קענען קאבאליסטן און מיסטיקער טאקע זען?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1090 מאל

קענען קאבאליסטן און מיסטיקער טאקע זען?

שליחה דורך חקרן »

א גוטן מיינע טייערע גוטע פריינט.

איך וויל זיך מיט אייך דורכשמועסן א וויכטיגע און אקטואלע נושא:
אזוי ווי איך קלער לעצטנס פון מאכן א געוויסע דראסטישער שריט אין מיין לעבן, א זאך וואס קען טוישן מיין לעבן מקצה אל הקצה. עס קען איבערדרייען מיין לעבן אויף גוט, ווידער קען די פלענער אויך דורכפאלן. דער שריט איז זייער א בלינדער, עס איז א זאך וואס מען קען כמעט נישט פאראויס זאגן ווי אזוי די זאכן וועלן זיך אנטוויקלען און געלונגען. אפילו קלוגע לייט און דרייסטע מענטשן וואס זאגן מיינונגען אין יעדן ענין, קענען מיר נישט מייעץ זיין דערין און זאגן קלאר אז זיי ווילן נישט אריינרעדן אין דעם ענין.

וויבאלד איך האב מורא צו נעמען דעם ענין אויף מיינע אייגענע פלייצעס, און איך זוך פארט מיט וועמען דאס דורכצורעדן, אבער קיינער קען מיר דערויף נישט ענטפערן. האב איך געקלערט אז איך וועל זיך ווענדן צו מיסטיקער, קאבאליסטן וכדו', אז זיי זאלן מיר פאראויס זאגן צי עס לוינט זיך פאר מיר וכדו'.

מיין שאלה איז, וויבאלד איך האב נאך קיינמאל נישט געטאן די זאכן, בין איך נייגעריג צו וויסן צי די חברה ווייסן טאקע וואס זיי רעדן און זעען טאקע פאראויס, אדער איז דאס הוילע בלאף, זאגן זאכן אין די לופט אריין, וואס מען קען זיי קיינמאל נישט אפפרעגן.

האט איינער עקספיריענס מיט זיי? - קען מען זיך טאקע מיט זיי צונויפשמועסן? - אויב יא, צו וועמען איז גוט צו גיין?

יישר כח.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר