עס קוקט אויס אז חילול שבת איז געווארן א נייע מגיפה ר"ל. אין אייוועלט ליין איך:
עמיצער פארציילט מיר אז א שבת נאך פסח האט ער שפאצירט אין וומ"ס אויף א גאס אין די זייט פון וומ"ס און ער איז דורכגעגאנגען א פארק זעהט ער ווי א יונגערמאן זיצט מיט א שטריימעל און א טלית אויף די פלייצע, מיט א גרויסע געלעקסי איין די האנט הש"י,
די חילול שבת ביי סמארט פאונס גייט אן אויף א שוידערליכן פארנעם עס איז ליידער דא אסאך וואס האבן נישט קיין פראבלעם צו נוצן אויך אום שבת, ליידער ה"י,
איך פערזענלעך ווייס פון א גרופע פון 6 'חסידישע משפחות' וואס זענען געווען צוזאמען אין איינע פון די סטעיטס דעם פארגאנגענע יו''ט פסח און אלע פון זיי (אפשר איין פרוי מיט איין מאן האבען אביסעל יא געהיטען) אנשים נשים וטף האבען געוואטשט טעלעוויזיע, געטעקסט, געגאנגען שווימען אין יו''ט כאילו לא היה.
גראדע איז ער גערעכט מיט דעם אז עס גייט אן חילול שבת אויף א גרויסן פארנעם מיט די סמארט פאונס, ווען וואטס עפפ האט נאכנישט געלאזט אויסלעשן די לעסט סיען האט מען עס געזעהן אסאך ליידער
המלוכה והממשלה האט געשריבן:עס דרייט זיך ארום א קליפ פון הרה"ג בצלאל קליין שליט"א דומ"ץ סאטמאר לעיקוואד אז אין לעיקוואד דרייען זיך צענדליגע בחורים שבת און רייכערען ברבים!! אין די דרשה פייערט ער אז יעדער איז מחיוב שבת נאכ'ן דאווענען צו גיין מוחה זיין קעגן די מחללי שבת
ס'זאל זיך נאר נישט ענדיגן אזוי ווי אין ירושלים. מ'מאכט קידוש (און מ'טרינקט דעם שיעור) פאר מ'גייט ארויס צו די הפגנה. נאכדעים גייט מען ארויס צו די הפגנה מיט'ן טלית און שטריימל, און מ'ראנגלט זיך מיט די פאליציי. די טלית און שטריימל שלעפן זיך נעבעך נאך זייער בעה"ב אחר כבוד אויפ'ן גאטטער און אויפ'ן פאליציי'אישן טענדער ווען מ'ווערט ארעסטירט. די בני בית ווארטן נעבעך אז די טאטע/מאן זאל אהיימקומען מאכן קידוש און עסן די סעודה. ער,אבער איז מקדש שם שמים אין פאליציי סטאנציע, נאכ'ן געצווינגען ווערן (און אריינכאפן א פאר גוטע שטויסן פון פאליציאנטן) צו פארן אום שבת קודש. די סעודת שב"ק עסט ער ערשט דריי, אדער פיהר אזייגער נאכמיטאג, ווען א פאר עסקנים ברענגען בילקעלעך צו די פאליציי סטאנציע. מנחה לשבת דאוונט מען מיט א גרויסן מנין, מיט די איבעריגע ארעסטאנטן. מעריב און מלוה מלכה פראוועט מען אויך אין טורמע. זינטיג אינדערפריה קומט מען און מ'לייזט זיי אויס און מ'באפרייט זיי. זיי גייען אהיים זינטיג אינדערפריה מיט די שבת'דיגע טלית און שטריימל ווען אלע מענטשן קוקן אויף זיי. לשבת אחרת, חזר'ט זיך איבער די זעלבע געשיכטע...
המלוכה והממשלה האט געשריבן:עס דרייט זיך ארום א קליפ פון הרה"ג בצלאל קליין שליט"א דומ"ץ סאטמאר לעיקוואד אז אין לעיקוואד דרייען זיך צענדליגע בחורים שבת און רייכערען ברבים!! אין די דרשה פייערט ער אז יעדער איז מחיוב שבת נאכ'ן דאווענען צו גיין מוחה זיין קעגן די מחללי שבת
איך קען עמיצן וואס איז ליידער אפגעפארן פון אידישן וועג. אבער זיין בארד לאזט ער וואקסן. איז לפעמים טוהט ער זיך אן אויף א שבת זיינע אלטע שבת'דיגע בגדים מיט'ן טלית און גייט להכעיס שפאצירן אין די פרומע געגנט מיט א טעלעפאן און א ציגארעטל אין האנט ל"ע.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.