מסעות ד'שש משזר.
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
קאצקע ציקער האט געשריבן:הער אויף חצקל ווילסט ער זאל סטאפן דא אויך? און דיין שאלה איז נישט ריכטיג ווייל די אמשאניווער ארטיקלעך גייען אריין אסאך מער קאפ און מוח און געפיל
כ'האדיך געוואלט לייקן פשוט פאר דיין געדאנק ביים אנהייב...
למעשה לייק איך דיר אויך צוליב דיין סוף. דאס איז טאקע דער טעם: דא שרייב איך מיין בויך וויי, און דארט שרייב איך טעכניש א בוך.
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
מסעות ד'שש משזר.
.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חאצקעל שניידער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
- smart
- ידיד ותיק
- הודעות: 625
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
- האט שוין געלייקט: 325 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
- קאנטאקט:
@שש
די ביזט גוט!!
סיי דיינע בויך וויי (וואו די ריפטס עס..) און סיי דיינע רייכע מאמרים.
האלט אן; מיר האבן הנאה!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום smart, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
א גוטן טאג אייך!
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
Re: מסעות ד'שש משזר.
די ראשי הקהל זענען אלעמאל געווען פרעכע לייט בפרט ווען סהאנדלט זיך פון אפשוטע שניידער וואס קיינער נעמט זיך נישט אן…ראשעקאל האט געשריבן:חאצקעל
SHUT UP!!
שוק מחנה יהודה.
פרייטאג פרשת אמור תשע"ה.
ווי אויבנדערמאנט, האב איך מיך אויפגעוועקט גאר שפעט פרייטאג, נאכן זיין אויפן וועג פאר ארום אנדערהאלבן טאג. קיין סאך צו טון איז אונז נישט געבליבן, מיר האבן אביסל ארומשפאצירט צו שפירן ירושלימ'ע לופט, זען אפאר מאה שערים'ניקעס, און טועם זיין אביסל געבעקס פון 'נחמה' בעקעריי - וואו דו קענסט באקומען א בארג מיט מזונות פאר אפאר צענט.
נאכהער האבן מיר גענומען א מונית-טעקסי צום לעגענדארן 'שוק מחנה יהודה', וואו מ'כאפט א שטיקל באגריף וויאזוי ס'האט אויסגעזען א יריד אין די אלטע היים... באוואפנט מיט קעמרע, קעמ-קארדער, און אפאר דאלער, האב איך מיך ארויסגעלאזט איבערן שוק צו כאפן מציאות. חוץ פון די ריזיגע אויסוואל פון עסן, און יעדע סארט עסן א ריזיגע אויסוואל פון טעמים און קאמפאניס, זענען דא א ריזיגע אויסוואל פון הכשרים. פון בד"צ עדה החרדית ביז הרב שלמה מחפוד [געווען אמאל יו"ר פון הרב לאנדא'ס השגחה, וירא מנוחה כי טוב און האט געמאכט שבת פאר זיך], פון בד"צ בית יוסף [הרב עובדיה'ס קינדער וואס שארן גאלד] ביז הרב רובין [א סלאנימער חסיד], און פון בד"צ אגודת ישראל [וואס חוץ פון זייער הכשר, ווייסט קיינער נישט צו זאגן פון זיי...] ביז כלערליי הכשרים אשר לא שתזפם עין השמש עד עתה...
די קולות וברקים זענען געווען א ריכטיגע הכנה צו קבלת התורה. די וועג וויאזוי זיי זענען נאכגעלאפן יעדע פאטענציעלע קאסטומער האט אויך געענדלט אין די מלאך וואס איז ארומגעלאפן זוכן א קונה פאר די תורה. און די שפאט ביליגע פרייז פאר די מציאות וואס מ'האמיר זיך איינגעקויפט, האט אודאי דערמאנט אינעם נעשה ונשמע. צווישן די מעדנים וואס כ'האב איינגעקויפט האבן זיך געציילט די טרעידמארקס פון ארץ ישראל בכלל און שוק מחנה יהודה בפרט: בא'טעמ'טע חאלווא, גע'ספייס'טע סלטים [דיפס בלע"ז], און אסאך פיצוחים [ניסלעך]...
די קליינע שמאלע געסלעך אנגעשטאפט מכל טוב וטוב מיט א רייצנדע שמעק, די בעטנדיגע אויגן פון די מוכרים, און ועל כולם דעם אינטרעסאנטן ספעקטאקל אז ווען א מוכר האט מחליט געווען אהיימצוגיין האט ער פארקויפט 'חלות' פאר א שקל!!! האט אויף מיר איבערגעלאזט אן אומגעהויערן איינדרוק - אזויווי יעדעס מאל ווען איך באזוך אין דעם שוק. דמיון נאר צו זען חסיד'ישע אידן אין ב"פ וומסב"ג שרייען אזוי און פארקויפנדיג פון א פחות מדל"ת על דל"ת זיינע סחורה...
***
אויף צוריק בין איך געגאנגען באזוכן א נאנטע משפחה מיטגלידער וואס וואוינט אין ארץ ישראל, פאר וועם איך האב מיטגענומען א גאנצע רענצל אמעריקאנע סחורה וואס יענער האט געדארפט. דארט האב איך געגעסן טועמי', און עווענטועל אלע סעודות שבת. אין מקוה ערב שבת בין איך געגאנגען מיטנעמענדיג מיין אייגענע האנטוך, שעמפו, און זייף, און נישט מיטנעמענדיג מיין בערזל... ווער ס'האט געלערנט אין ארץ ישראל ווייסט פארוואס. גראדע האט די מקוה [שידלאווצע] יא געהאט א ריינע בור, פלוס הייסע וואסער פאר א שויער. א נס גלוי אין ירושלים עיר הקודש.
כ'בין צוריק צו מיין דירה אפאר מינוט פאר שבת, לאאאאאאאאאנג נאכן ירושלימ'ע זמן, וואס איז באלד א שעה פארן שקיעה, אבער אויב דו פארסט דעמאלס אדורך מאה שערים דאן 'הותר דמך'... כ'האמיך שנעל מסדר געווען, און מיטגענומען מיין רעביצין אויף א 'קבלת שבת ביים כותל'. יעצט קומט די מעגא שאלה [היות ס'איז דא אן עזר כנגדו]: שער יפו אדער שער שכם...
נעקסטע קאפיטל: א שבת אין ירושלים עיה"ק.

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
פליזזז דמיון נישט דערפון צו סאך. די א''י איבלן כאפן זיך אריבער דאהי צוביסלעך און עס איז פאר קיינעם נישט קיין טובה. כ'רעד פון די לויה אויסרופן קארס ,די 20 שעה א טאג מארק ארום שומר שבת ,די מצות פארקויפונגן ארויס פון די בעק פון א טרעילאר (א נושא פאר זיך אויסצושמועסן די עוולה) ,די ארבעה מינים פארקויפערס לענגאויס די דרייצעטע שטראסע פון מוכרים וועמען דו וואלסט נישט געטראסט מיט א פינעווער ועוד ועוד.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
איך אויך האט געשריבן:פליזזז דמיון נישט דערפון צו סאך. די א''י איבלן כאפן זיך אריבער דאהי צוביסלעך און עס איז פאר קיינעם נישט קיין טובה. כ'רעד פון די לויה אויסרופן קארס ,די 20 שעה א טאג מארק ארום שומר שבת ,די מצות פארקויפונגן ארויס פון די בעק פון א טרעילאר (א נושא פאר זיך אויסצושמועסן די עוולה) ,די ארבעה מינים פארקויפערס לענגאויס די דרייצעטע שטראסע פון מוכרים וועמען דו וואלסט נישט געטראסט מיט א פינעווער ועוד ועוד.
חבל על הזמן, זיסלק וכו'...
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
אדנירם האט געשריבן:אין מקוה ערב שבת בין איך געגאנגען מיטנעמענדיג מיין אייגענע האנטוך, שעמפו, און זייף, און נישט מיטנעמענדיג מיין בערזל... ווער ס'האט געלערנט אין ארץ ישראל ווייסט פארוואס. גראדע האט די מקוה [שידלאווצע] יא געהאט א ריינע בור, פלוס הייסע וואסער פאר א שויער. א נס גלוי אין ירושלים עיר הקודש.
אוי וויי די ווייסט וואס מיינט א מקוה/שוויץ אין זופניק ער"ש? ווען איך פאהר קיין אר"י גיי איך נאר אין זופניק ער"ש. די שבת האט אן אנדערע טעם
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:אין מקוה ערב שבת בין איך געגאנגען מיטנעמענדיג מיין אייגענע האנטוך, שעמפו, און זייף, און נישט מיטנעמענדיג מיין בערזל... ווער ס'האט געלערנט אין ארץ ישראל ווייסט פארוואס. גראדע האט די מקוה [שידלאווצע] יא געהאט א ריינע בור, פלוס הייסע וואסער פאר א שויער. א נס גלוי אין ירושלים עיר הקודש.
אוי וויי די ווייסט וואס מיינט א מקוה/שוויץ אין זופניק ער"ש? ווען איך פאהר קיין אר"י גיי איך נאר אין זופניק ער"ש. די שבת האט אן אנדערע טעם
על כן יאמרו המושלים, אז זשופניק'ס מקוה איז אן אמעריקאנער מקוה אריינגעפלאנצט אין ירושלים...
איך רעד פון 'ירושלימ'ע מקוואות'...
שבת אין ירושלים עיה"ק.
שבת קודש פרשת אמור תשע"ה.
מיר לאזן זיך ארויס צום כותל המערבי פרייטיג צו נאכטס, ווען די באקאנטע שאלה הייבט זיך אן: גייען מיר דורך שער יפו, אדער דורך שער שכם. אדנירם'טע שרייט אז שער שכם איז שרעקעדיג, פיל מיט אראבער'ס, און זי האט מורא. איך אליין טענה גאר אז אדרבה, דאס לעצטע מאל איינער איז גע'הרג'עט געווארן אין אלטשטאט, איז געווען אין שער יפו, ביים צווייטן אינטאפאדא [דער קרבן איז געווען א לאנדאנע בחור, גראדע א חתן. אן אראבער האט אים געשטאכן אין רוקן מיט א מעסער], נו אויב אזוי איז דאך שער שכם מער 'סעיף'... און חוץ מזה, שטייען דארטן שבת פיל מיט חיילים וואס היטן אפ די מצב. און כ'בין נישט אין די מאד פון נעמען א לאנגע דריי-פערטל-שעה שפאציר דורך שער יפו. אבער פארשטייט זיך אז כ'האב גערעדט צום דופן עקומה, און כ'האב מיך געמוזט ברעכן.
למעשה, האבן מיר געזען א גאנצע גרופע בחורים שפאצירן צום כותל גייענדיג אויפן דירעקציע פון שער שכם, און דעמאלס האט מיין אידענע מסכים געווען זיי נאכצופאלגן זאגנדיג אז ווען ס'דא אסאך מענטשן איז נישטא פון וואס מורא צו האבן. גייענדיג אין שער שכם האבן מיר אנגעטראפן א פלייץ פון מענטשן וואס זענען שוין צוריקגעקומען פון כותל נאכן דאווענען. הערשט שפעטער האב איך מיך געכאפט אז די סיבה פאוואס עס איז געווען אזא ריזן עולם איז וויבאלד ס'איז געווען שבת נאך ל"ג בעומר, ווען אלע אמעריקאנע זענען געקומען טאפן דעם אויר פונעם כותל, מקום שלא זזה השכינה מעולם.
דאס ווערטל לויטעט: וואס טוט א איד אין ארץ ישראל? א נישט סאטמארע גייט צום כותל, א סאטמארע גייט נישט צום כותל, און א אויפגעקלערטע סאטמארע גייט צום כותל און זאגט אז ער האט גארנישט געשפירט...
איך צייל מיך פון די ערשטע, און דערפאר שפירט זיך געוואלדיגע געגועים, ספעציעלע בענקשאפט, און טיפע כיסופין צום בורא כל עולמים, שטייענדיג ביי אזא הייליג ארט, ובפרט נאכן אריינטראכטן איבער דעם צוויי טויזנט יעריגן גלות און די שיבת ציון וכו'.
מיר האבן ארומגע'סניפ'ט די מנינים, קרליבך, מונדרר [אפילו רבי מנחם לעבט שוין נישט], רוטנר, און אלע אנדערע. כ'האב געטראפן אן א שיעור חוצ'ניקים וואס כ'טרעף נישט סתם אזוי. זעט אויס אז מיר דארפן פארן קיין ארץ ישראל זיך צו טרעפן... און דערנאך זענען מיר צוריקגעגאנגען צום קרוב משפחה וואו אונז האבן געגעסן די סעודות שבת, ביינאכט און בייטאג.
אינדערפרי האב איך געדאוונט אין די בית ישראל שטיבלאך. זעענדיג די שיינקייט דערפון, האב איך איינגעזונקען פאר בושות טראכטנדיג פון אמעריקע, וואו ס'איז נישטא קיין איין צענטער פאר מנינים וואס האט א צענטל די שיינקייט פון די בית ישראל שטיבלאך. הכלל, זיי האבן אפילו געהאט א ספעציעלע מנין פאר חוץ לארץ'דיגע, וויבאלד דארט האט מען געליינט פרשת בהר און אין חוץ לארץ פרשת אמור. די קריאה פאר די חוץ לארץ'דיגע איז געווען אין 'פרשת אמור-בהר'... כ'זוך נאכאלס צו פארשטיין דער הגיון דערונטער.
צום לעצט האבן מיר אינדזשויט צו זען די שיינע פאנעראמע - נישט נאר פון ירושלים, נאר - פון די ירושלימ'ע קינדער און בחורים, די קאפטענעס מיט די שטריימלאך, מיט די ווייסע געשטריקטע קאפלעך, די חן נסוך על ירושלים ותושביה. און אט האלטן מיר שוין ביים מוצאי שבת.
פאר חמין במוצאי שבת, פלוס מלוה מלכה, האבן מיר געקויפט פיצא מיט 'צ'יפס' [-פרענטש פרייז], פאר אפאר פיאסטער. און זיך געגרייט מיט אן ערנסטקייט צום קומענדיגן וואך וואו מיר וועלן אביסל האצקענען, און זיין טוריסטן אין הייליג שטאט ירושלים, און אין הייליג לאנד ישראל.
אין קומענדיגן קאפיטל: זונטאג פרשת בהר תשע"ה.

א שפאציר אין עיר דוד והגלילות.
זונטאג פרשת בה"ב.
אונז האבן מחליט געווען אנצוהייבן דעם טאג מיט 'עיר דוד'. גאר אן אלט היסטאריש פלאץ, אפאר טריט אוועק פון הר הבית. דארט האבן ארכיאלאגן אויפגעגראבן א פאלאץ פון אמאל, וואס האט גאנץ מעגליך געדינט די מלכי בית דוד, און זאגאר דוד המלך האט אפשר געוואוינט אין יענעם געגענט - צו גאר הויז. איינער פון די עלסטע אידישע פלעצער אין די היסטאריע בכלל, און אין ארץ ישראל בפרט.
אין אמת'ן אריין בין איך שוין דארטן געווען א שיינע פאר יאר צוריק, אלס בחור. אבער זייט דעמאלס איז הרבה פנים חדשות באו לכאן, אסאך נייע ארכיאלאגישע פלעצער זענען אויפגעגראבן און פרעוועזירט געווארן, אזוי אז ס'איז באמת געווען גאר אינטרעסאנט פאר מיר אויך. גראדע אין די אנדערע פלעצער וואו כ'האב באזוכט [ועוד חזון למועד בעז"ה], האב איך באמערקט דאס זעלביגע, אז מ'האט געגראבן נאך, און צוגעלייגט נאך אנטדעקונגען צו די פריערדיגע. אזוי אז איבעראל האב איך געזען דברים חדשים (גוט אז מיר זאלן אלע וויסן דערפון, און נישט זאגן 'כ'בין שוין דארט געווען צען יאר צוריק').
כ'האב שוין אין איינוועגס אריינגעכאפט צו זען א קורצע מאווי. אזא 3D סארט מאווי אין אן אזויגערופענעם טיאטער [פלאץ פאר 20 מענטשן...], וואו מיר האבן געקענט באקומען א שטיקל היסטארישע בליק איבער עיר דוד, און די מי השילוח [וואו איז דער איזשביצער לעיקוואד?...] וואס פליסן דערנעבן [כדלהלן]. א מעשה פון ארום 3,000-2,500 יאר צוריק איבערגעשפילט גאנץ כמעשה.
נאכן באטראכטן אלע היסטארישע ארכיאלאגישע ערפינדונגען, זענען מיר אנגעקומען צום 'גולת הכותרת' פון עיר דוד: די שפאציר אין 'נקבת חזקיהו'. דאס איז דער היסטארישער קוואל וואס חזקיהו המלך האט אויסגעפלאסטערט פון מעין השילוח אריין אין ירושלים, בשעת ער האט זיך געראכטן אויפן מלחמה מיט סנחריב מלך אשור. די וועג איז חושך ואפילה, און איז א סכנה אן קיין פלעשלייט. דאס איז א שפאציר אין וואסער פאר אומגעפער פערציג מינוט, וואו דו שטייסט [בעסער געזאגט: שפאצירסט] מיט אן אפענעם מויל טראכטנדיג אז אלס וואס דו זעסט האבן מענטשן אויסגעהאקט פון שטיין מיט זייערע הענט! און דאס איז א לאנגע וועג. כ'געדענק זעענדיג לעצטע מאל א סיין אינמיטן וועג, וואס מ'האט אנדעקט אין ארץ ישראל, וואו די מערה-האקער'ס וואס האבן געהאקט פון ביידע זייטן [פון ירושלים, און פון מעיין השילוח] האבן זיך צאמגעטראפן (עס דערמאנט פונעם טונעל פון לאנדאן קיין פאריז, וואס אויך דארט האבן זיך ארבעטער'ס פון צוויי זייטן צאמגעטראפן). דאס מאל האב איך עס נישט געזען [אבער אין מוזיאון ישראל יא, איבער דעם: מאנטאג פרשת בה"ב].
אין געוויסע פלעצער איז די דאך אזוי נידעריג אז מען דארף זיך איינבייגן דורכצוגיין, און אין געוויסע פלעצער איז די וואסער גענוג גרויס אז די הויזן ווערן דורכגעווייקט [שוין נאכן ארויפדרייען דאס מערסטע שייך]. וואס איז זיכער איז זיכער, אז גיין אן קראקס איז נישט קלוג, און נישט מיטצונעמען אן איבריגע פאר זאקן איז נאך אומקלוגער.
די שפאציר איז געווען זייער געשמאק, איבערהויפט נעמענדיג אין באטראכט אז כ'בין שוין א שיינע פאר יאר נישט קיין בחור... און כל-שכן'דיג נאכן כאפן אז מיין ווייב האט אייגנטליך אויך גענומען דעם וועג - א חידוש פאר א אידענע... ס'איז דא א מעגליכקייט צו גיין דורך א טריקענע וועג, וואס אפיציעל שטאמט דאס נאך מימי הכנעניים! אבער ס'איז בכלל נישט געווען קיין אפשען במקום fun.
אויב דאס אלס איז נאכנישט גענוג געווען, זענען מיר נאכדעם געגאנגען אויפן זעלבן וועג וואס - ווי חוקרים טענה'ן - אונזערע עלטערן זענען געגאנגען מיט זייערע קרבנות צום בית המקדש!!! אההה, די הרגשים זענען נישט מעגליך איבערצוגעבן! ס'האט טאקע גע'סרח'עט, אבער די ידיעה אין וואספארא וועג מיר פלאסטערן אונזערע טריט, האט אונז אימיונד פון יעדן שמעק און יעדן בערגל. ס'איז א וועג פון ארום 20-30 מינוט, און מען קען עט-עני-טיים מאכן א יו-טורן און צוריקגיין צום אנהייב פונקט פון עיר דוד.
לפי מיטב ידיעתי, איז צוגעקומען ארום דאפלט - אדער מער - חומר פון וואס ס'איז געווען לעצטע מאל וואס כ'בין דארטן געווען.
מיין רעקאמענדאציע: 100%.
דאס איז דער וועבזייטל פון 'אתר עיר דוד'.
און צום לעצט: ס'איז שפאט ביליג, נוצט אויס א טאג, און איז היבש אינטרעסאנט.
נעקסטע קאפיטל: בית השרוף [בית קתרוס], מנהרות הכותל.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
זייער שיין, שש.
די ארגינעלע שטיין געפונט זיך אין טערקיי.

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

כ'געדענק זעענדיג לעצטע מאל א סיין אינמיטן וועג, וואס מ'האט אנדעקט אין ארץ ישראל, וואו די מערה-האקער'ס וואס האבן געהאקט פון ביידע זייטן
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
הגן הארכיאולוגי - מרכז דוידסון, מנהרות הכותל.
פון עיר דוד האבן מיר געווענדעט אונזערע טריט קיין אלטשטאט ירושלים. פאשטייט זיך, נישט בעפאר'ן אריינכאפן צו דאווענען נאכאמאל ביים שריד בית מקדשינו - מקום שלא זזה ממנו השכינה לעולם - דער כותל המערבי. נו, אז מ'גייט צום כותל פרובירט מען אריינצוכאפן אויך די מנהרות הכותל, א היבש אינטרעסאנטע - מער נאסטאלאגישע - פלאץ, וואס דארף צו זיין גלייך לעבן דעם ביהמ"ק, און דאס נענסטע צום קדשי קדשים - וואו א חרדי'שע איד קען צוקומען. איך בין שוין געווען דארט בעבר, אבער כ'האב פרובירט נאכאמאל אהינצוגיין צוליב מיין ווייב. למעשה האבן זיי נישט אריינגעלאזט אן קיין אפוינטמענט פון פריער - א וויכטיגע זאך אונז חוצ'ניקים זאלן געדענקן. אזויפיל האבן זיי יא געלאזט, אז מיין ווייב זאל אריינגיין אביסל ביז קעגן די קדשי קדשים, בחנם, אבער נישט גיין ווייטער. למעשה לויט מיינע זכרונות, איז דאס נאכאלס זייער אן אינטרעסאנטע פלאץ.
מיין רעקאמענדאציע: 85%.
צוויי וועבזייטלעך: מנהרות הכותל, סיורים.
און הקרן למורשת הכותל המערבי, וואס האט אויך אנדערע זאכן.
***
למעשה זענען מיר געגאנגען ווייטער צום 'גן ארכיאולוגי', וואס איז סטאנציאנירט גלייך לעבן דעם כותל המערבי, אין זייער שטח געפונט זיך נאך א חלק פון כותל המערבי, ווי אויך דער כותל הצפוני. דאס איז גאר אן היסטארישער ארט קוקנדיג אויף דעם שטח - די פלאץ וואו אידן האבן געקויפט קרבנות, געגאנגען אין מקוה, וכו', איידער'ן ארויפגיין אין ביהמ"ק. מ'האט געקענט זען קלארערהייט א מקוה וואו ס'געווען צוטיילט אויף צוויי די וועג אריין און ארויס [אז די נכנסים זאלן נישט מטמא זיין די יוצאים].
אין א געוויסע שטיין אין כותל המערבי [וואס איז נאר אפן דורך גן ארכיאולוגיה], האבן מיר געזען אריינגעקריצט אידישע אותיות, עפעס ווי דער לשון הפסוק (ישעי' סו, יד): וראיתם ושש לבכם ועצמותם כדשא... הפלא ופלא! כ'האב געכאפט א בילד פון דעם שטיין. אין אמת'ן אריין, וואו דו האסט נאר געקוקט האסטו געטאפט היסטאריע, היסטאריע פון בית המקדש [אנדערש ווי עיר דוד וואס די אמת אונטער דעם איז לוטה בערפל], היסטאריע פון אונזערע אור-עלטערן וואס האבן זיך דארט געדרייט און זיך מקדש געווען בעפאר'ן אריינגיין אין הייליגסטן פלאץ אין דער וועלט.
נאך איידער די עצם באטראכטן אלעס, איז געווען נאך א שיינע 15 מינוט'יגע ווידעא וואס מ'האמיר געזען, וואו ס'איז קלאר ארויסגעברענגט געווארן וואס דער פלאץ שטעלט מיט זיך פאר, וויאזוי ס'האט אויסגעזען בזמן שביהמ"ק היה קיים, אזוי אז מ'האט באקומען א שטיקל השראה פון בעפאר. אזוי אויך האבן זיי דארט געהאט פארשידענע אנדערע ארכיאלאגישע חפצים, ווי מטבעות א.ד.ג. פון אלע תקופות. אזוי אז מיר האבן שוין געהאט א שטיקל מוזעאום אויך. שפעטער ביים באזוך אין מוזיאון ישראל, וועלן מיר געוואויר ווערן אז מיר האבן געזען ווי א טיפה מן הים...
פון דארט זענען מיר געגאנגען שפאצירן איבער ניי אויסגעגראבענע ארכיאלאגישע פלעצער ארום די כותל הצפוני. הערליך שיין. פון אלע תקופות, אבער אממיינסטענס שוין נאכן תקופת הבית. מיר האבן שפאצירט ממש לעבן די 'מסגד אל אקצא', דאס איז דער דריט פארשמייליגסטער פלאץ פאר די מוסולמענער אויפן וועלט [די אנדערע צוויי, מעקקא און מדינה, געפונען זיך אין סאודיע אראביע]. עס איז דא פלאץ פאר 5,000 ישמעאלים אין דעם פלאץ ווי דער אנאלפעבעט, מאסן-מערדער, פארגוואלטיגער, אפילעפסיק, מוכאמעד, איז ארויפגערופן געווארן דורכ'ן מלאך גבריאל - מיטן אייזל אין הימל. למעשה נישט ממש, נאר אין כיפת הסלע. אבער נחזור לענינינו. מיר זענען געשטאנען גלייך אונטער זייערע פענסטער, און טעכניש וואלטן זיי געקענט שפייען און ווארפן שטיינער גראד ארויס פון מסגד - טאקע דער מסגד פון וואו די צעיושעטע אראבער גייען צומאל ארויס פרייטאג צעהיצטערהייט אזש ס'פעלט זיך אויס צו רופן ראיאט פאליציי - אריין אין מיין פנים. ס'איז געווען גאנץ שרעקעדיג, אבער דאס איז דאך דער אינטרעסאנטקייט...
מיר זענען ארויס פון דארט זייער צופרידן. און ס'איז געווען - אזויווי כמעט יעדע מוזעאום אין ארץ ישראל - זייער ביליג.
רעקאמענדאציע: 85%.
וועבזייטלעך: אין עברית, העתיקה. און משרד התיירות.
אין ענגליש, Jerusalem Archaeological Park.

- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: מסעות ד'שש משזר.
ונבנתה העיר האט געשריבן:זייער שיין, שש.
די ארגינעלע שטיין געפונט זיך אין טערקיי.
ירא שמים האט געשריבן:וואו רעדט ער וועגן א שטיין?
קען מיר איינער געבן צופארשטיין וואס טוט זיך דא?ונבנתה העיר האט געשריבן:כ'געדענק זעענדיג לעצטע מאל א סיין אינמיטן וועג, וואס מ'האט אנדעקט אין ארץ ישראל, וואו די מערה-האקער'ס וואס האבן געהאקט פון ביידע זייטן
חזקיהו האט געלאזט אויסהאקן א טייך ?
און דער שטיין וואס איז געווען אין פלאץ וואו מהאט אויסגעהאקט איז אין טערקיי?
איים אלל מיקסט אפ