עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

א גוגל זוך צייגט אז נאר וויקיפידיע שרייבט איבער דער איידעם, אנגעבליך האט ער געהייראט די טאכטער שרה יוטא. איך וועל פרעגן קומענדע וואך ביי א ידיד וואס איז א שטיקל ידען באמשינוב.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
חאצקעל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

שליחה דורך חאצקעל שניידער »

געטראפן אין די ספר האישים עמוד 20״ נו, אז דער עולם שווייגט קען דאך נישט זיין בעסער, ס'געוויס שמע מינה דניחא להו, העל איך אננעמען דעם כהודאה, שתיקה און אנגיין מיט אן אייפער.״
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

[tag]אדנירם[/tag] איך האב גיהערט היינט א שטארקע אמשינאוו'ע ווארט פון הרה"ק ר' יצחק מאמשינאוו זי"ע
פון דעם וואס מען זעהט אז עכ"ז וואס די אידן זענען געקומען שפעט ביום מתן תורה האט די אויבערשטער נאך אלס גיגעבן די תורה בקולות וברקים זעהט מען "אז מען פארשפעטיגט קיינמאל נישט"
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חאצקעל שניידער האט געשריבן:געטראפן אין די ספר האישים עמוד 20״ נו, אז דער עולם שווייגט קען דאך נישט זיין בעסער, ס'געוויס שמע מינה דניחא להו, העל איך אננעמען דעם כהודאה, שתיקה און אנגיין מיט אן אייפער.״

יא, אבער אז דער עולם לייקט נישט, שמע מינא דלא ניחא להו, העל איך אננעמען דעם שתיקה דרגזנותא אין אויפהערן שרייבן... :lol:

זאת ועוד, אז מאראנצןזאפט האט געשריבן זיינע מאמרים כפי ידיעתו ותו לא. איך שרייב מחקר וואס קען געדויערן שעות. דערפאר דארף זיין אן ערנסטע נאכפראגע וכו' וכמשנת"ב לעיל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:
:lol:

באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

שש קיק אויפן קעפל פון דיין אשכול. דו קענסט נישט אויפהערן שרייבן אפילו דו ווילסט האסט נאך נישט אנגעהויבן צו שרייבן פון דאס וואס שטייט אויפן קעפל ס'וועט די גארנישט העלפן נעם דיך שרייבן ווי א מענטש יא....

איך ווערטל מיך ר' שש מיר ליינען מיט דארשט דיינע ווערק קיעפ אפ און א גיט יום טוב
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

צום אלעם ערשט א גרויסן דאנק אייך ר׳ שש, יעצט אדארעך געליינט די גאנצע אשכול און זיך באלעקט די פינגערס
אבער ווי וואנט מאר
(דאכצעך אז בערך א פערטל פון מיינע פערציג לייקס זענען ביי דיר - ביטע לייג נאך)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאצקע ציקער האט געשריבן:שש קיק אויפן קעפל פון דיין אשכול. דו קענסט נישט אויפהערן שרייבן אפילו דו ווילסט האסט נאך נישט אנגעהויבן צו שרייבן פון דאס וואס שטייט אויפן קעפל ס'וועט די גארנישט העלפן נעם דיך שרייבן ווי א מענטש יא....

איך ווערטל מיך ר' שש מיר ליינען מיט דארשט דיינע ווערק קיעפ אפ און א גיט יום טוב

אפשר טאקע אויסלאזן אויף ביזדערווייל אלע פריערדיגע רבנים, און קודם באשרייבן די היינטיגער, דאכצעך אז דאס איז מער רעלעווענט און אינטרעסאנט פאר די עולם?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נע, נישט יעצט נאכן אריינבאכען אזויפיל שעות אין די פריערדיגע רבי'ס. ווי אויך באקומט מען דעם בליק איבער אמשינוב בכלל דורך דעם.

אי"ה ההמשך יגיע, ס'געווען עיכובים די לעצטע פאר טעג, אבער האפנטליך בקרוב וועט קומען די המשך [מ'האלט שוין היבש נענטער צום היינטיגן רבי'ן, אזוי מיין איך].
וויל קענען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

שליחה דורך וויל קענען »

לכבוד שש איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו באדאנקען פאר דיין מייסטערהאפטיגע ווערג
איך האב אנגעהויבן ייצור געליינט אפאר קפיטלעך איך קען מיר נישט לייגן שלאפן..... אילו לא באתי רק לזה דינו
תודה נאכאמאל זיי ממשך .....
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

שליחה דורך א איד »

@אדנירם האסט אונז אריינגעדרייט אין דעם אמשינאווער פארדרייטקייט, וועגן דעם בין איך אנגעקומען עס צו ליינען שפעט, און הערשט יעצט עס גענדיגט ליינען, מה נאמר ומה נדבר עפנסט מיר אויף א פריש שטיקל היסטאריע וואס איך האב נאר געהערט פון די נאמען, ווען איך פלעג ליינען עונג שבת ביי די יארצייט פון די וואך, (און נאכן ליינען די תולדות דארט, האב איך זיך שוין געפילט א גאנצע ידען און די אמשינאווע גזע), אבער דו צולייגסט עס אויף טעלערלעך אזוי געשמאק א יעדעס ווארט שפתים ישק.
ובבקשה ממך לאז דיר נישט פונעם ס״מ וואס איז ר״ת סיום מסכתא אין לעשות, נאר ענדיג עס צו די גאנצע זאך.
ייש״כ פון פריער שוין
א איד
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
וויל קענען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

שליחה דורך וויל קענען »

לכבוד שש כהאב יעצט געלייקט(כהראף נישט אויסגעלאזט) כמוז דיר זאגן עס איז אויסטערליש אביסל טענות האב איך, כבין פריש דא האב איך נישט געוויסט וואספארע אוצר איז באהאלטן דא האב איך אנגעהויבן ליינען/לערנען בייינאכט אין נישט געוויסט וויאזוי צו ענדיגען כהאב געליינט ביז2:30 אין וואס איז מיט גזל שינה
איין הערה :מדארף אפטיילן די עיקר פון די הוספות הניקים וואס פארדרייען די נושא האלב צייט געווען ביזי קוקוען וואס יא נושא וואס נישט גיוואלד ביינאכט נישט דא קיין צייט פאר שטותים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וויל קענען האט געשריבן:לכבוד שש כהאב יעצט געלייקט(כהראף נישט אויסגעלאזט) כמוז דיר זאגן עס איז אויסטערליש אביסל טענות האב איך, כבין פריש דא האב איך נישט געוויסט וואספארע אוצר איז באהאלטן דא האב איך אנגעהויבן ליינען/לערנען בייינאכט אין נישט געוויסט וויאזוי צו ענדיגען כהאב געליינט ביז2:30 אין וואס איז מיט גזל שינה
איין הערה :מדארף אפטיילן די עיקר פון די הוספות הניקים וואס פארדרייען די נושא האלב צייט געווען ביזי קוקוען וואס יא נושא וואס נישט גיוואלד ביינאכט נישט דא קיין צייט פאר שטותים

ייש"כ.

בנוגע דיין הערה: דו ביזט אנגעקומען טיף אינמיטן און פאר דיר איז נאר געווען אינטרעסאנט מיינע לאנגע באשרייבונגען. אבער די וואס האבן עס מיטגעהאלטן פון סאמע אנהייב, האבן געהאט שאלות שהוצרכו לבירור, און טאקע דאס איז א וויכטיגע חלק פונעם אשכול.

למעשה האב איך אין פלאן מקבץ צו זיין אלע מאמרים ביים סוף, און מאכן א PDF - ס'וועט לכאורה זיין א שטיקל קונטרס פאר זיך.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געהערט א גוט ווארט:
פארוואס איז נתעורר געווארען די שאלה פון אפשטופן שבת פונקט אין יאפאן?
ווייל דער אמשינובער רבי איז דארט געווען...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב מורא אז אונזער טייערע ידיד רבי שש׳ן וויל אונז פשוט ווייזן אז ער איז איין אמתע אמשינוב׳ער....
רבי שש, מיר אלע ווייסן עס שוין, קענסט שוין ארויפלייגן די נעקסטע ארטיקל.
א דאנק
ידידך: באטשי בשם כל הקהל הקודש
[NAMELESS]

וזרח שמש באור חדש: רבי יוסף'ל מאמשינוב.

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]ניינטע קאפיטל:
דער דריטער אמשינאווער רבי - ר' יוסף'ל.[/center]



[center]ראו באורו שזורח.[/center]
דער דריטער אמשינאווער רבי, רבי יוסף, איז געבוירן בשנת תרל"ח, אפאר טעג בעפאר זיין זיידע – דער ערשטער אמשינאווער רבי, רבי יעקב דוד'ל – איז נסתלק געווארן. ר' יעקב דוד איז שוין געווען אין מיראן וואס איז אין איטאליע, און פון דארט האט ער געשיקט א בריוו צום זון ר' מנחם'ל 'ראה פניך לא פיללתי והנה הראה אותי אלקים גם את זרעך, על כן קרא שמו יוסף'. פון דעם בריוו האט דער זון שוין פארשטאנען אז מער וועט ער שוין נישט זען זיין טאטן, און ער איז טאקע אוועק געציילטע טעג שפעטער, דארטן אין איטאליע (די עומק המליצה איז, אז יעקב האט דאס געזאגט צו זיין זון יוסף ווען ער איז געווען קראנק בעפארן פטירה, אזוי אויך דא האט 'יעקב' דוד דאס געזאגט צו זיין זון קראנקערהייט בעפארן פטירה, ולכן קרא שמו 'יוסף').

נאך פון קינדווייז אן האט מען געזען אויף אים א חידוש אין אמשינאוון הויף, נעמליך אז אפילו ער איז געווען א איידעלער וצנוע במעשיו ותהלוכותיו ווי עס פאסט פאר אן אמשינאווער קינד, איז ער אבער דאך ארויסגעשטאנען מיט זיין געוואלדיגע התמדה. ער איז אפגעזעצן טעג און נעכט פארשפארטערהייט על התורה ועל העבודה, ווי ער האט דורכגעאקערט ש"ס בעיון, הלכה, און ספרי חסידות, ביז זיין נאמען איז געגאנגען ווייט מיט זיין גאונות בתורה, ובקיאות בספרי חסידות וקבלה.

דער גאון רבי חיים אלעזר וואקס פון קאליש – בעל נפש חיה, איז געווען אן איידעם ביים גאון אדיר רבי יהושע'לע מקוטנא – בעל ישועות מלכו. ווען רבי יוסף'ס נאמען האט אפגעקלינגען אין פוילן מיט זיין גאונות, האט רבי יהושע'לע אים גענומען פאר אן אייניקל, אלס איידעם ביי זיין איידעם - דער נפש חיה, וואס האט שוין דעמאלס נישט געלעבט. קוים א יונג בחור'ל פון פערצן יאר אלט, האט דער גרעסטער גאון מפורסם אין פוילן אים חתונה געמאכט מיט זיין אייניקל, הרבנית שרה ע"ה.

ביים תנאים האט דער זיידע - דער קוטנער גאון - אים געבעטן צו זאגן א פלפול בהלכה כנהוג. רבי יוסעלע איז געווען אן אמשינאוו קינד, וואס האט נישט געגליכן קיין פרסום וכבוד, האט ער געזאגט צום זיידן: 'כידוע איז דער עיקר הפלפול געבויט אויף בנין וסתירה, דער פרעגט און דער ענטפערט, זה בונה וזה סותר, און וויבאלד דער וואס ענטפערט זוכט א וועג ארויס פון די אלע קשיות, ווערט באשאפן א פלפול. קומט אויס אז אויב ס'מיר גארנישט שווער, איז שוין נישטא קיין צורך אין א תירוץ און אין א פלפול... דער זיידע האט הנאה געהאט פונעם ענטפער, אבער למעשה האט דער יונגער חתן יא געגעבן א פלפול אין סוגיא פון עדים זוממין.


[center]גאון בתורה.[/center]
רבי יוסף'ל איז געווען א גאון מפורסם אזויווי דער זיידע ר' יעקב דוד בשעתו [כנזכר לעיל], און ווען ער האט גענומען שימוש ביי איינער פון די רבנים, איז פונקט נתעורר געווארן א שאלה אין הלכות שבת, רבי יוסף'ל האט געענטפערט על בוריו, האט זיך דער רב אויסגעדריקט אז ער האט נאך קיינמאל נישט געזען א יונגערמאנטשיק וואס נעמט הערשט א היתר הוראה, זאל זיין אזא בקי אין הלכות שבת ווי אים.

