הרב שמואל קיש

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

הרב שמואל קיש

שליחה דורך חקרן »

זיצט אין מאנטרעאל א בחור, א בחור כהלכה, א חשוב'ע בחור וואס זיצט און לערנט פלייסיג... פעלן פעלט פאר דעם בחור גארנישט, זיין טאטע האט געלט און העלפט ארויס זיין בחור'ל זאל קענען לערנען. זיצט ער טאקע און איז עוסק בהוויות דאביי ורבא יומם ולילה, נישט זייענדיג מפסיק בלימודו.

אונזער תלמיד-חכם וואקסט אויף, לערנט אין די גרויסע ישיבות אין ארץ-ישראל, סלאבאדקע, מיר און נאך. אין ארץ-ישראל לערנט ער תורה און חכמה מפי גדולי ישראל, ער ווערט עלטער, אבער זיין פאטער איילט זיך נישט מיט א שידוך, ער זוכט פאר זיין בחור א כלי, עפעס א באמבע, ער קען זיך נישט ערלויבן צו פטר'ן זיין זוהן פאר סתם א מיידל. אינצווישן קומט דער בחור צוריק אויף מאנטרעאל און איז עוסק בבתי מדרשות ובתי כניסיות בתורה ובהלכה, לשמחת לב הוריו.

אבער דא איז פלוצלינג עפעס געשען.
דער בחור האט אנגעהויבן פראווען... פשוטו כמשמעו. א בחור פון דרייסיג יאר אלט, און האט אנגעהויבן ווייזן וואונדער. געזאגט האט מען אז ער האט זיך אריינגעלייגט בתורת הסוד, א זאך וואס שטימט למעשה מיט דער מציאות, נאך וואס ער האט אנגעהויבן נאכצוזאגן גאנצע שטיקער תורות מיט העכערע זאכן. ער האט אנגעהויבן מקרב זיין יונגעלייט, בחורים, אנגעהויבן געבן עצות און הדרכות, זאגנדיג עתידות און ווייזנדיג וואונדער. צוביסלעך האט זיך אנגעהויבן צו פארמירן א שטיקל באוועגונג ארום אים, אפילו אן אייגן מנין האט ער זיך ארגאניזירט ביי זיין טאטע'ן אינדערהיים. פאר טייל פון זיינע אנהענגער האט ער אנגעוויזן אז זיי זאלן זיך אפשאקלען פון די קהילות וואו זיי זענען געווען מקושר ביז לעצטנס, א זאך וואס האט ארויפגעברענגט בייז בלוט ביי פילע אידן, און האט גורם געווען אז מען זאל אים ארויסווארפן פון עטליכע בתי-מדרשים, פארשטייט זיך אז די קאנקערענץ קהילות האבן אים צוליב דעם מקרב געווען.

אזוי איז געווארן א גערידער ארום אים, בשעת ער טיילט ברכות פון איין זייט און שעלט זיינע מתנגדים פון די אנדערע זייט. אבער אינצווישן זעצט ער פאר עוסק צו זיין בתורה ובעבודה, און ווייזט מופתים. דער טאטע זיינער מאכט דערפון א שטיקל ביזנעס, בעטנדיג פון זיינע זוהנ'ס באזוכער שיינע סומעס געלט, און אידן וועלכע נויטיגן זיך אין ישועות לאזן זיך קאסטן דערפאר.

אזוי האלט אן די זאכן עטליכע יאר, ביז איין שיינעם טאג הערט מען דער מזל טוב, ער איז געווארן א חתן אין א שיינע רבי'שע משפחה, און ער גרייט זיך צו פארלאזן מאנטרעאל און גיין וואוינען אויף ארץ-ישראל.

חתן דינן האט חתונה געהאט, אויפגעשטעלט זיין שטוב אין ארץ-ישראל.

זינט דעמאלס האט מען גארנישט געהערט פון אים.

ווייסט איינער וואס מיט אים איז געווארן?
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

Behind every successful man there's a woman
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אפשר האט ער געטוישט זיין נאמען צו פנחס בונקער?
Under influence
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

ווייסט איינער פרטים איבער אים?
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: הרב שמואל קיש

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

קאווע טרינקער האט געשריבן:אפשר האט ער געטוישט זיין נאמען צו פנחס בונקער?

פין בונקער האבאיך געהערט האט עס עפעס מיט קיש ?
דאס מענטשעלע שפילט........
שמוליק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 11, 2012 9:13 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: הרב שמואל קיש

שליחה דורך שמוליק »

יא, איך קען עים פרזענדליך ער וואינט אין בארא פארק אין ווי אפאר פון זיינע חסידים האבן אים געקויפט א דירה אין ער גרייט זיך אין די טעג צי עפענען א שיל.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ווער שמואל קיש, אדער בונקער?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
שמוליק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 11, 2012 9:13 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: הרב שמואל קיש

שליחה דורך שמוליק »

קיש
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

ווער איז זיין פאטער? ביי ווועהם איז ער אנ'יידעם?
מענטשאלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 4:59 am
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך מענטשאלע »

אויב איך ווייס וועמען מ'מיינט איז ער א איידעם ביי הרב החסיד רבי יהושע גרינוואלד זצ"ל, דאכ'ט זיך מיר אז ער וואונט היינט צוריק אין מאנטריאול.
שמוליק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 11, 2012 9:13 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: הרב שמואל קיש

שליחה דורך שמוליק »

מענטשאלע האט געשריבן:אויב איך ווייס וועמען מ'מיינט איז ער א איידעם ביי הרב החסיד רבי יהושע גרינוואלד זצ"ל, דאכ'ט זיך מיר אז ער וואונט היינט צוריק אין מאנטריאול.

איך ווייס אז ער וואינט אין בארא פארק!!!
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: הרב שמואל קיש

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

קאווע טרינקער האט געשריבן:אפשר האט ער געטוישט זיין נאמען צו פנחס בונקער?

פאר וועלכע סיבה זאל ער זיך טוישען די נאמען ?
דאס מענטשעלע שפילט........
פארשפארט