הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
יא, אבער דאס האט נישט דייקא מיט חסידות. דאס איז בלויז דיין השערה, ווי אויך וואס די חסידים האבען געוואלט מאכען כאילו דער גאנצע מחלוקת איז צווישען חסידים און מתנגדים. הרב שך האט קלאר געוואלט זאגען אז צו חסידות האט עס נישט. ס'האט מיט דעות לש"ש און דעות פון תורה נישט פון פרעמדע מקורות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
גאנצל האט געשריבן:[tag][/tag]הרב ליטוואק בעיסט אויף דיינע תגובות ביז אהער נמצא אז ווען ס'קומט צו פארענטפערן הר' ש"ך מיט זיינע מחלוקת אדער הר' שטיינמאן מיט זיינע קרומע שיטות טוסטו די זעלבע וואס הר' טעלער טוט צו פארענפערן הר' ט"ב מסאטמאר
וואס ס'געפעלט דיר נישט ווערט שקר, וואס דו ווילסט באהאלטסטו, און נעמסט נאר אהער וואס דו ווילסט און וואס דו קענסט פארוואסערען
סאו דין דיינע אינטערעסן ווייטער געזונטערהייט און לאז יענעם דינען זייערע אינטרעסען און רעגט אייך נישט אזוי
ליטוואק איז בארעכטיגט צו דינען אינטערעסן ווייל ער איז א ליטוואק און א ליטוואק האט די רעכט צו זיין פארברענט מיט א חסידישע קאך אין פארטייאישקייט
אבער א חסיד האט נישט קיין רעכט דערצו
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
הצד השווה שבהן, פון אלע ענק פארטיילייט, פונקט ווי מנשה לוסטיג ועוד, אז מ'וועט זיך אייביג באציען אויפ'ן זייטיגע נקודה - דער אפשטאם, צו זיין מאמע'ס בלוסקע צו פלעינער אטאק'ס אויפ'ן מענטש. אבי נישט צורירען דער נקודה.
קיין איינס פון דיין תגובות ערהאלט נישט קיין מקור פון די 'קרומע שיטות'. קיינער פון די וואס רעדען חוצפה'דיג אויף הרב שטיינמאן קענען איהם צו האבען א ראיה פון וואס ער האט געזאגט צו געשריבען. אלס שמועות פון זייפנים און ליידיגייער'ס, און תמימותדיגע קנאים פון אמעריקא קויפען עס אפ.
קיין איינס פון דיין תגובות ערהאלט נישט קיין מקור פון די 'קרומע שיטות'. קיינער פון די וואס רעדען חוצפה'דיג אויף הרב שטיינמאן קענען איהם צו האבען א ראיה פון וואס ער האט געזאגט צו געשריבען. אלס שמועות פון זייפנים און ליידיגייער'ס, און תמימותדיגע קנאים פון אמעריקא קויפען עס אפ.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
מיינע ווערטער זענען אומזיסט אבער איך גיי רעדן
הארך מיר אויס הר' ליטוואק איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די ליטווישע פאליטיקס נו האסט מיר געכאפט ביים ווארט אז איך געדענק נישט גענוי וואס ס'איז געווען ביי די גרויסע פראטעסט אין א"י און ביי די פראטעסט וואס האט געדארפט פארקומען דורך די מועצת דא אין נוי יארק און ביי די פראטעסט דא היא א' חקת ווי הר' קאטלער האט געהאט א פראבלעם מיט שמעון גליק ו גייסטוך עס עניוועי פארוואסערן פארשטייט זיך אויף די שענסטע וועג סאו בלייב מיר ביי דעם די דין דיינע אינטערעסן און לאז יענעם דינען זיינע אינטערעסן

קפה נמס האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:[tag]berlbalaguleh[/tag],
לאמיר דיר מגלה סוד זיין: גם אני בחלומי, איך האב אויך די זעלבע תערומות ווי דיר. און כאטש איך האב א הסבר וויאזוי מצדיק צו זיין זיין התנהגות, וועט מיר אבער דאך קומען די בלוט אין פנים, און דערפאר בין איך מיך מונע פון רעדן איבער דעם פרשה.
@שש, איך וואלט מיך אידענטיפיצירט מיט יעדע תגובה און יעדער ווארט וואס דו שרייבסט אין דעם אשכול חוץ פון דיין איצטיגע תמי'. וכבר ענה @ליטוואק בטוטו"ד.
הרב שך זצ"ל איז געווען -בנוסף צו אלע זיינע מעלות אין הנהגה- א גאר שטארקע רואה את הנולד. זיין מהלך אין יעדע זאך איז געווען מיט א וויזיע און השקפה אויף לעתיד. פון זיין שטאנדפונקט האט ער אנגעקוקט ליובאוויטשער רבין'ס מהלך ווי א סכנה פאר אויטענטישע תורה'דיגע אידישקייט. דאס מאכן לימוד חסידות אן עיקר בחיי יום יום, פארשפרייטן תורת חב"ד אויף א מיסטישן מיסיאנערישן אופן, לימוד הרמב"ם אויבערפלעכליך ווי ס'וואלט געווען א נחלת הכלל וכו' וכו' איז לדעתו געווען א סכנה, א תוצאה פון אן הנהגה אן מסורה. און זיין כאריזמע און צוצואינגס קראפט האט נאר שטערקער געמאכט די חששות.
איינער פון די חשוב'ע גדולים האט געבעטן פון רב שך בעת ההוא ער זאל בעסער גארנישט זאגן ווייל ער וועט ממילא גארנישט אויפטון. האט רב שך ארויסגענומען א בריוו ווי איינער פרעגט דעם רבי'ן, הלמאי דער רש"ב האט צוגעזאגט אויף א ענין אז ער וועט א טובה טון אויף יענער וועלט, און די גמרא ברענגט ריב"ז בכה ואמר לתלמידיו איני יודע באיזה דרך מוליכין אותי. פרעגט יענער צו דער רש"ב איז געווען גרעסער פון ר' יוחנן בן זכאי ?? ענטפערט אים דער רבי אז זייט ס'האט אויפגעשיינט די אור פון חסידות קענען צדיקים מער זען..! האט רב שך געפרעגט יענעם גדול: נו, קען מען שווייגן ??
לסיומא, ווען אדמו"ר מליובאוויטש נ"ע האט אויסגעהויכט זיין נשמה, איז רב שך ארומגעגאנגען געפערליך צוטראגן. פארציילט א נאנטע תלמיד אז ער האט אים געפרעגט מאי האי, האט אים רב שך געזאגט: ער לאזט דאך איבער א גרויסן עולם, זיי זענען דאך ממש אדוק אין אים, וואס וועט איצטער זיין מיט זיי.
קוק א בליק פון א מנהיג ישראל. א ריכטיגע חכם עדיף מנביא.
כ'האב נישט קיין נערוון לעת עתה אריינצוקריכן בהרחבה אין דעם נושא.
כ'וועל נאר מעיר זיין בקצרה, איבער'ן יסוד המחלוקת = ס'איז דא א וועג וויאזוי מעסעדזשעס ווערן איבערגעגעבן. הרב שך האט געוואוסט וויאזוי צו מאכן א גל של עצמות פון גענוג אנדערע, אן דארפן נוצן אזעלכע לשונות ווי אויפן חב"ד'סקער רבי. אפגערעדט פון דעם וואס ער האט זיך נישט אדורכגערעדט מיט חסיד'ישע רבי'ס פארדעם, ארויסצוהאבן צו זיין הנהגה איז טאקע אזוי אפגעפרעגט [אויב איז עס א סכנה, וואלטן די אדמורי"ם אויך פארפירט, כפי שעשו אצל הרבי ר' בונם מפרשיסכא, ר' נחמן ברסלבר וכו'].
אין פאקט האט ער זיך דעמאלס צוקריגט מיט די גערע רבי, וויזניצע רבי, און נאך א לאנגע ליסטע.
איבער דיין מעשה'לע צום סוף. אויב איז עס אמת, איז הרב שך מופרך פון זיינע לשונות אויפן חב"ד'סקער כל ימי חייו. ווען מ'באשייגעצט איינעם אלס משיח שקר, שבתי צבי, קומט מען נישט נאכדעם מיט קראקידאל טרערן וויינען אויף זיין עדה וואס זענען נעבעך געבליבן בלי רועה.
------
זעט נישט אויס ווי כ'וועל לעת עתה מגיב זיין צו ווייטערדיגע אפהאנדלונגען איבער דעם נושא. אולי יבוא יומו, און כ'וועל דאס באהאנדלן באריכות אין אן אשכול בפני עצמו.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
חאצקעל שניידער האט געשריבן:מן הסתם בעלזער רב אויך וואס האט נישט גענומען קיין קוויטלעך אין טאג פון בחירות און האט געזאגט אזא מצוה
ביסט סארקאסטיש?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
יא יא, די אדמו''רים וואלט'ן געדארפט פארפירען אזוי ווי ביי רבי בונם! ביסט אויפ'ן קאפ געפאלען? וועלכע אדמו''ר וואלט געדארפט פארפירען? פארוואס זענען נאר אדמו''רים בארעכטיגט צו פארפירען? וויאזוי ווערט מען אן אדמו''ר?
אנטשולדיגט אבער דיין תגובה מאכט נישט קיין טראפ סענ''ס. ס'איז מיר שווער צו שרייבען אויפ'ן טעלעפאן, אויפ'ן קאמפיוטער וועל איל נישט אנקומען ביז מארגען, אבער איין זאך. מענטשען זענען אזוי צוגעוואוינט צו דער קארופציע פון מנהיגים/יורשים, אזש מ'זעט שוין נישט קיין חילוק צווישען דער מנהיג לש''ש ביז א רעבע פון זיין קארפארעישין. דער מרחק צווישען הרב שך און סיי וועלכע חסידישע מנהיג איז נישט אנדעריש ווי פון יעדער רעבע און דער מייסד פון זיין שלשלת.
אנטשולדיגט אבער דיין תגובה מאכט נישט קיין טראפ סענ''ס. ס'איז מיר שווער צו שרייבען אויפ'ן טעלעפאן, אויפ'ן קאמפיוטער וועל איל נישט אנקומען ביז מארגען, אבער איין זאך. מענטשען זענען אזוי צוגעוואוינט צו דער קארופציע פון מנהיגים/יורשים, אזש מ'זעט שוין נישט קיין חילוק צווישען דער מנהיג לש''ש ביז א רעבע פון זיין קארפארעישין. דער מרחק צווישען הרב שך און סיי וועלכע חסידישע מנהיג איז נישט אנדעריש ווי פון יעדער רעבע און דער מייסד פון זיין שלשלת.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
אנטשונדיגט אבער איך ווייס נישט וואס סארקאסטיש מיינטאיך אויך האט געשריבן:חאצקעל שניידער האט געשריבן:מן הסתם בעלזער רב אויך וואס האט נישט גענומען קיין קוויטלעך אין טאג פון בחירות און האט געזאגט אזא מצוה
ביסט סארקאסטיש?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יא יא, די אדמו''רים וואלט'ן געדארפט פארפירען אזוי ווי ביי רבי בונם! ביסט אויפ'ן קאפ געפאלען? וועלכע אדמו''ר וואלט געדארפט פארפירען? פארוואס זענען נאר אדמו''רים בארעכטיגט צו פארפירען? וויאזוי ווערט מען אן אדמו''ר?
אנטשולדיגט אבער דיין תגובה מאכט נישט קיין טראפ סענ''ס. ס'איז מיר שווער צו שרייבען אויפ'ן טעלעפאן, אויפ'ן קאמפיוטער וועל איל נישט אנקומען ביז מארגען, אבער איין זאך. מענטשען זענען אזוי צוגעוואוינט צו דער קארופציע פון מנהיגים/יורשים, אזש מ'זעט שוין נישט קיין חילוק צווישען דער מנהיג לש''ש ביז א רעבע פון זיין קארפארעישין. דער מרחק צווישען הרב שך און סיי וועלכע חסידישע מנהיג איז נישט אנדעריש ווי פון יעדער רעבע און דער מייסד פון זיין שלשלת.
סארי, אבער דער פני מנחם איז אין מיינע אויגן שענער ווי הרב שך. און קארופציע צו מעסטן וועל איך גיין קיין פאנעוויזש, ממשיך זיין אין חברון, זיך ריקן צו די צוויי מיר'ס, פון דארט כאפן א קורצע שפאציר אין 'מעיקינג אוו עי גדול' בין קוטלר לקמניצקי, און מקנח זיין מיט די חילוק פון ר' חיים גריינימן מיט הרב שך.
אההה, שיער נישט פארגעסן:
הרב שך מיט רבי דוד פוברסקי
הרב שך מיט רבי דן סגל
הרב שך מיט רבי דוב לאנדא
הרב שך מיט רבי חיים גריינימן
הרב שך מיט משפחת סולובייצ'יק
הרב שך מיט רבי מנחם מענדל מליובאוויטש
הרב שך מיט לב שמחה, ופני מנחם מגור
הרב שך מיט רבי משה'לע מוויזניץ
הרב שך מיט רבי עובדיה יוסף
הרב שך מיט רבי משה לאנדא
הרב שך מיט...
-------
פליז, ציה מיך נישט אן די נערוון, ווייל כ'וויל נישט מפרש ומפרט זיין.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
- קפה נמס
- ידיד השטיבל
- הודעות: 253
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל
@שש
אויך מיר א סתירה! א מנהיג ישראל וואס האלט אז איינער מיט ווילד פרעמדע השקפות אן תורה אן מסורה פירט גרויסע חלקים פון כלל ישראל אין באד אריין. און ווען זיי בלייבן פאר'יתום'ט, צובראכן, און צומישט, זארגט ער זיך ווידער פאר זיי.. דאס איז ריכטיג הנהגה. ס'קוקט מיר אויס ווי דו קוקסט אן רב שך ווי דער ברך משה מיט א פראק.
בד"וו, די מעשה האב איך געהערט פון דער שואל אליינס.
אויך מיר א סתירה! א מנהיג ישראל וואס האלט אז איינער מיט ווילד פרעמדע השקפות אן תורה אן מסורה פירט גרויסע חלקים פון כלל ישראל אין באד אריין. און ווען זיי בלייבן פאר'יתום'ט, צובראכן, און צומישט, זארגט ער זיך ווידער פאר זיי.. דאס איז ריכטיג הנהגה. ס'קוקט מיר אויס ווי דו קוקסט אן רב שך ווי דער ברך משה מיט א פראק.
בד"וו, די מעשה האב איך געהערט פון דער שואל אליינס.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
אבער יעצט האסטו זיך נישט געקענט איינהאלטען!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
קפה נמס האט געשריבן:@שש
אויך מיר א סתירה! א מנהיג ישראל וואס האלט אז איינער מיט ווילד פרעמדע השקפות אן תורה אן מסורה פירט גרויסע חלקים פון כלל ישראל אין באד אריין. און ווען זיי בלייבן פאר'יתום'ט, צובראכן, און צומישט, זארגט ער זיך ווידער פאר זיי.. דאס איז ריכטיג הנהגה. ס'קוקט מיר אויס ווי דו קוקסט אן רב שך ווי דער ברך משה מיט א פראק.
בד"וו, די מעשה האב איך געהערט פון דער שואל אליינס.
הר' ש"ך און ב"מ אדער מעגן ביידע יא אדער ביידע נישט בלויז פארדעם וואס דיר געפעלט איינעם בעסער ווי דעם צווייטן מאכט נאך נישט די נפק"מ פון די צוויי
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
לדעתי איז דאס די מערסט שאנד-פולע אשכול וואס איז נאר אמאל ערשינען דא אינעם שטובל, ווי מאנכע ראץ-פעסער האבן גענומען א יונגערמאן א תלמוד חכם מבהק, א בעל מידות, א ידען נפלא, אן היסטראריקער, און אים אראפגעריסען מיט האס כאחד הריקים, בלויז ווייל ער פארקויפט נישט פארן ציבור איטשע מאיר לעווינס תורות לאקשאן.
עס איז בכלל נישט קיין סוד, אפי' אין די אגודה קרייזען ווייסט מען אז דער איטשע מאיר איז געווען א זייפן און א שקרן שאין בדגמתו, ער האט מיט זיין פאסקוצווע שטיקעס אריין געשלעפט די אגודה אין כנסת המינים, בלויז אז ער זאל קענן זיצן אין די קוליציע בן בן גוריון ימ''ש, און דינען אלס שר הדתות אין דער ממשלת הכופרים. (נטאמאל צולוב געלט ווייל בן גורין ימ''ש וחביריו זענען געווען אנטיסעמיטן, זיי האבן פיינט געהאט דתים, נאך מער ווי די נאציס האבן פיינט געהאט די אידן, זיי האבן נישט געגבן קיין פריטה פאר זאכן וואס עס האט צו טאן מיט אידישקייט, די רבנים זענען אים בלויז גוט געווען צו שיקן בריוו'ן פאר די ארגענטינא רעגירונג אז זיי זאלן נישט פארדרייען קיין קאפ מיטן ציריק בעטן אייכמאנען ימ'ש)
און ווייל הגאון הצדיק רבי שש'ט שליט''א דעקט דאס אויף, ריפט ער ארויס דער צארן פון די "וואנע בי ציונים" און מען רייסט אים אראפ כאחד הריקים...... סארא חרפה.....

קאך_לעפל האט געשריבן:לדעתי איז דאס די מערסט שאנד-פולע אשכול וואס איז נאר אמאל ערשינען דא אינעם שטובל, ווי מאנכע ראץ-פעסער האבן גענומען א יונגערמאן א תלמוד חכם מבהק, א בעל מידות, א ידען נפלא, אן היסטראריקער, און אים אראפגעריסען מיט האס כאחד הריקים, בלויז ווייל ער פארקויפט נישט פארן ציבור איטשע מאיר לעווינס תורות לאקשאן.
עס איז בכלל נישט קיין סוד, אפי' אין די אגודה קרייזען ווייסט מען אז דער איטשע מאיר איז געווען א זייפן און א שקרן שאין בדגמתו, ער האט מיט זיין פאסקוצווע שטיקעס אריין געשלעפט די אגודה אין כנסת המינים, בלויז אז ער זאל קענן זיצן אין די קוליציע בן בן גוריון ימ''ש, און דינען אלס שר הדתות אין דער ממשלת הכופרים. (נטאמאל צולוב געלט ווייל בן גורין ימ''ש וחביריו זענען געווען אנטיסעמיטן, זיי האבן פיינט געהאט דתים, נאך מער ווי די נאציס האבן פיינט געהאט די אידן, זיי האבן נישט געגבן קיין פריטה פאר זאכן וואס עס האט צו טאן מיט אידישקייט, די רבנים זענען אים בלויז גוט געווען צו שיקן בריוו'ן פאר די ארגענטינא רעגירונג אז זיי זאלן נישט פארדרייען קיין קאפ מיטן ציריק בעטן אייכמאנען ימ'ש)
און ווייל הגאון הצדיק רבי שש'ט שליט''א דעקט דאס אויף, ריפט ער ארויס דער צארן פון די "וואנע בי ציונים" און מען רייסט אים אראפ כאחד הריקים...... סארא חרפה.....
לדעתי את דאס די מערסט שאנדפולע תגובה וואס איז נאר אמאל ערשינען דא אינעם שטיבל.
בעצם נישט. דו האסט שוין א רעקארד...
'הגאון הצדיק רבי שש"ט'?!
ביזט פון קאפ געפאלן?
ער איז דער גאון, ער איז א צדיק, און איטשע מאיר לוין איז דער זייפן?
האבדה בושה בסאטמאר?
דו פארשטיייסט פארוואס איטשע מאיר איז אריין אין כנסת? צוליב א נארישע זיץ??? דו ווייסט פון וואו חוק השבת, חזיר, גיטין וקידושין, און נאך צענדליגע יסודות וואס זענען דא אין מדינת ישראל, קומען?! פון איטשע מאיר אדער פון כיכר השבת?!
שעם דיך!!!
א גרויל צו ליינען אזויפיל שטותים אין אפאר שורות. להצדיק רשע ולהרשיע צדיק אן קיין טראפ דעקונג. און נאך פארווישן דיינע ווערטער מיט אזויגערופענע 'וואנע בי ציונים'. כאילו איטשע מאיר אדער די נארמאלע מענטשן דא אין קאווע שטיבל פרייען זיך מיט די ציונים מער פון די סיקריקישע מושחתים.
כ'האף אז דו פארטרעטסט נישט סאטמאר אין קאווע שטיבל.
- קפה נמס
- ידיד השטיבל
- הודעות: 253
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:
עס איז בכלל נישט קיין סוד, אפי' אין די אגודה קרייזען ווייסט מען אז דער איטשע מאיר איז געווען א זייפן און א שקרן שאין בדגמתו....
דאס איז איינס פון די אינטערעסאנטסטע זיטן פון די שפראך פון די ברכיים אשר לא כרעו לבעל, "אפי' אין די אגודה קרייזן ווייסט מען" "היינט זעהט שוין יעדער איין". אין דער בלאט קומט יעדע פאר וואכן א פרישע עדיטאריעל אז "היינט זענען שוין אלע מודה..."
אינטערעסאנט, גיי צו צו א וויזניצער, בעלזער, גערער חסיד, און פרעג אים צו ער האט שוין איינגעזען אז זיינע רבי'ס האבן זיך טועה געווען און נאר דער רבי ז"ל איז געווען גערעכט...
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
[tag][/tag]שש איך געב דיר גערעכט אז [tag][/tag]קאך איז געגאנגען זייער ווייט מיט זיינע געשרייבעכץ אבער איטשע מאיר איז געווען א רעכטער פאליטישן און געפירט זיינע אגענדעס ווי א פאליטישן מ'קען זיין ערליך מיט אלע שמונה בגדים און אויפטון גוטע זאכן און נאך אלס זיין א פאליטישן נעם משה דוד נידערמאן פאר א סעמפל א חאניאקישע יונגערמאך וואס וויינט ביים דאווענען און טוט אסאך עסקנות, הצלת מציצה בפה באה"ב לייגט ער אויך אויף זיין קאנטע און פון דענסטוועגן ווען ס'קומט צו זיינע אגענדעס פירט ער זיך ווי א פאליטישן
ריכטיג.
אבער פארט איז ער פון די איידלסטע נארמאלסטע פאליטישאנס. און ער איז כקליפת השום קעגן איטשע מאיר לוין וואס איז געווען א תלמיד חכם, חכם, און גאר אן ערליכער איד. זאגאר אן איידעם ביים אמרי אמת מגור.
וכ"ש ווען מ'גלייכט אים צו צו א שנוק, א יצמח פורקניה פון קרית יואל, שאם קרא לא שנה, ואם שנה שיקר וזייף באופן משוגע ומשונה, עפעס א טעלער'ל וואס דעמאנט מיך פון א טעלער'ל פון די UFO. עפעס א שלא מעלמא הדין'ניק מיט זיינע ליגענטס.
ווילסט רעדן פון איטשע מאיר? הארצן גערן! אבער אים מדמה זיין צו טעלער און נאך מעדיף זיין דעם לעצטער, איז נישט א זלזול אין איטשע מאיר לעווין, נאר א זלזול אין די אינטעליגאציע פון די חברי ה'קאווע שטיבל'.