען טרעפען אזעלכע מעשה'ס אויף איהם. ווען ער דארף ענדערען זיין גאנצע נאטור און ער האלט דערביי, וואלט ער זיך קיינמאל נישט גע'גט.

מ'דארף אבער נאך אלס חושד זיין מבטן מי יצאו הדברים. אפשר איז דא טאקע ערנסטע טענות אופ'ן מאן, נאר ער זאגט אז ס'איז בלויז וועגען דעם. דאס בארעכטיגט נישט אוועקנעמען קינדער פון א טאטע'ן, אבער דער מעשה איז נישט וועגען פה-סח נאר וועגען א שלעגעריי צווישען מאן און ווייב.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
הבא ללמד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:46 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך הבא ללמד »

Kool man האט געשריבן:וועל איך פארציילען א זאך וואס איז געעועהן אפאר וואכען צוריק,

אנטשאלדיג מיר [tag]Kool man[/tag] די ברענגסט מיר ארויף דע בליט און קאפ...
די קענסט מיר זאגען פארוואס מען דארף אוועק נעמען ווזיטעשען פין א טאטע וואס גייט און ערוות מצרים?
איך וויל ח"ו בארעכטיגען דעיס גיין אויף א זעלכע פלעצער, אבער וואס האט עס מיט וויזיטעשיען, ווייל דער טאטע וואס האט נעבעך נישט א ווייב -אויך וועגען רשעות פין דע רבנים- ער האט נישט דער פס בסלו אין ער האט נישט געקענט ביישטיין זיינע ניסיונת פארדיעם דארף מען אים אוועק נעמען זיינע רעכטען פין זיען זיינע קינדער, האט עס דען געוויזען פאר זיינע קינדער, לאמיר דיר זאגען איין זאך אז מען איבער קיקען אלע קאמפיטערס ביי אינז און שטאט זאג איך דיר צי אז 80% קינדער דארף מען אוועק נעמען פין זייערע עלטערן

דער אמת איז עס ווייזט זיך נאכאמאל ארויס נידריקייט פין דע חברה וואס זענען ביזי א גאנצען טאג מיט שמיץ און צי כאפען יענען מיט עבירות
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]
Kool man האט געשריבן:מ'רעדט נישט פון א פאנאטישע כאניאקישע בי"ד


ניין. מ'רעדט פון א רשעות'דיגע בית דין.

דו מיינסט אז אונזער שרייען דא איז באזירט אויף דאס וואס די פותח האשכול האט געשריבן, וממילא קומסטו מיט די טענה אז מיר ווייסן נישט די גאנצע מעשה. מיר שרייען אבער ווייל דאס נוצן קינדער אלץ א שטעקן פאר סיי וועלכע purpose, סיי אויב די קינדער דינען אלץ א נקמה מיטל פון איינס פון די עלטערן איבער דעם אנדערע, סיי אויב די קינדער ווערן גענוצט צו מאכן די טאטע אויספאלגן אן אגרימענט אדער באצאלן child support, סיי אויב קינדער ווערן גענוצט מחזיר בתשובה צו זיין א טאטע אדער מאמע, איז עס רשעות!

איי וועסטו פרעגן וואס וועט זיין מיט די קינדער, זייער טאטע קוקט דאך שמוציגע זאכן אויף די אינטערנעט אין דער היים? מיין ענטפער איז, טו (נישט) פונקט די זעלבע ווי דו וואלסט געטון מיט קינדער פון נישט גע'גט'ע עלטערן וואס האבן שמוציגע אינטערנעט אין דער היים. באהאנדל דער טאטע פונקט די זעלבע ווי יעדעם. דו וואלסט נישט גע'חלומ'ט צוצונעמען מיינע קינדער, נעם נישט צו זיינס. נעם נישט advantage פון דער טאטע ווייל ער איז אומבאהאלפן און ער איז אנגעזעהן אויף דיין צידקות און טובות.

א נארמאלע פרוי וואס איר מאן קוקט שמוציגע זאכן רעדט מיט אים, שוקט מענטשן רעדן מיט אים, דאווענט צום אייבישטער וכדומה. אבער צונעמען קינדער? אינגאנצן? דאס איז רשעות, און דאס וועט מער שאדן די קינדער ווי דאס ערגסטע אינטערנעט.

