ר' איד וואו באלאנגט איר?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
ר' איד וואו באלאנגט איר?
די גמרא פארציילט אין מסכת סוכה אז אין אלכסנריה איז געווען א גרויסע בית הכנסת, וואס דארט האבן געדאווענט כפליים כיוצא מצריים, אריבער א מיליאן מענטשן! (היינט איז ממש נישט בנומצא אזא מין מציאות אז אריבער א מיליאן מענטשען זאלן זיך צוזאמען קומען אויף איינמאהל, בלויז אין וואטיקאן אין ניי יאר ווען דער פובסט זאל לעבן קומט ארויס געבן זיין ברכות הקודש).
די גמרא לייגט אראפ ווי שיין און הערליך דער בית הכנסת איז געווען, אדש דער גמרא פירט אויס אז: "מי שלא ראה דיופלוסטון של אלכסנדריא של מצרים לא ראה בכבודן של ישראל". איינער פון די זאכן די מעלות וואס דער בית הכנסת האט פארמאגט איז געוועזען אז: "ולא היו יושבין מעורבין אלא זהבין בפני עצמן וכספין בפני עצמן ונפחין בפני עצמן וטרסיים בפני עצמן וגרדיים בפני עצמן", דאס הייסט אז מען איז נישט געזיצען אויסגעמישט, נאר יעדער איז געזיצן דארט ווי ער האט באלאנגט, די ארימעלייט באזונדער, די עשירים באזונדער, די חכמים באזונדער, יעדער האט געוויסט ווי ער באלאנגט, און קיינער האט זיך נישט געזעצט אויף א פלאטץ ווי ער באלאנגט נישט. דאס איז געווען דער כבודן של ישראל.
פארצייטענס האט יעדער געוויסט זיין שטאנד און זיין מצב ברוחניות ובגשמיות, זיין מאטריאליסטישען צושטאנד, און זיין שכל'דיגען צושטאנד, און קיינער האט זיך נישט פראבירט אהערצושטעלן אלס איינער וואס ער איז נישט, איזה הוא חכם המכיר את מקומו, די אנשי ירושלים וואס זענען געווען באוויסט מיט זייער חכמה, זענען קיינמאל נישט געגאנגען צו א סעודה, בלויז אויב זיי האבן געוויסט מיט וועמען זיי זיצען דארט, דאס איז געווען צילוב זייער חכמה, זיי האבן פארשטאנען אז מען מישט נישט, נערים זיצן פאר זיך, און קליגע לייט זיצען פאר זיך, אויב מען מישט נאר איז צרות.....
היינט צוטאגס אבער איז א צווייטע מעשה, בא סנחרב ובלבל את העולם. היינט הערשט אין דעם אונזיכט א גרויס צומישעניש, דהיינו יעדער וויל זיין אלעס, מאנכע שטעלן זיך אהער אלס א נגיד אפגעזעהן צו ער האט א פריטה צו דער נשמה צו נישט, מאנכע שטעלן זיך אהער אלס קליגע אויפגעקלערטע לייט טראץ דעם וואס ער איז נעמליך א טיפוש איום ונורא, מאנכע שטעלן זיך אהער אלס תלמידי חכמים כאטש זענען זענען שרעקליכע עמי הארצים, און מאנכע שטעלן זיך אהער אלס רבי'ס כאטש זיי זענען נישט ראוי ניטאמאל צו זיין שוסטערס. די נאכפאלגען זענען זייער אומבעטעמ'ט עס דערנערווירט שרעקליך.
ווען דער אנזעצער קומט זיך אן מיטן שיינעם קאר און מיט ניי-געפרעסטן העמד, און מיט אפולען פאסיג מיט טעלעפאנען אז די בענק זאלן אים קענן כאפן, און דרייט זיך מיט די עשירים, רופט דאס אויס בייז- בלוט. ווען דער טיפוש קומט אן צו א קופקע און שטעלט זיך אהער אלס אן אויפגעקלערטער און פון זיין פיסק שפרידעלט טיפשות מיט הייסע געדישעכס במידה גדושה אדש ביז דער קופקע ווערט צובלאזן ווי זייפן בלאז, רופט דאס ארויס בייז – בלוט. ווען דער מן הארץ פרעגט אריין ביים שיעור קלאץ קישיות צו ווייזען אז ער איז תענות חלום רופט דאס ארויס בייז – בלוט, און ווען דער א''ג רבי פארגלייזט זיך די אויגן און רעדט ביי ש''ס פון קדושת היסוד און כאפט מאלכים ביי נשמת רופט דאס אויך ארויס בייז – בלוט.
ווי שיין וואלט ווען געווען דער וועלט ווען יעדער ווייסט ווי זיין פלאטץ איז, און קיינער שטעלט זיך נישט אהער אלס איינער וואס ער איז נישט?
היינט איז שוין דא גאר א נייער סטייל, אז יעדער וואס האט נאר א פאר דאלאר(אדער וויל נאר גאר האבן) , ווערט שוין אטאמאטיש א חכם, א ת''ח, און טיילמאל אפילו א רב אדער אן אדמו''ר אויך, דאס איז נאך דער ארגסטע פון אלעס...
לאמיר זיך נישט אהערשטעלן וואס מיר זענען נישט, דאס לעבן איז א סאך זיסער אזוי...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הערליך שיין!
מי יתן אז די שיינע אידן זאלן ליינען דיין ארטיקל.
אבער אין אמת'ן אריין, וואס גייט מאכן דעם שוטה טראכטן אז ער איז א שוטה וואס באלאנגט אין די בעק פונעם ביהמ"ד אנשטאטס דעם מזרח וואנט?
וואס גייט אויפקלערן דעם אדמו"ר אז ער איז א פארגרעבטע יונג וואס האלט נאך פאר מידת החסד, און נישט נאך מידת היסוד?!
ווען וועט דער נגיד פארשטיין אז קיין בר דעת איז ער קיינמאל נישט געווען, און נאר סייעתא דשמיא העלפט אפילו פאר אזא יצמח ווי אים צו ווערן א גביר?!
מי יתן והיה כל עם ה' נביאים!!!

- ידיד השטיבל
- הודעות: 151
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
- האט שוין געלייקט: 113 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קאך-לעפל: ייש"כ. אבער איינער פון די מפרשים (כ'מיין רש"י) איז מפרש דארט (מס' סוכה...?) אז דער טעם פארוואס אלע בעלי אומנות זענען געזיצן אין ביהכ"נ פון אלכסנדריה של מצרים א יעדער מיט זיינע אייגענע פאכלייט איז געווען ווייל אזוי וועלן זיי איהם העלפן זוכן ארבעט אין די פאך וואס ער האט עקספיריענס...!
נאר איך איך האב ערגעץ געליינט א טעם עפ"י דרך צחות. ווייל די גמ' זאגט דאך אז..."בני אומנות שונאין זה את זה"...ממילא וועללן זיי נישט שמועסן ביים דאווענען...
און לגבי די אנדערע מצבים וואס דו האסט אויסגערעכנט איז אזוי. דער נאר, ווילאנג ער שווייגט איז ער כאטש מקיים א פסוק..."גם אויל המחריש, לחכם יחשב"...! איינמאל ער מאכט אויף זיין מויל זעהט שוין דער עולם ווי קלוג ער איז...! די זעלבע איז מיט'ן עיין הא. איינמאל ער מאכט אויף זיין מויל זעהט מען שוין וואספארא תענית חלום ר'איז...!
איך פערזענליך פיהר מיך נישט ווי די אנשי ירושלים האבן זיך געפיהרט. נאר איך בין באקוועם צו זיצן מיט סיי וועלכן איד. מעג ער זיין א קנאי אדער א ציוני. ער מעג אפילו רעדן פון ספארטס אדער פון פליען אויף די לבנה. איך קען ב"ה אלץ מיטהאלטן...!

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
פיין געזאגט, קאך_לעפל.
נאך מער, די גאנצע התנהגות היינט וויאזוי מלעבט מיט קאמפאטישאן, איז אלץ ווייל מ'וויל נאכטון דעם און יענעם. איזהו חכם? המכיר את מקומו. איך דרייוו א אלטע קאר ווייל ס'קומט מיר אויס ביליגער און אזוי קען איך צאלן מיינע בילס באצייטענס. איך לערן עין יעקב, ווייל איך פארשטיי נישט קיין גמרא. אזוי זענען דא צענדליגער משלים וואס וואלט געמאכט גרינגער דאס לעבן פאר א מענטש ווען ער זאל נישט לעבן פאר יענעם.
ווי גייט נאר די ווערטל פונ'ם קאצקער? ווען איך בין איך ווייל דו ביסט דו.......
אז די ברענגסט די גמרא פון נקיי הדעת שבירושלים לא היו יושבים אלא אם כן יודעים מי יושב עמהם, האב איך אמאל געהערט פונ'ם וואדריזשער רב מדייק זיין אז די גמרא זאגט נישט אז זיי האבן זיך געזעצט נאר מיט זייערס גלייכן, נאר בסך הכל האבן זיי געוואלט וויסן ווער דאס איז כדי ווען מ'רעדט מיט יענעם זאל מען וויסן פון ווי ער קומט און וואס זיין אגענדע איז, אבער בעצם קען מען זיצן מיט יעדעם.

- ידיד ותיק
- הודעות: 883
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 798 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
Re: ר' איד וואו באלאנגט איר?
כאפצעם האט געשריבן:ואהבת לרעך כמוך... איך רעד מיט יעדעם...
א מין שאלה דאס ....
אויב האלט איהר אז איהר באלאנגט ערגעץ דעמאלטס זאג איך דיר צו די קומסט נישט דארט. דאס האט מיט דיין גאווה ספאסט דיך נישט זיצען דא אדער לעבן יענעם נישט קיין חילוק צו די ביסט רבי ת"ח נגיד א.ד.ג.
איזה חכם המכיר את מקומו מיינט נישט אויף גאווה
דאס מענטשעלע שפילט........
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
בערל, די גמרא גופא זאגט דעם טעם.
אבער קאך_לעפל איז אוודאי נישט גערעכט. די סדר הישיבה אין מצרים איז דא יא געווען לויטן דרגא? זענען דען אלע קופפער שמידטערס געווען די זעלבע בחכמה ובתורה? ועוד, מהיכי תיתי אז ס'איז נישט געווען א גרעסערע חכם אדער תלמיד חכם צווישען די שוסטערס ווי פון אלע באנקיר צוזאמען?
היינט שטיימער בעסער

Under influence
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל