יעדער קען די מעשיות פון אמאליגע משכילים וואס זענען נעבעך געוועהן תלמידי חכמים און זענען ל"ע אפגעפארן. זיי זענען אפגעפארן וועגן א.ג. "חכמה", אויפגעקלערטקייט וכו'. איך האב אייביג געוואוסט אז היינט איז מער נישט דא אזא זאך. היינט איז יעדער פשוט א בעל תאוה. איינער וואס פארט אפ איז עס ווייל ער וויל נישט לערנען. ער האט נישט קיין געדולד פאר דעם עול התורה.
איך בין ממש צוטרייסלט געווארן נעכטן ביינאכט ליינענדיג וואס איינער האט מיך געשיקט אין אימעיל. עס איז א א שטיקעל פון "דער איד" א דרשה פון ווינער רב שליט"א פארגאנגענע ז' אדר.
רחמנא ליצלן. איז דאס א פארשפרייטע זאך?? מסתמא נישט ווייל עס איז משמע אז ווינער רב איז אויך שאקירט געווארן. אבער האט איינער שוין געהערט אזוינס?? און וואס זאגט דאס אויף דעם עתיד?
א בחור א תלמיד חכם, א מחלל שבת?!!
דער אשכול פארמאגט 112 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן