קען מען מאכן פשרות אין ברודערשאפט?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
קען מען מאכן פשרות אין ברודערשאפט?
דברי תורה זענען כפטיש יפוצץ סלע, מ'קען דרייען אהער און אהין, און טרעפן מקורות אויף כמעט יעדער זאך וואס מ'וויל. חז"ל אליין מאכן קלאר אז די סנהדרין האבן געמוזט זיין אזעלכע מענטשן וואס זאלן קענען מטהר זיין א שרץ מיט 150 טעמים. מיט דעם געדאנק ווילן חז"ל אונטערשטרייכן דעם וויכטיגן יסוד פון דער תורה, אז מ'טאר קיינמאל נישט גיין נאך דעם טרוקענעם אויספיר פון פלפולי הלכות, אויב ס'איז נישטא צוזאמען מיט דעם א קלארקייט אין דער אידישער השקפה, וואס זאל אונז דערקלערן וואס די תורה וויל פון אונז.
וואס מאכט איין מענטש זיין א קנאי און א צווייטן נישט? וואס מאכט אז איין איד זאל ליב האבן יעדן איד, אפגעזען פון וועלכער קהילה אדער דענאמינאציע, און א צווייטער זאל נישט קענען דולדן עמיצן וואס איז אויסער זיינע ד' אמות? וואס מאכט אז איינער זאל אנטוויקלען א ליבשאפט צו דער בריאה, און א צווייטער זאל קוקן אויף דער וועלט מיט שווארצע ברילן? אודאי ווילן אלע טון דאס בעסטע וואס די תורה פאדערט, אבער בשעת איינער איז פארוויקלט אין די ק"ן טעמים פונעם פלפול, זענען דא אנדערע וואס ליינען אפ די הלכה לויט די ברילן פונעם חובת הלבבות.
דער סאטמארער רב ז"ל האט טאקע אפגעשריבן א ספר וואו ער האט דערקלערט זיינע מסקנות להלכה כלפי ציוניזם, אבער אינעם למעשה'דיגן לעבן האט ער אויפגענומען יעדן איד מיט ליבשאפט. אפילו די אגודיסטישע גדולים וועלכע זענען לויט אים באטראכט געווארן ווי מסיתים ומדיחים, האט ער אויפגענומען פריינטליך, בכלל נישט אין איינקלאנג מיט די פלפולים פונעם ספר. אסאך האבן זיך געשטעלט אויף דער שווערער סתירה צווישן דעם "ויואל משה" אלס א ספר, און דער "בעל ויואל משה" אלס א מענטש און א איד. די צוויי זענען נישט בהכרח געווען הארמאניש.
דער סאטמארער רב האט געוואוסט אז דער "ויואל משה" איז סוף כל סוף נאר א הלכה'דיגער פלפול וואס זיין הויפט ציל איז אפצוהאלטן אידן פון דער ציוניסטישער אידעע, אבער דער אידישער מענטש וואס שטייט קעגנאיבער איז א פאקטישער מציאות פון א נשמה וואס לאזט זיך נישט אריינקוועטשן אין פלפולים. "מדינת ישראל" ווי א באגריף איז א מרידה במלכות שמים, אבער די פאקטישע מדינה וועלכע איז ארומגענומען מיט אראבער פון אלע זייטן איז א מציאות מיט וועלכער מיליאנען אידן לעבן, און ער האט געהאפט אז השי"ת זאל לייגן אויף איר זיין רעכטע האנט ביז משיח וועט קומען (לויט זיין לשון: "ס'זאל בטל ווערן נאר דורך משיח צדקנו").
דער הלכה'דיגער פלפול איז וויכטיג, אבער נאר אזוי לאנג ווי מ'געדענקט אז דער הויפט פארלאנג פון דער תורה איז "ליבשאפט צו גאט, מענטש און איד". סיי וועלכער פלפול וואס זאל דערפירן צו פארביסנקייט אדער אגרעסיווקייט קעגן אנדערע תמימות'דיגע מענטשן, אפגעזען ווער זיי זענען, איז נישט ווערד דאס פאפיר אויף וועלכן ס'איז געשריבן געווארן. מעג מען ליב האבן אידן וואס זענען אינגאנצן נישט פרום? מעג מען אנטוויקלען א ליבשאפט צו דער גאנצער בריאה, צו מענטשן פון אנדערע ראסן און אנדערע פעלקער? בשעת מיר קוקן אריין אינעם ספר צו זען וואס דארט שטייט, דארפן מיר קודם כל וויסן אז ס'איז אנדערש נישט מעגליך.
איר ווילט מיך פארשטיינערן פאר די דיבורים? איר מעגט, נאר פריער לאזט מיך אויסרעדן. דער מדרש זאגט אז פונקט ווי קיין שום פרוכט בוים קען זיך נישט האלטן אן די בלעטער און די שאלעכץ פונעם בוים, אזוי קען דאס אידישע פאלק זיך נישט האלטן אן דער פילפארביגקייט פון אלע מינים אידן, אריינגערעכנט די פושעי ישראל. דאס איז אויסער דעם מאמר אז "פושעי ישראל מלאים מצוות כרימון". ס'איז מסתמא נישט ריכטיג צו באטראכטן דעם היינטיגן דור ווי פושעי ישראל, ווייל זיי פאלן אונטער דער קאטעגאריע פון "תינוקות שנשבו", אבער אפילו ווען מ'זאל זיי יא קענען אנקלעבן דעם הארבסטן טיטל פארבלייבן זיי א טייל פונעם אידישן בוים, אן וועלכן דאס אידישע פאלק קען זיך נישט באגיין.
איך זאג נישט אז מ'קען נישט טרעפן פארקערטע מקורות, ווייל אלעס ווענדט זיך דאך אין דער קאטעגאריע וואו מ'שטעלט אריין יענע אידן. מ'קען דערקלערן די פרייע ווי מסיתים ומדיחים וועלכע זענען נישט ווערד צו לעבן, מ'קען אפילו צולייגן צו דער רשימה יעדן פרומען איד וואס זאגט א גוט ווארט אויף פרייע, וויבאלד ער קען אויך אריינגיין אין דער קאטעגאריע פון א מסית, און אזוי ארום קען מען דערקלערן אז דאס בלוט פון כלל ישראל איז הפקר אינעם גרעסטן טייל. מ'קען אריינשניידן אינעם פארפייניגטן גוף פונעם אייגענעם פאלק און לאזן דעם גרעסטן פראצענט פארברענט ווערן אין קאלעך-אויוונס. מ'קען אנקוקן יעדן סעקולערן פראיעקט וואס איז געצילט צו העלפן אידן ווי א פראיעקט וואס איז קעגן דער תורה, און עס דערקלערן ווי כפירה.
אויף אלעמען קען מען טרעפן א מקור, א מאמר, א פסוק און וואס נישט, און נישט אומזיסט האט די תורה צוגעלייגט "אני ה'" צו דער מצוה פון "ואהבת לרעך כמוך", וויבאלד ס'איז פון די "דברים המסורים ללב". יעדער איד קען האבן כאטש איין גרופע פון אידן וועמען ער באטראכט נישט ווי א איד, אבער איין גאט אין הימל ווייסט אז נישט דער פסוק איז קובע די מיינונג פונעם מענטש, נאר זיין געפיל ברענגט אים צו לערנען פשט אין פסוק. א גוטער מפלפל קען אפילו מטהר זיין א שרץ מיט ק"ן טעמים. אויב זאל מען פארלירן דעם מאראלישן קאָמפּאַס זענען מיר גענצליך פארלוירן.
אט דער געדאנק מוז אונז שטענדיג באגלייטן אין לעבן ווען ס'קומט צו פראגעס פון השקפה וואס האבן צוטון מיט די באציאונגען צווישן מענטש און מענטש. מ'קען טרעפן אומצאליגע מקורות אויף יעדער זאך און מיר וועלן סיי ווי מוזן אויסקלויבן איין וועג לויט ווי אונזער אינערליכער בת-קול באפעלט אונז. מיר וועלן סוף כל סוף מוזן באשטימען צי ס'איז מעגליך אז די תורה האט געוואלט אז אידן זאלן פיינט האבן אידן און זיך נישט קימערן מיט זייער גורל. מיר וועלן מוזן באשטימען צי ס'איז אויסגעהאלטן צו קלערן אז די ביליאנען מענטשן איבער דער וועלט זענען נישט מער ווי א מענטשן-שטויב וואס זענען באשאפן געווארן אונז צו דינען.
ווען א איד שטעלט זיך אויף רעדן מיט פארביסנקייט קעגן אידן, אנעם פילן אפילו א שוואכינקע שולד-געפיל אין הארצן, איז עס א גרויסער פראגע-צייכן אויף דעם מענטש. דער פראגע-צייכן איז נישט אויף דעם וויאזוי ער איז אנגעקומען צו אזא מסקנא אין הלכה, נאר אויף דעם וואס זיין מאראלישער קאָמפאַס צעפייפט זיך נישט אויף די העכסטע טענער. די פראגע איז נישט פארוואס ער האט נישט געזען די זעלבע מדרשים וואס מיר האבן געזען, נאר די פראגע איז וויאזוי ער פילט נישט קיין סתירה אין זיין אייגענער אידישקייט צווישן דעם חובת הלבבות און די שנאה וואס פילט אן זיין הארץ?
נאך אלעמען דארף מען געדענקען אז פאר'ן גיין שלעכט אין "בין אדם למקום" איז פאראן אזא באגריף ווי תשובה, אבער פאר'ן גיין קרום אין "בין אדם לחברו" איז נישטא קיין תשובה, חוץ ווען מ'בעט יענעם איבער. איז פאראן א מעגליכקייט איבערצובעטן כלל ישראל ווען מ'איז באגאנגען א שריט קעגן דעם הייליגן קאלעקטיוו? איז פאראן עפעס אין דער וועלט וואס קען אפמעקן די רשעות פון א מענטש וואס שטייט אויף קעגן זיין אייגן פאלק און בארעדט איר מיט א קאלטקייט קעגן דער גאנצער וועלט? אונז בלייבט נאר צו וואונדערן זיך, וועלכע מאמע האט געברענגט אזא קינד אויף דער וועלט? וועלכער רחם האט עס אויסגעטראגן ניין חדשים, און וועלכע ברוסטן האבן געגעבן צו זייגן פאר אזא קינד?
נאכאמאל, געדענקט דעם כלל פון שיר השירים, "מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה!" ס'איז נישטא קיין שום כח אין דער וועלט וואס קען פארווישן ליבשאפט דארט וואו ס'איז בנמצא. אפילו ווען ס'דאכט זיך אז גאנץ כלל ישראל גייט נישט אינעם ריכטיגן וועג, קען מען נאר פילן א ווייטאג, מ'קען אויך פרובירן צו טון וואס מעגליך צו ברענגען אידן צום ריכטיגן וועג, אבער צו שנאה וועט עס קיינמאל נישט קומען, פונקט ווי די שנאה צו דער וועלט קען נישט קומען פון א בלויזן פלפול. ס'איז אלעס געוואנדן אין אונז, און די תורה פאדערט פון אונז צו פארשניידן די "ערלת הלב" כדי צו קענען אליין דערפילן די אמת'ע געטליכקייט וואס פילט אן די וועלט און נעמט ארום אלץ און אלעמען, מיט גענוג פלאץ פאר אלע מענטשן, און אלע קינדער פונעם פאלק ישראל.

- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: קען מען מאכן פשרות אין ברודערשאפט?
מיישב צו זיין אביסל די סתירה נר׳ מדארף פיינט האבן שלעכטס און ליב האבן גוטס ( דאס איז מקורות מיט געפיל) און יעדער האט דאך עפעס א נקודה טובה אז מקוקט אויף זיין חלק הטוב קען מען עם ליב האבן.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
פלאוויוס האט געשריבן:
נאך אלעמען דארף מען געדענקען אז פאר'ן גיין שלעכט אין "בין אדם למקום" איז פאראן אזא באגריף ווי תשובה, אבער פאר'ן גיין קרום אין "בין אדם לחברו" איז נישטא קיין תשובה, חוץ ווען מ'בעט יענעם איבער. איז פאראן א מעגליכקייט איבערצובעטן כלל ישראל ווען מ'איז באגאנגען א שריט קעגן דעם הייליגן קאלעקטיוו? איז פאראן עפעס אין דער וועלט וואס קען אפמעקן די רשעות פון א מענטש וואס שטייט אויף קעגן זיין אייגן פאלק און בארעדט איר מיט א קאלטקייט קעגן דער גאנצער וועלט? אונז בלייבט נאר צו וואונדערן זיך, וועלכע מאמע האט געברענגט אזא קינד אויף דער וועלט? וועלכער רחם האט עס אויסגעטראגן ניין חדשים, און וועלכע ברוסטן האבן געגעבן צו זייגן פאר אזא קינד?
זאגסטאך נורא נוראות! און דאס גייט ביידע וועגן. סיי דער פרומער וואס בארעדט דעם פרייען און אוודאי פארקערט. ער ברויך דאך בעסער קענען פארשטיין פון וואו דער פרומער קומט..סובלנות רעב גוי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

ירא שמים האט געשריבן:מיישב צו זיין אביסל די סתירה נר׳ מדארף פיינט האבן שלעכטס און ליב האבן גוטס ( דאס איז מקורות מיט געפיל) און יעדער האט דאך עפעס א נקודה טובה אז מקוקט אויף זיין חלק הטוב קען מען עם ליב האבן.
אה, ס'שוין דא פשרות!
יעדער חלק רע האט א מקור אינ'ם טוב. ס'איז זייער דקות'דיג, און נאר גרויסע צדיקים קענען זיך אן עצה געבן מיט דעם.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:

פלאוויוס האט געשריבן:איך הער וואס דו זאגסט ירא שמים. די פראגע איז אויך וויאזוי מ'דעפינירט "שלעכטס". ווען א מענטש פירט זיך אויף שלעכט בין אדם למקום מיט א תמימות'דיגן מאטיוו (נישט טראכטנדיג אז ס'איז שלעכט), זאגט עס בכלל עפעס אויפ'ן מענטש? אזא מענטש קען נאך זיין כולו טוב, כאטש זיינע מעשים זענען נישט דוקא גוט.
פלאוויוס: ווייל אמאל קען זיין א מענטש וועלכער האט בלויז גוטע כוונות. אבער זיינע מעשים זענען שלעכט. ווי לויטעט דאס גוי'אישע ווערטל. (אפשר האט עס א אידישן מקור..?) ..."דער וועג צום גהינום איז אויסגעפלאסטערט מיט גוטע כוונות"...דאס מיינט צו זאגן אז בלויז מיט גוטע כוונות קענמען אנקומען צום גהינום... ווייל די מעשים פון א מענטש דארפן אויך זיין גוט...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 878
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
- האט שוין געלייקט: 1386 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
טאמבל סאס האט געשריבן:פלאוויוס האט געשריבן:
נאך אלעמען דארף מען געדענקען אז פאר'ן גיין שלעכט אין "בין אדם למקום" איז פאראן אזא באגריף ווי תשובה, אבער פאר'ן גיין קרום אין "בין אדם לחברו" איז נישטא קיין תשובה, חוץ ווען מ'בעט יענעם איבער. איז פאראן א מעגליכקייט איבערצובעטן כלל ישראל ווען מ'איז באגאנגען א שריט קעגן דעם הייליגן קאלעקטיוו? איז פאראן עפעס אין דער וועלט וואס קען אפמעקן די רשעות פון א מענטש וואס שטייט אויף קעגן זיין אייגן פאלק און בארעדט איר מיט א קאלטקייט קעגן דער גאנצער וועלט? אונז בלייבט נאר צו וואונדערן זיך, וועלכע מאמע האט געברענגט אזא קינד אויף דער וועלט? וועלכער רחם האט עס אויסגעטראגן ניין חדשים, און וועלכע ברוסטן האבן געגעבן צו זייגן פאר אזא קינד?
זאגסטאך נורא נוראות! און דאס גייט ביידע וועגן. סיי דער פרומער וואס בארעדט דעם פרייען און אוודאי פארקערט. ער ברויך דאך בעסער קענען פארשטיין פון וואו דער פרומער קומט..סובלנות רעב גוי.
נישט ממש. ווייל לכאורה האט פלאוויס נישט קיין טענות אויף א איד וואס האט פיינט א צווייטע איד ווייל ער'ט אים בא'גנבט א מיליאן דאלער...ער זאגט אז אידישקייט טאר נישט ברענגען צו שנאה ווייל ס'איז פארקערט. איז א פרומען קען מען פיינט האבן פאר זיין אומענטשליכקייט נישט אלץ אידישקייט
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
[tag]גראדעמעכעלע[/tag], אודאי איז פאראן אזא באגריף ווי א מסית. די פראבלעם איז נאר ווען די קאטעגאריע פון "מסית ומדיח" ווערט גענוצט כחומר ביד היוצר.
אפילו ווען א מענטש פרעדיגט אויף אנדערע דיעות ווי דאס וואס מיר גלייבן, איז נאכנישט מוכרח אז ער איז א מסית, ווייל די תורה איז דאך בכלל נישט מאנאליטיש. ס'איז דערפאר זייער שווער צו קוואליפיצירן פאר דעם טיטל חוץ אין גאר אויסערגעווענליכע פאלן. א פאל וואס דארף זיכער אריינפאלן אין דער קאטעגאריע איז דארט וואו עמיצער העצט אויף צו ניצן ברוטאליטעט קעגן אנדערע מענטשן (אדער בארעכטיגט ברוטאליטעט). יעדע אגרעסיע הייבט זיך אן צוערשט ביי "הסתה והדחה" (ע"ע אנטיסעמיטיזם, ראסיזם, וכו').
אפילו ווען א מענטש פרעדיגט אויף אנדערע דיעות ווי דאס וואס מיר גלייבן, איז נאכנישט מוכרח אז ער איז א מסית, ווייל די תורה איז דאך בכלל נישט מאנאליטיש. ס'איז דערפאר זייער שווער צו קוואליפיצירן פאר דעם טיטל חוץ אין גאר אויסערגעווענליכע פאלן. א פאל וואס דארף זיכער אריינפאלן אין דער קאטעגאריע איז דארט וואו עמיצער העצט אויף צו ניצן ברוטאליטעט קעגן אנדערע מענטשן (אדער בארעכטיגט ברוטאליטעט). יעדע אגרעסיע הייבט זיך אן צוערשט ביי "הסתה והדחה" (ע"ע אנטיסעמיטיזם, ראסיזם, וכו').
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:פלאוויוס האט געשריבן:איך הער וואס דו זאגסט ירא שמים. די פראגע איז אויך וויאזוי מ'דעפינירט "שלעכטס". ווען א מענטש פירט זיך אויף שלעכט בין אדם למקום מיט א תמימות'דיגן מאטיוו (נישט טראכטנדיג אז ס'איז שלעכט), זאגט עס בכלל עפעס אויפ'ן מענטש? אזא מענטש קען נאך זיין כולו טוב, כאטש זיינע מעשים זענען נישט דוקא גוט.
פלאוויוס: ווייל אמאל קען זיין א מענטש וועלכער האט בלויז גוטע כוונות. אבער זיינע מעשים זענען שלעכט. ווי לויטעט דאס גוי'אישע ווערטל. (אפשר האט עס א אידישן מקור..?) ..."דער וועג צום גהינום איז אויסגעפלאסטערט מיט גוטע כוונות"...דאס מיינט צו זאגן אז בלויז מיט גוטע כוונות קענמען אנקומען צום גהינום... ווייל די מעשים פון א מענטש דארפן אויך זיין גוט...!
בערל, באמערק אז איך האב מיך באצויגן צו בין אדם למקום, ווי כ'האב קלאר ארויסגעשריבן. אבער ווען ס'קומט צו באציאונגען צווישן מענטש און מענטש קען מען געווענליך נישט אננעמען דעם תירוץ אז די כוונה איז געווען א גוטע (חוץ ווען ס'האנדלט זיך פון א שוגג אדער אן אונס), ווייל די הנחה איז אז יעדער מענטש פארשטייט אז אגרעסיע איז א פראבלעם (אויסער אין פאל פון זעלבסט-שוץ אדער יוסטיץ).
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
פלאוויס, הערליך שיינע און הייליגע דיבורים. יישר כח.
עס האט מיר אייביג געוואונדערט די סארט מענטשן וואס ביי זיי איז יעדע זאך און יעדער מענטש אפגעפרעגט און נישט אויסגעהאלטן ביי דיפאולט. סתם אזוי אן צופיל אריינטראכטן איז אלעס חזיר טרייף, נאר אז איך וועל אים אויפווייזן מיט ראיות ברורות אז עס איז יא אויסגעהאלטן, דאן וועט מען קענען שמועסן. און פארשטייט זיך אז צו אלעם האט ער קלארע מקורות פון חז"ל.
בא פלאוויס והעמידו על אחת, עס ווענדט זיך מיט וועלכע קאליר ברילן מען קוקט אריין אין די ספרים און מען קוקט ארויס אויף די מענטשן.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
- האט שוין געלייקט: 747 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל
דער הייליגער שינאווער רב זצ"ל האט געזאגט, דער חילוק צווישען מיר און מיין ברודער דער גארליצער רב, ער האט אזוי פיינט דעהם שקר, אויב ועט ער טרעפען אין א בארג אמת אביסעל שקר וועט ער עס ממאס זיין, ווידעראום איך האב אזוי ליב דעהם אמת, אפילו אויב כ'וועל געפינען אין בארג שקר איין ברעקעל אמת וועל איך עס ליב האבען, ודפח"ח, און דאס איז א שטארקער ישוב אין דעהם גאנצען מסכתא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
בן אדם האט געשריבן:פלאוויוס האט געשריבן:ווייל די הנחה איז אז יעדער מענטש פארשטייט אז אגרעסיע איז א פראבלעם (אויסער אין פאל פון זעלבסט-שוץ אדער יוסטיץ).
אינטרעסאנט. זעט נישט אויס אזוי.
דאס איז א הנחה וואס איז צענטראל צו אונזער פארשטאנד פון אוניווערסאלער יוסטיץ, אנדערש וואלט נישט מעגליך געווען צו פאר'משפט'ן א מענטש, ווייל ער קען זיך פארענטפערן אז ער האט אן אנדערן סעט פון עטיקס. די נאציס האבן פרובירט צו ניצן אזא טענה אין נירנבערג אבער ס'איז אפגעווארפן געווארן אויפ'ן סמך פון דעם ארגומענט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פלאוויוס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
אמת'ע דיבורים. איך האלט דאס שוין לאנג, אז חסידי סאטמאר האבן געמאכט "דעם בילד" אויף סאטמאר רב. א בילד וואס ער איז קיינמאל נישט געווען. זיינע חסידים לייגן אריין אלע Hate אויף זייער רבין, מען מאכט אים אויסזען ווי א שונא ישראל. מען שטעלט אים אן אלס איינער וואס האט זיך גערעגט אויף יעדע זאך וואס האט זיך נאר געריקט, און עמיצער וואס האט פיינט געהאט די דת אנושי. בו בזמן וואס סאטמאר רב איז געווען א אוהב ישראל, ליב געהאט יעדע איד אהבת נפש. ווען ער האט גערעדט צו איין סיג ישראל האט ער נישט געמיינט דער צווייטער סיג ישראל. נפשו חשקה בישראל, ער האט מחזק געווען אזויפיל צובראכענע אידן פון אלע שיכטען און שאטירונגען פון כלל ישראל. עס איז א שאד אז אזא גדול ואוהב ישראל זאל אריינגיין אין היסטאריע אזויווי זיינע חסידים ווילן. מיט זייער צורידערטע פראפאגאנדע מאכן זיי זייער רבי'ן אויסזען Likewise.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 151
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
- האט שוין געלייקט: 113 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
א גרויסן יישר כח, החכם פלאוויוס, פאר די וויכטיגע און דורכגרינגליכע רייד. איך וויל נאר צולייגן בנוגע וואס דו שרייבסט אז היינטיגע פרייע אידן זענען תינוקות שנשבו, איך פארשטיי נישט וויאזוי אן ערוואקסענער מענטש וואס איז מאדערן און שטודירט, קען באטראכט ווערן אלס א תינוק שנשבה. אויב עס זענען פארהאן תינוקות שנשבו זענען עס די סארט חרדישע אידן וואס האבן דעם פארקרומטן בליק אז מען דארף פיינט האבן יעדן וואס גייט נישט מיט זיי אין שפאן. אויף זיי נוצט דער תירוץ אז זיי ווייסן נעבעך נישט פון עפעס בעסערס, און מען דארף זיי אנקוקן מיט רחמנות בליקן אז אנשטאט זיך צו זען אלס א טייל פון אן ערהאבענע פאלק און א הערליכע וועלט זענען זייערע אויגן אנגעפילט מיט שנאה און פאראכט אויף יעדן וואס טראכט אנדערש פון זיי. זיי דערלייגן מער ווי כלל ישראל דערלייגט.
האדם לא נברא אלא להתענג
יאיר האט געשריבן:א גרויסן יישר כח, החכם פלאוויוס, פאר די וויכטיגע און דורכגרינגליכע רייד. איך וויל נאר צולייגן בנוגע וואס דו שרייבסט אז היינטיגע פרייע אידן זענען תינוקות שנשבו, איך פארשטיי נישט וויאזוי אן ערוואקסענער מענטש וואס איז מאדערן און שטודירט, קען באטראכט ווערן אלס א תינוק שנשבה. אויב עס זענען פארהאן תינוקות שנשבו זענען עס די סארט חרדישע אידן וואס האבן דעם פארקרומטן בליק אז מען דארף פיינט האבן יעדן וואס גייט נישט מיט זיי אין שפאן. אויף זיי נוצט דער תירוץ אז זיי ווייסן נעבעך נישט פון עפעס בעסערס, און מען דארף זיי אנקוקן מיט רחמנות בליקן אז אנשטאט זיך צו זען אלס א טייל פון אן ערהאבענע פאלק און א הערליכע וועלט זענען זייערע אויגן אנגעפילט מיט שנאה און פאראכט אויף יעדן וואס טראכט אנדערש פון זיי. זיי דערלייגן מער ווי כלל ישראל דערלייגט.
תינוקות שנשבו מיינט נישט אז זיי זענען נאך יעצט געפאנגען, נאר זיי זענען אמאל געפאנגען געווארן. און פארדעם האבן זיי זיך געטוישט זייער מהלך. אבער זיי ווייסען דאך נישט פון דעם ריכטיגן מהלך,משא"כ די סארט חרדישע אידן וואס אפציעל זענען זיי בקי און ספרים הקדושים, איז וואלטן זיי דאך יא געדארפט צו וויסען.