דער הייליגער יו''ט שבועות בחצר קודש סאטמאר.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ער כאפט נאכנישט וואס איז ראונג דא. זעהט אויס אז מ'האט געקענט מיטהאלטן אפילו אומפארגעקוקט און אפילו נאכ'ן זיין אויף אגאנצע נאכט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אחשביה הלב אהרן ל'אכשוויה
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

אפשר איז געווען די גאנצע פשעטיל וויזוי מ'ספעלט אחשביה
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

chusid האט געשריבן:איך הער אז עס איז געווען א אינטערסאנטע מסיבה ביי מהר"א א מסיבה לכבוד סיום פון א מסכת פאר ווייבער פון די מסיימים אין קאנטינענטל ווי מען האט סערווירט בשר בהמה וכו' אזוי ווי ביי די מענער מיט איבער 1000 באטייליגטע..
קען זיין אז עס קומט נישט דא-אבער דאס איז א ארונים נישט צימעס אשכול פרעג איך דא.

נישט קיין סיום, אן עיווענט פאר די ווייבער פון חברי תורתך שעשועי פאר חיזוק והתעוררות די חשיבות פון נטרי לגבריהו און נישט מיטשען זונטאג צו טראגן שאפינג, א דורכברוך וואס איז ווערט באגריסט צו ווערן בפרט אין סאטמער, וואס א חוץ צניאות עקזיסטירט נישט גארנישט,

נישט נאר דאס האט נישט מיט מהר"א, איז ער געווען דערקעגן נאר האט נישט געקענט אפזאגן די מייסד ומנהל תוריתך שעשועי הרב יצחק שווארץ וואס ווירבלט מיט איידיעס אריינצוברענגן לימוד התורה אין די קהילה, וואס מיט די צייט ווערט דאס אנגענומען אין אלע חסידות אנגעפאנגן פון יסודי התורה (מהר"א) און גענדיגט ביי זכרו-מהרז"ל און פאפא וויען אינדערמיט וכו'
און בכלל די פרומערע עולם דארט איז זייער בייז דערויף.

מען זאל נאר געדענקען ווען מהר"א וועט אויסשרייען כ"א כסליו די רעוואלצע וואס ער האט אנגעדרייט ביי פרויען מסיבות לטובת לימוד התורה וואס אנדערע מאכן עם נאך, וועמענס קרעדיט דאס איז...
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

מיינסט צי זאגן אנגעהויבן מיט דרשו און געענדיג מיט יסודי התורה און זכרו.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ריכטיג די געדאנק קומט פון דרשו און הרב יצחק גיט זיי די פולע קרעדיט, אבער דאס אריינצוברענגן עמטליך אין חסידישע קרייזען איז א דאנק הרב יצחק, גיב א קוק דרשו גייט שון אן פאר א שמיטה יארן און פאר קיינעם איז בייגעפאלן נאכצוטוהן, און תוריתך גייט אן א קנאפע צוויי יאר און קוק וואספארא מהפיכה דאס האט אנגעדרייט ביי חצרות החסידות,
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ס'גייט פארקערט די מעשה. ווייל דרשו האט זיך אריינגעכאפט ביי די חסידישע קרייזן, האבן די חסידישע פארטייען זיך געשראקן אז דער עולם וועט פאשען אין פרעמדע פעלדער, האט מען עס שנעל נאכגעמאכט.

ר' יצחק קען זיין גיט קרעדיט פאר דרשו אבער מהר"א נישט. ביי א דרשה (אפשר כ"א כסלו, איך געדענק נישט אבער ס'איז געווען מפורסם) האט ער פראקלאמירט אז אנדערע קרייזן מאכן אים נאך, פארהוילענדיג די פאקט אז ער איז גאר דער וואס מאכט נאך אנדערע.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נאכאמאל עס האט נישט מיט חסידישע קרייזען, דאס האט א יונגערמאן מיטן נאמען יצחק שווארץ איינגעפאלן על דעת עצמו ועל סמך כספו אריינצוברענגן די געדאנק פון דרשו -וואס גייט שוין אן 8 יאר- צו די חסידישע קרייזען און זייענדיג א חסיד מהר"א האט ער עס דארט איינגעפירט מיט הסכמת רבו מהר"א , און עד היום איז זיין עול צו שאפן די הוצאת עס האט גארנישט מיט די קהילה,
און פארשטייט זיך אז א יאר דערנאך האט דאס ר' אהרן איינגעפירט מטעם הקהילה ביי יסודי התורה און פארשטייט זיך נעמענדיג די קרעדיט פאר זיך,

די התייסדות האט בכלל נישט קיין שייכות און ציל אפצוהאלטן די עולם פון גיין מיט דרשו אויב עפעס פארקערט און הרב יצחק איז זייער מכבד די דרשו מעמבערס וואס קומען צו עם, הגם מאנכע האבן געסוויטשט פון דרשו צו תוריתך איז מחמת מען לערנט ווייניגער דפים פער וואך און אזוי אויך די ימים טובים גיט ער ווייניגער דפים,
און נאכמער די מייסד הרב יצחק שווארץ האט זיך באטייליגט ביי די פארגאנגענע דרשו שבת די ווינטער,
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי. מיר זענען אן די סעים פעיזש.

למעשה זעמיר פארפארן פונעם הייליגן יו"ט בצל מר"א. זאגט מיר איינער אז מ'האט זיך גערישט אויף א גרעסערע עולם ווי געראכטן, וכן הוי.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

עמעזאן האט געשריבן:נאכאמאל עס האט נישט מיט חסידישע קרייזען, דאס האט א יונגערמאן מיטן נאמען יצחק שווארץ איינגעפאלן על דעת עצמו ועל סמך כספו אריינצוברענגן די געדאנק פון דרשו -וואס גייט שוין אן 8 יאר- צו די חסידישע קרייזען און זייענדיג א חסיד מהר"א האט ער עס דארט איינגעפירט מיט הסכמת רבו מהר"א , און עד היום איז זיין עול צו שאפן די הוצאת עס האט גארנישט מיט די קהילה,
און פארשטייט זיך אז א יאר דערנאך האט דאס ר' אהרן איינגעפירט מטעם הקהילה ביי יסודי התורה און פארשטייט זיך נעמענדיג די קרעדיט פאר זיך,

די התייסדות האט בכלל נישט קיין שייכות און ציל אפצוהאלטן די עולם פון גיין מיט דרשו אויב עפעס פארקערט און הרב יצחק איז זייער מכבד די דרשו מעמבערס וואס קומען צו עם, הגם מאנכע האבן געסוויטשט פון דרשו צו תוריתך איז מחמת מען לערנט ווייניגער דפים פער וואך און אזוי אויך די ימים טובים גיט ער ווייניגער דפים,
און נאכמער די מייסד הרב יצחק שווארץ האט זיך באטייליגט ביי די פארגאנגענע דרשו שבת די ווינטער,
ר' יצחק קען נישט ספאנסערן אליין אזעלכע ריזיגע חבורות, ער איז נושא בעול (פין אייגען געלט אין פין עסקנות) פין די חבורה אין וויליאמסבורג, חוץ וואס ער לייגט אריין בלוט אין שווייס צו העלפן מיט וואס ער קען פאר די חבורה, ווי די סיומים, די נשים אסיפה וכו', יעדע געגענט האט א אייגענע נדבן/נדבנים/עסקנים, די זעלבע ביי יסודי התורה, אין די טעכנישע חלקים פין די חבורות ווערט געפירט דורך די קהילה'ס התאחדות אבריכם, בנוגע די לעצטע נשים אסיפה איז מהר''א נישט געווען דערקעגן ווען יא וואלט ער עס נישט געמאכט.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

פארוואס טאקע האט פאפא, זכרו, וויען, באבאוו נישט נאכגעמאכט דרשו ביז די סאטמארע חבורות האבען אנגעהויבן? אגב, די יסודי התורה חבורה איז שוין איבער 10 יאר אלט נאר מען האט געטוישט פאר דרך פין תורתך נאך די סוקסעס פין תורתך
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

קאך_לעפל האט געשריבן:דער פעדער נעמט זיך שווער אין דער האנט אריין, אראפצוגעבן דאס התרוממות און התעלות פון רבבות אלפי ישראל, וואס האבן געהאט די זכיה זיך מתתופף זיין בצל תומר, און מיטהאלטן דעם הייליגען יום טוב בצילא דמהיימינתא פון אבינו רועינו רבינו הלב אהרן שליט''א.

עס איז זיך שווער מצמצם צו זיין ווי אנצוהייבן, און ווי צו ענדיגען, און בכלל דארף מען נזהר זיין נישט צו דערצערענען חברינו היקר מזרעה קדושה של אהרן כהנא קדישא, דער כהן גדול וואס איז פון די הרוגי מלכות, וואס האט זוכה געווען לעלות למרום בסלודים, דער כהן גדול וואס דער באשעפער זעלבסט האט זיך ביי אים געבעטן ברכינו בני. ה''ה חברינו היקר הדבוק בכל נפשו לרבו הגדול והנורא רעב זלמניו תמר שליט''א, מורינו רעב ישמאל כהן גדול הי''ו.

ווי זאל מען אנהייבן ביי די הייליגע טיש בליל שבועות? ביי די התעוררות ביי אהבה רבה? די אקדמות? די עשרת הדברות בקולות וברקים? די טיפזיניגע קרעפל פשעטל, וואס דער רבי שליט''א האט ארום געארבייט מיט דעם אכשוויה, און מיט דעם ירושלמי אז שריפות קדשים ביו''ט איז מען אויך עובר אויף מבשל, נישט נאר אויף הבערה, און די מחלקה פון רבא און ר''י צו מען זאגט אין חילוק בלכות ביו''ט צו נישט, און די מחלוקה פון רשי און תו''ס צו מען זאגט אז מתוך איז מתיר אפי' שלא לצורך כלל, אדער צו עס ברויך זיין עטוואס לצורך, און דאס וואס רבא אין פסחים זאגט שמע מינה דר''ע תלת, אין ביעור חמץ אלא שריפה, און אז ר''ע האלט נישט קיין מתוך, און ער האלט הבערה לחלק יוצאת, איז דאווקא לשיטתה וואס ער לערענט אין חילוק מלכות ביו''ט.

עס איז געווען א מחזה הוד רבנים גאוני ארץ האט זיך ארום געאמפערט נאכן קרעפל טיש איבער די חדושים פון רבינו שליט''א, נאך איינגעהילט אין די טליתים, און דער פאקט אז דער זייגער האט שוין געשלאגן א שמיץ אריבער 4:30 נאכמיטאג האט נישט געקענט אפשטילן זייער אהבת התורה, די תורה ביי די תנאים טיש ווי דער רבי שליט''א האט אויפגעטאן אז ווי באלד מען זעהט אין או''ח סימן רי''ז אז דער מג''א ברענגט אראף דער רבינו יונה אז א זאך וואס עס איז אמאהל געווען אסור, אזוי ווי מסוק וואס עס קומט פון דם פון חיה טמאה, און עס ווערט נאך דעם נשתנה צו א דבר המותר, איז מותר האכילה, אזוי ווי מילך וואס איז דם נעכר ונעשה חלב, די זעלביגע איז ביי זדונות נעשה כזכיות אפילו עס איז אמאהל געווען אסור, זדונות אבער ווי באלד עס ווערט זכיות ווערט עס נתהפך צו א דבר מותר. דער צושטעל האט געמאכט דעם עולם שפרינגן. די כתובה טיש ווי רבבות אלפי ישראל זענען געטאנצען אינאיינעם מיט רבינו שליט''א אויף דער הקפה ניגון וואס איז נאך געזינגען געווארן בבית מדרשו של אותו זקן רבינו הקוה''ט זי''ע לכבוד התורה, די דברים קשין כגידין ביים באגלייטן, דער אומאויפהערליכע טענץ......

