חלומות שוא ידברו אדער אין חלום בלא דברים בטלים?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

חלומות שוא ידברו אדער אין חלום בלא דברים בטלים?

שליחה דורך אךשמח »

איך האב אויסגעהערט קול מבשר און געהערט אז קוים איז אדמו"ר מ'וויזניץ זצ"ל נפטר געווארן און איינער האט שוין עספיעט צו חלומ'ן פון אים.

איך האב נאכנישט אויסגעהערט דעם חלום דארט און וואס עס איז געווען אינטערעסאנט עס ארויפצולייגן אויף קול מבשר, אבער דער נושא איז ווערד מען זאל עס אויסשמועסן.

גאר אסאך ווערט אויסגעשמועס אין חז"ל איבער דעם ענין פון חלומות. אזוי ווי געשריבן אין קעפל איז דא ווען חלומות שוא ידברו ווי אויך דברי חלומות לא מעלים ולא מורידים, פון די צווייטע זייט איז דא א מימרא אז א חלום איז אחד מס' בנבואה.

אין ש"ע איז גע'פסק'נט אז ווער ס'האט געזען א חלום רע און האט דערפון עגמת נפש זאל נאך פאסטן אין יענעם טאג, אפילו אום שבת!! און די טעם, ווייל יפה תענית לחלום כאש לנעורת.

דערנאך איז דא אן ענין פון הטבת חלום.

מ'קען אויך נישט פארגעסן וואס מען בעט יעדן יו"ט ביים דוכנ'ן, רבש"ע אני שלך וחלומותי שלך.

שוין היבש שפעט און איך דארף גיין אביסל חלומ'ן... וועלן מיר צוענדיגן מיט א ווארט פונעם בית ישראל מגור פאר איינעם וואס האט אים געפייניגט מיט זיינע חלומות: שלאף ווייניגער וועסטו האבן ווייניגער חלומות...
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 77 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

Re: חלומות שוא ידברו אדער אין חלום בלא דברים בטלים?

שליחה דורך קול גדול »

וואס מ'טראכט בייטאג חלומ'ט מען באנאכט, אז מ'טראכט פונעם וויזשניצן רב'ן חלומ'ט מען פון אים.
פארציילן חלומות קען אבער האבן שלעכטע קאנסעקווענצן, ווי ס'שטייט אין די תורה ביי יוסף הנה זה בעל החלומות בא און די ברודער האבן אים שיעור געהרגעט צוליב זיינע חלומות.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

Re: חלומות שוא ידברו אדער אין חלום בלא דברים בטלים?

שליחה דורך דולה ומשקה »

הגם די גמרא זאגט (גיטין נ"ב ע"א)מ דברי חלומות לא מעלין ולא מורידין להלכה, שרייבט דערויף רבי צדוק הכהן פון לובלין (בס' רסיסי לילה, דברי חלומות אות ו) אבער די חלומות פון א אדם גדול איז אנדערש, ובפרט אויב זיי זענען דאס קובע בספר נאך דאס מבאר ומזכך זיין להלכה של אמתן של דברים, עי' שו"ת הקשב"א (ח"א סימן תיג).

דער מנחת אלעזר ברענגט (דברי תורה ח"ג אות לז) אז כאטש "דאין מראין לו חלום לאדם אלא מהרהורי לבו", אעפי"כ זעהט מען בחוש אז מענטשען ווילען זעהן פארשידינע זאכען אין זייער חלום, לדוגמר קרובים וואס זענען נפטר געווארען, מענטשען האבען שטארקע געגועים זיי טראכטען דעם גאנצען טאג אין דער גאנצע נאכטו, אין דאך זעהן זיי גארנישט. נאר די ענין פון הרהורי יומא איז נישט קיין זיכערע זאך אז מ'וועט חלומען יענעם נאכט, לפעמים גייט דער חלום ערשט קומען נאך עטליכע וואכען.

למעשה ס'דא חלומות וואס קומען מצד שדים אין זענען דא חלומות וואס קומען פון מלאכים (דאס איז א שטיקעל אריכות), אבער לענינינו די חלומות וואס קומען "מהרהורי ליבו", זענען נישט פון א מלאך אין נישט פון א שד, אין אויך קומען זיי נישט מבשר זיין עפעס אויף די ענין פון וואס דער מענטש האט מהרהר געוועהן במשך היום, אין פעלט נישט אויס קיין פתרון. וזה לשון ספר חסידים (ס' תמא): "כל מי שנכספה נפשו למקום אחד או לעשות דבר וכו' גם בחלומו יראה מאותה גוגמא, וכל אלו החלומות וכיוצא בהם אינן מחלומות שמגיד המלאך, אלא מתוך הרהורים רואה אף בחלומו דוגמתו, ועליהן נאמר 'וחלומות שוא ידברו'.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
פארשפארט