א גריס פון ארץ ישראל
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

ליל ל"ג בעומר
[justify]אלע יארן פיר איך זיך נישט דוקא צו זיין ביי די הדלקה. מה כל הרעש? איינער צינד דארט אהן די הדלקה, נע, איך בין נישט געקומען צו די שאו, איך בין געקומען צו רבי שמעון. מען קען זיך פרייען ווען אימער ווי אימער בשמחת רבי שמעון. דאס יאר האב איך מחליט געווען אז נאך אזויפיל מאל וואס איך בין געווען ביי רבי שמעון, מעג איך אויך איינמאל מיטהאלטן די הדלקה אויפן דאך פון די באיאנער רבי. איך האב געלאזט מיינע פילינגס פריי און געפרואווט צו מיטלעבן די מאמענט.
איי וואס זאל איך זאגן? איה העט? איך האב נישט די ווערטער צו שרייבן. די שטאטע ניגוני התעוררות פאר די הדלקה. עס האט נישט קיין ווערטער די מצב דארט. די הרגשים ווערן אויסגעצויגן וואס א מינוט. ביז ביז ביז מען זעהן אויף די סקרין ווי ער גייט צינדן אין די מוזיק הייבט אהן לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי. מען הייבט זיך אין די לופטן, מען ווערט וועיטלעס (weightless)! די שמחה וואס איז דארט דא, לדעתי איז א הרגש פון שמחה וואס מען פילט קיינמאל נישט. עס איז א שמחה למעלה מדרך הטבע.
שפעטער אינמיטן די נאכט, ווען איך בין צוריק צו מיין אכסניא, זעה איך אז מען גרייט זיך אויף עפעס אן הדלקה דארט!
הקיצור נאך א האלבע שעה קומט אהן די רב הכותל הרב ראבינאוויץ, מיט זיין טאטע אב"ד ירושלים, מיט א גאנצע גרופע פון בערך פופציג חברה, מיט אפאר גיטארס א קיבארד, ארה'לע סאמעט, און נאך אפאר מנגנים. עס הייבט זיך א גאנצע קומזיץ, מען גרייט זיך צו אן הדלקה. עס איז געווען גאר א געשמאקע קומזיץ. דערנאך האט הרב ראבינאוויץ געזאגט דברי התעוררות לכבוד המאורע, און דערנאך עודך א הדלקה מיט ריקודים, דאס האט אהנגעהאלטן א לענגערע צייט, ביז מען האט זיך געזעצט צו א סעודה לכבוד הרשב"י.
דאס איז געווען סתם א פערזענליכע אומגערעכטיטע באנוס וואס איך האב באקומען יענע נאכט.[/justify]
איי וואס זאל איך זאגן? איה העט? איך האב נישט די ווערטער צו שרייבן. די שטאטע ניגוני התעוררות פאר די הדלקה. עס האט נישט קיין ווערטער די מצב דארט. די הרגשים ווערן אויסגעצויגן וואס א מינוט. ביז ביז ביז מען זעהן אויף די סקרין ווי ער גייט צינדן אין די מוזיק הייבט אהן לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי. מען הייבט זיך אין די לופטן, מען ווערט וועיטלעס (weightless)! די שמחה וואס איז דארט דא, לדעתי איז א הרגש פון שמחה וואס מען פילט קיינמאל נישט. עס איז א שמחה למעלה מדרך הטבע.
שפעטער אינמיטן די נאכט, ווען איך בין צוריק צו מיין אכסניא, זעה איך אז מען גרייט זיך אויף עפעס אן הדלקה דארט!
הקיצור נאך א האלבע שעה קומט אהן די רב הכותל הרב ראבינאוויץ, מיט זיין טאטע אב"ד ירושלים, מיט א גאנצע גרופע פון בערך פופציג חברה, מיט אפאר גיטארס א קיבארד, ארה'לע סאמעט, און נאך אפאר מנגנים. עס הייבט זיך א גאנצע קומזיץ, מען גרייט זיך צו אן הדלקה. עס איז געווען גאר א געשמאקע קומזיץ. דערנאך האט הרב ראבינאוויץ געזאגט דברי התעוררות לכבוד המאורע, און דערנאך עודך א הדלקה מיט ריקודים, דאס האט אהנגעהאלטן א לענגערע צייט, ביז מען האט זיך געזעצט צו א סעודה לכבוד הרשב"י.
דאס איז געווען סתם א פערזענליכע אומגערעכטיטע באנוס וואס איך האב באקומען יענע נאכט.[/justify]
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
איך בין שוין געווען אויף ל"ג בעומר 12 אדער 13 מאל. און עס האט מיר קיינמאל נישט אינטרעסירט דעם הדלקה. דער עיקר וואס האט מיר אינטרעסירט איז זיין דארט, דאווענען און אויך מיטהאלטן די שמחה. איך האב אלס געהאט א הרגש אז איך פאר צו רבי שמעון, א שטייגער מען פארט צו א רבי. גלייך ווי איך קום אהן גיי איך ארויף און נעם שלום פון רבי שמעון. איך נעם מיך מיט א זוהר אויף פרשת השבוע מיט א אידרא, און איך האב וואס צו טוהן פאר די טעג וואס איך בין ביי רבי שמעון.
די הדלקה האט מיך נישט אינטרעסירט. אבער יעצט אז איך בין געווען בין איך אנטוישט געווארן. איך זעה וואס דארט גייט פאר. ממש א שמחה וואס עין לא ראתה.

-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 137
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 627 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל
Re: א גריס פון ארץ ישראל
בן אדם האט געשריבן:מיין קיבארד האט געשריבן "אבער" אנשטאט "אדער". די משמעות איז אנדערש. עצות קען איך געבן בעסערע.
זאג דיין קיבארד ער זאל נישט שרייבן וואס ער וויל, נאר וואס דו דרוקסט...
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
[justify]שבת נאכמיטאג איז געווען ארגענאזירט דורך חב"ד-מירון (משפחת הלפרין) א פערברענג. דער משפיע הרב מענדל וועכטער האט פארברענגט. דער נאמען אליינס רופט ארויס א ציבור, וואס ווילט זעהן ווער דער מענדל וועכטער איז. עס איז געקומען א שיינע ציבור.
כנראה היות ער איז א סאטמארע פון געבורט איז זיינע פארברענגענס זענען אלס מיט הייסע וויכוחים. ער רעדט באופן וויכוח און דער עולם פרעגט דער זעלבע אופן אז די אטמאספערע ווערט הייס. על כל פנים איז דארט געווען עפעס אן אמעריקאנער אינגערמאן א בנש"ק וואס האט זיך געטענה'ט און אזוי אויך איז געווען עפעס א ירושלמער פעגער וואס האט זיך געטענה'ו. אלס וואס דער אמעריקאנער האט געפרעגט האט זיך דער טשאלעמער אהנגענומען און מסביר געווען אז דער ער פרעגט אויך דער זעלבער. דער אמעריקאנער איז געווארן אומגעדולדיג (זעהט אויס אז ער איז געווען מיעד אדער נישט גענומען זיינע איינשפריצן) און געזאגט פאר די טשאלעמער הער אויף און פגע דיך אפ פון מיר. דער טשאלעמער האט נישט נאכגעלאזט, און נאך אלס ממשיך געווען זיינע מעשים. דער אמעריקאנער האט געפלאצט און געכאפט א פישקע 'חריף' און אהינגעווארפן אויף די טשאלעמער!!
צו זיין מזל איז עס פונקט געלונגען אויף א ספרדי. דער ספרדי איז געווארן מלא כעס און געכאפט אן ענדליכע פושקע פון עסן און געשאסן אויף דעם אמעריקאנער!! עס האט אים באשמירט פון אלע זייטן.
אזוי האב איך באקומען נאך א באנוס show אומזיסט.[/justify]
כנראה היות ער איז א סאטמארע פון געבורט איז זיינע פארברענגענס זענען אלס מיט הייסע וויכוחים. ער רעדט באופן וויכוח און דער עולם פרעגט דער זעלבע אופן אז די אטמאספערע ווערט הייס. על כל פנים איז דארט געווען עפעס אן אמעריקאנער אינגערמאן א בנש"ק וואס האט זיך געטענה'ט און אזוי אויך איז געווען עפעס א ירושלמער פעגער וואס האט זיך געטענה'ו. אלס וואס דער אמעריקאנער האט געפרעגט האט זיך דער טשאלעמער אהנגענומען און מסביר געווען אז דער ער פרעגט אויך דער זעלבער. דער אמעריקאנער איז געווארן אומגעדולדיג (זעהט אויס אז ער איז געווען מיעד אדער נישט גענומען זיינע איינשפריצן) און געזאגט פאר די טשאלעמער הער אויף און פגע דיך אפ פון מיר. דער טשאלעמער האט נישט נאכגעלאזט, און נאך אלס ממשיך געווען זיינע מעשים. דער אמעריקאנער האט געפלאצט און געכאפט א פישקע 'חריף' און אהינגעווארפן אויף די טשאלעמער!!
צו זיין מזל איז עס פונקט געלונגען אויף א ספרדי. דער ספרדי איז געווארן מלא כעס און געכאפט אן ענדליכע פושקע פון עסן און געשאסן אויף דעם אמעריקאנער!! עס האט אים באשמירט פון אלע זייטן.
אזוי האב איך באקומען נאך א באנוס show אומזיסט.[/justify]
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
[justify]אין ירושלים האב איך געהאט די געלעגענהייט צו זיין ביי עטליכע שיעורים פון הרב חיים שלום דייטש. הרב חיים שלום איז א באקאנטע משפיע פון חסידי חב"ד. ער איז שוין דערמאנט דא אויף ק"ש א שיינע פאר מאל. ער גייט אהנגעטוהן מיט א סאמעטע הוט און שטריימל און בעקעטשע. ער האט אן ענוות חן, גאר א איידעלע לעכטיגע איד, און עס גיסט זיך אהבת ישראל פון אים. בנוסף צו דעם איז חסידות צו הערן פון אים א תענוג מוחשי. ער איז די ראש הכולל פון כולל צמח צדק וואס איז סטאנסירט אין אלט שטאט. דארטן לערנט ער פאר א שיעור יעדן צופרי פאר בעלי בתים און אנשים פשוטים. די שיעור איז אין ספר ליקוטי תורה און ספר התניא אזוי אויך אין עפעס א הלכה ספר. די שיעורים קען מען מיטהאלטן לייוו אויף די אינטערנעט דורך די וועב זייטל וואס הייסט חסידות.נט. אזוי אויך קען מען עס מיטהאלטן אויף קול הלשון פון ארץ ישראל.
שבת בין איך געגאנגן מיטהאלטן זיינע שיעורים אין בית המדרש 'מעייני ישראל'. מעייני ישראל איז א קהילה וואס איז נתייסד געווארן צו מקרב זיין די אזויגערופענע היימישע חסידים צו לימוד און דרכי חסידות חב"ד. הרב חיים שלום איז אויפגענומען צו דינען אלץ רב אין דעם קהילה. אזוי אויך דאווענט דארט הרב יקותיאל פארקאש, הרב חיים ליברמאן, הרב מענדל פויגל. איינע פון די הויפט משפיעים פון דעם קהילה איז הרב זלמן גופין וואס פארט ארום אין גאנצע לאנד פארלערנען די טיפסטע נושאים בחסידות. דער קהילה האט ניין בתי מדרשים און לאקאלן אין ארץ ישראל.
דארט האב איך געזען אז ביי די שיעור זענען בעיקר געווען די בחורים און מער פשוטע מענטשן. אבער די אינגעלייט עובדים האבן געלערנט בחברותא גאר טיפע חסידות. הרב חיים שלום האט פאר לכו נרננה פארגעלערנט מאמרים פון סידור עם דא"ח. שבת בייטאג האט ער פארגעלערנט א שיעור אין ספר ליקוטי תורה, וואס ער לערנט שוין פאר איבער פערציג יאהר.
בשעת דאווענען איז געווען א מראה צו זעהן ווי די אינגעלייט דאווענען בעבודה. זמן תפילה איז געווען 10:15 אבער מען האט ערשט אהנגעהויבן הודו 10:50, ווייל הרב חיים שלום האט פארגעלערנט ביז דעמאלס. מען האט געענדיגט דאווענען בערך 12:50. אבער די עובדים האבן געדאווענט ביז דרייע פיר אזייגער, און ערשט דערנאך אהיים קידוש מאכן. דא האב איך געזען ווי חסידות עט ווארק. מען האט געזען ווי אינגעלייט דאווענען באריכות בעבודה אזויווי פארצייטישע חסידים. אשרי עין ראתה אלה.[/justify]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ראש הישיבה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
[justify]אויפן וועג ארויף צו די ציון הרשב"י איז געווען א דוכן (סטענד) וואס האט מפיץ געווען די זוהר הקדוש מיט די ביאור פון די אשלג'ער רבי ז"ל. ער פרעגט מיר אויב איך האב א זוהר מיט די ביאור. זאג איך אז איך האב א זוהר מתוק מדבש. זאגט ער מיר אז דאס איז נישט קיין ביאור, דאס איז א מעשה ביכל. ער טענה'ט אז אין זוהר איז נישטא אזא זאך ווי נגלות הזוהר וכדומה. זוהר איז אלעס נסתר. הרב דניאל פריש ז"ל האט געמאכט א מעשה ביכל פון די זוהר און עס איז נישט קיין ביאור.
פרעג איך אים, וואס ווילט איר פון מיר? איך דארף יעצט קענען מכריע זיין צווישן אשלג און רבי דניאל פריש? איך בין א פשוטע איד איך קען נישט קיין קבלה, איך האב א זוהר צוליב צוויי סיבות: איינס צוליב שמירה, שהיו אומרים אז ספר הזוהר איז א שמירה, צווייטנס איך האב ליב צו לערנען די מדרשי הזוהר. וואס צוליב די צווייטע סיבה האט מיך הרב דניאל געהאלפן. איז איר עקספעקט פון מיר אז איך זאל יעצט מחליט זיין ווער איז גערעכט?
(אגב, קען זיין אז מען וואלט געדארפט מאכן א אשכול און דיסקאסירן די נושא דא אויף ק"ש)[/justify]
פרעג איך אים, וואס ווילט איר פון מיר? איך דארף יעצט קענען מכריע זיין צווישן אשלג און רבי דניאל פריש? איך בין א פשוטע איד איך קען נישט קיין קבלה, איך האב א זוהר צוליב צוויי סיבות: איינס צוליב שמירה, שהיו אומרים אז ספר הזוהר איז א שמירה, צווייטנס איך האב ליב צו לערנען די מדרשי הזוהר. וואס צוליב די צווייטע סיבה האט מיך הרב דניאל געהאלפן. איז איר עקספעקט פון מיר אז איך זאל יעצט מחליט זיין ווער איז גערעכט?
(אגב, קען זיין אז מען וואלט געדארפט מאכן א אשכול און דיסקאסירן די נושא דא אויף ק"ש)[/justify]
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
[justify]איך גיי יעצט שרייבן עפעס וואס איז געווען אויפן וועג אהיים. אפשר שפעטער וועל איך נאך שרייבן עטליכע קלייניגקייטן וואס איז געווען במשך די נסיעה.
איך קום ארויף אויפן פליגער, גראדע א 777 וואס איז רעלאטיוו באקוועמער. מיך אין מיין ווייב האבן באקומען א זיץ איינער לעבן די צווייטע די אייעל סיט און דערנעבן. דער דריטע איז געווען לעבן די פענסטער. דארט איז געזעצן א פרייע דאקטאר. דער דאקטאר איז א דאקטאר אין די איכלוב שפיטאל אין תל אביב. אזוי ווי ער זעהט א פרומע קאפעל גייט זיצן לעבן אים איז ער געווארן אומבאקוועם. ער איז גלייך געגאנגען צו איינע פון די דיילות אויב זיי קענען טוישן זיין פלאץ. ער האט אפילו געאפערט צו צאלן פאר א אפגרעיד. נאך עטליכע לאנגע מינוט איז די דיילת צוגעקוגעקומען און זיך אנטשולדיגט אז עס איז נישטא ווי אים צו רוקן.
