רעסעפי'ס פאר די 9 טעג

הילף, עצות און טיפס
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

רעסעפי'ס פאר די 9 טעג

שליחה דורך נס קאווע »

היות די ניין טעג זענען ממשמשין ובאין ווערט א גרויסער פראבלעם
אז אויסער בעיקד סעלמאן, גרילד טעלאפיע, פלאנדער פיש, טונא סטעיק, טונא פאשיט (פעטיעס בלע"ז), באנדאש, פיצא, פאלאפל, עג פלענט פאמארזשאן, בעיקד זיטי, לאזאניא, טשיז טורנאוווער, פילד שעלס, טונא, אייער, פאטעיטעס, קארן, איז ממש נישט דא וואס צו עסן אז מען מיז אויפקומען מיט א פרענק און בלענק וואס איז פארעווע געמאכט פון סעלמאן און טעיסט ממש ווי די פליישיגע אדער מאק ליווער וואס איז נישט אין מויל צו נעמען פרעג מיך נישט פון וואס ס' איז געמאכט כדי צו שפייזן דאס געזינדל אז נישט קען מען דאך אויסגיין פאר הונגער ביז תשעה באב
וויל איך דא בעטן די חשובע ציבור דא אז אויב איינער האט עפעס א אינטערעסאנטע מאכל וואס איז נישט פליישיג זאל מען זיך נעמען די מיה און מזכה זיין דעם רבים
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך נס קאווע »

אז קיינער שרייבט נישט וועל איך מוזן אנהייבן
מען קען נעמען קרויט די קאול סלאו מיקס און דינסטן דערנאך צולייגן שרעדעד טשיז און אפבאקן און א טורן אוווער טייגל גאנץ גרינג און זייער גוט פאר א פארשפייז אין די 9 טעג די וואס עסן נישט קיין סטארטש קענען דאס סערווירן אנן די טייגל סתם דינסטן די קרויט און מישן ביז די טשיז ווערט צולאזט (סאונדט ווי א עונג שבת רעסיפי ניין?)
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

נס קאווע!
איך האף דו הינגערסט נישט, ווייל די עולם העלפט דיך נישט
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

ביז דערווייל האב גענומען אפאר גוטע רעסעפיעס פון דיר...
real jew
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 23, 2012 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

Just make a siyam

שליחה דורך real jew »

you dont have to learn its enough if you just say
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום real jew, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך נס קאווע »

טעפל האט געשריבן:ביז דערווייל האב גענומען אפאר גוטע רעסעפיעס פון דיר...

דערווייל האב איך נאר געשריבן איין רעסיפי
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יעצט ערהאלטן:

טשיז קעיק, בלינטצעס (סינעמען אן טאפ), טשיז לאטקעס (אהה...), עגפלענט פארמעשזאן, סי בעסס, אמעלעט מיט מאנסטער טשיז און געדינסטע צוויבל אין די זייט, מילכיגע אייז קרים נאט קראנטש אן טאפ, לאטע'ס קאפאטשינא אייסד קאפי מיט דעלישעס עמברוישזע אין פיינע אונטערגעשלאגענע מילכיגע קאלטע טשערי סופ (ס'שפייעכטס פליסט שוין), און די פשוט'ע סעלמאן פילעי רעדט מען שוין נישט...
דאס אלעס גיימיר אסאך זעהן די קומענדיגע טעג... וואלטן די חכמים היינטיגע צייטן געווען, וואלטן זיי באפוילן צו עסן אין די 9 טעג טשיקן מידיעם - וועל יעדע נאכט...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך הער אז ס'קומט א נייע רעסיפי פון חזקיהו המלך: באר בי קיו סטעיק רעסיפי אן פלייש
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

אהן פלאהרייד וואלט געווען אן ארטיקל
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

האט שוין איינער פרובירט טונא סטעיק? נישט צו טרוקן? איז דא עצות בכלל פעטער צו מאכן א סטעיק
אז מ' רעדט שוין, איז א טשיקן באטטאם פיהל בעסער רער - מידיום?...
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

היינט נאכט קומט פאר א BBQ אונטערן שלייער פון סיום מסכת און פדיון שבויים... אינמיטן העלן שטאט, עיר ואם בישראל, בארא פארק.
לדעתי איז דאס ריינע ליצנות פון די שלחן ערוך!
וואלט איך געהאט מער יראת שמים וואלט איך דאס אונטערגעברענגט במו ידי.
נאר וואס דען, ס'איז נישט זייער שולד, ווייל דאס האבן זיי געזעהן אין קעמפ אלץ קינד, א כולל אינגערמאן מאכט א סיום און דר'עולם ריקט פלייש, כאילו ס'איז ערב פסח, וואס די פאסטען פאר בכורים איז א האלבע, אפשר גאר א טעות'דיגע, מנהג.

אויב דערקלערסטו אז דו ביסט נישט אונטער געווארפען דעם שלחן ערוך, איז איין זאך. אבער חוזק מאכן?!

מה עשה השטן? מ'טרעפט א צוועק, פדיון שבויים, נו, ווער האט נישט רחמנות אויף דעם איד?
Under influence
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

עתיד ליתן את הדין. קיינער זאל נישט אהינגיין
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
טישו באקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך טישו באקס »

נעכטן האב איך מיר משתתף געווען ביי סיום מסכת נישט סתם זיך מיטגעשלעפט, איך בין געווען פון די 10 געלאדענטע. מיר האבן געהאט ב"ה פון בעסטן, פיינע גריללד ריב סטעיק, פעפער סטעיק ועוד. די חורבן איז נאר געווען אז סאיז געווען גאנץ פרי נאכמיטאג סאיז אריבער א שטיקל צייט דער הינגער האט זיך אנגעהויבן צו דערוועקן און כהאב מיר געדרייט פון א הינט מיט'ן צינג אינדרויסן קיין פליישיג טאר מען דאך נישט, קיין מילכיגס קען מען דאך נישט פאר 6 שעה, הקיצור כהאב דערשפירט וואס דאס איז די 9 טעג.
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך MickyMouse »

למדן האט געשריבן:האט שוין איינער פרובירט טונא סטעיק? נישט צו טרוקן? איז דא עצות בכלל פעטער צו מאכן א סטעיק
אז מ' רעדט שוין, איז א טשיקן באטטאם פיהל בעסער רער - מידיום?...


איך עס טונא סטעיק א גאנץ יאר. די רעסיפי איז סימפלe.
נעם א ברייטן טעלער, מאך א צומישעניש פון זאלץ, רויטע און שווארצע פעפער,און קנאבל פאוידער. קענסט צולייגן טיים, פארסלי, ארעגענאוי און די סארט ספייסעס צו דיין גלייכן, אבער נאר אביסל פאר טעם.
לייג אריין די טונא סטעיק אינעם געמישאכץ, קאווער עס פון אויבן אויך, מיט א גאפל שטעך אריין דא און דארט ס׳זאל אריין גיין פון אינעווייניג.
לאז עס פאר א צוויי שעה ביז די זעהסט אז דאס פישל הייבט אן טוישן קאליר פון רויט צי ברוינליך (עס מיינט אז עס קאכט זיך אפ פון די ספייסעס) שטעל ארויף א פרייאינג פען מיט אביסל (איילבירט) אויל אויף א הויכ׳ן פלאם, ווען עס איז גיט הייס לייג אריין די פיש פאר 1 מינוט אויף א זייט און ארויס. עס וועט נישט זיין טרוקן.

טשיקען באדדעם, עס ווענד זיך ווי די מאכט דאס.
אין די אויווען, גוט פארמאכט, איז גארנישט אז ס׳באקט זיך אביסל לענגער.
אין א טאפ, אויב לייגסטו גענוג צוויבל, וואס גיבט ארויס וואסער, איז אויך נישט קיין פראבלעים אז ס׳וווערט מידיום
אויפן גריל, מיט די הויט (ס׳זאל האלטן די פעט) איז די בעסטע צי עסן ממש דזשאסט אפגעקאכט. נישט לאזן צי לאנג.
אמור מעט ועשה הרבה.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

[tag]קאווע טרינקער[/tag], אלץ איז נאר להגדיל תורה ולהאדירה!!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פון מיר אויס, האט געזאלט זיין 20 טעג צו עסן מילכיגס, ווייל פון די 9 טעג ווערט נאר 5 אדער 6 טעג, ווייל פרייטאג צו נאכטס און מוצ"ש רעכנט מען דאך נישט, און תשעה באב אליין זיכער נישט, ממילא פאלט אוועק אסאך געשמאקע נאכטמאלן,

דעריבער בין איך בייז אויף די וואס מיינען אז זיי טוען איינעם א טובה צו מסיים זיין א מסכת כדי אונז 'מזכה צו זיין' מיט נאך א באארינג טשיקן באדעם פון וועלכע איך בין שוין נמאס א גאנץ יאר צו האבן דאס זעלבע.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

-
בייגעלייגטע פיילס
IM0.jpg
IM0.jpg (118.03 KiB) געזען געווארן 852 מאל
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט