גייען די טעכנאלאגישע כלים פארבלייבן?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

גייען די טעכנאלאגישע כלים פארבלייבן?

שליחה דורך אבי גערעדט »

איך בין זייער נייגעריג צו וויסן, צו ווען משיח גייט קומען, אין די וועלט וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה', וואס וועט זיין דעמאלטס מיט סמארט פאונס, טאבלעטס, לעפטאפס וכו.? צו גייען זיי בטל ווערן כעפרא דארעה, אדער גייען זיי מיטקומען מיט אינז?

ווי באקאנט איז אלעס וואס געשעט אויף די וועלט, נאר וועגן די אידן, קומט אויס אז די גאנצע אינטערנעט איז דאך אויך נאר וועגן די אידן.
איינער ווייסט?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אויב די רבנים וועלן האבן הצלחה און אויסראטן די אלע כלים מקרב עם בני ישראל נאך פאר משיח וועט קומען, וועט עס זיכער נישט פארבלייבן! :D

דא רעדט מען שוין ארום דערוועגן.
וירח ה' את ריח הניחוח
קלוג און יונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך קלוג און יונג »

ס'דא וואס זאגען אז ומלאה הארץ דעה מיינט אינטערנעט און סמארט פאונס.
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך נס קאווע »

און לאמיר זאגן אז ס' גייט זיך נישט אויפהערן די אלע כלים, לעת עתה גייט דאך אלעס אזוי שנעל פאראויס, גייט דעמאלטס אויך יעדן טאג ארויסקומען נייע סמארט פאונס וכדו'?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אוודאי גייט מען ניצן טעכנעלאגיע, און נאך ווי!
ווען מ'וואקט אריין אין בית המקדש וועט זיין אויסגעשורעט קיאסק'ס ווי מ'וועט קענען אריבערוואקען און אריינפאנטשען אייער אינפארמאציע, אויב זענט איר שוין אמאל געווען דארט וועט אייך די קאמפיוטער דערקענען מיט פעיס רעקאגנישען, און דארט וועט זיין אפשענס, עולה, חטאת, תודה, אא"וו, געענדיגט מיט די ארדער קען מען סווייפען די קרעדיט קארטעל אדער וועט מען קענען אויפשרייבען, און די בהמה סוחרים וועלן גלייך ווערן נאטיפייעד מיט די ארדער, ביז צוויי מנוט וועט ער אריין וואקען מיט די קיען שעפסעלעך און תורים בני יונה וואס איר האט געארדערט און א לעמפעל וועט זיך אנצונדען אינעם לשכת בית המוקד מודיע צו זיין פאר די כוהנים אז א איד ווארט.

אויפן בית המקדש וועב זייט וועט מען קענען מיטהאלטן אויף א לייוו וועב קעם וואס ס'גייט פאר אין גאטס הויז, מ'וועט קענען הערן די שירת הלויים און נתעורר ווערען צו תשובה, די עולם פון די מעמדות וואס זענען געבליבען אינדערהיים וועט קענען מיטהאלטן די עבודה פון זייער שבט, און דארט וועט מען אויך אפדעיטען די עולם וועגן קאנסטראקשען און רענאוועישענס וואס קומט פאר אין און ארום דעם בית המקדש כדי צו פארמיידען איבעריגע קלעטערען און טרעפיק.

די בית דין הגדול אין לשכת הגזית וועט זיצען און דן זיין וואס די דין איז לגבי שבת און זמנים אויף די אידען וואס זענען אין די העכערע רוימען, אדער אויפן לבנה, אויב מיינט קאנטראלד מאשינען גייט אריין אין כלל פון מלאכת מחשבת אסרה תורה אדער נישט. אפוינטמענטס וועט די גרינגסטע זיין צו מאכן אויפן וועב סייט, און זיי וועלען אויך האבן א אנליין שאלות ותשובות אפטיילונג.

וואס מיינט איר, מ'גייט צוריק גיין צו די דארק עידזשעס און מ'גייט אויפהייבען פאקלען מודיע צו זיין פאר די בני הגולה ווען די חודש איז מלא צי חסר?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געפילטע פיש האט געשריבן:ווען מ'וואקט אריין אין בית המקדש וועט זיין אויסגעשורעט קיאסק'ס ווי מ'וועט קענען אריבערוואקען און אריינפאנטשען אייער אינפארמאציע, אויב זענט איר שוין אמאל געווען דארט וועט אייך די קאמפיוטער דערקענען מיט פעיס רעקאגנישען, און דארט וועט זיין אפשענס, עולה, חטאת, תודה, אא"וו, געענדיגט מיט די ארדער קען מען סווייפען די קרעדיט קארטעל אדער וועט מען קענען אויפשרייבען, און די בהמה סוחרים וועלן גלייך ווערן נאטיפייעד מיט די ארדער, ביז צוויי מינוט וועט ער אריין וואקען מיט די קיען שעפסעלעך און תורים בני יונה וואס איר האט געארדערט און א לעמפעל וועט זיך אנצונדען אינעם לשכת בית המוקד מודיע צו זיין פאר די כוהנים אז א איד ווארט.


עס גייען מער נישט זיין די סארט קרבנות בכלל, א חטאת? ס'וועט נישט זיין מער קיין יצה"ר, מער וועט מען נישט זינדיגן, און ס'איז נישטא מער קיין עולות וחטאות.
בהמה סוחרים? כ'האב געמיינט אלע בהמות גייען וואקסען אויפן בוים! :lol:
עס וועט מער נישט זיין קיין האנדל-וואנדל. מען גייט ליגן בלויז אין רוחניות. לערנען תורה מיט הקב"ה און מקיים זיין האדם לא נברא אלא להתענג על ה'.
מיינסט עס וועלן זיין בהמה סוחרים מיט בלויע העמדער און שמוציגע הויזענס מיט די הויכע שטיוול-שיך? אפשר די חסידי אומות העולם... נישט קיין אידן.

געפילטע פיש האט געשריבן:אויפן בית המקדש וועב זייט וועט מען קענען מיטהאלטן אויף א לייוו וועב קעם וואס ס'גייט פאר אין גאטס הויז, מ'וועט קענען הערן די שירת הלויים און נתעורר ווערען צו תשובה, די עולם פון די מעמדות וואס זענען געבליבען אינדערהיים וועט קענען מיטהאלטן די עבודה פון זייער שבט, און דארט וועט מען אויך אפדעיטען די עולם וועגן קאנסטראקשען און רענאוועישענס וואס קומט פאר אין און ארום דעם בית המקדש כדי צו פארמיידען איבעריגע קלעטערען און טרעפיק.


נתעורר ווערן צו תשובה? ווי געשמועסט, ס'וועט מער נישט זיין אויף וואס תשובה צו טאן.
קאנסטראקשענ'ס און רענאוועישאנס? אויפן דריטן ביהמ"ק וועלכע גייט אראפקומען משוכלל מן השמים, באש אתה עתיד לבנותה?
קלעטערען און טרעפיק? ארץ ישראל גייט דאך זיין גרויס ווי די וועלט, און בכלל, האלטסט אז מען גייט פארן צום ביהמ"ק מיט אודיסיס, אדער קומען צו פליען מיט א עירבאס A380??
אדער אפשר מיט די FUTURE קארס וועלכע קענען זיך אויפהייבן און פליען און געענדיגט מיט טרעפיק? אדער יעדער גייט האבן קפיצת הדרך א_ווי דער בעש"ט הק'?

געפילטע פיש האט געשריבן:די בית דין הגדול אין לשכת הגזית וועט זיצען און דן זיין וואס די דין איז לגבי שבת און זמנים אויף די אידען וואס זענען אין די העכערע רוימען, אדער אויפן לבנה, אויב מיינט קאנטראלד מאשינען גייט אריין אין כלל פון מלאכת מחשבת אסרה תורה אדער נישט. אפוינטמענטס וועט די גרינגסטע זיין צו מאכן אויפן וועב סייט, און זיי וועלען אויך האבן א אנליין שאלות ותשובות אפטיילונג.

וואס מיינט איר, מ'גייט צוריק גיין צו די דארק עידזשעס און מ'גייט אויפהייבען פאקלען מודיע צו זיין פאר די בני הגולה ווען די חודש איז מלא צי חסר?


שאלות ותשובות אפטייילונג. וועט אויך מער נישט זיין. יעדער איד וועט אלעס וויסן, ומלאה הארץ דעה את ה', מ'ועט מער נישט פרעגן קיין שאלות, ס'וועט נישט זיין מער קיין ספיקות, תשבי יתרץ ק"ו, ס'וועט מער נישט זיין קיין מחלוקת, מ'פסק'נט ווי שמאי נישט ווי הלל, און אלע דרכים גייען ווערן איינס. צו וואס וועט מען דארפן א וועב-קעם? מ'גייט דאך קענען זעהן מסוף העולם ועד סופו, ווי דער הייליגער חוזה!

אויפהייבן פאקלען, נאו מאר! יעדער וועט זעהן בעיני הרוחני, און וויסן ברוח קדשו. נישטא מער קיין שליחות, די גאנצע וועלט לעבט אינאיינעם ווי איין גרויסע דערפל, אין גן עדן!!!

איך מיין אז מען איז דא זייער מגשם דעם גאנצן ביאת הגואל. מיר קענען עס נישט פארשטיין מיט אונזערע גשמיות'דיגע פליישיגע אויגן.
כ'מיין דער אשכול זאל ווערן אפגעשפארט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שמעקעדיג, אבער וואס טוט מען מיטן רמב"ם? אים וואלסטו אויך אויסגעשפארט פונעם אשכול?
ער שרייבט אז אין בין עולם הזה לימות המשיח אלא שעבוד מלכיות בלבד!
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יידל האט געשריבן:שמעקעדיג, אבער וואס טוט מען מיטן רמב"ם? אים וואלסטו אויך אויסגעשפארט פונעם אשכול?
ער שרייבט אז אין בין עולם הזה לימות המשיח אלא שעבוד מלכיות בלבד!


תיקו! ער וועט דאס אויך פארענטפערן.
אייגענטליך זאגט דאך די גמרא אין ברכות 2 שיטות דערין. בפשטות גייט זיין אפגעטיילט 2 חלקים. כ'געדענק נישט וואו כ'האב עס געזעהן. קודם וועט טאקע זיין אזוי אז דער גאנצער חילוק וועט זיין שעבוד מלכיות. וואס וועט זיין דער אויפטו? אפשר טאקע דאס! אז מען זאל קענען הנאה האבן פון אלע תאוות עוה"ז, אן דעם וואס מען זאל מורא האבן פון די עף.בי.איי., טרינקען גרויסע באטלעך סאדע אן מורא פון בלומבערג'ס איסורים, און קענען ספידן אויף 100 אן קיין שרעק פון א פאליציאנט, און אויך... קענען נוצן קאמפיוטער'ס און איי פעדס, אן קיין שרעק אז גויים וועלן עס אנפולן מיט שמוץ? און אלע רבנים, חסידים ואנשי מעשה וועלן זיצן אין ביהמ"ק מיט א לעפטאפ אדער א טעבלעט, און לערנען און נאכזוכן אינפארמאציע, זיך צוצוגרייטן לקיים "ומלאה הארץ דעה"... און דערנאך וועט קומען חלק ב', ווען ס'וועט זיין הויל רוחניות?

אקעי, איך ציה צוריק. ס'איז ווייטער מגושם. מיר ווייסן נישט, מיר פארשטייען נישט, נישט דעם רמב"ם און נישט אנדערע מפרשים. ס'איז "עין לא ראתה אלקים זולתך". ס'א שאד אפילו צו פרובירן אויסצופיגורן. אויב די נסים פון יציאת מצרים וועלן זיין א וויץ אנטקעגן ביאת המשיח, ווי אזוי קענען מיר אפילו חלומ'ען צו פארשטיין ווי אזוי עס וועט אויסקוקן?
וירח ה' את ריח הניחוח
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

נא, איך רעד דאך פון חלק א'.
חוץ מזה, מיר ווייסען טאקע נישט וואס ס'וועט זיין, איך האב בלויז אראפגעלייגט איין סינעריאו, אבער איין זאך איז זעכער, אז ריקווערטס וועלן מיר נישט גיין, די שאלה איז נאר ווי אזוי מיר וועלן גיין פאראויס.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שמעקעדיג, ישר כוחך פארן צוצייכענען דעם אייוועלט דיסקוסיע! כ'האב שטארק הנאה געהאט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך נאך א פשט »

געפילטע פיש האט געשריבן:אוודאי גייט מען ניצן טעכנעלאגיע, און נאך ווי!
ווען מ'וואקט אריין אין בית המקדש וועט זיין אויסגעשורעט קיאסק'ס ווי מ'וועט קענען אריבערוואקען און אריינפאנטשען אייער אינפארמאציע, אויב זענט איר שוין אמאל געווען דארט וועט אייך די קאמפיוטער דערקענען מיט פעיס רעקאגנישען, און דארט וועט זיין אפשענס, עולה, חטאת, תודה, אא"וו, געענדיגט מיט די ארדער קען מען סווייפען די קרעדיט קארטעל אדער וועט מען קענען אויפשרייבען, און די בהמה סוחרים וועלן גלייך ווערן נאטיפייעד מיט די ארדער, ביז צוויי מנוט וועט ער אריין וואקען מיט די קיען שעפסעלעך און תורים בני יונה וואס איר האט געארדערט און א לעמפעל וועט זיך אנצונדען אינעם לשכת בית המוקד מודיע צו זיין פאר די כוהנים אז א איד ווארט.

אויפן בית המקדש וועב זייט וועט מען קענען מיטהאלטן אויף א לייוו וועב קעם וואס ס'גייט פאר אין גאטס הויז, מ'וועט קענען הערן די שירת הלויים און נתעורר ווערען צו תשובה, די עולם פון די מעמדות וואס זענען געבליבען אינדערהיים וועט קענען מיטהאלטן די עבודה פון זייער שבט, און דארט וועט מען אויך אפדעיטען די עולם וועגן קאנסטראקשען און רענאוועישענס וואס קומט פאר אין און ארום דעם בית המקדש כדי צו פארמיידען איבעריגע קלעטערען און טרעפיק.

די בית דין הגדול אין לשכת הגזית וועט זיצען און דן זיין וואס די דין איז לגבי שבת און זמנים אויף די אידען וואס זענען אין די העכערע רוימען, אדער אויפן לבנה, אויב מיינט קאנטראלד מאשינען גייט אריין אין כלל פון מלאכת מחשבת אסרה תורה אדער נישט. אפוינטמענטס וועט די גרינגסטע זיין צו מאכן אויפן וועב סייט, און זיי וועלען אויך האבן א אנליין שאלות ותשובות אפטיילונג.

וואס מיינט איר, מ'גייט צוריק גיין צו די דארק עידזשעס און מ'גייט אויפהייבען פאקלען מודיע צו זיין פאר די בני הגולה ווען די חודש איז מלא צי חסר?


זייער שיין און זייער אמת (עכ"פ לענ"ד), אבער איך מיין אז אין בית המקדש וועט מען שוין האבן די next generation טעכנאלאגיע. קיין קיאסק'ס וועלן נישט זיין, עס וועלן זיין mind reading sensors וואס וועלן גלייך אויפכאפן פארוואס איהר זענט געקומן. די פאסיגע בהמה פאר אייער קרבן וועט אויטאמאטיש קומען צופארן אויף א ראבאטישע וועגעלע. ווען די מזבח וועט וויסן אז די קרבן איז שוין אינגענצן פארברענט וועט עס אפדעיטן די סטעטאס אויף פעיסבוק צו "מכופר". מען וועט קענען מיטהאלטן אלעס לייוו אין 3D אויף די גוגל גלעס אויגן גלעזער (פאר די וואס ווייסן נישט וואס דאס איז, זעה http://en.wikipedia.org/wiki/Project_Glass). עס וועלן זיי DNA סענסער'ס וואס וועלען קענען דיטעקטן אויב א גוי פרוביר אראנצוגיין אין עזרה און וועט שיקן א טוויט פאר די שומרים.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
העי נאו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:31 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך העי נאו »

און אינזער זשאב וועט זיין צו עקספלענען פאר אינזערע זיידעס פון די לעצטע זעקס טויזנט יאר וויאזוי טעכענאלעזשי ארבעט סוועט נישט זיין גרינג. אדרבה טריי עס אויס אויף דיין זיידע וואס לעבט נאך!
איך בין אן עמיטשור.. מיין ספעלינג איז ווייט פון פערפעקט... א לייק אז איך וועל אמאל בקימען וועליך זיין דאנקבאר (כמנהג המקום צו בעטען פאר לייקס)..
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך נאך א פשט »

ניין. מען וועט שוין האבן USB WIFI Implants און מען וועט קענען אפלאדן אלע אינסטראקשען דורך די סעלפון.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

העי נאו האט געשריבן:און אינזער זשאב וועט זיין צו עקספלענען פאר אינזערע זיידעס פון די לעצטע זעקס טויזנט יאר וויאזוי טעכענאלעזשי ארבעט סוועט נישט זיין גרינג. אדרבה טריי עס אויס אויף דיין זיידע וואס לעבט נאך!


ווען ס'וועט זיין "ומלאה הארץ דעה" וועט יעדער פארשטיין אלעס.
וירח ה' את ריח הניחוח
לחיים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך לחיים »

"אז ימלא שחוק פינו"
אוי גייט מען לאכן פון די נארישע טעכנלאגיע
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נארישע טעכנאלאגיע??
פאר עפעס א ריזען הייסן די טעלעפאנ'ס "סמארט" פאונס... נישט אזוי??
מ׳עט אפשר לאכן פון די שטותים מיט וואס מען האט פארברענגט די צייט, אבער פון די עצם טעכנאלאגיע? דאס האט דאך השי"ת באשאפן....
וירח ה' את ריח הניחוח
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

אין חידושי חת"ס ביצה דף ד' ע"ב ד"ה איתמר אין אזוי אויך אין מנחת חינוך אנפאנג מצוה ש"ט
שרייבען די גדולים אז לעתיד לבוא ווען משיח וועט קומען וועט מען צוריק מקדש זיין די חדשים דורך צוויי עדים
און עס שטייט דאך אז ארץ ישראל וועט ווערען נתפשט על כל הארצות, און עס וועט אויך נישט העלפען קיין משואות אנציקימען צי יעדער איינעם,

ממילא וועט אין חו"ל ווייטער בלייבען צוויי טעג יום טוב, יו"ט שני של גאולה רופט עס די חת"ס

איז משמע מדבריהם אז אפי' עס איז שוין און די צייטען פון די חתם סופר אין אוודאי פון די מנ"ח געווען פארשידענע קאמיוניקאציע מיטעלען כדוגמת טעלעגראמען און אפשר אויך א פאון
וואס מען וואלט לכאו' געקענט מעלדען דורך דעם קיין חו"ל אז מען האט מקדש געווען די חודש
דאך וועט עס נישט זיין לעת"ל אקטועל
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
פארשפארט