וואקאציע אין שווייץ
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
וואקאציע אין שווייץ
קען איינער אביסל אויסשמועסן ווי אזוי עס גייט צו א וואקאציע אין שווייץ? די האטעלן, די פרייזן, איז דא וואס צו טוען, אדער איז עס נאר צו רעלעקסן. און אויב די hype פון שווייץ איז טאקע עפעס וואס צו לעכצן.
אין די צייטונגען איז די וואך געווען א עד פאר א א קאמפאני, וואס דינגט ארויס אפאר האטעלן. די בילדער זעהן נישט אויס עפעס ספעציעל. אויך איז דא א שיינע פאר רעזארטן אין פארשידענע שטעט. אין אוסטריע זאגט מען איז אויך זייער שיין.

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- גיבור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 206 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל
אויב ווילסטו גיין אין א האטעל מיט כשר עסן און עס גייט דיר נישט אהן צו די האטעל איז שיין אדער נישט ווייל עניוועי ביסטו אגאנצן טאג אינדערויסן, וואלט איך רעקאמענדירט לעווין אין ארוזא, טאקע א אלטע האטעל אבער היימיש און די עיקר א פיינע פרישטאג און סאפער יעדן טאג מיט א היימישע אטמאספער, לעצטענס האבן זיי געעפנט א נייע האטעל אין דאוואס קען זיין אפילו שענער ווי די פון ארוזא, אבער אלס די געגנט איז ארוזא אסאך בעסער ווי דאוואס הגם אז דאוואס איז נישט אוועקצומאכן בכלל,
די גרינגסטע וועג צו פארן איז מען פארט קיין ציריך און פון דארט מיט די באן קיין ארוזא, אין די עירפארט קען מען קויפן א טיקעט עס קאסט ארום 50-55 שווייצער פראנק, מען נעמט א באן פון די עירפארט צו "ציריך הויפט שטאטציאן" בערך 10 מינוט און פון דארט א באן קיין חור בערך איינס און א האלב שעה , און פון דארט פארט מען מיט אזא קליינע באנדעלע וואס פארט שטאט ארויף די בארג קיין ארוזא עס נעמט א שעה און עס איז מוראדיג אינטרעסאנט די גאנצע וועג ווי מען פארט העכער און העכער, די האטעל איז צוגיין צופיס פון דארט בערך זיבן מינוט, עס איז נישט שווער זיך א עצה צו געבן ווען מען קויפט די טיקעט אין עירפארט באקומט מען פונקטליכע אנוויזונגען וועלכע באן צו נעמן און ווי עס צו טרעפן און ווען עס פארט ארויס, דא האסטו די וועג ביי גוגל מעפס,
עס איז א פיינע וועג און פיינע טרעינס די איינציגסטע זאך איז די רענצלעך וואס איז שווער צו שלעפן מיט אזויפיל טרעינען, סא פאר דעם איז אויך דא א עצה, אין שוויץ איז דא א פראגראם מיטן נאמען fly rail baggage די קענסט ביים איינטשעקן אין עני עירפארט אין די וועלט בעטן אז די ווילסט אז דיינע רענצלעך זאל אנקומען דירעקט צו איינע פון די שטאציאנען אין שווייץ עס קאסט ארום 20-25 דאללער, און באקוסט אזא גרינע טעג וואס שטייט "נאטינג טו דעקלער" זיי לייגן עס ארויף אויפן רענצעל מיט א פונקטליכע אדרעסס ווי די גייסט זיין אין שווייץ אזןי אויך דיין טעלעפאן נאמבער, און די באקומסט די זעלבע צעטל וואס אידענטעפיצירט דיר אלס די אייגנטומער פון די רענצעל, און די רענצעל פארט סטרייט צו יענע דעסטענעישאן למשל ארוזא און די מיזסט עס אויפפיקען פון די סטעישאן מיט דיין צעטל וואס די האסט באקומען אין עירפארט, פאר מער זעה דא אדער דא פאר די ליסט ווי עס קען אנקומען זעה דא, אויב די ווילסט נישט שלעפן די רענצעל פון די סטעישאן קענסטו אין האטעל איבערגעבן דיין צעטל און פאר א מינימאלע פרייז גייען זיי עס אויפפיקען און ברענגען עס דירעקט אין דיין רום.
עד כאן הגעתי לעכשיו און פארשטייט זיך אז מען קען ניצען די אינפראמעישן אפילו מען גייט נישט דווקא צו לעווין.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גיבור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איזהו גיבור ?
- גיבור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 206 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל
לגבי די עצם וואקאציע יא עס איז דארטן דא אסאך ווי צו גיין און וואס צו טון, איך האלט אז ווינטער איז אסאך שענער ווי זומער אבער זומער איז אויך נישט אוועקצומאכן, די האטעלס זענען גאנץ טייער מסתם ארום 300$-400$ א נאכט אבער מיט איין טעלעפאן קאל קען מען מברר זיין פונקטליך. ביי לעווין איז דא א מקווה און א מנין יעדן טאג.
איזהו גיבור ?
- פלעין יודיש
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1116
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
- האט שוין געלייקט: 752 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 341
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל
אלץ א לאנגיעהריגע חסיד פון די אייראפישע אלפס לאמיר מאכען א ביסל סדר דא
אנהייבען וועל איך מיט מיין פעיוורעט, דאבוס - קלאסטערס
דאבוס ווערט אנגעצייכנט אלץ די העכסטע שטאט אין די וועלט מיט זיינע 13.000 איינוואוינערס איז עס שוין נישט קיין דארף נאר א שטאט מיט אלע ציגעהערען
די מעלות זענען אז מען קען אלעס איינקויפען דארט, פון ברויט ביז פלייש אין אייז קריעם, פאר שבת קען מען דארט קויפען כל צרכי שבת פון איי מיט צוויבעל ביז צייטונגען אין אלעס אינדערמיט,
וואס אנבאלאנגט יודישקייט איז דא דארט 3 בתי מדרשות, איינס און דאבוס פלאץ וואס מאנכע רופען דאס דע גערע שטיבל, נאכדעם די בית המדרש המרכזי נעבען ווי עס איז אמאל געווען די אטאניע האטעל, אויך א מקוה טהרה געפינט זיך דארט צום באניצען בייטאג און ביינאכט, צענדליגער מניני שחרית מנחה מעריב, מיט שיעורי תורה פון באקאנטע פיגורען ווי רבי משה שאול קליין און נאך, די דריטע בית המדרש איז און די האטעל פון לעווין וואס געפינט זיך שוין נענטער צי דאבוס דארף, דארט איז אויך דא שיעורי תורה דורך די באקאנטע מגיד מישרים רבי מנשה ישראל רייזמן און נאך.
אלע קעיבל קארס און לאקאל טראנספארט זענען בחנם פאר די וואס שטייען איין און דאוואס אדער קלאסטערס, לעצטע יאהרען האט מען פארשפארט די קעיבל קאר צי דעם פאפולארע יאקאבס הארן, האפענטליך וועט עס דאס יאהר שוין צוריק זיין אפען.
און קלאסטערס וואס איז בערך 20 מינוט מיט א קאר פון דאוואס איז אויך דא מניינים יעדען טאג און א געדינגענעם זאל, עס איז אסאך רוהיגער און אויך נידעריגער
די חסרונות פון דאוואס זענען אז עס איז כמעט נישט דארט און זימער קיין ספארט אקטיוויטי'ס, און ווי מען גייט און שטייט טרעפט מען זיך אן מיט אידעלעך מכל קצוי תבל, יש דורשים לגנאי ויש דורשים לשבח.
עס איז א הערליכע פלאץ מיט 100טער שפאציר וועגען אבער אנדערש ווי אנדערע פלעצער וואס איך גיי באלד דערמאנען איז עס מער פלעין אין נישט אזוי מעכטיג אין אדעמבענעהמענד ווי די שווייצער רופען דאס
ארוזא איז אויך נישט אזוי ווייט פון דאבוס, אויך אין די גראהבונדען געגענט, דארט איז שוין מער א דארף, טאקע שענער אבער ווייניגער קעיבל קארס אין אקטיוויטי'ס
די מעטראפאל האטעל פון פאמיליע לעווין, כאטש עס האט שוין געזעהן בעסער צייטען איז עס דאך היימיש און געשמאק, זר לא יבין זאת
מניינים איז דא דארט מיט שיעורי תורה, איינער פון דע יאהרען איז געווען דארט צוגאסט רבי אמנון יצחק, אוי איז דאס געווען געשמאק, רבי מנשה ישראל רייזמן און צומאהל אויך ר' אשר ווייס זענען דארט אויך מרביץ תורה
די קעיבל קארס זענען דא אויך בחנם
נאך א כשר'ע היימישע אידישע האטעל געפינט זיך אין קראן מאנטאנא, דאס איז שוין מער ביי די פראנצויזישע גרעניץ, די בעל מכשיר איז א בעלזע דיין
דע פלאץ דארט איז מער א פשוט'ע פלאץ, אנדערש ווי דאבוס און ארוזא וואס ווערען פאר'רעכענט אלץ העכערע קלאסע, דע פרייזען פין די דירות זענען טאקע ביליגער
נאכדעם איז דא סאס פעי - סאס גרונד וואס איז א אדעמבענעהמענדע קורארט, די נפלאות הבורא וואס מען זעהט דארט איז אין לשער,
עס איז שטענדיג דא דארט א מנין אין ביידע דערפער, מיט קיין קאר'ס טאר מען דארט נישט פארען, און די קעיבל קארס זענען בחנם
נאך א כשר'ע האטעל געפינט זיך נעבן די פראכטיגע לוקסיעזע סט מוריץ
און סט מוריץ אליין זענען די פרייזען בלב השמים, אבער אין די דערפלעך ארום ווי סעלערינא ענגאדין און נאך, בדר"כ איז דארט אויך דא מנינים, וואס דארט זענען די פרייזען עטוואס ביליגער
די קעיבל קארס זענען נישט בחנם און פאר א משפחה מיט קינדער קען דאס זיין א גרויסע הוצאה 100 שווייצע פראנק א טאג עווערידזש
און גרינדעלוואלד וואס רופט זיך די יונגעפרוי געגענט לוינט זיך אויך צי כאפען א בליק
אחרון חביב איז די שטאט צערמאט מיט איר מייסטערליכע מאטערהארן וואס איר שיינקייט איז זייער שווער צי באשרייבען
יעצט לאמיר אריבער גיין די גרעניץ קיין עסטרייך
אנדערש ווי שווייץ וואס איז מייסטענס געבויעט אויף איר טוריסטען, עסטרייך איז א גרויסע מדינה פאר זיך אליין אין אינוועסטירט ווייניגער און אינטערהאלטען די טוריסטען
נעווער דע לעס, אויך און עסטרייך איז אייך די הנאה גאראנטירט
א כשר'ע האטעל איז דא אין הינטערגלען, א פראכטפוהלע קורארט פול מיט אקטיוויטי'ס פאר יונג און אלט
דערנאך איז דא די סארפאוס-פיסס-לאדיס געגענט וואס ווערט דערופען בלשון העם די דאבוס פון עסטרייך, און אויך די גאלטור געגענט
אין די געגענט'ער זענען דא מניניים, ונוהגים אנ"ש לנוח שם בשבועות הקיץ
אנדערש ווי שווייץ איז נישט דא אין יעדע דארף קיין באהן שטאנציע, מילא אנצוקימען אהין דארף מען נעמען פון די עירפארט א קעב אדער דינגען א קאר
אנגעהויבען האב איך באריכות אבער איך בין געווארען מיד אינמיט'ן, ווער עס וויל א ברייטערע איבערזיכט אויף א פלאץ זאל פרעגען אין איך וועל משתדל זיין צי ענטפערען נעקסטיים איך בין דא

שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 341
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל
צי מאכען לייכטער פאר די וואס ווילען אויפזיכען די פלעצער אנליין, דא איז די רשימה הנ"ל בלשון המובן לרבינו גוגל
Davos Platz
Davos Dorf
Klosters
Arosa
Crans Montana
Saas Fee
Saas Grund
St. Morits
Engadin
Celerina
Grindelwald
Zermatt
עסטרייך
Hinterglemm
Sarfaus-Fiss-Ladis
Galtuer
Davos Platz
Davos Dorf
Klosters
Arosa
Crans Montana
Saas Fee
Saas Grund
St. Morits
Engadin
Celerina
Grindelwald
Zermatt
עסטרייך
Hinterglemm
Sarfaus-Fiss-Ladis
Galtuer
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 593
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
- פלעין יודיש
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1116
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
- האט שוין געלייקט: 752 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 341
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל
ענגעלבערג איז במשך יאהרען געווען א מקום קיבוץ אין די זימער חדשים
עס איז זייער געאיינגט פאר עלטערע מענטשען און משפחות מיט קליינע קינדער
אבער פאר 10 יאהר צוריק (תשס"ד) איז געווען דארט א גרויסע פארפלייצונג אינמיט'ן זימער, צענדליגע אידישע משפחות האט מען דעמאלטס געמיזט אוועק פירען מיט העליקאפטער'ס
עס האט גענומען א צוויי יאהר ביז מען האט אלעס צוריק געשטעלט אויפ'ן פלאץ
זייט דעמאלטס איז כמעט נישט דא קיין אידען דארט און בדר"כ איז נישט דא קיין מנין
עס איז זייער געאיינגט פאר עלטערע מענטשען און משפחות מיט קליינע קינדער
אבער פאר 10 יאהר צוריק (תשס"ד) איז געווען דארט א גרויסע פארפלייצונג אינמיט'ן זימער, צענדליגע אידישע משפחות האט מען דעמאלטס געמיזט אוועק פירען מיט העליקאפטער'ס
עס האט גענומען א צוויי יאהר ביז מען האט אלעס צוריק געשטעלט אויפ'ן פלאץ
זייט דעמאלטס איז כמעט נישט דא קיין אידען דארט און בדר"כ איז נישט דא קיין מנין
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 593
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
- גיבור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 206 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל
איין קליינע אבער וויכטיגע הערה, לגבי עסטרייך וואס איז נארמאל א צווייט קלאס קעגן שווייץ, ווייל לכתחילה וויל מען גיין קיין שווייץ דארף מען אבער נעמען אין באטראכט אז היי יאר נאך וואס די יורא איז מוראדיג געפאלן און די שווייצע פראנק איז ארויף, קומט אויס אסאך ביליגער צו גיין קיין עסטרייך, ווייל דארטן איז די יורא די וואלוטע משא"כ אין שווייץ נישט.
איזהו גיבור ?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
- האט שוין געלייקט: 636 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
גיבור האט געשריבן:אויב ווילסטו גיין אין א האטעל מיט כשר עסן און עס גייט דיר נישט אהן צו די האטעל איז שיין אדער נישט ווייל עניוועי ביסטו אגאנצן טאג אינדערויסן, וואלט איך רעקאמענדירט לעווין אין ארוזא, טאקע א אלטע האטעל אבער היימיש און די עיקר א פיינע פרישטאג און סאפער יעדן טאג מיט א היימישע אטמאספער, לעצטענס האבן זיי געעפנט א נייע האטעל אין דאוואס קען זיין אפילו שענער ווי די פון ארוזא, אבער אלס די געגנט איז ארוזא אסאך בעסער ווי דאוואס הגם אז דאוואס איז נישט אוועקצומאכן בכלל,
די גרינגסטע וועג צו פארן איז מען פארט קיין ציריך און פון דארט מיט די באן קיין ארוזא, אין די עירפארט קען מען קויפן א טיקעט עס קאסט ארום 50-55 שווייצער פראנק, מען נעמט א באן פון די עירפארט צו "ציריך הויפט שטאטציאן" בערך 10 מינוט און פון דארט א באן קיין חור בערך איינס און א האלב שעה , און פון דארט פארט מען מיט אזא קליינע באנדעלע וואס פארט שטאט ארויף די בארג קיין ארוזא עס נעמט א שעה און עס איז מוראדיג אינטרעסאנט די גאנצע וועג ווי מען פארט העכער און העכער, די האטעל איז צוגיין צופיס פון דארט בערך זיבן מינוט, עס איז נישט שווער זיך א עצה צו געבן ווען מען קויפט די טיקעט אין עירפארט באקומט מען פונקטליכע אנוויזונגען וועלכע באן צו נעמן און ווי עס צו טרעפן און ווען עס פארט ארויס, דא האסטו די וועג ביי גוגל מעפס,
עס איז א פיינע וועג און פיינע טרעינס די איינציגסטע זאך איז די רענצלעך וואס איז שווער צו שלעפן מיט אזויפיל טרעינען, סא פאר דעם איז אויך דא א עצה, אין שוויץ איז דא א פראגראם מיטן נאמען fly rail baggage די קענסט ביים איינטשעקן אין עני עירפארט אין די וועלט בעטן אז די ווילסט אז דיינע רענצלעך זאל אנקומען דירעקט צו איינע פון די שטאציאנען אין שווייץ עס קאסט ארום 20-25 דאללער, און באקוסט אזא גרינע טעג וואס שטייט "נאטינג טו דעקלער" זיי לייגן עס ארויף אויפן רענצעל מיט א פונקטליכע אדרעסס ווי די גייסט זיין אין שווייץ אזןי אויך דיין טעלעפאן נאמבער, און די באקומסט די זעלבע צעטל וואס אידענטעפיצירט דיר אלס די אייגנטומער פון די רענצעל, און די רענצעל פארט סטרייט צו יענע דעסטענעישאן למשל ארוזא און די מיזסט עס אויפפיקען פון די סטעישאן מיט דיין צעטל וואס די האסט באקומען אין עירפארט, פאר מער זעה דא אדער דא פאר די ליסט ווי עס קען אנקומען זעה דא, אויב די ווילסט נישט שלעפן די רענצעל פון די סטעישאן קענסטו אין האטעל איבערגעבן דיין צעטל און פאר א מינימאלע פרייז גייען זיי עס אויפפיקען און ברענגען עס דירעקט אין דיין רום.
עד כאן הגעתי לעכשיו און פארשטייט זיך אז מען קען ניצען די אינפראמעישן אפילו מען גייט נישט דווקא צו לעווין.
I agree with everything your saying except for the fact that Davos is nicer than Arosa. the only reason heimish yiden go to Arosa is because of Hotel Metrepol. If not for hotel Metrepol, you wouldn't even know that such a place exists. It only has two mountains. Davos is world-class. Davos has many many mountains with gorgeous views
There is a reason why Michael Bloomberg has a house in Davos and not Arosa
There is a reason why the international economic summit is held in Davosand not in Arosa