הבא ללמד האקט...
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס איז אמת אז אסאך קינדער וואקסען אויף מיט דער פארמאכטע צוגאנג צו אידישקייט, כן ירבו פאר דער וואס וויל אזוי. דער שאלה איז טאמער איינער האדעוועט זיין קינדער, למשל, אויף א שטארקען חסידישע שטייגער. מ'גט זיך און דער מאן ווערט אנדעריש ווי דעם און פיהרט זיך און גלויבט אנדעריש. ס'איז נישט דא קיין שום רעכט צו גנב'ען זיין קינדער פון איהם פאר דער וויכטיגע ציל אז די קינדער זאלען זיין חסידיש. טאמער ער באכעט כפירה אין זיי, קען מען אפשר רעדען, אבער סתם נישט חסידיש, ער גלייבט אין תורה און היט מצוות, נאר ער איז נישט אזוי פארזיכערט אין דער צו יענער רבי זכיתוגנייני, איז נישט קיין תירוץ צו גנב'ענ'ען קינדער פון זייער ריכטיגע פלאץ - ביים טאטענ'ן שויס.
נאר וואס, ס'איז נישט גוט פאר קינדער צו לעבען אין א צומישטע אטמאספער. עכ"פ אזוי האלט מען הייניגע צייטען. ממילא דער קינד וואס זעט א מאמע אזוי און א טאטע אזוי, און מוז לעבען אין ביידע וועלטען, קען ווערען צומישט און נישט קענען פונקציאנירע"ן אין קיין איין וועלט. פאר דער טובה פאר'ן קינד דארף מען איהם היטען פון אזא לעבען, עכ"פ לשיטת הפסיכיאטרים און מחנכים אויף וועמען מ'פארלאזט זיך.
יעצט ווען איינער קען זאגען אז דער חסידישע וועלט איז אזוי ווייט פון דינאסאור"ס אז א קינד וואס זעט א תפארת ישראל ווערט אין גאנצען צומישט דערפון, איז ער א פולקאמער אידיאט! ס'איז בכלל נישט אמת, עד כדי כך אז דער וואס רעדט אזוי קען נאר זיין א ביליגע שקרן, א שלעכטע וואס וויל צונעמען קינדער פון א טאטע, און זוכט תירוצים דערצו. דעריבער איז דער נושא פון פה-סח ווייניג וויכטיג. יעצט איז נאר א מעשה פון גנב'נען קינדער און מער נישט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
Over time
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 1:32 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך Over time »

עס איז ברייט אנגענימען אז א טאטע וואס צאלט נישט קיין טשיילד סופארט גייט אין תפיסה אין ערגסטען פאל, אין בעסטען פאל פארלירט ער דערמיט די רעכטען אויף זיינע קינדער.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

איך מיין אז דעם עולם דא אינטרעסירט נישט דא דוקא דער מעשה, זאל דער מעשה וויאזוי מ'לייגט עס אראפ זיין אמת צו נישט, איז אבער די אלגעמיינע דיסקרימינעישן קעגן דיווארסט טאטע'ס הונדערט פראצענט אמת, און דוכט זיך אז דאס איז וואס באדערט דעם עולם כלפי די מעשה, זאלמדער מעשה זיין בלויז א משל, איז אבער דער משל ליידער א ווירקליכקייט.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

הוגה האט געשריבן:[justify][tag]הקטן[/tag] טייערע, איך פארשטיי אז דו ביסט אן עקסטרעמע פאזיטיווע מענטש און אלץ וועסטו טרעפן א דופן עקומה'דיגע וועג צו טרעפן א לימוד זכות פאר סיי ווער אימער עס ווערט קריטיקירט. עס איז א שיינע מדה צו פארמאגן אבער דו דארפסט וויסן אז צומאל איז עס ממש איראניש און נישט אין פלאץ. לאמיך איבערטייטשן דיין תגובה אין אנדערע ווערטער. דאס איז וואס דו זאגסט. "בי"ד האט איבערגעלייגט די קינדער אריינגעשמיסן אין זיי מיט א פאסיק און א שטעקן, צוביילט און צופליקט די קינדער פיזיש און גייסטיש. אבער מען קען זיי פארשטיין. עס איז געווען א פא*ינג אגרימענט, און בי"ד האט ס"ה געדארפט מאכן זיכער אז די אגרימענט ווערט איינגעהאלטן". אה! יעצט פארשטיי איך זיי. אויב אזוי זענען זיי גערעכט.
.[/justify]


איך האב זיך נישט אנגענומען פארן בי"ד בכלל.
איך קען נישט די מעשה.

מיר איז נאר געווען אינטערסאנט וואו מיגו ווערט דער issue און די צייט קען זיין אז בי"ד וויל אז ער זאל זיך נאכאמאל קאמיטען צו די אגרימענט(איך קען נישט די מעשה)

אידער וועט מודה זיין אז ס'דא פעלער וואס לטובת הילד איז בעסער אז די קינד זאל יא צו זיין מיט די טאטע
אידער וועט מודה זיין אז ס'דא פעלער וואס לטובת הילד איז בעסער אז די קינד זאל נישט זיין מיט די טאטע
וואס איז טובת הילד קען אמאל זיין סוב-דשעקטיוו, ארענטליכע ערליכע מענטשן קענען האלטן אנדערש וואו דו מיט מיר.

איז מעגליך אז בי"ד האלט אז מיט איבער געבן די קינדער צום טאטען טיען זיי איבערלייגען די קינדער און שמייסן אריין אין זיי מיט א פאסיק און א שטעקן, און צוביילט און צופליקט די קינדער פיזיש און גייסטיש?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

מ'פיט אריין מודערנע פאדאגאגישע שיטות וואס איז דעזיינט פאר דער פרייער וועלט אין אונזער סיסטעם לטובת דער סיסטעם.

יעדער בר דעת פארשטייט אז די קאנסיקווענסן פון א גט איז אז די קינדער גייען זיין אויסגעשטעלט צו צוויי קעגן זייטיגע שטערמונגען אן א געווענליכע זיך דורך קומען, צו א צובראכענע טאטע וואס גייט מעגליך טוישן זיין מהלך החיים. און דאס זענען יעצט פאקטיש די עלטערן פון די קינדער, און זיי וועלן נתחנך ווערן דורך די עלטערן אזוי ווי זיי זענען יעצט.

מ'נעמט נישט צו קיין קינדער אין א שווערע משפחה, פון די עלטערן אדער פון איינע פון די עלטערן (אויסער אין אויסטערלישע פעלער וואס איז מובן לכל בר נש) אפילו עס איז די טובה פון די קינדער צו זיין נישט מיט די עלטערן.
דאס זעלבע דארף זיין פארשטענדליך אז מ'נעמט נישט צו קיין קינדער פון דיווארסט עלטערן אדער פןן איינע פון זיי טראץ די אלע קאנסיקווענסן וואס דאס ברענגט מיט זיך, אריין גערעכנט אז דער טאטע גייט זיך היבש טוישן, און וועט קאנפיוזן די קינדער. ווייל דאס איז זייער מצב יעצט, זיי זענען ליידער אויסגעשטעלט צו קאנפיוזשן.

פאר דער אלגעמיינער וועלט זענען די געזעצן אויך נישט ווי געגאסן פאר יעדן איינעם'ס מצב, איז כל שכן אז עס פיט נישט פאר אונזער סיטועישן.
אנדערש ווי אין דער אלגעמיינער וועלט וואו די סטאנדארט פון א גרוש וועט געווענליך נישט זיין אין קאנטראסט צו די אלגעמיינע מסכמות, איז עס ביי אונז מערערע מאל יא אין קאנטראסט

א רעכט דענקיגער מענטש ברויך צו פארשטיין אז דער הסכם גירושין דארף זיין דעזיינט לויט דער מציאות, און נישט מ'מישט אריין א שיטא פון נישט קאנפיוזן אין א טייט קאמיונעטי וואו קאנפיוזשן אין אזעלעכע פעלער איז כמעט אומפארמיידבאר, און מיט דעם עלולה רויבט מען צו קינדער פון עלטערן.
(אפגעזען אז רוב מאל איז דוקא דאס אפהאקן א קינד פון עלטערן די שטערקסטער קאנפיושן ווי עטליכע חברי השטיבל האבן שוין ערווענט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

הוגה האט געשריבן:א נארמאלע פרוי וואס איר מאן קוקט שמוציגע זאכן רעדט מיט אים, שוקט מענטשן רעדן מיט אים, דאווענט צום אייבישטער וכדומה. אבער צונעמען קינדער? אינגאנצן? דאס איז רשעות, און דאס וועט מער שאדן די קינדער ווי דאס ערגסטע אינטערנעט.
.[/justify]


א נארמאלע פרוי האט דאך נישט קיין ברירה.

איך קען גראדע א נארמאלע פרוי וואס האט זיך גע'גט נאר דערפאר אז די טאטע זאל נישט זיין מיט די קינדער
ניין נישט מכח רשעת נאר מכח רחמנות אויף אירע קינדער.

יא, ס'איז ליידער דא פעלער וואס איז פאר די קינדער איז בעסער אזוי!
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
אבני שיש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 19, 2015 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך אבני שיש »

ליין איך דא דעם אשכול אין איך זע ווי דער עולם ווארפט זיך אזוי ארום מיט דעם טערמין 'קאנפיוזן' און איך שטיי און שטוין, וואס האט חינוך צי טון מיט קאנפיוזן? יעדעס טאטע האט א רעכט צי מחנך זיין זיין קינד ווי אזוי ער פארשטייט, פינטעל. ס'נישט קיין נפקא מינא צי עס געפעלט דעם רב, גבאי, שווער, זיידע, אדער נישט. אוודאי דארף מען זיך רעכענן מיט ביידע עלטערן און פראבירען אז סזאל זיין ווי ווייניגער קאנפליקט, אבער מען זאל דאס ריפן קאנפיוזן? און אויב דער טאטע וויל ער זאל לערנען אן עקסטרע שיעור משניות, אדער א קורס פון ספעלינג הייסט עס אויך קאנפיוזן? מיין טאטע האט מיר אויך אויסגעלערנט זאכן וואס אנדערע קינדער מיין יארגאנג האבן נישט געוויסט, האט דען איינער איין הו"א דאס אנצעריפען קאנפיוזן? אתתמהה


@over time האט איינער דא עפעס דערמאנט פון נישט באצאלן טשיילד סופארט?וואס האקסטו און קאפ אריין?
I think therefore I am. I think.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווען דער טאטע און מאמע ערציען צוזאמען, קענען זיי אויף וועלכע וועג זיי פארשטייען. ווען זיי ביידע שלעפען אין אנדערע ריכטונגען, ווערט מען קאנפיוז''ד, ופשוט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אבני שיש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 19, 2015 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך אבני שיש »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען דער טאטע און מאמע ערציען צוזאמען, קענען זיי אויף וועלכע וועג זיי פארשטייען. ווען זיי ביידע שלעפען אין אנדערע ריכטונגען, ווערט מען קאנפיוז''ד, ופשוט


עקסעקטלי. וואס/ווער איז דאס 'אנדערע'?
I think therefore I am. I think.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

הקטן האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:א נארמאלע פרוי וואס איר מאן קוקט שמוציגע זאכן רעדט מיט אים, שוקט מענטשן רעדן מיט אים, דאווענט צום אייבישטער וכדומה. אבער צונעמען קינדער? אינגאנצן? דאס איז רשעות, און דאס וועט מער שאדן די קינדער ווי דאס ערגסטע אינטערנעט.
.[/justify]


א נארמאלע פרוי האט דאך נישט קיין ברירה.

איך קען גראדע א נארמאלע פרוי וואס האט זיך גע'גט נאר דערפאר אז די טאטע זאל נישט זיין מיט די קינדער
ניין נישט מכח רשעת נאר מכח רחמנות אויף אירע קינדער.

יא, ס'איז ליידער דא פעלער וואס איז פאר די קינדער איז בעסער אזוי!

איך ווייס נישט וואס די מעשה איז געווען דארט און קען זיין די מאמע איז געווען גערעכט, אבער איין זאך ווי איך פארשטיי איז זיכער, ס'איז געווען "מכוח", טאקע "נישט מכח רשעות נאר מכח רחמנות" ווי דו האסט געשריבן, אבער מיט כח איז עס געווען, און אויף דעם קלאגן מיר דא אין קאווע שטיבל, ווייל לאמיר זאגן אז דא גראדע איז זי געווען גערעכט, אבער דער פאקט אז א מאמע בכלל האט אזא אומבאזיגבארער כח אויף שיתפותדיגע קינדער צו קענען טון ככל העולה על רוחה ברענגט ארויף די בליט אין קאפ.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

נעבעך נעבעך דאס הארץ רייסט. א וואוילער און ליבליכער פאטער וואס זיין גורל איז אז ער איז געבוירן אין א געמיינדע וואס אירע קינדער ווערן ערצויגן אראגאנט און אומוויסנד, די זכרים שטאפט מען מיט גמרא און מיט פשעטל'ך אן קיין טראפ אלגעמיינע ווינסשאפט, בילדונג. די נקבות מאכט מען זיכער אז זיי זאלן נישט קענען נישט דאס און נישט דאס.

א קולטור וואס איז באזירט אויף צו נייטראליזירן דאס נאטורליכע ווילן פון א מענטש צו עקספלארירן און פארשטיין, צו זיך אויסברייטערן און עקספרימענטירן, א געמיינדע וואס האט אנגעהויבן מיט פארמאכטקייט אלס א מיטל אבער האט איר פארוואנדלט אין א מטרה.