איך וויס נישט ווי אנצוהייבן און ווי צו ענדיגען, פאר עמיצן וואס האט דאס מיטגעלעבט איז נישט שייך עס צו ליינען אויפן פאפיר....איי מיר קענן שוין נישט ווארטן אויף נאך אזא הייליגע יו''ט בצל הקודש....
בילדער?
lazar
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 19, 2015 10:57 am
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך lazar »

קאך_לעפל האט געשריבן:פאר ברכות המזון איז דער רבי שליט''א ע''פ רוב מאריך בגודל קדושת הבעל שם טוב זי''ע, וואס זיין הייליגע הלולא געפאלט אויס אים שבועות.

איז עס נישט נשתכח געווארן?
לא לדאוג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 20, 2015 11:29 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל

Re: דער הייליגער יו''ט שבועות בחצר קודש סאטמאר.

שליחה דורך לא לדאוג »

זייער אינטערסאנט אז די שרייבסט גארנישט פונעם געהויבענעם מעכטיגען פארכטיגען באמבאסטישען שבת קודש וואס איז געווען פון פאר דעם.....

דאס ארטיקעל איז נישט פון דעם יאר.... סיי דאס וואס די שרייבסט גארנישט פון שבת און אויך נישט פונעם סיום מסכת ביים נעילת החג

און גראדע דאכטסיך מיר אז די רבי איז נישט אריינגעקומען שבת נאכמיטאג צו מנחה מיט א טלית און ער האט נישט פאר געדאווענט....
איז נעקסט טיים שרייב אז עס איז קאפי פעיסט פון פאריאר!!!!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

lazar האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:פאר ברכות המזון איז דער רבי שליט''א ע''פ רוב מאריך בגודל קדושת הבעל שם טוב זי''ע, וואס זיין הייליגע הלולא געפאלט אויס אים שבועות.

איז עס נישט נשתכח געווארן?


ווער איז חלילה נשתכח געווארן? דער בעל שם הקדוש?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

לא לדאוג האט געשריבן:זייער אינטערסאנט אז די שרייבסט גארנישט פונעם געהויבענעם מעכטיגען פארכטיגען באמבאסטישען שבת קודש וואס איז געווען פון פאר דעם.....

עס איז געווען א געהעריגער שבת בצל הקודש, גארנישט עפעס מער ווי סתם א שבת, בלויז מיט א גרעסערער עולם,

דאס ארטיקעל איז נישט פון דעם יאר.... סיי דאס וואס די שרייבסט גארנישט פון שבת און אויך נישט פונעם סיום מסכת ביים נעילת החג

דער ארטיקל איז געשריבען געווארן נאך פאר יו''ט, אלזא וואס קומסטו דא מחדש זיין? בנוגע דעם סיום דאס האט מיינאיך גאר נישט צו טאן מיטן עצם יו''ט, דאס איז א נושא פאר זיך....

און גראדע דאכטסיך מיר אז די רבי איז נישט אריינגעקומען שבת נאכמיטאג צו מנחה מיט א טלית און ער האט נישט פאר געדאווענט....

רבינו שליט''א דאווענט קיינמאל נישט פאר קיין מנחה שב''ק פארן עמוד, און ער גייט קיינמאל נישט אין קיין טלית שב''ק ביי מינחה.


איז נעקסט טיים שרייב אז עס איז קאפי פעיסט פון פאריאר!!!!


אקעי! נאך עפעס?
פארשפארט