אלטערנאטיווע ענדינגס צו באקאנטע פאלקס מעשה'לעך
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 5
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 28, 2015 9:15 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל
נאכן פארזוכען א לעפל פון די זופ האט די רבי געשפירט אז דאס מויל ברענט,
די משרתת די יתומה האט בטעות אריינגעלייגט נאפט אנשטאט אויל,
די רבי האט זיך געגעבען א רוף אהן "פוי, דאס איז דאך נישט אין מויל צו נעמען!!"
ער האט געהייסען איהר אריינרופען און ער האט איהר באוואשען פון קאפ ביז פיס,
זי האט פארלוירען איהר דזשאב אויף אייביג....

- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
אן אלטער אשכול, אבער פון צווישן די בעסטע דא אין שטיבל. שכח פאר'ן ארויפברענגען.
איך זע אז מיין לעצטע תגובה דא אין געווען פונקט פאר צוויי יאר צוריק, ביי א סך מעלאוועמאלקעס בין אין שוין אפגעזיצן זינט דאן. אז כ'וועל האבן צייט העלעך מערצאשעם לאזן דעם עולם הערן די ספורי צדיקים.
אגב, פאר די נייע ניקס. אן ענליכער אשכול איז דא מייסטנס געשריבן דורך דעם בקי בכל סתרי החסידות מלפנים ומאחורי הפרגוד, הלא הוא הרב החסיד ר' קאווע טרינקער. ליינטס און פועל'ט ישועות.
viewtopic.php?f=10&t=4122
איך זע אז מיין לעצטע תגובה דא אין געווען פונקט פאר צוויי יאר צוריק, ביי א סך מעלאוועמאלקעס בין אין שוין אפגעזיצן זינט דאן. אז כ'וועל האבן צייט העלעך מערצאשעם לאזן דעם עולם הערן די ספורי צדיקים.
אגב, פאר די נייע ניקס. אן ענליכער אשכול איז דא מייסטנס געשריבן דורך דעם בקי בכל סתרי החסידות מלפנים ומאחורי הפרגוד, הלא הוא הרב החסיד ר' קאווע טרינקער. ליינטס און פועל'ט ישועות.
viewtopic.php?f=10&t=4122
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 5
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 28, 2015 9:15 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל
יואב האט געשריבן:אן אלטער אשכול, אבער פון צווישן די בעסטע דא אין שטיבל. שכח פאר'ן ארויפברענגען.
איך זע אז מיין לעצטע תגובה דא אין געווען פונקט פאר צוויי יאר צוריק, ביי א סך מעלאוועמאלקעס בין אין שוין אפגעזיצן זינט דאן. אז כ'וועל האבן צייט העלעך מערצאשעם לאזן דעם עולם הערן די ספורי צדיקים.
אגב, פאר די נייע ניקס. אן ענליכער אשכול איז דא מייסטנס געשריבן דורך דעם בקי בכל סתרי החסידות מלפנים ומאחורי הפרגוד, הלא הוא הרב החסיד ר' קאווע טרינקער. ליינטס און פועל'ט ישועות.
viewtopic.php?f=10&t=4122
יא יא,
די אשכול האט מיר געמאכט ווערן א ניק דא.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 431
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
- האט שוין געלייקט: 2038 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
א שווערער ווינטער געווען, גרויסע שנייען, כמעט נישט געווען קיין פארבייגייער אינעם קליין שטעטעלע שיסא וואס געפונט זיך ביים גרעניץ פון אוקריינע, וואס דאס האט זייער פארשווערט דאס מצב הפרנסה פון דעם ארענדער מאשקע וואס האט געצויגן זיין חיונה דורך דעם וואס ער פלעגט דינגען די קרעטשמע פונעם רייכן פריץ, און דערכגייער פלעגן אריינקומען זיך דערווארעמען דאס הארץ מיט א גלעזעל שנאפס, ווי מאשקע האט זיי אויפגענומען אייביג מיט א שמייכל, ווי אויך האט ער צוגעשטעלט א ווארימע געלעגער פאר סיי ווער סהאט געוואלט איבערנעכטיגן, בעפארן פארזעצען דעם שווערן וועג,
בלא בלא בלאא...
לאנג סטארי שארט,
מהאט אים אריינגעטראסקעט אינעם גרוב פארן נישט באצאלען דעם געהאלט פארן פריץ
צוויי וואכן שפעטער ווען די פריץ האט געמאכט א גרויסע באל פאר אלע ארומיגע פריצים, האט מען אים אפירגענומען געווארפען צו די הונט..
און יעדער האט זיך אויסגעלערנט אז מיטן פריץ שפילט מען נישט קיין געימס...
בלא בלא בלאא...
לאנג סטארי שארט,
מהאט אים אריינגעטראסקעט אינעם גרוב פארן נישט באצאלען דעם געהאלט פארן פריץ
צוויי וואכן שפעטער ווען די פריץ האט געמאכט א גרויסע באל פאר אלע ארומיגע פריצים, האט מען אים אפירגענומען געווארפען צו די הונט..
און יעדער האט זיך אויסגעלערנט אז מיטן פריץ שפילט מען נישט קיין געימס...
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 431
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
- האט שוין געלייקט: 2038 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
יארן לאנג פלעגט דער סוחר ר' בערל דינגען דעם וואלד פונעם נאטשאלניק וואו ער האט באקומען די רעכטען צו האקן די האלץ און פארקויפן אין די ארומיגע שטעטלעך,
דאס יאר איז אנגעקומען א גוי אז ער וויל דינגען דעם וואלד היי יאר און גרייט געווען צו באצאלען פארן נאטשאלניק אסאך מער ווי בערל האט אלע יארן באצאלט, נו האט מען אים עס פארדינגן,
נאכדעם וואס די נאטשאלניק האט געזען אז אנדערש ווי ר' בערל איז דער גוי זייער ארענטלעך און געטריי, מער האט ער קיינמאל דעם וואלד פאר ר' בערל נישט פארדינגען
דאס יאר איז אנגעקומען א גוי אז ער וויל דינגען דעם וואלד היי יאר און גרייט געווען צו באצאלען פארן נאטשאלניק אסאך מער ווי בערל האט אלע יארן באצאלט, נו האט מען אים עס פארדינגן,
נאכדעם וואס די נאטשאלניק האט געזען אז אנדערש ווי ר' בערל איז דער גוי זייער ארענטלעך און געטריי, מער האט ער קיינמאל דעם וואלד פאר ר' בערל נישט פארדינגען
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 431
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
- האט שוין געלייקט: 2038 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
שוין א לאנגע צייט וואס דער גלח פון שטאט האט גרויסע קנאה אויגן אויף פייוויל דער ארענדער, וואס פארדינט אזא שיינע פרנסה פון אלא ארומיגע פויערן וואס קומען אריין שאשקענען צו אים אין קרעטשמע. וויפיל מאל ער האט זיך שוין געבעטן ביי זיינע גויים זאלן אויפהערן גיין דארט, פאלן זיינע ווערטער אויף טויבע אויערן,ער האלט עס נישט אויס.
סאיז געקומען בעפאר פסח, פאלט דעם גלח איין א בייזוויליגן פלאן, איין מאל פאר אלעמאל גוט צופיקסן דעם פייוול'ענען.
דעם קומענדיגען זונטאג, ביי זיין וועכענטליכע העצע דרשה קעגן אידן, רופט ער אויס, אז אזוי ווי יעדע יאר פארקויפט דאך פייוול דער חמץ פון זיין גאנצע געשעפט פאר א גוי, דאס יאר זאל זיך קיינער נישט דערוואגן דאס אפצוקויפן פון אים, און אך און וויי דער וואס וועט עובר זיין אויף דעם באפעל, די שדים וועלן אים באפאלן, און זיין לעבן איז איינגעשטעלט.
סקומט א וואך פאר פסח, פייוויל נעמט זיינע פאפירן, גייט אריבער צו יאנוש דער שיכור, וואס ער איז שוין געוואינט אלא יאר צו מאכן מיט אים די געשעפט, אין וויסטן חלום פאלט אים נישט איין וואס סווארט אים אפ היי יאר..
נאכן הערן א קאטאגארישן ניין, איז פייוויל ארויס שאקירט פון יאנאשען אינדערהיים, ער לויפט שנעל צום שכן פרובירן זיין מזל דארט אבער דער זעלבע ענטפער קריגט ער ביים צווייטן און דריטן אא"וו, מיטן גלחס סטראשעריי וויל זיך קיינער נישט אנהייבן...
פייוויל זעענדיג אין וואסערע צרה ער איז דא, זיין גאנצע פרנסה איז אים איינגעשטעלט, חמץ שע"ע הפסח איז אסור בהנאה, ער וועט אלעס מוזן ארויסווארפן חלילה. נו, וואס טוט א יוד אין א קלעם, ער כאפט פערד און וואגן, פארט צום רעבים,
נאך א קורצע כניסה צום רבין איז געבליבן, זאל זיין וואס זאל זיין, ער איז מפקיר זיין גאנצע סחורה, לייגט ארויס די שליסלעך צום קעלער ווי אלע ברוינפען זענען, און מפארלאזט זיך אויפן רבינס ברכה, גארנישט בייז וועט פאסירן,
בליץ שנעל האט זיך פארשפרייט די נייעס צווישן די ארומיגע פויערן, אז פייוויל האט אלעס געלאזט הפקר, סדא צוטרינקען בחינם! די שיכורים זענען געקומען צו פליען אויף אלא פיר, די פויערן זענען זיך צאמגעלאפן מיט איין אטעם, סהאט זיך אנגעהויבן א גיטרינקעכטס, ברוינפען און ביר האט זיך געגאסן ווי וואסער, גלעזל נאך גלעזל, פעסל נאך פעסל, דער עולם האט אזאנס געשאשקעט סאיז געגאנגען א רויעך.
דער גלח שטייט קעגן איבער קוקט ארויס פון זיין פענסטער, א פארסמטן שמייכל אויפן פנים..
מוצאי פסח, פייוויל שפאנט מיט זיכערע טריט צו זיין געשעפט, פול מיט בטחון אינעם רבינס ברכה, ער קומט אן דארט, פאר זיינע אויגן אנטפלעקט זיך א שווארצן בילד, נישטא קיין זכר פון די הונדערטע פעסער, אלעס איז צושאסן און צוקלאפט, די ווענט זענען צולעכערט, זיין גאנצע יאר ביטער שווערע ארבעט איז געגאנגען לטמיון, טויזנטערס אין שאדן.
ער ווערט אזוי פארווייטאגט, ער נעמט זיך שרייען יאמערליכע קולות פון צער, ער ווארפט זיך אויף דער ערד פון געוויין, ער קען נישט קומען צו זיך פונעם מצב.
בקיצור, פייוויל האט שוין נישט געהאט די מוט צירוק אויפצושטעלן דאס געשעפט פון סקרעטש, ער איז אריינגעפאלן אין א טיעפע דיפרעסיע, ער האט זיך אליינס צוגעכאפט צום ביטערען טראפן, ער איז געבליבען א וויסטע שיכור, די ווייב האט אים איבערגעלאזט, און פארטיג.
זי"ע

"רבי!! סאיז צרות!! די חברה זענען אנגעקומען צו מיר אהיים אויף א פלוצלונגדיגע אונטערזוכונג! אך און וויי אויב זיי אנטדעקן מיינע באהאלטענע אוצרות וואס איך האב אין באזיס און קיינמאל נישט באצאלט קיין שטייערן דערויף! סדראעט פארדעם לעבנסלענגליכע טורמע!"
"נישט געזארגט לייבקע, גיי אהיים, זאג די חברה אז די אלע געלט איז גארנישט דיינס, סבאלאנגט פאר די קהילה, און אלעס וועט זיך ענדיגן בשלום" ענטפערט דער רבי.
פיר וואכן שפעטער האט מען ארעסטירט לייבל מיטן רבין און נאך פיר אנדערע אידן פון שטאט, און יעצט ווארט זיי א שווערן געריכט. און דער שופט?? אן אלטער פארביסענער שונא ישראל, פון זיינע הענט דרייט זיך קיינער נישט ארויס.....
און עד היום האלט אן די רבינס ברכה, און די אייניקלעך פון די אידן. ווערן נאך ארעסטירט אויף געלט וואשעריי...

- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
רבי, איך בין אויף געבראקטע צרות, וויינט זיך רבי חיים פסח אויס בקודש פנימה, איך האב א פענדינג קעיס מיט די איי אר עס, זיי האבן קאנפיסקירט מיין פאספארט און איך ברויך וויכטיג פארן קיין קאנאדע פאר אן אייניקל'ס חתונה.
די רבי פארגלייזט זיך די אויגן, פארווארפט דעם קאפ און בלייבט פארזינקען אין זיינע געדאנקען, ענליך נאך א לענגערע וויילע כאפט ער זיך אויף, נעמט א זמירות פון טיש וועלכע איז פארבליבן פון שבת און גיבט עס אהין ר' חיים פסח'ן, זאגנדיג פארט לחיים ולשלום, כי מלאכיו יצווה לך.
נאך לאנגע שעות דרייוון, מיט א צאפלדיג הארץ קומט ער אן צום גרעניץ, מיט א זיכערקייט דערלאנגט ער דעם זמירות, דער באאמטער קוקט רעכטס און לינקס, און נעמט זיך מאכן קולות, דו שעמסט זיך נישט? מיינסט איך בין א דריי יעריגס? און האט באלד אלארמירט די אמעריקאנע באאמטע וועלכע האבן איהם ארעסטירט אויפן ארט פארן זיך ארויסדרייען פון יוסטיץ.
אלע עסקנים וועלכע האבן זיך אריינגעווארפן אין די קעיס האבן באלד איינגעזעהן אז די יוסטיץ דעפארטמענט האלט זיך נישט ביים רירן, אויפן ראט פון גרויסע לויערס איז רבי חיים פסח איינגעגאנגען אויף א פלי בארגען און איז אפגעקומען מיט צוויי יאר טורמע אן פאראול.
די עסקנים האבן פרובירט צו באקומען א פארדאן פונעם פרעזידענט וועלכע האט זיך באלד אנטזאגט פארן בלויזן סיבה האלטנדיג אז אזא פארברעך קען נישט אדורכגיין אומבאשטראפט, נאך לאנגע שתדלנות איז די זמירות אנגעקומען אין שמות.
די רבי האט באקומען א שטרענגע באזוך פון די עף בי איי, אנווארענענדיג איהם מער נישט צו קאנספירירן אזוינע זאכן, און האט צום סוף גענוצט דעם הויז בחור'ס סמארטפאון צו באשטעלן א נייע זמירות אויף עמעזאן

דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: אלטערנאטיווע ענדינגס צו באקאנטע פאלקס מעשה'לעך
דער גרעניץ בא׳אמטער האט געהאט געזען אויף אייוועלט אז דער בענטשער איז א רביש׳ע קונץ, געהאט געליינט אויף קאוועשטיבעל אז ס׳איז אלס בלאף און א זיגעל פון וויקיפדיה אראפ גענומען און נישט געוואוסט וועמען צו גלויבען.
האט ער גע׳עפענט דער קוואל פון אלע חכמות, דער מקור פון וויסענדשאפט און דער אוצר פון פארשטאנד, און דארט געליינט פון איינער מיט׳ן נאמען Philip אז ס׳איז דא משכילים אין דער וועלט, וואס דארף צו זיין א נעגאטיווע ערשיינונג.
זע׳ענדיג אן אויסגאבע מיט א בילד פון אן ערליכע אונגארישע היימישע רב פון פארנט, האט ער פארשטאנען אז די זענען די נישט משכילים און אזוי ארויף געגלויבט קאוועשטיבעל און געוואוסט אז ס׳איז נישט קיין רבישע קונץ.
ער האט דורכגעלאזט חיים פסח דעם גרעניץ, און גלייך אויף די אנדערע זייט האט דער פריץ איהם ארעסטירט פאר׳ן נישט באצאלען ארענדע געלט וכו׳ וכו׳ וכו׳
ולה׳ הישועה!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 323
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
שושן פורים האט געשריבן:רבי, איך בין אויף געבראקטע צרות, וויינט זיך רבי חיים פסח אויס בקודש פנימה, איך האב א פענדינג קעיס מיט די איי אר עס, זיי האבן קאנפיסקירט מיין פאספארט און איך ברויך וויכטיג פארן קיין קאנאדע פאר אן אייניקל'ס חתונה.
די רבי פארגלייזט זיך די אויגן, פארווארפט דעם קאפ און בלייבט פארזינקען אין זיינע געדאנקען, ענליך נאך א לענגערע וויילע כאפט ער זיך אויף, נעמט א זמירות פון טיש וועלכע איז פארבליבן פון שבת און גיבט עס אהין ר' חיים פסח'ן, זאגנדיג פארט לחיים ולשלום, כי מלאכיו יצווה לך.
נאך לאנגע שעות דרייוון, מיט א צאפלדיג הארץ קומט ער אן צום גרעניץ, מיט א זיכערקייט דערלאנגט ער דעם זמירות, דער באאמטער קוקט רעכטס און לינקס, און נעמט זיך מאכן קולות, דו שעמסט זיך נישט? מיינסט איך בין א דריי יעריגס? און האט באלד אלארמירט די אמעריקאנע באאמטע וועלכע האבן איהם ארעסטירט אויפן ארט פארן זיך ארויסדרייען פון יוסטיץ.
אלע עסקנים וועלכע האבן זיך אריינגעווארפן אין די קעיס האבן באלד איינגעזעהן אז די יוסטיץ דעפארטמענט האלט זיך נישט ביים רירן, אויפן ראט פון גרויסע לויערס איז רבי חיים פסח איינגעגאנגען אויף א פלי בארגען און איז אפגעקומען מיט צוויי יאר טורמע אן פאראול.
די עסקנים האבן פרובירט צו באקומען א פארדאן פונעם פרעזידענט וועלכע האט זיך באלד אנטזאגט פארן בלויזן סיבה האלטנדיג אז אזא פארברעך קען נישט אדורכגיין אומבאשטראפט, נאך לאנגע שתדלנות איז די זמירות אנגעקומען אין שמות.
די רבי האט באקומען א שטרענגע באזוך פון די עף בי איי, אנווארענענדיג איהם מער נישט צו קאנספירירן אזוינע זאכן, און האט צום סוף גענוצט דעם הויז בחור'ס סמארטפאון צו באשטעלן א נייע זמירות אויף עמעזאן
וואס איז געשען מיטן אריגינעלן זמירות?
א רייכער חסיד האט עס געקויפט פאר פינעף און צוואנציק טויזנט טאלער.
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
–The Rebbe of Kotzk
–The Rebbe of Kotzk
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
שושן פורים האט געשריבן:רבי, איך בין אויף געבראקטע צרות, וויינט זיך רבי חיים פסח אויס בקודש פנימה, איך האב א פענדינג קעיס מיט די איי אר עס, זיי האבן קאנפיסקירט מיין פאספארט און איך ברויך וויכטיג פארן קיין קאנאדע פאר אן אייניקל'ס חתונה.
די רבי פארגלייזט זיך די אויגן, פארווארפט דעם קאפ און בלייבט פארזינקען אין זיינע געדאנקען, ענליך נאך א לענגערע וויילע כאפט ער זיך אויף, נעמט א זמירות פון טיש וועלכע איז פארבליבן פון שבת און גיבט עס אהין ר' חיים פסח'ן, זאגנדיג פארט לחיים ולשלום, כי מלאכיו יצווה לך.
נאך לאנגע שעות דרייוון, מיט א צאפלדיג הארץ קומט ער אן צום גרעניץ, מיט א זיכערקייט דערלאנגט ער דעם זמירות, דער באאמטער קוקט רעכטס און לינקס, און נעמט זיך מאכן קולות, דו שעמסט זיך נישט? מיינסט איך בין א דריי יעריגס? און האט באלד אלארמירט די אמעריקאנע באאמטע וועלכע האבן איהם ארעסטירט אויפן ארט פארן זיך ארויסדרייען פון יוסטיץ.
אלע עסקנים וועלכע האבן זיך אריינגעווארפן אין די קעיס האבן באלד איינגעזעהן אז די יוסטיץ דעפארטמענט האלט זיך נישט ביים רירן, אויפן ראט פון גרויסע לויערס איז רבי חיים פסח איינגעגאנגען אויף א פלי בארגען און איז אפגעקומען מיט צוויי יאר טורמע אן פאראול.
די עסקנים האבן פרובירט צו באקומען א פארדאן פונעם פרעזידענט וועלכע האט זיך באלד אנטזאגט פארן בלויזן סיבה האלטנדיג אז אזא פארברעך קען נישט אדורכגיין אומבאשטראפט, נאך לאנגע שתדלנות איז די זמירות אנגעקומען אין שמות.
די רבי האט באקומען א שטרענגע באזוך פון די עף בי איי, אנווארענענדיג איהם מער נישט צו קאנספירירן אזוינע זאכן, און האט צום סוף גענוצט דעם הויז בחור'ס סמארטפאון צו באשטעלן א נייע זמירות אויף עמעזאן
בפירוש'ער פסוק און ישעי' כ"ד ט"ז:
מִכְּנַף הָאָרֶץ זְמִרֹת שָׁמַעְנוּ צְבִי לַצַּדִּיק וָאֹמַר רָזִי לִי רָזִי לִי אוֹי לִי בֹּגְדִים בָּגָדוּ וּבֶגֶד בּוֹגְדִים בָּגָדוּ.
פרייע איבערזעצונג:
ביים גרעיניץ פון לאנד געוואלט האט דער צדיק אז דער זמירות זאל לאזען הערן גוטע נייעס און האט דערביי פארארבעט רזי דרזין, מה עשה הקב"ה, ס'איז נהפך געווארן צו אן אוי לי און ווי לי און א וויסטע דורכפאל ווען די שונאים ימ"ש די גרעניץ דזשאנדארן האבן מיך מיאוס'ערהייט אויסגעשפילט...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נאך אן אלעטערנאטיווע ענדע צו א מעשה'לע וואס איז אפשר קיינמאל נישט געשעהן. והנה: אין א שטעטל אין רוסלאנד וואס גרעניצט זיך מיט די מאלדאוויער פראווינץ פון רומעניע איז געווען א שיינער אידישער ישוב. ס'איז געווען איין גרויס שטאטישע בית המדרש.וואו כמעט אלע ערליכע אידן האבן געדאוונט. אין שפיץ פון די קהילה איז געווען א וועלט'ס בארימטער רבי.ער איז געווען א גרויסער צדיק. אזוי האט מען געשמועסט אין שטעטל. אויך האט ער א יעדן אויפגענומען זייער שיין. מיט א שמייכל און געגעבן חיזוק אוואו מען האט געדארפט. א גרויסער טייל פונ'ם עולם, די איינוואוינערס פון שטעטל האבן געצויגן חיונה פון..."שמוגלען"...זיי האבן אריבערגעשווערצט סחורה פון איין זייט גרעניץ אויף די צווייטע אן צאללן די גרעניץ שטייער. אין ביידע ריכטונגען. און זיי האבן שיין פארדינט. נאר מיט איין זאך זענען זיי נישט געווען צופרידן. זייער רבי דער גרויסער צדיק האט זייער שטארק מאריך געווען ביי שמונה עשרה. ספעציעל אין די ימים נוראים האט ער געדאוונט שמונה עשרה אפילו א שעה און נאך לענגער. דער עולם האט שוין נישט מער געהאט קייין געדולד. האבן זיי זיך אפגעשמועסט און א דעלעגאציע פון די חשוב'סטע בעלי בתים זענען נאך שמחת תורה אריין צום רבי'ן אין זיין חדר המיוחד. און דער הויפט פון די דעלעגאציע האט אנגעהויבן צו רעדן צום רבי'ן מיט גרויס דרך ארץ און יראת הכבוד. ער האט געשטאמלט און נישט געקענט ארויסברענגען אויף זיינע ליפן די בקשה וועגן וועלכע זיי זענען אריינגעקומען צום רבי'ן. ביז דער רבי האט זיך אנגערופן און געזאגט...רעד הויעך און קלאר. דו דארפסט זיך נישט שעמען...! האט ער געזאגט צום רבי. די רבי ווייסט דאך ווי שטארק טייער און חשוב אונז האלטן מיר דעם רבי'ן. נאר אונז האמיר איין בקשה. אז אזוי ווי דער רבי איז זייער שטארק מאריך מיט די שמונה עשרה. און וועגן טירחא דציבורא בעטן מיר זייער שטארק אז די רבי זאלל נישט אזוי שטארק מאריך זיין...האטציך די רבי אנגערופן מיט א פאר קורצע אבער אומפארשטענדליכע דיבורים...נו, אז עטץ ווילט נישט איז נישט...! והך קאווע. און די רבי האט טאקע מער נישט געדאוונט די לאנגע שמונה עשרה'ס...!
נאר פלוצלינג האט מען געהערט אז מ'האט געכאפט בערל'ן ביי די גרעניץ און מ'האט איהם אוועקגענומען די גאנצע סחורה און ער האט נאך געדארפט צאללן א קנס אויך. די נעקסטע האט מען געהערט אז די גרעניץ וועכטערס האבן געכאפט פייוויש'ן און איהם ארעסטירט אויך. און אזוי האט מען געהערט און געזעהן ווי די פאליציי האבן געכאפט א סאך פון די שטעטלשע אידן ביי די גרעניץ און אפילו עטליכע אידן זענען ארעסטירט געווארן אין זייער הויז. ווייל די פאליציי האבן געטראפן אומלעגאלע סחורה ביי זיי.
זענען די שטעטלשע אידן געלאפן צום רבי'ן דעם צדיק און זיי האבן געוויינט פאר איהם אז זיי ווייסן נישט וואס ס'איז לעצטנס געשעהן. אבער זייערע פרנסות ווערן ח"ו צושטערט. האטציך די רבי אנגערופן. וואס מיינט עטץ ווען איך האב געדאוונט די לאנגע שמונה עשרה'ס האביך מתפלל געווען אז די גרעניץ וועכטערס זאללן נישט באמערקן בערל'ן ווען ער פיהרט אריבער די סחורה. אויך פייוויש'ן און יאסל'ען. אין זכות פון מיינע תפילות האט מען ענק נישט געכאפט. אבער אז עטץ ווילט נישט, איז נישט...דאמאלס האבן זיי ערשט פארשטאנען די גרויסקייט פון זייער רבי'ן...דא ענדיגט זיך די מעשה'לע אזוי ווי איך האב עס געליינט. אבער מ'קען צו ענדיגן. אז די רבי האט נאכאמאל אנגעהויבן מתפלל צו זיין לאנגע שמונה עשרה'ס און די גרעניץ וועכטער האבן נישט געכאפט די אידן. און זיי אלע זענען געווען זייער שטארק צופרידן. און זיי זענען געווען גרויסע עשירים און זענען געווען גליקליך און צופרידן עד סוף כל הדורות. און אונז האמיר נאך געקענט א פאר אלטע אידן וועלכע זענען געווען די אור-איינקלאך פון יענע חסידים פון דעם רבי'ן דעם גרויסן צדיק. זכותו יגון עלינו ועל כל ישראל, אמן...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
אמאהל איז געוועהן א רבי וואס האט געמאכט א תקנה אז מען זאל חתונה מאכן דוקא ווי א גביר, דער וואס האט נישט זאל גיין גנב'נען, צום ווייניגסטן ארבעטען האט דער רבי געדינערט, אין תנאים איז א מסורה צו שרייבן כאחד הנגידים!! נישטא קיין תירוצים. צוגעגעבן האט ער מיט א פיפטעל שמייכעל און האלבע אויגן, דער וואס פארשטייט פארשטייט. און טאמער ווייסט איינער נישט וועמען איך מיין, איז אזוי, דער וואס האט נאר א מינדעסטע ספק אז אים מיינט מען, זאל ער וויסן אז אים האב איך געמיינט.
געקומען די ערשטע חתונה פין די כאחד הנגידים, מען האט באשטעלט שירה וזמרה ידידים און מה ידידות, מיט א ריזיגע פאדיום וואס אלע רבי'ס האבן נאך נישט געהאט ביום הכתרתם, און בלומען וואס דער רבי האט נישט אויף שבועות, און דער איד האט נישט געהאט צו באצאלן, אין איז נישט אנגעגאנגען, און כאחד הנגידים האט ער געגעבן איינגאבע, און געמאכט אז די רעשט וועט זיין אין זאל, קעש!!
שוין ף, עס קומט למעשה, די חתונה איז געפארן ווי א מזמור, און אלע הערשטעללערס זענען געבליבן חוזק, האבן זיי געמאכט א מסירה ביים רעבין, היתכן דיין חסיד באצאלט נישט?
דער רבי לאזט רופען חתן דינן, און פראקט אים אויס א פסק, וואס איז דאס דער חוצפה? נישט באצאלן?
האט דער חסיד געזאגט, הלמאי דער רבי האט טענות, דער רבי האט געהייסן גנב'נען, האב איך גע'גנב'ט!!!!
דער רבי אויפגעברויזט שרייט, נישט פין אידען!!! פין די גוים זאלסטו גנב'נען, ס"א, פ"ס, וכו', ובעבור זה אמרתי דער וואס פארשטייט פארשטייט.
והמבין יבין.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:נאך אן אלעטערנאטיווע ענדע צו א מעשה'לע וואס איז אפשר קיינמאל נישט געשעהן. והנה: אין א שטעטל אין רוסלאנד וואס גרעניצט זיך מיט די מאלדאוויער פראווינץ פון רומעניע איז געווען א שיינער אידישער ישוב. ס'איז געווען איין גרויס שטאטישע בית המדרש.וואו כמעט אלע ערליכע אידן האבן געדאוונט. אין שפיץ פון די קהילה איז געווען א וועלט'ס בארימטער רבי.ער איז געווען א גרויסער צדיק. אזוי האט מען געשמועסט אין שטעטל. אויך האט ער א יעדן אויפגענומען זייער שיין. מיט א שמייכל און געגעבן חיזוק אוואו מען האט געדארפט. א גרויסער טייל פונ'ם עולם, די איינוואוינערס פון שטעטל האבן געצויגן חיונה פון..."שמוגלען"...זיי האבן אריבערגעשווערצט סחורה פון איין זייט גרעניץ אויף די צווייטע אן צאללן די גרעניץ שטייער. אין ביידע ריכטונגען. און זיי האבן שיין פארדינט. נאר מיט איין זאך זענען זיי נישט געווען צופרידן. זייער רבי דער גרויסער צדיק האט זייער שטארק מאריך געווען ביי שמונה עשרה. ספעציעל אין די ימים נוראים האט ער געדאוונט שמונה עשרה אפילו א שעה און נאך לענגער. דער עולם האט שוין נישט מער געהאט קייין געדולד. האבן זיי זיך אפגעשמועסט און א דעלעגאציע פון די חשוב'סטע בעלי בתים זענען נאך שמחת תורה אריין צום רבי'ן אין זיין חדר המיוחד. און דער הויפט פון די דעלעגאציע האט אנגעהויבן צו רעדן צום רבי'ן מיט גרויס דרך ארץ און יראת הכבוד. ער האט געשטאמלט און נישט געקענט ארויסברענגען אויף זיינע ליפן די בקשה וועגן וועלכע זיי זענען אריינגעקומען צום רבי'ן. ביז דער רבי האט זיך אנגערופן און געזאגט...רעד הויעך און קלאר. דו דארפסט זיך נישט שעמען...! האט ער געזאגט צום רבי. די רבי ווייסט דאך ווי שטארק טייער און חשוב אונז האלטן מיר דעם רבי'ן. נאר אונז האמיר איין בקשה. אז אזוי ווי דער רבי איז זייער שטארק מאריך מיט די שמונה עשרה. און וועגן טירחא דציבורא בעטן מיר זייער שטארק אז די רבי זאלל נישט אזוי שטארק מאריך זיין...האטציך די רבי אנגערופן מיט א פאר קורצע אבער אומפארשטענדליכע דיבורים...נו, אז עטץ ווילט נישט איז נישט...! והך קאווע. און די רבי האט טאקע מער נישט געדאוונט די לאנגע שמונה עשרה'ס...!
נאר פלוצלינג האט מען געהערט אז מ'האט געכאפט בערל'ן ביי די גרעניץ און מ'האט איהם אוועקגענומען די גאנצע סחורה און ער האט נאך געדארפט צאללן א קנס אויך. די נעקסטע האט מען געהערט אז די גרעניץ וועכטערס האבן געכאפט פייוויש'ן און איהם ארעסטירט אויך. און אזוי האט מען געהערט און געזעהן ווי די פאליציי האבן געכאפט א סאך פון די שטעטלשע אידן ביי די גרעניץ און אפילו עטליכע אידן זענען ארעסטירט געווארן אין זייער הויז. ווייל די פאליציי האבן געטראפן אומלעגאלע סחורה ביי זיי.
זענען די שטעטלשע אידן געלאפן צום רבי'ן דעם צדיק און זיי האבן געוויינט פאר איהם אז זיי ווייסן נישט וואס ס'איז לעצטנס געשעהן. אבער זייערע פרנסות ווערן ח"ו צושטערט. האטציך די רבי אנגערופן. וואס מיינט עטץ ווען איך האב געדאוונט די לאנגע שמונה עשרה'ס האביך מתפלל געווען אז די גרעניץ וועכטערס זאללן נישט באמערקן בערל'ן ווען ער פיהרט אריבער די סחורה. אויך פייוויש'ן און יאסל'ען. אין זכות פון מיינע תפילות האט מען ענק נישט געכאפט. אבער אז עטץ ווילט נישט, איז נישט...דאמאלס האבן זיי ערשט פארשטאנען די גרויסקייט פון זייער רבי'ן...דא ענדיגט זיך די מעשה'לע אזוי ווי איך האב עס געליינט. אבער מ'קען צו ענדיגן. אז די רבי האט נאכאמאל אנגעהויבן מתפלל צו זיין לאנגע שמונה עשרה'ס און די גרעניץ וועכטער האבן נישט געכאפט די אידן. און זיי אלע זענען געווען זייער שטארק צופרידן. און זיי זענען געווען גרויסע עשירים און זענען געווען גליקליך און צופרידן עד סוף כל הדורות. און אונז האמיר נאך געקענט א פאר אלטע אידן וועלכע זענען געווען די אור-איינקלאך פון יענע חסידים פון דעם רבי'ן דעם גרויסן צדיק. זכותו יגון עלינו ועל כל ישראל, אמן...
דער אלטער קרעטשמער פונעם רוסישן שטעטל האט פארציילט אז ער האט טאקע געזעען דעם רבי'ן באישון לילה הארט נאך דעם מיטינג מיטן ראש הקהל זיך אריבערכאפן צום פאליציי סטאנציע אויף א לענגערע באגעגעניש מיטן פאליציי הויפט, און טאקע באלד דערויף האבן זיך אנגעהויבן די ארעסטן.
ומי יעמוד בסוד קדושים