א געזעלשאפט ווי יעדער איז מחוייב איינצושפארן זיין מוח ביים רב אין שופלאד, ווי יעדער דארף מקריב זיין די אייגענע אינדיווידואליסטישע אידענטיטעט אויפ'ן מזבח פונעם ציבור, ווי גיין אין שפאן איז וויכטיגער ווי זיין צופרידן און געזונט פיזיש און גייסטיש.

נישט נאר דער פאטער איז א קרבן, מיר זענען אלע קרבנות! קוקט אייך אום וואס דא האט פאסירט. עס קומט דענקער און ברענגט אונז אזא שוידערליכע געשיכטע פון א ליבליכע פאטער וואס האט געשפירט א דראנג אויף א איידעלע אופן אביסל אויסברייטערן זיין אייגן קינד'ס מח, ער האט אים נישט געשלאגן, געפייניגט, אדער געוויזן פארנאגראפישע בילדער. בסך הכל איבערגעזאגט א תפארת ישראל, אביסל קאווע שטיבל קרישקעלעך וואס לאזן הערן אביסל מילדע קריטיק אויפ'ן סיסטעם. אנשטאט מיר זאלן אויפגעשוידערט ווערן, ווערט דאס פארוואנדלט אין א געמיטליכע דעבאטע און דער זאגט אזוי און דער זאגט אזוי, און אנדערע קלערן זיך אז אלו ואלו דברי אלוקים חיים.

רבותי! ווי אומגליקליך זענען מיר אז די נושא שטייט בכלל פאר א דעבאטע, אז ערוואקסענע מענטשן האבן פלאץ אין זייער הארץ צו דערהייבן אזא שוידערליכע רשעות, און האבן פלאץ אין זייער מח צו אריינעמען אזאנע קרומע סברות! זיצן דא טאטע'ס פון קינדער? איר קענט באגרייפן וואס דא האט פאסירט???? אין 2015 רייסן איגנאראנטע רבנים אוועק א קינד פון זיין פאטער ווייל ער האט אים געזאגט אז די גיל העולם איז מוטל בספק און אים געגעבן א אידישע פרעספעקטיוו אויף די נושא.
און וואס איז די אויסרייד אונטער וועלכע מען טוט אזא געמיינע רשעות? די קינד וועט זיין קאנפיוזד רחמנא יצילנו!! ער גייט וויסן אז די רבי זכרוינעלברוכע איז נישט געווען די דירעקטע ממשיך פון משה רבינו, אז אידישקייט איז נישט וואס ווערט באשלאסן אין די לשכה פון היסאכדעס אויף דיווישען עוועניו, אז כלל ישראל האט א היסטאריע צווישן דאס אריבערגיין די ירדן און די אנקום פון די באן קיין שווייץ כ"א כסליו, אז עס איז מעגליך אז טייל מעשיות וואס ער האט געהערט אין חדר זענען נישט 100% קראנט.

זיצן אנגעפרעסענע רבנים הערשט אויפגעשטאנען פון שינת צהריים, און באשליסן אוועקצונעמען די קינד פון פאטער, לאמיר נעמען דאס קינד און אים צוביילן און צומזיק'ן, לאמיר נעמען דעם אומווערדיגן תפארת ישראל-קאווע שטיבל פארשוין און אים אריינשטעכן א מעסער און הארץ, לאמיר פאראומגליכליקן א טאטע און א קינד, פארוואס? ווייל מיר רבנים זענען די שומרי הסף פון אט דעם צודרייטן קולטור וואס אין איר קאנסטיטוציעס שטייט געשריבן אז מענטשן זענען ווערד-לאז, אז ווען עס קומט צו פרעזערווירן אונזער צודרייטע לעבנסשטייג טאר פאטערליכע ליבע נישט זיין קיין אפהאלט, און די באן מוז ווייטער פארן אפילו אויב עס וועלן פאלן קרבנות, פיזיש צו גייסטיש.

צו דיר טייערע פאטער, אל ירע לבבך האב נישט קיין פאראיבל, די שולד ליגט נישט ביי דיר, דו ביזט א געטרייע פאטער, און חבי כמעט רגע, דאס קינד איז דיינס, דו ביזט זיין איינציגע פאטער, און די פאטערליכע ליבע וועט איבערקומען די אלע שוועריגקייטן און רשעות'דיגע אפוטרופסים....
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

איש עברי, געוואלדיג!
חזור בך, קום צוריק
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

בר דעת האט געשריבן:איש עברי, געוואלדיג!
חזור בך, קום צוריק


צו קאווע שטיבל? צו אידישקייט? :?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

היינו הך
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

וואס זענען די נעמען פון דער רבנים?
.
פארשפארט