אינטערסאנטע חקירה איבערן תוקף פון גורלות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2331 מאל

אינטערסאנטע חקירה איבערן תוקף פון גורלות

שליחה דורך נהורא נפישא »

בימי בחרותי האב איך געהערט פון מיין מגי"ש אן אינטערסאנטען אנעקדאט וואס האט פאסירט ביי א געוויסער תופס ישיבה, דער ראש ישיבה האט געווארפן גורל פאר א ווערטפולן חפץ אין וואס ער האט ווי דער סדר פארשריבן אלע זיינע תלמידים אויף  צעטלעך און מ'האט זיי אויסגעמישט און דער וואס איז ארויסגעקומען צום ערשט האט געזאלט זיין דער זוכה בגורל, האט אבער פאסירט אז נאכן ארויסנעמען דעם זוכה בגורל האט זיך ארויסגעשטעלט אז איינע פון די תלמידים זענען געווען בטעות פארשריבן צוויי מאל, דערפאר האט די ראש ישיבה גע'פסל'ט דעם גורל און דאס געוואלט איבערמאכן, ווען די תלמידים האבן זיך געוואונדערט אויפן מאדנעם פסק, הלמאי דער וואס איז געווען פארשריבן צוויי מאל האט דאך ממילא נישט געווינען, קומט דאך אויס אז דער געווינער האט דאס געווינען כאטש די גורל איז אים געווען הארבער מיט דעם אז עס בטעות צוגעקומען איינער וואס האט נאך שוואכער געמאכט זיינע טשאנסן און פונדעסטוועגן דאך האט ער דאס געווינען, איז פארוואס רעכנט ער זיך נישט מיט רעכט אלס די זוכה בגורל.

האט אבער דער ראש ישיבה געגעבן א לומדישן הסבר אויפן פסול פונעם גורל ווי פאלגענד, היות לו יצוייר דער תלמיד וואס איז געווען פארשריבן צוויי מאל וואלט ווען געווינען דעם גורל וואלט דאך בלי ספק דער גורל ווען נישט געהאט קיין שום האפט, קומט דאס אויס אז דער תלמיד האט קיינמאל נישט געהאט קיין חלק אינעם גורל, און ווען דער תלמיד וואלט ווען בטעות אינגאנצען נישט אריין אין גורל וואלט דאך יעדער מודה געווען אז די גורל איז נישט גילטיג איז יעצט ווען ער איז בטעות אריין צוויי מאל אינעם גורל איז דאס פונקט ווי ער איז אינגאנצען נישט אריין, ע"כ שמעתי ממו"ר בימי בחרותי.

לימים אז איך האב זיך מתבונן געווען אין די מעשה איז מיר נולד געווארן פארשידענע חקירות איבערן תוקף וואס א גורל פארמאגט, וואס קען, געוואנדן לויט די מהלך וואס מ'נעמט איבערן תוקף פון גורלות ברענגן צו אנדערע מסקנות למעשה איבער אזעלכע פעלער אין וואס ס'שטעלט זיך ארויס אז ס'איז געווען א געוויסער גרייז אינעם פראצעס פונעם גורל ווארפן.

צום ערשט וואס איז די תוקף פונעם גורל ע"פ הלכה, ע"פ יושר, ע"פ הסכם ופשרה, ווי אויך פון א טעאלאגישן שטאנדפונקט וואס זאגט אונז א גורל? האט עס עפעס א הימלישן כח?
להלכה אויב האט א גורל עפעס א טעכנישע תקיפות דאן קען סיי וועלכע פסול לכאורה קאליע מאכן דעם גורל (ס'דארף זיך געפינען שמועסן איבער דעם אין די פוסקים זינט א גורל האט געשפירט א חשובע ראלע אין קהילה-לעבן ווי אויך האט דער גורל נאך א מקור בתנ"ך{שתי השעירים ביוהכ"פ, חלוקת הארץ, ועוד}ובתלמוד{הפייסות במקדש})

בפשטות איז דער גורל א הסכם אין וואס אלע משתתפים זענען גרייט זיך אריינציווארפען אינטערן געזעץ פון פראבעבילעטי, ד.ה. אז היות יעדער האט אן אייניגע טשאנס צו געווינען אינעם גורל דערפאר איז יעדער מסכים בהנחה אז ער קען געווינען פונקט ווי א צווייטען אז ס'איז א יושרדיגע פראצעס, און דער וואס איז זוכה איז דאס טאקע זוכה מיט רעכט.

די שאלה איז נאר ווען א גורל שטעלט זיך ארויס צו זיין גרייזיג מיט וואס פאר א רעכט זאל איך טאקע פסל'ן דעם גורל אויב איך קען נאך מצרף זיין א צווייטן גורל וואס זאל פאררעכטן דעם גרייז מיטן צוזאמרעכענען די טשאנסן לויט די פראבעבילעטי געזעץ און דאס פארגלייכן, מיט וואס פאר א רעכט טוה איך אנולירן דעם ערשטן שטאפל פונעם פראבעבילעטי אויסגאנג?!

ע"ד משל לו יצוייר אז דער וואס איז געווען פארשריבן צוויי מאל האט טאקע באמת געווינען דעם גורל, מיט וואס פאר א רעכט טוה איך פסל'ן זיין זכייה, ס'איז דאך דא א פופציג פראצענט טשאנס אז זיין ריכטיגע צעטל האט געווינען אנטקעגן פופציג פראצענט טשאנס אז זיין איבריגע צעטל האט געווינען און מ'קען יעצט ווארפן גורל אויב ס'זאל אים גערעכנט ווערן זיין זכייה בגורל, צו זאל איך איבערמאכן דעם גורל, קומט אויס אז די צווייטע גורל טוט קענסלן זיין אדווענטידזש אין פראבעבילעטי אנטקעגן אנדערע.

דאס זעלבע מיט א גורל און וואס בטעות איז איינער ארויסגעפאלן, אבער היות סוכ"ס האט דאך איינער געווינען, ע"ד משל איין טשאנס קעגן הונדרעט, איז דא אן עצה דאס אויסצוגלייכן מיט איבערווארפן גורל און דעם געווינער לייגען הונדרעט מאל (ווייל ער איז דאך יעצט ווערט הונדרעט טשאנסן) אנטקעגן איינמאל פארן ארויסגעפאלענעם (וואס איז נאר ווערט איין טשאנס)

אויב גייט מען מיט דעם מהלך קומט אויס ק"ו ובן בנו של ק"ו אין פאל איינער איז בטעות אריין צוויי מאל וואס דאס האט אטאמאטיש אפגעשוואכט די טשאנסן פון אנדערע און פונדעסטוועגן דאך האט א צווייטער געווינען האט ער דאס לכאורה זיכער כמעט מיט רעכט געווינען, נאר היות די אנדערע וואס האבן פארלוירן קענען למעשה האבן טענות אז זייערע טשאנסן זענען אפגעשוואכט געווארן מיטן אריינלייגן איינעם צוויי מאל בטעות, קען מען צוזאמרעכענען די ווערט פון יעדענ'ס חלק פון א טשאנס און דאס צוזאמרעכענען ( למשל, אין פאל די באטייליגטע פונעם גורל באטרעפן הונדרעט, וואס דאן האט יעדער א 1% טשאנס, נאר היות א צווייטער האט בטעות באקומען א טאפעלטע פארציע האט ער יעדן אפגעשוואכט און רעדוצירט יעדענ'ס טשאנס צו 0.99%) און לויט וויפיל ס'קומט אויס (ניטאמאל איין גאנצע פראצענט, ווייל ס'איז 0.01× 98)זאל מען דאס ווארפן אנטקעגן דעם כמעט זיכערן געווינער (וואס איז ווערט הונדרעט טשאנסן מינוס די אויבנדערמאנטע משהו)  צו מ'זאל איבערווארפן גורל צו נישט, ושלום על ישראל
ס'וואלט געווען אינטערסאנט אריינצוקוקן וויאזוי די לאטארי אגענטורן איבער די גארער וועלט באנעמען זיך אין פאל מ'געפונט א גרייז אינעם פראצעס פונעם גורל ווארפעריי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נהורא נפישא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר