ווער קען שפרעכן?

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אז מ'וועט נישט וויסען פון 'לאקערען' צו זאגען, ט'ווי וועט מען קענען אויסהערען דער באקאנטע שמועס פון אהרן קדוש ה' דער געוועזענער קרית יואל'ער רב? :D

אביסל ערנסטער גערעדט, דער פראבלעם אין לעיקוואוד איז אסאך גרעסער, ווי דערמאנט שוין. א דריטער דור פון קינדער וואקסט אונטער וואס קענען נישט רעדען קיין ווארט אידיש נארמאל, אבער מ'האלט אן דער 'מסורה' פון לערנען חומש אויף אידיש. אפאר מוסדות לאזען זיך נישט, אבער זיי זענען אין געוויסע אנדערע זינען, שוואכערער מוסדות. איין מוסד האט מפרסם געווען אז זיי האלטען אן די אור-אלטע מסורה פון לערנען חומש אין די שפראך וואס דאס קינד קען!
פערזענליך האב איך צוויי קינדער אין חדר. דער עלטסטע האט א גוטען קאפ, אבער ער געוואוינט זיך נישט צו לייכט צו נייער מצבים. ממילא איז איהם שווער צו לערנען א שפראך. מיין נאטור איז נישט אזוי, אבער אזוי איז זיינס. ער בעט זיך ביי מיר איך זאל מיט איהם רעדען אידיש אין שטוב כדי ער זאל זיך אויסלערנען, אבער איך האלט נישט דערביי. ס'איז נישט געזונט צו לעבען אין א שפראך וואס איז נישט דיין ערשטע. איך האב שוין געזען אפאר מענטשען וואס זייער מענטשהייט האט געליטען דערפון. מיין צווייטע זוהן האב איך געשיקט אין א פלעיגראו"פ וואס די לערערין האט גענוצט אסאך אידיש ווערטער. ער איז יעצט אין כתה א' אבער ער פארשטייט טאקע בעסער. דיין נאטור איז אנדעריש אויך, דעריבער קען איך נשיט קיין ראיה ברענגען. מיין דריטער גייט יעצט אין חדר פון יענער פלעיגראו"פ, 'עלען מיר זען וואס וועט זיין. קיין ברירה האב איך סייאווי נישט, ובפרט אז מיין ווייב קען כמעט נישט קיין ווארט אידיש.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

Re: ווער קען שפרעכן?

שליחה דורך [NAMELESS] »

לעיקוואד האט געשריבן:די גאנצע מהלך פון "טייטש" איז צע"ג. אין א נארמאלער פלאץ ווי מלערנט עפעס, אז מוויל לערנען א ספר אויף א שפראך וואס מקען נישט, לערנט מען קודם אויס די שפראך, עכ"פ אויף גענוג אז מזאל קענען אנהייבען ליינען, און אזוי לערנט מען. אין היימישע מוסדות, גייט דאס צו מיט די מאדנעסטע מהלך פון פראבירען איינצוחזר'ן יעדער ווארט עקסטער און מעמארייזען די טייטש, באופן וואס סקען זיין אז מלערנט יארען חומש און גמרא, און מקען נאכאלץ נישט בכלל געהעריג קיין לשון הקודש כ"ש נישט קיין אראמיש.
דער תמיהה דאפעלט זיך ווען מנעמט אין באטראכט ברסלבער'ס הערה אז אסאך מאל איז דאס מעמארייזד צויי ווערטער וואס ביידע פארשטייט מען נישט. טאקע זייער שיין אפשר מזאל קענען יידיש, אבער זאל מען פארדעם מאכען א עקסטערע קלעס צו לערנען יודיש, וואס איז דער חומש שולדיג?

לכאורה איז דאס איבערגעבליבן פון די קאמפ קעגן די משכילים, וואס א עיקר דערפון איז געווען אז מען זאל נישט ליגן אין דקדוק און אין נ''ך,
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

דעת תורה האט געשריבן:עס איז נישט קיין געפערליכער חיסרון, פשטות איז עס א מעלה אז די קינדער לערנען זיך אויס אביסל די אידישע שפראך.

דער פראבלעם איז, אז דאס איז נישט אידיש. אפשר דויטש מיט אונגאריש אויסגעמישט
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

יואב האט געשריבן: ויפתח ה' את רחמה - (מיינע מלמדים האבן דאס אויך נישט געטייטשט).
מיין רבי האט געטייטשט רחמה - איהר גידערים
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
פארשפארט