עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

זארג דיר נישט, איך האב אויך געמיינט ביי מיין אשכול איבערן לעווער, אז דער עולם איז נישט אינטערעסירט, אבער פראביר נאר אויפצוהערן שרייבן א וואך צוויי, וועסטו זען ווי דער עולם דארף עס.

איך האב יעצט אפגעשריבן נאך א פארזעצונג אין דעם לעווער אשכול, עס מאכט דעם רושם אז קיינער גיבט נישט קיין בלינק דערויף, אבער איך ווייס אז דער עולם האט הנאה דערפון. אזוי גייט עס דא, מען דארף זיך אויסלערנען. איך ווייס אז עס נעמט אוועק דעם חשק, אבער מען דארף זיך צוגעוואוינען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]חקרן[/tag] טייערע,
איך האב דיר סיי באלייקט, און סיי געשריבן א קליינעם תגובה דיר צו באדאנקן!
באניצער אוואטאר
חאצקעל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך חאצקעל שניידער »

נו מזוכט א צענטער צום מנין
(פון די לייקס)
אפשר נאכדעם העלן מיר באקומען נאך[emoji1][emoji2][emoji3]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'שפיר מיך ווי א נאר. כ'בעט מיך פאר לייקס...
אבער מצד שני, פאר ניין אידן לוינט זיך דען אפצושרייבן לענגערע אפהאנדלונגען? לדעתי נישט.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך petergrifin »

נו הייב אן אשרי.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
חאצקעל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך חאצקעל שניידער »

ב״ה שוין דא מנין
פאר א קדיש איז צען גענוג …
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'בין גרייט אויף א חלבנה, אבער זאל שוין זיין נאך א לייק...
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

יעצט פארשטייט מען שוין די טיפע חסרון פון די לייק סיסטעם
באניצער אוואטאר
חאצקעל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך חאצקעל שניידער »

אדנירם האט געשריבן:כ'בין גרייט אויף א חלבנה, אבער זאל שוין זיין נאך א לייק...
אה ב״ה סאיז צוגעקומען אן עלעפטע קעגן די י״א סממני הקטרת שוין מיר ווארטן מיר זענען אלע גרייט…
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאצקע ציקער האט געשריבן:יעצט פארשטייט מען שוין די טיפע חסרון פון די לייק סיסטעם

פאלט דיר גארנישט איין, אז די ביז יעצטיגע לאנגע מאמרים זענען נאר אדאנק דעם לייק סיסטעם?!!!
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

ניין.
געווענליך גייט עס נישט אויף דעם אופן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אקעי. ס'איז טאקע פוחת והולך, אבער כ'וועל דאס נאך געבן נאך א שאנס.

אין די קומענדיגע פאר מינוטן וועט אי"ה ארויפגיין א נייע קאפיטל, וואס וועט פארענדיגן דעם באשרייבונג אויפן צווייטן אמשינאוון רבי'ן.


[דער נעקסטער רבי, וועט דארפן רחמי שמים פונעם עולם צו באקומען א קאפיטל פאר זיך, ואין הדבר תלוי אלא בכם...].
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אדנירם האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:יעצט פארשטייט מען שוין די טיפע חסרון פון די לייק סיסטעם

פאלט דיר גארנישט איין, אז די ביז יעצטיגע לאנגע מאמרים זענען נאר אדאנק דעם לייק סיסטעם?!!!

I am not so sure
אין אייוועלט שרייבט קיינער נישט קיין לאנגע ארטיקלעך אן די לייקס?

וועגן די לייק סיסטעם שרייבט מען גארנישט נאר אז מען באקימט לייקס ענד דעטס מיי פאוינט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אדנירם, דו קענסט נישט ערווארטן אין א אמשינאווע אשכול אז די לייקס זאלן קומען צו פליען שוין און גיך... ס'נעמט צייט, ס'אמשינאוו דא.
Under influence
באניצער אוואטאר
חאצקעל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

שליחה דורך חאצקעל שניידער »

קוק וויפיל שקויעכס איז דא נאך יעדע ארטיקעל אויף משוגע צואווערן , וועגן דעם מאכן זיי נישט קיין לייק מזאל דארפן שריפטלעך באדאנקען ב״ה דא איז דא א לייק קנעפל , כהאב שוין אמאל מעורר געווען אז מדארף מאכן א דיסלייק ולא נתקבלה טענתי וואס די בעל האשכול שליט״א איז אביסל שולדיג דערין…
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חאצקעל שניידער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאצקע ציקער האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:יעצט פארשטייט מען שוין די טיפע חסרון פון די לייק סיסטעם

פאלט דיר גארנישט איין, אז די ביז יעצטיגע לאנגע מאמרים זענען נאר אדאנק דעם לייק סיסטעם?!!!

I am not so sure
אין אייוועלט שרייבט קיינער נישט קיין לאנגע ארטיקלעך אן די לייקס?

וועגן די לייק סיסטעם שרייבט מען גארנישט נאר אז מען באקימט לייקס ענד דעטס מיי פאוינט

נישט אמת.
זעסט דאך אז דער עולם שרייבט אוועק. ולא עוד, נאר כ'ווייס נישט וויפיל כ'וואלט געשריבן אן דעם!

-----------
אדנירם האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:יעצט פארשטייט מען שוין די טיפע חסרון פון די לייק סיסטעם

פאלט דיר גארנישט איין, אז די ביז יעצטיגע לאנגע מאמרים זענען נאר אדאנק דעם לייק סיסטעם?!!!
אחד העם האט געשריבן:ניין.
געווענליך גייט עס נישט אויף דעם אופן.

דאנקע שעהן.
דערפאר טאקע האסטו נישט געלייקט קיין איין קאפיטל דא, געליינט האסטו מסתמא יא, און א הערה זיך צו דינגען האסטו יא געקענט באלמוטשען דיינע פינגער'ס.

כמעט שכב [tag]אחד העם[/tag]...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חאצקעל שניידער האט געשריבן:קוק וויפיל שקויעכס איז דא נאך יעדע ארטיקעל אויף משוגע צואווערן , וועגן דעם מאכן זיי נישט קיין לייק מזאל דארפן שריפטלעך באדאנקען ב״ה דא איז דא א לייק קנעפל , כהאב שוין אמאל מעורר געווען אז מדארף מאכן א דיסלייק ולא נתקבלה טענתי וואס די בעל האשכול שליט״א איז אביסל שולדיג דערין…

וכדי להסיר זוז שפתיים [צוליב מיין באזונדערן קאמפיין אויף יא לייקן], ברויכסטו ברענגען מיין לענגערע תגובה וואס כ'האב געשריבן בטוטו"ד פון מיין קוק-ווינקל, און קיינער האט דאס נאכנישט אפגעוואנדן לעת עתה.

הרי שלך לפניך.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]אכטע קאפיטל:
המשך איבער דער צווייטער אמשינאווער רבי - ר' מנחם'ל.[/center]



[center]דער אמשינאווער זייגער.[/center]
די מושג פון 'פארשלעפטקייט' האט אונטער אים באקומען א ספעציעלן באדייט. איינמאל האט ר' מנחם'ל געפרעגט וויפיל אזייגער איז, האט מען אים געענטפערט 'בערך כך וכך אזייגער', האט ער געזאגט: 'א איד דארף האבן צוויי זייגער'ס, איין זייגער זאל ווייזן אז ס'איז שפעט, און איין זייגער זאל ווייזן אז מ'האט נאכנישט פארשפעטיגט'! און טאקע אינטרעסאנט, אז ביי ר' מנחם'ל אויפן טיש איז אלס געלעגן צוויי זייגער'ס... [ר' איציקל, אמשינאווער רבי פון אמעריקע זצ"ל, פלעגט אויספירן, אז אין אמשינאוו האט מען זיך בעיקר באנוצט מיטן צווייטן זייגער...].

אזוי אויך, איבערן תענית צום גדלי' פלעגט מען אסאך מקיל זיין אין אמשינאוו, וויבאלד ס'איז נאנט צו יום כיפור. האט מען זיך געווערטלט, אז די טעם להקל איז, וויבאלד בעצם איז דאך גדלי' בן אחיקם גע'הרג'עט געווארן אויף ראש השנה, נאר וויבאלד מען פאסט נישט ראש השנה האט מען אפגעשטופט די תענית אויף א טאג שפעטער, אבער אין אמשינאוו שלעפט מען דאך, און מען האט געענדיגט דעם ראש השנה'דיגן דאווענען כמעט ביינאכט, אז מ'האט קוים געהאט צייט אריינצוכאפן א כזית און מ'איז גלייך צוריקגעלאפן צו תשליך און מנחה, אויב אזוי האט מען דאך שוין געפאסט ראש השנה, און דערפאר איז מען פטור פון פאסטן צום גדלי'...

נאך פארשידענע מעשיות און אנקעדאטן ווייזן אויף דעם נקודה פון פארשלעפטקייט, אבער ס'האט נישט קיין זין צופיל מאריך צו זיין בנושא זו שכבר דשו בראשוני"ם. דער עיקר איז, אז מען זעט אז דער קו איז איין לאנגע קייט במשך כל הזמנים אין אמשינאווער הויף.


[center]אחרית ימיו.[/center]
ביים ערשטן וועלט מלחמה, איז דער רבי געווען זייער אפט אין ווארשע, וויבאלד דארט אינעם הויפטשטאט האט ער געקענט מער ארויסהעלפן אידישע קינדער. אלע עסקנ'ישע און ציבור'ישע אסיפות זענען פארגעקומען ביי אים אינדערהיים, און זיין פולע פראכט איז ארויסגעקומען זעענדיג דעם איש החסד ארבעטן טאג און נאכט פארן ציבור. ער האט געעפנט אפאר פאלקס-קוכן, אז דער עולם זאל קענען שטילן דעם הונגער אינעם עת מלחמה, און פאר זיינע חסידים האט ער אנגעזאגט זיי זאלן ארייננעמען אין זייערע הייזער משפחות פון פרעמדע אידן וואס האבן געוואנדערט אינעם הויפטשטאט אין נויט און אין ארעמקייט.

אבער פון זיין איבערמידליכע ארבעט איז זיין הייליג גוף שוואך געווארן, און ער האט אנגעהויבן ליידן אויפן הארץ. זיין הארץ האט זיך אויסגעברייטערט און אנגעמאכט שטארקע יסורים. אויפן פראגע פונעם דאקטאר פון וואס דאס קומט, האט ער געענטפערט: 'פון אידישע צרות'. אזוי אויך האט ער זיך אויסגעדריקט: "אז איך וועל הערן אז עס איז געווארן לעכטיג, בין איך שוין געזונט"! [אגב, דאס זעלביגע איז געווען מיטן גערער רבי - דער שפת אמת, וואס האט אויך נישט געקענט עומד זיין די צרות און איז אוועק ביים ערשטן וועלט קריג].

די יסורים זענען געווען אזוי שטארק, אז א נארמאלע מענטש וואלט זיך נישט געקענט ריקן אין זיין מצב, אבער דער אמשינאווער איז געזעצן שטארק פארקאכט שלא כגדר אנושי, ביז דער דאקטאר האט זיך אויסגעדריקט אויף אים אז ער האט אין זיין לעבן נאכנישט געזען אזא געטליכע מענטש.

דער אמשינאווער רבי איז געווארן וואסאמאל שוואכער, ביז ליל שבת קודש פרשת וישלח תרע"ח - פונקטליך פערציג יאר פון ווען ער האט אנגעהויבן פירן דעם עדה שבת פרשת וישלח תרל"ח - האט דער צדיק נשגב, אוהב ישראל ואב רחום, אויסגעהויכט זיין נשמה, אין עלטער פון 58 יאר. ביום ט"ז בכסליו. זונטאג איז פארגעקומען די לוייה בהשתתפות צענדליגער טויזענטער אידן, וואו דער אמרי אמת פון גור האט זיך אויסגעדריקט אז עס איז נסתלק געווארן 'אחד משיירי כנסת הגדולה'. מ'האט אים געלייגט אין ווארשעווען בית החיים, לויט ווי ער האט מרמז געווען אז מ'זאל אים דארט באגראבן צוליב זיין געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט אין עסקנות לש"ש אינעם עיר הבירה ווארשע.


דער אוהל פון רבי מנחם מאמשינוב [ובנו רבי יוסף מאמשינוב] :
בילד


[center]זרעו לברכה.[/center]
ר' מנחם'ל האט איבערגעלאזט דריי זיהן און איין טאכטער. אלע זענען געווארן ברייט בארימט מיט זייער תורה ועבודה. דער עלסטער זון איז געווען ר' יוס'ל וואס האט איבערגענומען רוב עדה, און איז געווען אפיציעלע אמשינאווער רבי. ער איז אוועק פארן קריג, און פון אים קומט דער אמשינאווער דינאסטיע אין אמעריקע.

דער צווייטער זון איז געווען ר' שמעון שלום וואס האט געפירט א שטיקל עדה אין אטוואצק - א רעזארט ארט אין פוילן [א שטייגער ווי קארלסבאד, מארינבאד, און קרעניץ]. ער האט איבערגעלעבט די מלחמה און פון אים קומט דער אמשינאווער דינאסטיע אין ארץ ישראל.

דער דריטער זון איז געווען ר' אברהמ'עלע, וואס האט געוואוינט אין ראדאמסק - זייענדיג אן איידעם ביים חסד לאברהם פון ראדאמסק. ער האט דארט געפירט א שטיקל עדה אבער האט נישט געזוכט קיין רבי'סטעווע זייענדיג א פרוש און צדיק תמים וואס איז געווען אריינגעטון אין זיין וועלטל רוב טאג. ער איז גע'הרג'עט געווארן ביים קריג הי"ד.

דער איידעם איז געווען ר' יעקב ארי' מראדזימין, א זון פון ר' צבי הירש פון לאמאז, א זון פון ר' דוד'ל קאצקער, בן ר' מענדעלע - השרף מקאצק. אליין א רבי, וואס איז אויך גע'הרג'עט געווארן ביים קריג הי"ד.

[יש אומרים אז ער האט געהאט נאך אן איידעם, ר' ישראל נח אייגער, בן ר' לייבעלע אייגער מלובלין].


אינעם נעקסטן קאפיטל וועלן מיר אי"ה אריבערגיין צום נעקסטן וואגאן אינעם אמשינאוון באן - רבי יוסף מאמשינאוו, און דערנאך צו זיין זון רבי איציק'ל פון אמעריקע. דערנאך וועלן מיר זיך אי"ה אומקערן צו ר' יוס'לס ברודער - ר' שמעון שלום, און ווייטער מיט זיינע קינדער.
באניצער אוואטאר
חאצקעל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך חאצקעל שניידער »

אדנירם האט געשריבן:
חאצקעל שניידער האט געשריבן:קוק וויפיל שקויעכס איז דא נאך יעדע ארטיקעל אויף משוגע צואווערן , וועגן דעם מאכן זיי נישט קיין לייק מזאל דארפן שריפטלעך באדאנקען ב״ה דא איז דא א לייק קנעפל , כהאב שוין אמאל מעורר געווען אז מדארף מאכן א דיסלייק ולא נתקבלה טענתי וואס די בעל האשכול שליט״א איז אביסל שולדיג דערין…

וכדי להסיר זוז שפתיים [צוליב מיין באזונדערן קאמפיין אויף יא לייקן], ברויכסטו ברענגען מיין לענגערע תגובה וואס כ'האב געשריבן בטוטו"ד פון מיין קוק-ווינקל, און קיינער האט דאס נאכנישט אפגעוואנדן לעת עתה.

הרי שלך לפניך.
סקומט נישט אריין אפווענדן האסטאך געשריבען אז סדא צווי צדדים נו דיר זעט אויס וואו איין צד מיר וואו די צווייטע.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

אדנירם האט געשריבן:יש אומרים אז ער האט געהאט נאך אן איידעם, ר' ישראל נח אייגער, בן ר' לייבעלע אייגער מלובלין


וואס הייסט יש אומרים? ווי שווער איז צו וויסן דער אמת?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'האב געווארט אויף דעם שאלה.


דער אמת איז, אז כ'נעם צאם מיינע מקורות פון אן א שיעור ביכער, און ממה ששמעתי זיך דרייענדיג בשנים עברו אין אמשינאוו.

אין אלע מקורות האב איך נישט געזען צוצייכענען דעם איידעם, און ביים ליינען איבער ר' לייבעלע אייגער האב איך אויך נישט געזען אז מ'זאל צו אים מייחס זיין דעם זון. אבער אין איין מקום, די סיפורים וואס אמשינאווער רבי זצ"ל האט דערציילט, ווערט יא אראפגעברענגט דעם איידעם. כ'ווייס נישט צו ס'איז א טעות סופר, צו אמת [עד שחשבתי אולי אמת הוא ולא היה מהיראים ולכן נמנעו האחרים מלהביאו. אבל זה קונספירציה לחלוטין].
באניצער אוואטאר
חאצקעל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך חאצקעל שניידער »

נו דאס קען מען דאך אנפרעגן דארט אין אמשינוב
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גלייב מיר בהן צדק, אז ווייניג אמשינאווע קענען אזוי גוט זייער היסטאריע ווי מיך...
סיי ווייל רוב מענטשן קענען נישט גוט די היסטאריע אפילו פון זייער חצר, און סיי ווייל דער אי-סדר פון אמשינאווער מהות לאזט זיי נישט קענען גוט היסטאריע...

דער לעצטער אמשינאווער היסטאריאן, איז געווען דער בארימטער שריפטשטעלער דוד הלחמי/דוד וויסברוד. ער איז געווען בערך בדרגת יצחק אלפסי [למי שמכיר את האישים]. גראדע אין זיינע ביכער ברענגט ער נישט דעם איידעם...

בקיצור, אפשר אמשינאווער רבי אליינס וועט וויסן.
יעצט גיי טרעף אים...
פארשפארט