איך האב מיך גלייך פארגעשטעלט און געגעבן שלום זאגענדיג אז איך הייס ראש הישיבה פון ק"ש . ער האט מיר צוריק געגעבן א האנט, און מיך געזאגט זיין נאמען (וואס איך געדענק נישט יעצט). אזוי האט זיך ערווארבן אינטרעסאנטע שמועסן איבער מיין לעבן און זיין לעבן. זאכן פון מיין לעבן גיי איך נישט שרייבן צוליב חשש גילוי. אבער איך וועל מיטטיילן געוויסע ענינים פון די שיחה.
ער איז קארדיאלידזשיסט אין דעם שפיטאל. ער איז א cardiac rhythm specialist. א זאך וואס איך האב נישט געוויסט אז עס עקזעסטירט בכלל. ער פארציילט ווי ער איז געווען אין יוניווערסיטעי פאר 15 יאר! שבעה שנים זיך צו לערנען דאקטיריי בכלל, און נאך זיבן יאר זיך צו לערנען זיין ספעציעלע פעלד וואס ער ספעצילאזירט זיך. ער איז שוין דריי יאר א דאקטאר דארט אין די שפיטאל. ער איז בסך הכל 39 יאר אלט. צא וחשוב 15 יאר אין יוניוועטסיטעי דריי יאר אין די דזשאב אין שפיטאל נאך א יאר צוויי אין צבא. דער האט א סאך אויפגעטוהן. איך טראכט מיר אז מיינע יארן זענען נישט קיין סאך אפגערוקט פון אים און וויפיל האב איך אויפגעטוהן? שוין צוריק צום דיסקוסיע.
ער פארציילט אז די שפיטאל האט אים יעצט געשיקט אויף א גרויסע קאנפערנץ וואס גייט זיין אין באסטאן אויף די ענין פון rhythm . עס גייען צאם קומען א ריזיגע (איך געדענק אז ער האט מיר געזאגט די מספר פון אכצן טויזנט, אבער יעצט טראכט איך אז עס צו פיל פאר איין פעלד) צאל דאקטורים וואס ספעצאלזירן אין דעם געביט, און מען יעדער גייט ווייזן זיינע חידושים אין דעם פעלד. איך פרעג אים אויב ער קומט אויך מיט חידושים, האט ער געזאגט אז יא. ער האט מיר אהנגעהויבן מסביר זיין אבער איך האב געזעהן אז עס פעלט מיר ידיעות אז איך זאל קענען פארשטיין.
הפנים, מיר האבן געשמיסט איבער די פאראויסקייט וואס די קארדיאלידזשי גייט. איך האב אים געפרעגט איבער די באקאנטע עקמא מאשין. ער איז געשפרינגען ווען איך האב געפרעגט איבער דעם. וויאזוי וויסטו פון דעם פרעגט ער. זאג איך אים אז איך ווייס פון צוויי מענטשן וואס זייער לעבן איז געראטעוועט געווארן דורך דעם מאשין.
מיר זענען אריין אין א דיסקוסיע איבער די נושא פון סינטעטישע הארץ און ווי עס האלט. ער פארציילט אז לעת עתה איז עס נאך זייער גרויס אבער מען ארבעט אז עס זאל זיין קלענער און עס וועט קענען ראטעווען מענטשן'ס לעבן.ווייל דערווייל אפילו מען קען לעבן אהן א עכטע הארץ מיט א סינטעטישע הארץ, אבער מען קען נישט צו לאנג מאריך ימים זיין מיט דעם. ווייל מען באקומט זייטיגע מחלות. זיי האלטן אז ווען מען וועט עס קלענער מאכן און עס קענען אריינלייגן אין די מענטש דארט ווי דער הארץ באלאנגט וועלן זאכן ווערן בעסער.
מיר האבן אויך געהאט א דיסקוסיע איבער די מחלוקת פון חז"ל מיט מדע ווען דער מענטש איז טויט. מיר האבן דן געווען ווי חז"ל וואלט געפסק'נט לגבי מענטשן וואס לעבן מיט א סינטעטישע הארץ. איך האב אים געפרעגט וויאזוי איז מען קובע פאר אזא מענטש אז ער איז טויט אויב די מאשין ארבעט. ער האט מיר מסביר געווען וועגן א כריסה כללית, אז דער גאנצע סיסטעם פון דער מענטש קראכט. וואס אויף דעם קען קיין שום מאשין נישט העלפן דער מענטש איז טויט.
מיר האבן דיסקוסירט איבער די פארדינסטן פון א דאקטאר אין ארץ ישראל ווערסעס אין אמעריקא. ער טענה'ט אז די זאך האלט זך און איין דערנענטערן. פון איין זייט די מדינה שטאפט געלט אין די העלט סיסטעם און צאלט מער און מער. פון די אנדערע זייט אונזער פרעזידענט אבאמא ירום הודו האט דאך געלייגט די העלט סיסטעם אין די ערד, ממילא איז די פארדינסטן גאנץ נאנט.
מיר האבן דיסקאסירט איבער די טעמע פון די בחירות. ער זאגט מיר אז ער איז נישט געגאנגען. ווייל די בעיה פון אינדרויסן איז נישטא קיין פיתרון. דאס א זאך וואס באגלייט אונזער פאלק מיום היווסדה. די גאנצע וועלט איז זיי מקנא איבער זייער חכמה און איבער זייער פארגעשריטנקייט און זיי קענען נישט אראפשלינגן. ווידער די בעית מבפנים דהיינו די תקציב און די בטחון האט ער נישט געהאט קיין איינער פון די קאנדידאטן וואס ער גלייבט אין זיי, ממילא איז ער נישט געגאנגן צו די בחירות.
ער האט מיר פארציילט אז די קומענדיגע יאר גייט ער קומען קיין אמעריקא אין זיין א דאקטאר אין NYU. דאס וועט ער טוהן כדי צו מקדם זיין די סטאטוס זיינע. ער זאגט מיר אז ער גייט דוקא וואונען אין מענהעטן, ווייל ער וויל עקספיריענסן די געשמאק פון נוי יארק (אויב עס איז דא). איך האב גערעדט איבער מיינע געשעפטן, און מיר האבן געפונען א וועג וויאזוי איך קען אים אפשר זיין בייהילפיג דא אין אמעריקא און מיר האבן געטוישט ביזנעס קארטלעך.
שוין סוף כל סוף זענען מיר אוועק ווי גוטע פריינט .
אינצווישן די אלע שמועסן -בין גברא לגברא בין איך געשלאפן ווי א קליינע בעיבי (=זיך געוועקט יעדער העלבע שעה )[/justify]

- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
ראש הישיבה האט געשריבן:[justify]אויפן וועג ארויף צו די ציון הרשב"י איז געווען א דוכן (סטענד) וואס האט מפיץ געווען די זוהר הקדוש מיט די ביאור פון די אשלג'ער רבי ז"ל. ער פרעגט מיר אויב איך האב א זוהר מיט די ביאור. זאג איך אז איך האב א זוהר מתוק מדבש. זאגט ער מיר אז דאס איז נישט קיין ביאור, דאס איז א מעשה ביכל. ער טענה'ט אז אין זוהר איז נישטא אזא זאך ווי נגלות הזוהר וכדומה. זוהר איז אלעס נסתר. הרב דניאל פריש ז"ל האט געמאכט א מעשה ביכל פון די זוהר און עס איז נישט קיין ביאור.
פרעג איך אים, וואס ווילט איר פון מיר? איך דארף יעצט קענען מכריע זיין צווישן אשלג און רבי דניאל פריש? איך בין א פשוטע איד איך קען נישט קיין קבלה, איך האב א זוהר צוליב צוויי סיבות: איינס צוליב שמירה, שהיו אומרים אז ספר הזוהר איז א שמירה, צווייטנס איך האב ליב צו לערנען די מדרשי הזוהר. וואס צוליב די צווייטע סיבה האט מיך הרב דניאל געהאלפן. איז איר עקספעקט פון מיר אז איך זאל יעצט מחליט זיין ווער איז גערעכט?
(אגב, קען זיין אז מען וואלט געדארפט מאכן א אשכול און דיסקאסירן די נושא דא אויף ק"ש)[/justify]
הגה''צ רבי דינאל ז''ל האט געמאכט א ריזן פאדאמעטאלע ארבייט, א דאנק אים האבן שווערע טויזענטער אידן אנגעהויבן פילעווען אינעם הייליגען זוהר, דער זוהר הק זאגט אין פרשת נשוא אין מיטן די הייליגע אידרא "בהאי חיבורא דילך דאיהו ספר הזוהר יפקון ביה מן גלותא ברחמי'', רבי דינאל האט מקרב געווען די גאולה שלימה, אשרי לו ואשרי חלקו.
דאס וואס אשלג זאגט, איז מחכ''ת א גרויסער טעות, דער מתוק מדבש איז איינגעטיילט אויף צוויי, די פשטות'דיגע חלקים פינעם הייליגען זוהר איז באותות מרובעות, און די שטיקלך וואס מען קען בלויז פארשטיין ע''פ סוד איז ער מפרש מיט רש''י אותיות, און ע''פ רוב ברענגט ער אראפ הערליכע הקדמות בעפאר דעם מאמר פון ספרי קבלה, וואס דער לייכט די אויגן פון די לומדי והוגה הזוהר.
דער אשלג האט געמאכט א אייגענעם פירוש אויפן זוהר, (וואס איז נישט מקובל בתפיצות ישראל, צילוב פארשטענדליכע סיבות,) ר' דינאל באניצט זיך בעיקר מיטן הייליגן עטרת צבי, דער הייליגער גר''א, דער רמ''ק און דער רש''ש הקדוש. און אין די תקונים מיט בל''ר פינעם דרכי תשובה. אשלג האט זיין אייגענע יסודות... וד''ל.....
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 3:09 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
א גריס פון ארץ ישראל
[tag]קאך לעפל[/tag]וואס זענען די פארשטענדליכע סבות?
אגב הרב אשלג איז אויך מפרש אסאך מאל נאר פירוש המלות כפשוטו,
אויז וואו ער זאגט אליין אנהייב פרשת נח אז פון דא אין ווייטער איז ער נישט מפרש די אגדות,
כגלייב אז דיטענה זייערע קעגן רד״פ איז ווייל זיי טענה׳נען ער האט בכלל נישט געקענט קיין קבלה און אודאי נישט קיין בר הכי אויף מסביר זיין די ספר הזהר,
סדא אסאך וואס צו רעדן אין די ענינים ואכמ״ל.
אגב הרב אשלג איז אויך מפרש אסאך מאל נאר פירוש המלות כפשוטו,
אויז וואו ער זאגט אליין אנהייב פרשת נח אז פון דא אין ווייטער איז ער נישט מפרש די אגדות,
כגלייב אז דיטענה זייערע קעגן רד״פ איז ווייל זיי טענה׳נען ער האט בכלל נישט געקענט קיין קבלה און אודאי נישט קיין בר הכי אויף מסביר זיין די ספר הזהר,
סדא אסאך וואס צו רעדן אין די ענינים ואכמ״ל.
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
איך גיי דא לייגן עטליכע בילדער פון ארץ ישראל.
דאס א בילד פון א שטיין וואס מען זעהט אין די טאנעלן ביי די כותל (מנהרות הכותל). די שטיין איז בערך פינף און פערציג פיס לאנג הויך זעקס און טיף פופצין פיס. די שאלה וואס די ענדזשענירן וואונדען זיך איז, וויאזוי האט מען דאס געברענגט דא אהער. זיי ווייסן אז עס איז נישט פון דא, ווייל אונטער דעם איז נאך דא אסאך שטיינער. זיי האבן געברענגט אהין א גרויסע ענדזשעניר וואס קומט פון דייטשלאנד. ער האט דיזיינד די בריק ביין אריינגאנג פון ירושלים. ער איז געזעצן דארט צוויי דריי שעה צו מאכן חשבונות וויאזוי מען האט געקענט טראנספארטירן דעם שטיין. נאך אפאר שעה זאגט ער אז ער מוז גיין אין זיין אפיס. נאך עטליכע טעג זאגט ער אז ער ווייסט וויאזוי אפילו אין די היינטיגע טעכנעלאגיע וואלט מען געקענט אהער ברענגט אזא שטיין. דאס איז פון בנין הורדוס. זיי פארציילן אז די לעכער זענען פון די רומיים וואס האבן פרובירט צו לעכערן די שטיין אבער אהן ערפאלג און זיי האבן געמוזט נאך לאזן.