הר׳ אברהם לויפער אב״ד דאראג (וויליאמסבורג) מחבר האשל ברמה

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
[NAMELESS]

הר׳ אברהם לויפער אב״ד דאראג (וויליאמסבורג) מחבר האשל ברמה

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער א קאנטראווערסואלער אקטיווע מענטש, שלאפט נישט קיין רגע (חוץ ביינאכט א גוטע אכט שעה) געט ארויס קונטרסים, האט א כולל, מאכט נסיעות למקומות הקדושים, האט א ספרים סטאר, (אויף ראטלידזש דאכצעך - פארגעסן די נאמען) פארקויפט אתרוגים, לערנט פאר גמרא שיעורים אין ראדני, ועוד ועוד

ער האט זיך בעיקר באקאנט געמאכט מיטן אנדרייען די פאליטיק אקעגן דעם ניקלשבורגער (בשנות ה׳תש״מ׳ס) און די לעצטע פאר יאר מיטן ארויסגעבן די קונטרסים אקעגן די אריזאנע ווייץ/מצות מיטן נאמען האשל ברמה אקעגן מהר״א מסאטמאר, און יעצט (די לעצטע יאר צייט בערך) איז ער נאכאמאל געווען אין די נייעס וד״ל.

איך עפען די אשכול ווייל הערענדיג אזויפיל איבער אים בכלליות, וויל איך הערן פון מענטשן וואס קענען אים מער בפרטיות, צו וויסען וואס האט ער צו פארקויפן, און וואס האט ער שוין אויפגעטון/אפגעטון אויף די וועלט (איך וויל נישט אריינגיין צו ער איז גערעכט אדער נישט - פאר דעם איז צימעס געמאכט געווארן - איך וויל באקומען א בעסערע בליק איבער אים אליין פערזענליך)
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

טייערער פריעד באטשי ברוכים הבאים בשם השם, עס איז באמת א פארגעניגען אייך צו האבן אן בארד, דער אייבישטער זאל העלפן אז איר זאל נושא חן זיין בעיני הקנאקערס של הקאווע שטיבעל און אייערע לייקים זאלן זיך מערן לרוב, במהרה ממש.

אבער טוה א קוק טיערע נשמה צו נעמען א מענטש (נישט קיין חילוק וועמען) און אים אויספראקען דא ברבים, פשוט ווייל מע''כ זיכט צו מאכן קאנווארסאציע, איז נישט קיין גלייכע זאך, עס איז פארבינדן מיט פארשידענע אסורי תורתינו הק', מאך אויף אן אשכול מיט א זאכליכע אקטועלע טעמע, און שרייב צו דער זאך, וועסטו זעהן אז דער עולם גולם וועט דיך באשיסן מיט לייקים און אטענציע, אדש ביז דאס ווייב ( אם יש) דיינער וועט דיר ניטאמאל אויספעלן.... נישט געזארגט. נא.. שארף אויס דיין פעדער און נעם דיך צו אן אקטועלע נושא... מיר זענען דיר גרייט צו העלפן מיט וואס אימער... ברכה והצלחה און ברוכים הבאים בשם השם....
פארשפארט