- "נעקסט פליז"
-"יא, געמער צוויי סלייסעס מיט א טשיז פרעצעל"
-"דעטס איט?"
-"ניין. געמער זעקס גארליק נאטס מיט א ספייסי פרייס טו סטעי"
-"נעקסט אין ליין פליז"
-" די פיצא איז פריש?"
-"נו, זיכער. אלס איז פון היינט"
-"איז געמער א סלייס"
---
איך שטיי היינט אין פיצא סטאר נאך א שווערע נאכט, די בעיבי האט פארפירט (און די ווייב האט טעראריזירט), איך פרוביר מיין בעסטע אויפצונעמען די קונדען מיט א שמייכל, אבער ווי שיין איך בין צו די קליענטן, ווי שטארק איך ווארט פאר א שכויח און א דאנק, קען איך עס פאר סאם ריזן נישט הערן. דער פראבלעם איז אז דאס חזר'ט זיך איבער טאג איין טאג אויס. נישט אז נעכטען איז געוועהן אנדערש, מה פתאום?! מען קומט אריין, קוים וואס מ'זאגט גוט מארגן, און אן קיין פליז & טענק יו גייט מען די זעלבע וועג ווי מ'איז געקומען.
וואט דע העלל?!
ווען כ'האב ווען א צל של ספק אז מארגן וועלן זאכן פלוצלינג זיך טוישן, וואלט איך געשוויגן. איך ווייס אבער פון עקספיריענס אז דאס וועט קיינמאל פאסירן. איך קען גוט מיינע קונדען. א באנדע אויסניצערס.
יעצט, איר הייבט אוודאי אייער אויגן-ברעמען, און וואונדערט זיך הויעך וואס וויל שוין ווידער דער אפטע? סתם באבלאזען? פארגעסן צו נעמען זיינע כדורים? איז לאמיך אייך זאגן חברה, ניין, גארנישט איז נישט געשעהן. איך בין נישט אין קיין דעפרעסיע און מיינע פיללן זענען שוין אין מאגן. וואס דען? איך ליג אין בעט און כ'האב נישט וואס צו שרייבן. נו, איז וואס איז דער עצה? פירקלען שטותים! וואס, כ'בין משוגע? נו נו.
כ'האף איר האט נישט טענות אז כ'האב גע'הרג'עט ענקער צייט. אויב יא בעט איך מחילה.
---
שטותים שרייבט ער ליידער,
אפטע פון דא גיידער,
אפשר גייסטו צוריק אין חדר?
באריסטא קום מאך סדר.
ס'גייט מיר אבער ווייניג אן,
כ'העל טאן וואס איך וויל טאן,
כ'האף כ'וועל איינשלאפן סאן,
איידער קרייען טוט דער האן
ס'גייט שוין טאקע אויף די געהירן,
טרייען, דרייען און פרובירן,
אקעי, אפטע, הער אויף פארפירן,
טוסט ערענסט נערווירן.
א מעשה מיט אן אויסניצער
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
אפטע מיט פראבלעמען זאלסטו זיך אלץ דרייען
אזוי ארום אונזער שטיבל דערפרייען
שרייבן שטותים זאלססטו ווי מער טרייען
אונז ליבן ווען די טוסט אויפן וועלט קרייען
פון ווער עס בעט גארליק נאטס צו עסן אויפן ארט
זאלסטו נישט עקספעקטן קיין גוט ווארט
גיס אים אן מיט אייז וואסער א קווארט
און ער קען גיין כאפן א גליטש ביים פארט
דער וואס ריקט צוויי סלייסעס איז א פרעסער
נעקסט טיים זאל ער בעטען בעסער
א גאנצע פיי, ס'איז אסאך גרעסער
מן הסתם קאוק טרינקט ער צוויי פעסער
דער וואס פרעגט אויב די פיצע איז פריש
להכעיס גיב אים א אלטע קניש
אדער גאר געפילטע פיש
אין א שמוציגע דיש
קוק מיר נישט אן ווי איך קום פון די MOON
ווייל אפטע'ס פנים גייט זיך אויפבלאזן ווי א באלאן
ער זעהט גאר אויס ארויסגענומען פון א קארטאן
און פון זיינע מכות בין איך נישט immune
כ'האב געטרייט מייין לאק
מעיבי נעקסט טיים וועט מיר עס געלונגען
אה BTW טענקיו ענד גוד נייט...
אזוי ארום אונזער שטיבל דערפרייען
שרייבן שטותים זאלססטו ווי מער טרייען
אונז ליבן ווען די טוסט אויפן וועלט קרייען
פון ווער עס בעט גארליק נאטס צו עסן אויפן ארט
זאלסטו נישט עקספעקטן קיין גוט ווארט
גיס אים אן מיט אייז וואסער א קווארט
און ער קען גיין כאפן א גליטש ביים פארט
דער וואס ריקט צוויי סלייסעס איז א פרעסער
נעקסט טיים זאל ער בעטען בעסער
א גאנצע פיי, ס'איז אסאך גרעסער
מן הסתם קאוק טרינקט ער צוויי פעסער
דער וואס פרעגט אויב די פיצע איז פריש
להכעיס גיב אים א אלטע קניש
אדער גאר געפילטע פיש
אין א שמוציגע דיש
קוק מיר נישט אן ווי איך קום פון די MOON
ווייל אפטע'ס פנים גייט זיך אויפבלאזן ווי א באלאן
ער זעהט גאר אויס ארויסגענומען פון א קארטאן
און פון זיינע מכות בין איך נישט immune
כ'האב געטרייט מייין לאק



מעיבי נעקסט טיים וועט מיר עס געלונגען
אה BTW טענקיו ענד גוד נייט...