מחלוקת צווישן אדמורי"ם.

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
[NAMELESS]

מחלוקת צווישן אדמורי"ם.

שליחה דורך [NAMELESS] »

טאקע א מאדנע אשכול, אן קיין אנהייב און אן קיין סוף. אבער היות כ'האב צוויי דריי איבריגע מינוט האב איך געקלערט צו מאכן א רשימה פון מחלוקת צווישן אדמורי"ם, פון די תלמידי הבעש"ט עד ימינו אלה.

וזאת למודעי:
נישט יעדע מחלוקה האט אינוואלווד די רבי'ס אליין, אמאל איז עס געווען די חסידות'ן, די הויפן.
נישט יעדע מחלוקה איז געווען פשוטע מחלוקה'לעך, ס'געווען אסאך מאל איבער ערנסטע שיטות אין השקפה.
נישט יעדע מחלוקה האט אינוואלווד די חסידים, ס'געווען אמאל וואס נאר די רבי'ס האבן געהאט א דו"ד צווישן זיך.
נישט יעדע מחלוקה איז באוואוסט, און נישט יעדע מחלוקה איז אנגעגאנגען א לענגערע צייט.

כ'ברענג אראפ פשוט כפי זכרוני, און ב"ה הרבה קריתי ושניתי און ס'וועלן זיכער זיין חידושים ביי רוב חברים:

א. צווישן רבי מיכלע זלאטשובער און ר"ב פנחס'ל קאריצער. [עפעס איז אויך געווען צווישן דער זלאטשובער און דער מעזריטשער מגיד].
ב. צווישן רבי ברוך'ל מעזיבוזער און דער קדושת לוי פון בארדיטשוב.
ג. צווישן די ברידער, רבי אהרן טשערנאבילער און רבי דוד'ל טאלנער.
ד. צווישן דער בעל התניא און רבי אברהם קאליסקער.
ה. צווישן דער מיטלער רבי פון ליובאוויטש, ר' דובער, און רבי אהרן מסטראשעלע.
ו. צווישן דער שפאלער זיידע און רבי נחמן מברסלב.
ז. צווישן רבי משה'לע סאווראנער מיט רבי נחמן מברסלב.
ח. צווישן דער טשענאבילער גזע מיט רבי נתן מברסלב.
ט. צווישן מהר"ש מליובאוויטש מיט דער קאפוסטער.
י. צווישן רבי יהושע'לע בעלזער מיט זיין ברודער רבי אלעזר.
יא. צווישן רבי מענדעלע קאסובער מיט דער אוהב ישראל פון אפטע.
יב. צווישן רבי יצחק ראדווילער מיט רבי מענדעלע קאסובער.
יג. צווישן רבי משה'לע קאסובער מיט חצר וויזניץ - צמח צדק.
יד. צווישן דער אמרי ברוך מוויזניץ און סיגוט.
טו. צווישן דער עצי חיים מסיגוט און וויזניץ - אהבת ישראל.
טז. צווישן די ברידער, רבי ישכר דוב מבעלזא און רבי שלום מסקאהל.
יז. צווישן רבי מענדעלע קאצקער און דער איזביצער.
יח. צווישן רבי נפתלי ראפשיצער און דער יוד הקדוש.
יט. צווישן רבי ישכר דוב מבעלזא און דער מנחת אלעזר ממונקאטש.
כ. צווישן דער מנחת אלעזר ממונקאטש און דער ספינקער.
כא. צווישן דער מנחת אלעזר ממונקאטש און דער אמרי אמת מגור.
כב. צווישן דער מנחת אלעזר ממונקאטש און סאטמארער רב.
כג. צווישן סאטמארער רב און דער חקל יצחק מספינקא.
כד. צווישן סאטמארער רב און רבי בערצי פון סאטמאר.
כה. צווישן סאטמארער רב און קלויזנבורגער רב.
כו. צווישן רבי שלמה לייב מלענטשנא און דער ר"ר בונם מפרשיסכא.
כז. צווישן רבי ירחמיאל מפרשיסכא און דער ר"ר בונם מפרשיסכא.
כח. צווישן רבי יודא לייב מזאקילקוב און דער יוד הקדוש מפרשיסכא.
כט. צווישן רבי שמעון דייטש מזעליכאוו און דער יוד הקדוש מפרשיסכא.
ל. צווישן דער חוזה מלובלין ותלמידו דער יוד הקדוש מפרשיסכא.
לא. צווישן דער ר"ר אלימלך מליזענסק ותלמידו דער חוזה מלובלין.
לב. צווישן חצר גור און חצר אלכסנדר.
לג. צווישן דער קדושת ציון מבאבוב וחצר בעלזא.
לד. צווישן דער קדושת ציון מבאבוב ונכדי צאנזער רב.
לה. צווישן די ברידער, דער שינאווער רב און רבי אהרן דער קרייזער רב.
לו. צווישן דער צאנזער רב און רבי מאיר'ל דזשיקובער.
לז. צווישן דער צאנזער רב און די רוזשינער'ס קינדער.
לח. צווישן רבי שמואל שינאווער און [שכחתי. אולי שינאווער רב.].
לט. צווישן סאטמארער רב און חצר סיגוט - אינדערהיים.
מ. צווישן חצרות האחים, דער בית אברהם און רבי ישכר לייב [?] מסלאנים.
מא. צווישן דער נתיבות שלום מסלונים, און דער שווארצער סלאנימער שליט"א.
מב. צווישן דער ברך משה און דער וויזניצער רבי פון מאנסי.
מג. צווישן דער בעלזער רבי שליט"א און חצר סאטמאר.
מד. צווישן די ברידער, רבי אברהם ואחיו לבית סטרעטין.
מה. צווישן קלויזנבורגער רב וחצר באבוב.
מו. צווישן די ברידער, רבי משה'לע ורבי מאטעלע מוויזניץ.
מז. כמדומה, צווישן דער מעזריטשער מגיד און דער תולדות יעקב יוסף.
מח. צווישן רבי יהושע'לע מטומשוב און רבי מענדעלע קאצקער.
מט. צווישן רבי ישראל מפילוב און זיין זון רבי יצחק זעליג מסאקאלאוו.
נ. צווישן דער צבי לצדיק מבלאזוב און זיין זון רבי יהושע מריבאטיטש.
נא. צווישן רבי מרדכי יוסף מראדזין און רבי ישראל מפילוב.
נב. צווישן דער סבא קדישא מראדאשיץ און חצר קאצק.
נג. צווישן רבי מאיר'ל אפטער און חצר פרשיסכא.
נד. צווישן רבי ברוך'ל גארליצער און רבי משה'לע ראזוואדאווער.
נה. צווישן סאטמארער רב און זיין איידעם דער סאסובער רבי.
נו. צווישן דער מהרש"ב מליובאוויטש און דער מלאך פון אמעריקע.
נז. צווישן רבי מנחם מענדל מליובאוויטש מיט חצר סאטמאר.
נח. צווישן צאנזער רב און זיין זון דער שינאווער רב.
נט. צווישן ביאלע לוגאנו רבי שליט"א ואחיו רבי דוד מביאלא ב"ב.
ס. צווישן רבי משה מרדכי מלעלוב און היינטיגער סטאלינער רבי.
סא. צווישן רבי אייזיקל קאמארנער און רבי אייזיקל זידיטשויבער.
סב. צווישן די ברידער, רבי שמעון ורבי אלטר [ורבי אברהם] לעלובער.
סג. צווישן רבי ברוכ'ל מעזיבוזער און דער בעל התניא.
סד. צווישן רבי ברוכ'ל מעזיבוזער און רבי נחמן מברסלב.
סה. צווישן רבי ברוך פנחס מסקאליע און ...


ס'איז טאקע איין גרויסע לאקשן-קוגל, אבער פארט א דבר הראוי לציון. און אגב, ס'האט גענומען סאך לענגער ווי צוויי דריי מינוט צאמצושטעלן...
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: מחלוקת צווישן אדמורי"ם.

שליחה דורך ירא שמים »

א. ישנוסיפור הידוע בביקורו של ר״מ זלאטשובער אצל המגיד עם תלמידו מנעשכיז שהקפיד על ר״ש לוצקער
ה. המטילער רבי וחתנו הצ״צ.
י. טעות נשאר עד פטירתו בבעלזא והי׳ עולה חתן בראשית בכל שנה.
כה. עם הקרן לדוד ועם כל החצרות והאדמורים שנתפסו לציונות ועם מי לא…
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירא שמים האט געשריבן:א. ישנוסיפור הידוע בביקורו של ר״מ זלאטשובער אצל המגיד עם תלמידו מנעשכיז שהקפיד על ר״ש לוצקער
ה. המטילער רבי וחתנו הצ״צ.
י. טעות נשאר עד פטירתו בבעלזא והי׳ עולה חתן בראשית בכל שנה.
כה. עם הקרן לדוד ועם כל החצרות והאדמורים שנתפסו לציונות ועם מי לא…

א. דאס האב איך געמיינט ברמיזה הנ"ל.
ה. נישט געוואוסט.
י. נישט קיין טעות, געוויסע האבן שפעטער שלום געמאכט אבער דאס מאכט נישט אויס מחלוקת בעפאר. און ר"א מיט ר"י בעלזער האבן קלאר געהאט א מיאוסע פרשה ביים אנהייב ואכמ"ל.
כה. דער קרן לדוד האט גארנישט געהאט מיט ציונות [און ער איז נישט געווען קיין רבי. ווען איך שרייב מחלוקת'ן צווישן רבי'ס און רבנים האב איך נאך א לאנגע ליסטע], און די פרשה מיט קלויזנבורגער רב אויך נישט. אנדערע טאקע יא.

--------
אגב, יעדער וואס האט צוצולייגן זאל מאכן א נייע נומער, מ'זאל קענען האלטן חשבון:
--------

סו. רבי דובער מליובאוויטש מיט זיין איידעם דער צמח צדק מליובאוויטש.
סז. רבי מאיר'ל פרעמישלאנער מיט...
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: מחלוקת צווישן אדמורי"ם.

שליחה דורך ירא שמים »

י. סמיר אינטערעסאנט צוהערן כהאב געמיינט ער האט אויפגעגעבן די ראביסטווע וועגן א חלום , אויב דו קענסט נישט שרייבען , א מקור ?
עך שרייב דיינע אותיות זאלסט כאפן אויף וואס כגיי ארויף.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירא שמים האט געשריבן:י. סמיר אינטערעסאנט צוהערן כהאב געמיינט ער האט אויפגעגעבן די ראביסטווע וועגן א חלום , אויב דו קענסט נישט שרייבען , א מקור ?
עך שרייב דיינע אותיות זאלסט כאפן אויף וואס כגיי ארויף.

כ'האב שוין לאנג אויפגעגעבן צו גלייבן די בעלזע מעשיות. בשעתו האב איך מיך אביסל נאכגעפרעגט און ווען איין לעגענדע איז סותר דאס צווייטע, נעם איך אן די דריטע וואס מאכט די מערסטע סענס... אויב כ'וועל מיך צוריק אריינלייגן דערין וועל איך טרעפן א מקור שנעלערהייט. ס'נאך דא גענוג מקורות.
[NAMELESS]

Re: מחלוקת צווישן אדמורי"ם.

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך מיין עס איז גרינגער צו שרייבן וועלכע האבן נישט געהאט א מחלוקת...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערות על הג' פותח האשכול שליט"א

ג. מח' ר"א מטשערנאביל ואחיו ר"ד מטאלנא, לא שמיע לי. אבער בעצם איז געווען א מח' ציווישן ר"א אין זיין ברידער ר' יעקב ישראל מטשערקאס, און וואס די ברודערס זענען מיטגעשטאנען מיט'ן עלסטן ברודער ר"א טשערנאבלער. אבער ס'קען דאך זיין, ווייל אויב מ'קוקט אדורך אביסל היסטורי, זעט מען אז די מערסטע מיט וועם די טשערקאסער האט געהאט איז געווען דער טאלנער.

ח. די סקווערער טענ'ען אז ס'אייביג געווען א מחלוקת ציווישן כל בית טשערנאביל און ברסלב. אבער ניכרין דברי שקר. רוב טשערנאבלער אייניקלעך האבן כמעט נישט געוויסט פון דעם. ס'איז נאר באוויסט אויף טאלנא (אולי משום שהי' קצת דבוק בהסב"ק משפאלא, ואגב ידוע גם נסיעותיו לסאדיגורא, שבית רוז'ין היו כן נגד ברסלב כדלהלן), און סקווירא (וואס ס'איז מסתם איינע פון די זאכן וואס ער האט אויפגעפיקט פון רוזי'ן זייענדיג אן איידעם דארט בזוו"ש). גראדע אויך רבי דוד זלאטיפאלער מבית ראחמיסטריווקא איז אויך געווען שארף קעגן זיי מיט די טענה אז די וועג ווי אזוי זיי ניצען נאך רבי נחמן פאר זייער רבי, זענען זיי פשוט דורש אל המתים.

יא. וויפיל איך ווייס האבן די ראדווילער חסידים גאוואלט אריינמישען די זקן צדיקי הדור - דעם אפטער רב, אבער ער האט זיך ארויסגעדרייט. אבער האסט פארפעלט צו דערמאנען די באר מיין חיים וואס איז אויך געווען (עכ"פ קודם) אויף די ראווילער זייט.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

א גאר גוטער אשכול, דוכט זיך עפעס ענליך איז שוין דא.

אויב ס'איז שייך, וואלט געווען מה טוב ומה נעים ווען ביי יעדער מחלוקה איז דא א שטיקל באריכט איבער דער אנגעבליכער סיבה פון זיך ארומ'הרג'נען. ווי אויך אויב עמעץ האט אנגעהויבן, צי דער נרדף האט נקמה גענומען, אדער גע'סבלנ'ט, און אויב ער האט טאקע געשוויגן איז דאס ווייל ער איז טאקע געווען א צדיק, אדער ס'איז פשוט נישט שייך געווען צוריק צו טאן, זאל זיין צוליב א פחד'נישן כאראקטער אדער טעכנישע אומשטענדן.

אגב, איך זע אז דו האסט ארויסגעשאקלט פון ארבל אזא פינף און זעכציג שטיק. מיינט דאס אז ס'איז געווען אזויפיל רבי'לעך כחול הים, אדער פשוט געווען בערך אזא סכום און יעדער האט זיך געריסן מיט א צווייטן, און אפשר גאר אלו ואלו?
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

עהרליכע יודען פלעגען זיין בייז ווען מ'אט אויפגעברעהנגט אלטע מחלוקות פון צדיקים, זיי האבען געזאגט, אז ביים לעבען האבען אלע געמיינט לשם שמים, אבער היינט ווען אלע זענען שוין אויבען זעהן זיי איין אז אלו ואלו זענען גערעכט, דעריבער קענען די שמועסען נאר ברענגען בזיון ת"ח שאין לו תרופה
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

Kool man האט געשריבן:עהרליכע יודען פלעגען זיין בייז ווען מ'אט אויפגעברעהנגט אלטע מחלוקות פון צדיקים, זיי האבען געזאגט, אז ביים לעבען האבען אלע געמיינט לשם שמים, אבער היינט ווען אלע זענען שוין אויבען זעהן זיי איין אז אלו ואלו זענען גערעכט, דעריבער קענען די שמועסען נאר ברענגען בזיון ת"ח שאין לו תרופה

האהאהא.... די ערליכע איד גופא האט געפירט א מחלוקה מיט הרה"צ... אפילו ער האט געוויסט אז בעולם העליון גייט ער איינזעהן אז אלו ואלו דא"ח...
Under influence
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

נעה, דו האסט מיך נישט פארשטאנען, איך האב גערעדט פון די מחלוקות צווישען די אלע ליטווישע ראשי ישיבה...
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: מחלוקת צווישן אדמורי"ם.

שליחה דורך ירא שמים »

סח. הרב מסאטמער עם הרה״ק מבעלזא תשט״ו
סט. הנ״ל עם ר׳ אביש קראלער (הי׳ אדמו״ר?)
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

שש האט דא צאמגעמישט א גאר גרויסע קוגל, ווי ער האט שוין אליין ערווענט.

מחלוקת האט אסאך שטאפלן. פון זיך קריגן אין הלכה אויף פאפיר ביז רציחה ממש. ס'זענען דא מחלוקת וואס מ'שעמט זיך דערמיט און אזעלכע וואס מ'דערציילט מיט שטאלץ. ס'איז אן עוולה דאס צאמצושטעלן אן געהעריג עלאבארירן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מחלוקת צווישן אדמורי"ם.

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מאנכע פון דיין ביישפילען זענען תלוי זה בזה. למשל סאטמאר רב מיט מונקאטשער רב איז באמת א המשך פון בעלזא, כידוע.
דער פשיסכע מחלוקת איז אויך בעצם אלס איינס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מחלוקת צווישן אדמורי"ם.

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אז מ'וויל רעדען ליטווישע מחלוקת איז:
א. בית הלוי מיט'ן נצי''ב.
ב. חפץ חיים מיט ר' ירוחם לייוואוויץ.
ג. טעלזער ישיבה אין טעלז.
ד. טעלזער ישיבה אין קליוולאנד.
ה. ר' חיים עוזר מיט הרב רובינשטיין.
ו. פאנאוויעזש.
ז.שאגת אריה און די זוהן פונ'ם סדר הדורות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: מחלוקת צווישן אדמורי"ם.

שליחה דורך ירא שמים »

ח. חפץ חיים מיט רב ריינוס
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

פארוואס הייבט מען נישט אן פון פריער?

די מחלוקה פון יוסי בן יועזר און יוסי איש ירושלים. ווי עס איז געגאנגען מכות אין בית המקדש יא סמיכה ביו''ט צו נישט סמיכה ביו''ט.
די מחלוקה פון ב''ש און ב''ה וואס איז געגאנגען מכות ביי די עליות בית גוריון ביי די י''ח דבר.
די מחלוקה פון ר' אליעזר און די חכמים ביי די תנור אכינאי, ווי גאנצע באקסער ביימער זענען געקומען צופליען.
די מחלוקה ר''ע מיט ר' טרפון. ווי ר' טרפון האט זיך צושריגען אז ער זאל באגראבן די קינדער אויב עס איז אנדערש ווי ער זאגט...
און נאך און נאך..... גאנץ כלל ישראל איז אלעמאל געווען א שטיק מחלקות... וואס זענען די חדושים דא?
די זעלביגע איז אויך להבדיל ביי די פארשאלטענע קטאליקן און ביי די מערדערישע מוסולמענער... מען שלאגט און מען הרגעט זיך ביי די נעזער... שוין דורות לאנג... וואס וועקט מען זיך אויף ביי די תלמידי בעל שם? אתמה...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מחלוקת צווישן אדמורי"ם.

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווען ס'איז געאנגען פערזענליך איז אנדעריש. דער מענטש זאל נישט זיין רב, אדער ער איז א כופר וכדו', ופשוט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: מחלוקת צווישן אדמורי"ם.

שליחה דורך ירא שמים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מאנכע פון דיין ביישפילען זענען תלוי זה בזה. למשל סאטמאר רב מיט מונקאטשער רב איז באמת א המשך פון בעלזא, כידוע.
.

וואס האט עס געהאט צוטון מיט בעלזא וועגן עפעס א רבנות שטעלע וואס ער האט געוואלט פארנעמען
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מחלוקת צווישן אדמורי"ם.

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס נישט חתמנ'ען פון סאטמאר רב קעגען די בעלזער נע'אלאגען....
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאך_לעפל האט געשריבן:.
די מחלוקה פון ר' אליעזר און די חכמים ביי די תנור אכינאי, ווי גאנצע באקסער ביימער זענען געקומען צופליען.

ס'דא וואס האלטן אז ס'איז נאר געווען א חלום
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

קאך לעפל אויב גייסטו שוין צריק פארוואס הייבסטו נישט אהן מיט קין און הבל
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז מ'וויל רעדען ליטווישע מחלוקת איז:
א. בית הלוי מיט'ן נצי''ב.
ב. חפץ חיים מיט ר' ירוחם לייוואוויץ.
ג. טעלזער ישיבה אין טעלז.
ד. טעלזער ישיבה אין קליוולאנד.
ה. ר' חיים עוזר מיט הרב רובינשטיין.
ו. פאנאוויעזש.
ז.שאגת אריה און די זוהן פונ'ם סדר הדורות.

רבי אהרן קאטלער און בריסק
רב שך מיט בריסק
ר'יעקב קאמינעצקי מיט....?
פארשפארט