דינסטאג פרשת בה"ב תשע"ה.מיר הייבן אן דעם טאג מיט א שפאציר קיין שער יפו. דער וועג האט געדויערט אן איבריגע פאר מינוט, און דאס האט גורם געווען פאר מיין אשת חיל צו ציטערן אז מיר פארן באלד אריין אין אן אראבישן געגענט... [א זאך וואס האט זיך אויסגעשטעלט ריכטיג, אבער שפעטער אין טאג. ליינט מיט שפאנונג]. למעשה זענען מיר אנגעקומען צום חומת העיר, וואס איז כידוע א הערליכע זאך צו באטראכטן פאר זיך זעלבסט, מיט די טייטלביימער וואס ליגן דארט איינגעפלאנצט בהרחבה.
אנקומענדיג צום שער זעלבסט, זעען מיר א הערליך בילד: אינעם רעכטן זייט פונעם פתח השער ממש, געפונט זיך אזא סארט אויסגעפארעמטע פענסטער'ל אינעם וואנט [וואס איז פארהאקט, אבער מ'קען זיך נאכאלס אריינזעצן אינעם וואנט. שווער מסביר צו זיין]. אינעווייניג זעען מיר א מיידל, אומגעפער ארום 16-17 יאר אלט, אנגעטון אין הערליך שיינע ווייסע קליידער, תלתלים שחורות יורדות על כתפיה, און אזוי איינגקורטשעט אינעם 'פענסטער'ל' זיצט זי מיט א כינור של דוד [הארפ], און שפילט הערליך שיינע ניגונים. א שטייגער ווי 'ירושלים של זהב', און 'התקוה', און אפילו אלטע חסיד'ישע תנועות. דאס בילד איז געווען אזוי ערהאבן, אזוי ריין, אז אפילו איך - וואס בניגוד צו מיינע שיטות, איז למעשה פיר איך מיך אויף ווי א ריכטיגע - קאנסערוואטיוו, בין איך געשטאנען צוגענאגלט און צוגעהערט די ניגונים, ווען זי זעט אויס ווי א מלאך מיט אירע בגדים לבנים וכו'. כ'האב דאס אראפגעכאפט אויף מיין קעמקארדער, שיהיה לזכרון תמיד.
דערנאך האבן מיר אנגעהויבן אונזער שפאציר איבער די אלטע געסעלעך פון ירושלים
[מיר זענען נישט געגאנגען באזוכן דעם מוזעאום 'מגדל דוד', וויבאלד ס'האט געקאסט היבש, און פון מיין פריערדיגע עקספיריענס איז דאס געווען קנאפ אינטערעסאנט], זעענדיג הערליכע בתי מדרשים'לעך א שטייגער ווי בית המדרש למקובלים 'בית א-ל' [מיסודו פונעם טשיקאוון מקובל, וחצי מזרוח'ניק, בבגדים לבנים, ורב הכותל, הרב
מאיר יהודה גץ זצ"ל]. און בכלל די שיינע הייזער, געסעלעך וואס שרייען היסטאריע, און מ'קען טרעפן אויף אויסלייג פלעצער מימות החשמונאים א.א.וו. אין די אראבישע שוק זענען מיר אריין פאר קוים א מינוט, כ'האב נישט געהאט קיין נערוון זיך אויסצו'טענה'ן מיט זיי אויפן פרייז, א זאך וואס איז חלק פון די ענדזשוינמענט ווען מ'איז דארט אלס בחור...
מיר זענען אריין אינעם נייעם איבערגעבויעטן ביהמ"ד
'חורבת רבי יהודה החסיד', וואס איר נאמען 'חורבה' איז די גרעסטע סתירה צו איר יעצטיגע שיינקייט. דאס איז מכלומר'שט איבערגעמאכט דאס מערסטע ענדליך צום אלטן שול וואס איז דארטן געשטאנען ביז די אראבער האבן איר אונטערגעצינדן ביים מלחמת השחרור. הערליך שיין צום שטוינען, כ'בין געשטאנען פארגאפט א לענגערע וויילע זיך נישט קענענדיג אפרייסן פונעם שיינעם ביהמ"ד, ובפרט אז ס'איז דארט געווען עפעס א כולל וואס זיצט דארט אפ דורכן טאג און האקן שטיקער בהתמדה רבה, אז ס'איז פשוט געווען א נחת דארט צו בלייבן נאך אפאר מינוט.
מיר זענען אריין בחינם וויבאלד מיר האבן געקויפט א טיקעט צו אפאר מוזעאום'ס צוזאמען, וואס אלס פעקעדזש איז דאס ביליגער, אבער ווען נישט וואלט דאס געקאסט געלט. למעשה טרעף איך דארט אן מיין לאנגיעריגער חבר, וואס איז אויך פונקט דארט געווען מיט זיין ווייב אויף וואקאציע, און ער זאגט מיר אז די שומר הפתח האט אים געוואלט בעטן געלט, האט ער געזאגט 'כ'פארשטיי נישיט, כ'קען נישט אריינקומען מתפלל זיין און זאגן תהילים?', האט מען אים אריינגעלאזט בחינם... זעט אויס אז מ'דארף קענען די מלאכה, און ס'איז בעיקר געמאכט אלס מיטל צו בעטן געלט פון גוי'אישע אדער פרייע טוריסטן וואס קומען אהין, און זיי ווייסן נישט פונעם סוד פון זאגן א קאפיטל תהילים און עס באקומען בחינם...
ווייטער זענען מיר געגאנגען צום אזויגערופענעם 'קבר דוד' [וכסיפור הידוע עם האמרי ברוך מסערט והויוא"מ מסאטמאר]. היות דארט אין געגענט געפונען זיך קלויסטער'ס, און אפילו ביים מקום הקבר זעלבסט, והדברים עתיקין, זענען די וועגן אהין פול מיט טוריסטן מארבע כנפות הארץ ושבעים לשונות וואס קומען אהין גרופענווייז. מיר האבן אריינגע'באמפ'ט אין אן א שיעור מענטשן און גרופעס, וואס האבן כמעט קיינמאל נישט געזען קיין איד, חרד'ישע איד, און כ"ש חסיד'ישע איד, אין זייער לעבן. ס'האט געבליצלט און געפלויגן בילדער פון אונז 'איזרעאלייטס', 'ביבליקל דזשוז', א גאנצע צייט. ולא נחה דעתם ביז זיי האבן מיר געבעטן אין זייער צוזעצטן ענגליש, זיך צו לאזן כאפן א בילד צוזאמען מיט זיי. הפנים זיי האבן געמוזט ווייזן פאר זייערע חברים איבער דער גארער וועלט, אז זיי זענען געשטאנען מיט אן אויטענטישער איד... כ'האב זיי נישט אפגעזאגט, און זיי האבן זיך הערצליך באדאנקט דערויף. זאל זיי וואויל באקומען.
אויפן וועג אהין איז אויך געווען א גרויסע, שיינע, סטאטוע, כלומר'שט פון 'דוד המלך'. כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס מענטשן מאכן פסלים פון מענטשן אן קיין שום גרונד, אבער ס'איז געווען א שיינע סטאטוע, כ'האמיך אהינגעשטעלט און געכאפט א בילד, וכן עשו כמה תיירים הנ"ל... אינעם בנין פון זיין מקום הקבורה, איז דא עפעס א ברסלב'ער בית המדרש/בית המשוגעים/כולל, וואו די ברסלב'ע חברה זענען געזעצן און געזאגט תהילים בקולי קולות, און יעדע צוויי מינוט האבן זיי זיך גענומען זינגען אנדערע ניגונים, אזוי אז ס'איז געווען פריילעך... ביים ציון זעלבסט, האב איך - על הצד אז דוד ליגט דארט, און נישט עפעס א סרוח פון א שעיך אדער גלח - אויסגעזאגט כמה קאפיטלעך תהלים.
לעבן מיר איז געשטאנען א בחור/יונגערמאנטשיק, אן איזרעאלי, און יעדער טוריסט [פרייע איד, אדער אפילו גוים] האט ער מקבל פנים געווען מיט א ברייטע ברוך הבא, מיט א שמייכל, און מיט זיינע פאר ענגלישע ווערטער זיך קאמיוניקירט מיט זיי. ער האט זיי געפרעגט זייער נאמען און זייער מאמע'ס נאמען, געמאכט פאר זיי מי שברך'ס [א זאך פון וואס יעדער גוי אדער פרייער ווערט נתרגש. עפעס א 'ראביי' בענטשט זיי ביי דוד'ס ציון!], און געשריבן קוויטלעך פאר זיי. דערנאך האב איך פארשטאנען די סיבה פון זיין גוטסקייט: ביים 'שפיץ' פון זייער התרגשות, האט ער זיי 'מודיע' געווען אז ס'דא עפעס א כולל וכדומה וואס זארגט זיך פאר די מקום מנוחה פון דוד המלך, און אפשר קענען זיי זיך משתתף זיין מיט אפאר דאלער...
האב איך מיך געלערנט א פרק אין הלכות שנארעריי וואס וואלט מיר נישט איינגעפאלן...
אינעם נעקסטן קאפיטל: מוזעאום'ס אין אלטשטאט ירושלים.