חינוך, געזעץ, און קאווע שטיבל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
חינוך, געזעץ, און קאווע שטיבל
1.
ראובן און שמעון, צוויי ביזנעסלייט וואס ארבעטן שווער אויף פרנסה מדי יום ביומו און זענען ב"ה שיין מצליח. 2 גוטע חברים נאך פון די יונגע יארן אין ישיבה, פלעגן זיי זיך כסדר טרעפן און דורכשמועסן ביזנעס. אצינד האבן ביידע באשלאסן צו נעמען א ברעיק פון די טאג-טעגליכע שוועריגקייטן, און פארן אינאיינעם פאר א געשמאקע וואקאציע, אויף איין וואך.
זיי האבן איבערגעגעבן די בשורה פאר זייערע ווייבער, אז זיי פארן אליינס אוועק פאר א וואך. מיט די הסכמה פון די געטרייע ווייבלעך, וועלכע האבן אפרישיעטעד די עבודה קשה פון זייערע מענער במשך דעם יאר, האבן זיי אנגעגרייט מיט עקסטאז אלע נויטיגע צוגעהערן, ווי וועש, שווים קליידער, קראק'ס, סעלפאן טשארדזשערס, א.א.וו. דערנאך זענען ביידע געגאנגען אינאיינעם אין עטליכע געשעפטן און גראסערי'ס איינצוקויפן צו נאשן והמסתעף... פולע מאלצייטן וועלן זיי שוין קויפן דארטן ביים וואקאציע ארט, אבער די זייטיגע קלייניגקייטן גרייט מען זיך אן פון פאראויס.
ראובן האט לעצטנס ארויסגעליעסט א שפאגל נייעם, פולי-לאודעד סובארבאן. עס שמעקט נאך פון די פרישע לעדערנע זיצן און ריינע קארפעט, און ביידע חברים וועלן נעמען א שאנס, יעדער וועט דרייוון אביסל פונעם לענגערן וועג. דער וועג זעלבסט וועט אויך זיין א חלק פונעם וואקאציע, ווי ביידע וועלן הנאה האבן פון די רואיגע וועגן און שיינע לאנדשאפט. זעלבסטפארשטענדליך מען וועט אינצווישן זיך אפשטעלן אין רעסט עריע'ס זיך אויסצוציען די ביינער, צו כאפן א בעסקיס אדער א קאווע, און נעמען א טרינק בראנפן ביזן קרעטשמע.
די 2 האבן געהאט ענטוזיאסטישע פלענער. ארויסצונעמען א שיינעם סוויט אויף א הויכן שטאק אינעם האטעל, וואס האט אויך א פריוואטע פארטש מיט א הערליכע פאנאראמישע אויסקוק צום ים. מען וועט זיך גוט אויסרוען אין די באקוועמע בעטן.
* * *
פעסט פארווערד, די וואך איז פאריבער, העכער אלע ערווארטונגען. די רואיגקייט פון זיצן ביים וואסער אונטערן זון, אדער שפאצירן צווישן די ביימער מיט אן אנגענעמע ווינטל פון די בלעטער, אדער קריכן אויף הויכע אוואנטוריסטישע בערג, און די שווימען אין פריוואטע פול'ס, און אינדערצווישן אפאר גוטע מאסאדזשעס, און די דעלישעס עסן פון די דארטיגע רעסטוראנען, ווי פוד-מעיקס-די-מוד, האט איבערגעלאזט א הערליכן רושם אויף ביידע פון זיי, און וועט פארבלייבן יארן לאנג אין זכרון, און נאך לענגער אויף די בילדער וואס זיי האבן געכאפט.
זיי האבן אהיימגעברענגט א שיינע מתנה פאר זייערע ווייבער און קינדער, און אהיימגעקומען אויפגעפרישט מיט פרישע כוחות צו קענען ווייטער אנגיין מיטן טאג-טעגליכן לעבן.

וירח ה' את ריח הניחוח
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
2.
"קינדער! איך האב פאר ענק פרייליכע נייעס!" רופט אויס דער פרינציפל פונעם שולע. "מיר גייען אויף אן עקסייטינג טריפ, די גאנצע קלאס צוזאמען!" און לייגט צו: "מיר וועלן אלע ארויספארן מיט 2 באסעס, און פארוויילן אויף 3 טעג"! און פארענדיגט: "ויהיו נכונים ליום השלישי, דינסטאג פארט מען ארויס, יעדער זאל זיין גרייט מיט אלע נויטבאדערפטיגע צוגעהערן וועלכע שטייט אויפן ליסטע וועלכע מען גייט יעצט אויסטיילן פאר יעדן".
די קינדער ווערן עלעקטריזירט. מען גייט אויף א געשמאקן אויספלוג, מען וועט צושטעלן עסן און שלאפן און פילע אינטרעסאנטע אקטיוויטעטן. דאס חלום פון א קינד!! א דריעם קאם טרוא!! וואס קען זיין בעסער??
יעדער נעמט דעם צעטל, און מאכט זיך גרייט.....
דינסטאג צופרי. אלע קינדער שטייען אויסגע'שורה'ט, אין באגלייטונג פון די טיטשערס און פרינציפעלס. יעדעס קינד באקומט א צעטל פון די רול'ס און די סקעדזשועל פאר די קומענדיגע 3 טעג. א פונקטליכע באריכט ווען מען גייט עסן פרישטאג מיטאג נאכטמאל, ווען מען גייט שלאפן און ווען מען וועט וועקן, און ווי אזוי מען זאל זיך האלטן צוזאמען אז קיינער זאל זיך נישט פארלירן, און נאך עטליכע פאראגראפן איבער סעיפטי.
די ערשטע וועג איז אדורך בשלום. מען איז אנגעקומען פארנאכטס, היבש אויסגעשעפט פונעם טורח הדרך. גלייך נאך סאפער און א קורצע אקטיוויטעט, זענען די אויסגעמוטשעטע קינדער באפוילן געווארן זיך צו גיין לייגן, כדי צו שעפן פרישע כוחות פאר מארגן.
איין קינד, אן אויבער-חכם, שוין א באקאנטער טראבל מעיקער אין סקול מאז ומקדם, האט געוואלט האבן "פאן". ער האט געמאכט פון זיין בעט מאדנע קולות און גרימאסן און געשטערט אנדערע קינדער שלאפן. 2 קינדער זענען געגאנגען "באריכטן" פארן פרינציפל, וועלכער האט געווארנט דאס קינד אז עס איז נישט גערעכט וואס ער טוט, און נאך איין קאמפלעינט ער באקומט וועט ער אים מוזן באשטראפן. ווי דער שטייגער פון קינדער וועלכע זענען "קיינמאל נישט" שולדיג אין גארנישט, האט ער זיך אביסל באליידיגט, אבער האט אפגעווישט די נאז, און געגאנגען שלאפן.
צופרי נאך פרישטאג האט דער זעלבער קינד געטשעפעט און פארשעמט אן אנדער קינד ברבים, ביז יענער האט אויסגעבראכן אין א געוויין. דער פרינציפל האט געטון וואס ער האט געהאט צו טון, און געמאכט ארדענונג, כדי די איבריגע קינדער זאלן זיך קענען ענדזשויען און זיך אויסבארדען...
* * *
קען איינער מסביר זיין דעם חילוק פארוואס ווען ראובן און שמעון זענען געפארן פאר א וואך וואקאציע האבן זיי נישט געדארפט קיין משגיח, קיין RULES און תקנות, און קינדער וועלכע פארן פאר האלב די צייט איז 10 משגיחים נישט גענוג?

3.
אמעריקע. דאס וויגעלע פון פרידאם. ממנה יתד ממנה פנה, זיי האבן איינגעפלאנצט די קערנדלעך פון פרייהייט איבער די וועלט. געענדיגט מיט דיקטאטורישע געוועלטיגער וועלכע האבן געטאן מיט זייערע אונטערטאנען ככל העולה על רוחם.
אמעריקע האט בשעתו אין די בראשית יארן געמאכט די קאנסטיטוציע, געבויעט אויף אפאר שטארקע יסודות, וואס זאל פארזיכערן פרייהייט און גלייכבארעכטיגונג אייניג פאר אלע בירגער.
משם ועד הנה. היינט זענען פאראן שווערע מיליאנען געזעצן, ועוד ידיהם נטוי', יעדע יאר קומען ארויס פון די קאנגרעס און סענאט הייזער נאך פילע געזעצן (צומאל ממש איבריג און איבערגעטריבן, צי וועגן געוויסע אגענדעס צי וועגן געוויסע לאביאיסטן, און לכבוד דעם פארמאגט אמעריקע די מערסטע ארעסטאנטן אין פארגלייך צו אנדערע לענדער). אלענפאלס, ווען מען זאל פארגלייכן אמעריקע היינט צו אמאל (אין דעם הינזיכט), וועט דאס נישט זיין צום דערקענען. אן אנדערע וועלט, א לאנד פון געזעצן.
וכל כך למה?
זייער פשוט. דאס לאנד האט זיך אנגעהויבן בויען אזוי ווי ראובן און שמעון, במתי מעט, מיט א וויזיע פאר בלויז עטליכע מענטשן מיט גוטע כוונות, ע"פ רוב אנטלאפענע פון די דיקטאטורישע לענדער וועלכע האבן געלעכצט נאך אביסל פרייהייט. ווילאנג עס איז געווען געציילטע ערוואקסענע פארשטענדליכע מענטשן, פעלט זיך נישט אויס צופיל געזעצן, צופיל תקנות. מען פארשטייט זיך איינער מיטן צווייטן, כולם לדבר אחד נתכוונו. איינמאל דער ציבור ווערט גרעסער, מיט אנדערע כוונות, אנדערע שאיפות, אנדערע מיינונגען, אנדערע מדות, מוז מען צעביסלעך הייבן די מספר התקנות פאר יעדנ'ס וואוילזיין און צעפרידנהייט, מען מוז אויך באשטראפן מער, ווייל ברוב דעות לא יחדל פשע, ואלמלא מוראה של מלכות – אדער מנהל – וואלט געווען א הפקר וועלט.
הגע בעצמך. ווען קאווע שטעטל זאל עפענען א מוסד, וואלט עס מתחילה געווען א מחי'. אלע ניקס אחים לדעה וואס זענען דערביי וואלטן אריינגעשיקט די קינדער מיט די זעלבע כוונה, אפלאזן די אכשר דרא אנשיקענישן, און פארדרייטע לימודים, און וואלטן משנה זיין א זיז כל שהוא-צוויי-דריי לויטן געברויך פונעם דור, כדי צו קענען אריינגעבן די ריכטיגע חינוך אין אונזערע קינדערלעך. אבער ווי לאנג, מיינט איר, וועט קענען אנהאלטן די פרייע מענטאליטעט? עס איז ברור כשמש אז ביז עטליכע יאר, ווען דער מוסד הייבט זיך אן אויסשפרייטן, וועט מען מוזן איינצוימען געוויסע זאכן, און מתקן זיין עטליכע תקנות, על אפם וחמתם פון די ערשטע פיאנירן וועלכע האבן מקיים געווען דעם לכתך אחרי במדבר מיט מסירות נפש און געווען פון די עשרה נחשונים אוועקצוגעבן דאס לייב און לעבן פארן מוסד. פארפאלן, דאס איז די וועלט, אזוי ארבעט ציוויליזאציע. עס איז אנדערש נישט מעגליך. ווילאנג ראובן און שמעון גייען 2 חברה אליינס, דארף מען נישט קיינע תקנות, קיין שטרות, קיין באפעלן אדער עונשים. איינמאל עס ווערט א גרעסערע קבוצה, מוז מען אנהויבן איינשטעלן ארדענונג, ווייל אז נישט, איז די הפקרות א זיכערע רעסעפי פאר דיזעסטער.

כלפי מה דברים אמורים?
דער עולם וואונדערט זיך, "וואס האט פאסירט מיט קאווע שטיבל"? הימים הראשונים היו טובים מאלה! עס איז אמאל געווען גוטע זיסע צייטן, ועתה אהה, א נייע שטיבל, מאדנע שרייבערס, פאררוקטע אשכולות, עס הערשט א צענזור, מען מעקט, מען טוישט, מען שפארט אויס... מען פארברעכט מיט די הענט, וויי געוואלד, הזאת קאווע שטיבל??? מי יתן לנו תמורתו....
איז אבער דער תירוץ זייער קלאר. בעת ההוא ווען דער שטיבל האט זיך געעפנט, איז עס געווען במתי מעט, אפאר יוצאי דופן פון אייוועלט, וואס דער עיקר כוונה איז געווען צו צעברעכן דעם "וואנט-פון-שטילקייט", די הארטע צענזור פון אייוועלט, וואס יעדע ווארט שלא ע"פ רוחם פון א מנהל איז געווארן פארמעקט תוך כדי דיבור. בעיקר זענען זיי באשטאנען פון טיפערע טראכטער, יושבי אור בלע"ז, וואס האבן געזוכט דעם ליכטיגקייט אין דעם פינסטערן וועלט, און מען האט זיך טאקע בעיקר פארנומען מיט טיפזיניגע נושאים וואס לאו כל מוחא סביל דא אויף אייוועלט, אבער עס האט געהאט די באזונדערע חן אז נאר ערנסטע נושאים זענען אויסגעשמועסט געווארן בבינה ודעה והשכל, בשכל הישר ובסברא נכונה, מיט א ברודערליכע ליבשאפט. גארנישט אנדערש ווי די ערשטע אימיגראנטן קיין אמעריקע.
די גאנצע ווארט פארן נייעם מעמבער איז באשטאנען פון א קורצע קאנסטיטוציע, און די מנהלים האבן זיך אונטערגענומען אז מען וועט נישט מעקן אן קיין סיבה, נאר אין ערגסטן פאל לייגן די פאר מיסט-הודעות אין א דעזיגנירטן מיסט קאסטן (איינער געדענקט נאך?..), און מען וועט זיך פארלאזן אויפן שכל הישר פון די ניקס אז יעדער וועט שרייבן כראוי וכיאות, און שלום על ישראל.
און מיינט נישט אז מען האט בלויז געשריבן אזעלכע ערנסטע נושאים אין תורה ומחשבה. פארשטייט זיך אז דער סיסטעם געהאקעכץ איז שוין געווען אין סטייל פונעם ערשטן טאג, (דאן איז עס געווען איבער די מערכה אקעגן דעם שטערן און שפאקטיוו), און מיר האבן געהאט זר זהב וכת דיליה וואס האט אונז אונטערגעהאלטן שפאנענד מט זייערע זיסע קיוט אשכולות, מיר האבן געהאט א קופערניקוס וועלכע האט אונז געקיצעלט פאר געלעכטער. דאס אלעס אויסער די גרעסערע קנאקערס ווי יאנקל, יידל, שרגא, און נאך פילע וועלכע האבן דערלויכטן אונזערע קעפ מיט זייערע ידיעות און תוכן.
איז אבער דור הולך ודור בא, קאווע שטיבל איז געווארן פון א כרמלית א רשות הרבים, עס קומען טעגליך אריין נייע ניקס, פוק חזי אינעם שלום עליכם פארשטעלן אשכול, ניקס מכל המינים, פון קלוגע ביז פארקערטע, פון וואוילע ביז טשעפנאקעס, פון האלב-אפגעפארענע ביז אלטרע-פרומע, עס קומען היינט אריין אין א וואך מער ניקס ווי אמאל אין א חודש. און כאטש וואס מען פרובירט אנהאלטן דעם פרייהייט פון ווארט פאר יעדן באזונדער, און קאווע שטיבל זאל זיך שפירן ווי א געשמאקע אויספלוג אינמיטן די שווערע רעאליטעט פונעם לעבן, שווימען כסדר אויף מער און מער טראבל מעיקערס, פון אלע צדדים. ד.ה. מאנכע פונעם רעכטן חדר טוען באריכטן, פארפירן און שוימען אנטקעגן די "אויפגעקלערטע" ניקס און קעגן יעדן בילד וואס האט א אפשר א פרוי, בעת דער לינקער חדר איז אויפן אנדערן זייט פון די מטבע, און עסן זיך דאס געזונט ביי יעדן פארמעקטן ווארט, געטוישטע אשכולות, בלורי פרויען, א.א.וו. מאנכע טראבל מעיקערס ניקס שפירן אז זיי קענען טון וואס זיי ווילן, הייבן זיי אן צו צימבלען און טשעפען אנדערע ניקס ברבים, און מחמת דעם האט די הנהלה עטליכע מאל געמוזט מוסיף זיין תקנות אויף אונזער קורצע קאנסטיטוציע, און ממילא איז שוין געווארן אסאך תגובות אקעגן דעם געזעץ, און קינדער א.ג. מסור-קעצלעך קומען באריכטן יעדן טאג אויף עפעס אנדערש, רבי, קעלנער, סדרן, מנהל, ווי לאזטו דאס צו.... און וויבאלד מען פרובירט זיך מטפל זיין מיט יעדן באריכט קומט אויס אומאיינגענעמע רייבערייען, און אפילו נאכן מתקן זיין דעם צימעס אפטיילונג וואס דארט לאזט מען זיך הרג'ענען ביי די קעפ ביז בלוט (וויבאלד די קאליר ברוין איז נישט אזוי סענסיטיוו צו רויט..) איז נאך אלץ געבליבן אין די געווענליכע אשכולות דעות שונות און מחלוקת, און על כרחך מוז מען אננעמען א שטרענגערן מהלך נישט צו ערלויבן אזא הפקירות פון ביידע עקסטרעמען, און אויטאמאטיש קען זיך דאכטן אז קאווע שטיבל האט גענומען א טריט נענטער צו א אייוועלט קולטור, ווען אין פאקט איז עס ווייט נישט אזוי!
איז דעריבער וויכטיג צו פארשטיין די פסיכאלאגיע אונטער דעם. גענוי ווי אמעריקע איז די לאנד פון פרייהייט האט קיינמאל נישט געטושיט די קאנסטיטוציע, אבער מוז האבן מער פאליציי לויט די צאל מענטשן און פארברעכנ'ס, פארשטייט זיך די פאליציי טאר נישט טון צופיל, אויב יא ווערט ראיאטן ממש א פחד... כן הדבר הזה, די קאנסטיטוציע פון קאווע שטיבל איז נאך אלץ נר לרגלינו, אבער די שטיקעלע צענזור און די נייערע תקנות וואס די מנהלים לייגן ארויס איז אך ורק לטובתינו און נאר נאך אסאך מחשבה און ישוב הדעת. און און לאמיר פרובירן זיי דן זיין לכף זכות, כאטש מען מעג קריטיקירן אויף א נארמאלן אופן.
און די זעלבע ווען מען בייזערט זיך אויף די נארישע אשכולות, וואס קען מען טאן, עס זענען כהיום יום שוין דא איבער 1400 ניקס (נישט אלע די קלוגסטע), אנשטאט די ערשטע 50 קלוגערע, און יעדער האט א דיפערענט מהלך המחשבה און סענס אף הומאר (אדער איינגערעדטע סענס), יעדער גלייבט אין זיין רבי'ן/חסידות/שיטה, און אויב צוויי אידן מיינט 3 דעות, אפגעהיטן זאל מען ווערן וואס מיינט 1400 ניקס, אלזא דארף מען ארויסווייזן אביסל טאלעראנץ, און לאזן יעדן אויסגעבן זיין טאלאנט, איינער אין היסטאריע, איינער אין מחשבה, איינער אין פאעזיע, און איינער אין הומאר, איינער אין נייעס, און איינער אין טעכנאלאגיע, א.א.וו. און אז מען וועט גוט אריינטראכטן, וועט מען זעהן אז עס פאלט אריין אסאך גוטע מאמרים און פיינע אשכולות, מען דארף נאר מער בורר זיין האוכל מתוך פסולת, וועט מען זעהן אז מען קען זיך פיין פאסמאקעווען דא.
הגם איך בין טאקע פון די עלטסטע שרייבער און א גאר אקטיווער חבר אין שטיבל, און אפילו אן אחראי, אבער די פאליסיס פון דער הנהלה איז פונקט אזוי פארבארגן פון מיר ווי פון די אנדערע ניקס. ווען איך הער די שאלות צי דא הערשט א נייער גייסט? צי עס זענען אריינגעברענגט געווארן נייע געזעצן? הייב איך אן אריינטראכטן, אבער עס זעט מיר אויס קלאר אז נישט. די נייע מנהלים זענען, ווי עס שיינט, בלויז דעם ארעם פאר דער זעלבער אלטער הנהלה ווי אמאל. אויב מערקט זיך אן שינויים, אויב ס'זעהט זיך אויס ווי מ'מעקט מער, איז פשוט ווייל די זעלבע אלטע תקנות קלאפן אויס אנדערש מיט א ריבוי עם. אז דער ציבור האט זיך צעברייטערט מיט א פילפארביגן קליענטעל, ווערן די מנהלים און אחראים געשטראפט מיט א 'תכבד עליהם המלאכה''. מען קען אפשר אפילו זאגן, אז "פראצענטואל" מעקט מען היינט ווייניגער ווי אמאל.
אלנפאלס, איך בין נישט קיין אפיציעלער ווארט זאגער, קיינער האט מיר נישט געבעטן זאגן א מיינונג אדער איינעם צו פארטרעטן... דאס איז דעתי העני' וואס קוקט מיר אויס פון מיין ביסעלע עקספיריענס. דאס זעט מיר אויס, אז כל המטיבין לא במהרה מריעין, אזוי בלייבט עס, דאס איז דער פרישער סטאטוס קווא, סיי מיט'ן קלייענטעל איז עס מער נישט די הייפעלע עליטיסטן פון אמאל, קאווע שטיבל איז אן עמך זאך פון שפיץ חכמה ביז קינדערישע פארוויילונג, עס נעמט אריין דעם גאנצן ספעקטרום פון פאלק, און מיט דעם קומט מיט אז די הנהלה איז געקומען צו דער אנערקענונג אז צו האלטן א מינימאלע ארדענונג מוז מען א טראפעלע איינציען דעם פאסיק... מ'מוז אריינבארן א נייע לאך אינעם אלטן סטראפ... און איך האלט אז ס'וואלט געווען א שיינע זאך אז דער ציבור זאל האבן איינזעעניש מיט א מהלך וואס איז פאר יעדנ'ס טובה.
וואס גייט פאר מיט קאווע שטיבל איז קיין פראגע, קאווע שטיבל בליעט ב"ה ווי קיינמאל בעפאר. עס איז סוכ"ס דער זעלבער אלטער קאווע שטיבל, נאר מיט אן עקסטענשען, עס איז מער קאלירפול, מיר האבן דא ניקס מכל המינים. אינעם היכל הביהמ"ד שמועסט מען טיפע דברי חכמה ומדע און ביים אנדערן ווינקל קופקעט מען און מ'ווייקט זיך אין מקוה. זאל יעדער אויפזוכן וואס ער גלייכט און איגנארירן דאס איבריגס.
* * *
און צום שלוס, טאמער מיינט איינער אז די עצה איז צו עפענען א נייעם פארום מיטן ריכטיגן פרייהייט פון ווארט, קען איך שוין יעצט גאראנטירן אז ביז געציילטע יארן וועט עס אויכעט אויסקוקן ווי די "נייע" קאווע שטיבל... אדער ווי קרעטשמע. יור טשויס.
זייטס מיר אלע געזונט און פריילאך!
שמחת יו"ט!

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג: דיין מאמר איז הערליך שיין. מתוק מדבש. כמים קרים על נפש עייפה...! איך האב נאר געלייקט דעם נמשל. ווייל איך גלייך צו צוגיין גראד צום נמשל.ווען איינער וויל מיר אריינזאגן אין באב'ן אריין, אדער וויל ער עפעס א טובה פון מיר און ער הייבט אן מיט משלים און מעשיות, זאג איך איהם גיי צו גראד צום פינטל. וואס ווילסטו...?!... נאר איך האב ליעב דיינע מעשה'לעך אויך. הגם כ'האב א סאך קשיות אויף זיי. אבער איך האב בקבלה פון מיין רבי'ן דער הייליגער יארמער רב שליט"א אז אויף מעשיות פרעגט מען נישט קיין קשיות. נאר בעצם ביסטו גערעכט מיט דיינע מסקנות. איך פערזענליך שפיר נישט אז מ'צענזורירט און מ'טוט אונטערדריקן די פרייהייט פון ווארט מצד ההנהלה. א יעדער איינער דארף זיך אליינס צענזורירן און פארשטיין וואס מ'דארף יא און וואס נישט צו שרייבן. פארשטייצעך, בייזוויליג פוגע זיין אין די געפילון פון א יחיד אדער א רבים איז נישט קיין גוטע מדה.
אני הקטן, אפילו איך זאג אדער שרייב אמאל א שטעך ווערטל איז עס אויך באצוקערט מיט א ביסל הומאר....!
ס'איז טאקע דא נארישע אשכולות (כך נראה לעניות דעתי) וואס איך וואלט מיך געשעמט אויפצומאכן. דארט שרייב איך טאקע לפי רוחו פונ'ם פתיחת האשכול. אויך א ביסעלע נאריש און הומאריסטיש...!

- בעל מדות
- היימישער באניצער
- הודעות: 367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
- האט שוין געלייקט: 628 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל
איך האב מיט גינסטיגע פארגעניגן אפגעלייענט דעם אויפריכטיגע אנאליז איבער קאווע שטיבל פון אמאל ביז היינט, עס האט זיך געשפורט ווי קאלטע שלונג וואסער אין א פארטרוקנט, אויסגעדארשטער מאן נאכן ארויסשפאצירן פון מדבר אין א הייסע זומער טאג.
דיינע משלים און אינטערסאנטע ידיעות וואס די טיילסט מיט זענען בעצם אינטערסאנט און די וועג וויאזוי די שלייפסט אריין קאווע שטיבל איז קונסט ע"פ מיין ארימע שטאנדפונקט.
איך האב דא לעטצענס באגעגנט א מאמר וועלכע האט א שטארקע השפעה אויף מיין טאג טעגליכע לעבן נעמליך "איינער וואס איז א פאזיטיוויסט קוקט נישט אויב זיין גלעזל איז האלב פול אדער האלב ליידיג ער איז אפטעמיסטיש אז ער האט א גלעזל בכלל".
יעדע זאך קען מען אנקוקן פון צענדליגע שטאנדפונקטן, און ספעקטרום'ען, פאזיטיוו, אדער נעגאטיוו, די צימעס בעסקיסע דא איז יוכיח אז בעת ווען טייל מענטשן גלייבן אין זייער רבי/ראש הישיבה/כלל טוער/שעטנז אינטערזיכער, און וואטעווער יו וואנע קאל איט אז ער איז די מאן פון יאר הינדערט, זענען דא אנדערע וועלכע וועלן דיר ברענגען ראיות אז דער זעלבער מאן האט אויף זיין רעקארד ליסטעס פון שאנדפולע פארברעכן א. א. וו.
אינזער קאווע שטיבל דא, איז אין די לעצטערע זייטן א ברענעדיגע דיסקוסיע דא, מען האקט, שניידט, רייסט ארונטער, ווי הוגה און נאך צאללאזע, איך האב נישט צופיל געהאט וואס צו אריינגרעבצן אינעם טעמע און ברעטשן ווי א ליליפוט איז אויך נישט אויף מיין אגענדע, אלזא האב איך געשוויגן און זיך צוגעקוקט, אבער דא האט די ענדע פונעם טונעל זיך ענדליך באוויזן, שמעקעדיג האט ווי א ריכטיגע שמעקיוויסט הערליך אבזערווירט דעם ספעקטאקל און איר געטראגן צו אן אנדערע ריכטונג ווי די זוהן זאל אויפשיינען צו א נייע פרימארגן און גענימען דעם גאנצן דיפרעסיע מאוד און אפגעשינדן הענט און פיס און ארויסגעטראסקעט פונעם הונטער גאראדזש, ווי א פאזעטיווע זויל וואס פארשפרייט צופרידנהייט און דאס איז עפעס וואס דארף אלעמאל זיין דאס ערשטע יסוד המחשבה, קוקן מיט א בליק און זעהן דעם עצם גלעזל מיט אירע פראכטפולע קאלירן.
בכלל ברעטשען ברענגט אומעט און שפיגלט אפ א צובראכן אומסוקסעספולע מקום, וועלכע פארטרייבט ניקים און לייענערמען דארף אלעמאל נעמען אין באטראכט די צוזאג פונעם מיטעלער רבי זי"ע וואס האט צוגעזאגט פאר זיין משרת'טע בשעתן דורכפירן דעם הייליגן מנהג פון זימפלען קנאבל אז "קאווע שטיבל וועט נאך זיין א ווינקל פון תורה און הנאה ביז משיח וועט קומען"
לעטס טעיק די שמעקעדיוויזיע סיגנאל און אויפהערן קרעכצן.
יחי! קאווע שטיבל יחי!
יעצט [tag]הוגה[/tag]'עניו שטעל זיך צום קאנאן שיסער...לול
האט'ס מיר אלע ליבע אידן א פרייליכע יום טוב שבועות מיט [tag]שמעקעדיג[/tag]ע בלימען און כל טוב

מ'מאכט זאכן מעגליך.
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]א הערליכע משל ונמשל, [tag]שמעקעדיג[/tag]. עס איז מלא חיות, ס'טוט זיך טריפס, סובארבאנס, קעניגן מיט דזשעלי סענדוויטשעס, אמעריקא און ארם נהריים. דיין כח הדמיון איז איינס פון טויזנט און דיין שריפט בכל אלה לא מצאתי. אין קורצן זאגסטו אז די אלע וואס באקלאגן זיך אויף די פארמערטע צענזור און תקנות אין ק"ש האבן אזא פנים ווי די וואס באקלאגן זיך אויף אמעריקא. איך בין גענצליך מסכים מיט דיר...
אגב, אלץ אויפריכטיגקייט מוז איך אויסקלארן א קענטיגע טעות וואס מאנכע האבן געמאכט. אין מיין ארטיקל האב איך מיר בכלל נישט אפגערעדט אויף תקנות אדער צענזור, מיינע הערות זענען געווען געראכטן אין א גאנץ אנדערע ריכטונג. דער וואס האט געדארפט פארשטיין האט האפענטליך פארשטאנען. (איך האב נאר געשריבן מיין הערה ביים ענדע פון יענע אשכול, נאכן זעהן אז מאנכע אדווואקירן מער באגרעניצונגען, האב איך געזאגט אז איך האלט נישט דערפון.)
.[/justify]

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: חינוך, געזעץ, און קאווע שטיבל
רב שמעקעדיגס רייד זענען אמת און ריכטיג, אבער דאס נעמט נאכנישט אוועק פונעם פאקט אז אויב קומט יעצט דזארדז וואשינגטאן אויף א באזוך צו די Usa וועט ער זיך פילען זייער אומהיימליך,
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
יאפ אזא 'זיסע ציפ' קען נאר שמעקעלינו דעליווערן. כ'האב שוין געשריבן אז מיר געפעלט גראדע יא די נייע הנהלה'ס פאליסיס און הנהגות.
העי וואס ביסטו מרמז דארט ביים סוף? הערסטו עפעס ברומען מאחורי הכותל צויישן יוצאי/נידחי/מורדי ק''ש אז זיי פלאנען א נייע סייט אדער ביסט סתם מקדים הציפ להפארום?

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
שמעקעדיג במיטבו!
א שטיקל [tag]שמעקעדיג[/tag] ריח ניחוח אשה לחברי השטיבל.
אזוי שיין ארויסצוברענגען די הרגשים פון אן-א-שיעור חברי הקאווע שטיבל, וואס האבן זיך געשפירט אזוי אומאנגענעם מיט די לעצטיגע אטאקעס און סומעטאכעס איבערן גייסט פון קאווע שטיבל, צו די חברים וואס זענען גאר געווארן צומישט און דערשראקן אז ס'קומט טאקע א דיקטאטורישע רעזשים צו געוועלטיגן מיט אן אייזערנעם פויסט איבער די פאר פרייהייט לעכצנדע חרדים לדבר ה' אשר לא כרעו לאייוועלט.
עד שבא שמעקעדיג וכלי מלחמתו בידו, ללחום מלחמת הקאווע שטיבל בנאמנה, ויז נצחו מלבושו וכו' בכוחו הגדול יבצור רוח נגידים פון [tag]הוגה[/tag] ברוחו הקשה ביום קדים... [ח"ו, הוגה טייערע, קיינער אטאקירט נישט הוגה דקהילתנו. מיר אלע ווייסן אז מ'דארף האבן ביידע זייטן פונעם ספעקטרום אז זאכן זאלן פארן כהוגן. וכבר אמר הבית ישראל מגור: 'ווען נישט ס'דא א סאטמארער רב, וואלט איך געדארפט זיין סאטמארער רב', ואכמ"ל].
ויען כל העם יחדיו ויאמרו: יישר כוחך רבינו שמעקעדיג! ניחמתנו שמעקעדיג ניחמתנו!!!
א שטיקל [tag]שמעקעדיג[/tag] ריח ניחוח אשה לחברי השטיבל.
אזוי שיין ארויסצוברענגען די הרגשים פון אן-א-שיעור חברי הקאווע שטיבל, וואס האבן זיך געשפירט אזוי אומאנגענעם מיט די לעצטיגע אטאקעס און סומעטאכעס איבערן גייסט פון קאווע שטיבל, צו די חברים וואס זענען גאר געווארן צומישט און דערשראקן אז ס'קומט טאקע א דיקטאטורישע רעזשים צו געוועלטיגן מיט אן אייזערנעם פויסט איבער די פאר פרייהייט לעכצנדע חרדים לדבר ה' אשר לא כרעו לאייוועלט.
עד שבא שמעקעדיג וכלי מלחמתו בידו, ללחום מלחמת הקאווע שטיבל בנאמנה, ויז נצחו מלבושו וכו' בכוחו הגדול יבצור רוח נגידים פון [tag]הוגה[/tag] ברוחו הקשה ביום קדים... [ח"ו, הוגה טייערע, קיינער אטאקירט נישט הוגה דקהילתנו. מיר אלע ווייסן אז מ'דארף האבן ביידע זייטן פונעם ספעקטרום אז זאכן זאלן פארן כהוגן. וכבר אמר הבית ישראל מגור: 'ווען נישט ס'דא א סאטמארער רב, וואלט איך געדארפט זיין סאטמארער רב', ואכמ"ל].
ויען כל העם יחדיו ויאמרו: יישר כוחך רבינו שמעקעדיג! ניחמתנו שמעקעדיג ניחמתנו!!!
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
אזוי ווי עס קאווע'ט זיך, אזוי אידישט זיך... אבער טאקע ממש א גענויע קאפיע!
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=28149
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=28149
וירח ה' את ריח הניחוח
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
וואס איז די סייט אמג אויף וואס זיי רעדן זיך אזוי אפ?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-