צווישן די וואס האבן אים געגעבן הוראה זענען געווען די תורה ריזן אין פוילן, דער חלקת יואב פון קינצק, און רבי אליהו חיים מייזל פון לאדזש. ער איז געווען אזוי אויסגערופן מיט זיין גדלות בתורה, אז ער איז געווען א קאנדידאט פארן לאדזשער רבנות. למעשה איז דאס נישט צושטאנד געקומען, אבער ער איז געווארן רב אינעם עיר ואם בישראל 'אסטראווע', אין יונגן עלטער פון זיבן און צוואנציג יאר [מער איבער דעם, אין א שפעטערן קאפיטל].

למעשה איז ער געווען א מבהיל'דיגער קאפ, מיט אן אייזערנעם זכרון. דאס איז גראדע אויך געקומען צום אויסדריק מיט זיין הנהגה, וכדלהלן, אבער בנוגע זיין לערנען האט ער זיך אויסגעדריקט אז ער האט געלערנט גאנץ הלכות טריפות איין מאל, ווען ער איז אמאל געגאנגען אויף 'וואקאציע'... און פון דעם איין מאל געדענקט ער איז נאך היינט. איינמאל איז דער אייניקל פונעם גאון אדיר, דער נתיבות המשפט, געפארן צום ציון פונעם זיידן דער נתיבות, האט רבי יוסעלע געבעטן אים מזכיר צו זיין לטובה זאגנדיג: 'איך האב מיך אסאך געמאטערט אין זיינע ספרים'.

זיין גאונות איז געווען א שם דבר אין פוילן, און יונגעלייט פלעגן קומען צו אים זיך פארהערן צו באקומען היתר הוראה, און בשעת מעשה פלעגט ער מצטט זיין גאנצעטע לשונות פון דעם סימן און יענעם סימן אין שו"ע, ממש כמונח בקופסא. אזוי אויך איז ער געווען א מוהל מומחה.


אינעם נעקסטן קאפיטל: זיין אויסערגעווענליכע התמדה, און דאס אסטראווע רבנות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א דאנק ערעב שש! ברוך השם, איך האב גאנץ שנעל גע׳פועל׳ט, ווען איך ווייס ווען בעט איך אויף משיח.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פריעד באטשי האט געשריבן:א דאנק ערעב שש! ברוך השם, איך האב גאנץ שנעל גע׳פועל׳ט, ווען איך ווייס ווען בעט איך אויף משיח.

איך בין טאקע אן אמשינאווער, בין איך פארשלעפט עכ"פ רעדנדיג פון אמשינאוו.
משיח ווידער, איז גאר קיין חסיד נישט. ווי יענער רבי האט געזאגט אז גאט איז א מתנגד, ווייל ער זאגט נישט "ויצמח פורקניה ויקרב משיחיה"...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

היות דער עולם האט געבעטן א לענגערע צייט א נייע מאמר, און ס'איז טאקע אריבער א לענגערע צייט זייט דאס פריערדיגע קאפיטל, דערפאר זענען דא 'גרויסע שאנסן' אז היינט זאל אפירקומען א 'פרישע' קאפיטל איבער רבי יוסל אמשינאווער.

הכונו הכונו!...
מ'דארף נאר האפן אז 'אמשינוב' וועט דאסמאל נישט גורם זיין אזא פארשלעפטקייט, אז די פרישע קאפיטל זאל נישט ארויפגיין...
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ירא שמים »

ער האט מיט דעם מרמז געווען ער זאל א נאמען געבן יוסף אדער ע״ש העבר?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ירא שמים »

וואס איז די אריגענעלע משפחה נאמען פון די אמשינוב׳ער אדמורי״ם ?אויב סאיז געווען
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירא שמים האט געשריבן:ער האט מיט דעם מרמז געווען ער זאל א נאמען געבן יוסף אדער ע״ש העבר?

ער האט מיט דעם מעשה העבר מרמז געווען אז מער וועט מען אים נישט זען בחייו. ער האט קלאר געזאגט אז מ'זאל אים א נאמען געבן יוסף, כעין העבר.

ירא שמים האט געשריבן:וואס איז די אריגענעלע משפחה נאמען פון די אמשינוב׳ער אדמורי״ם ?אויב סאיז געווען

קאליש.
דער אמשינאווער רבי פון אמעריקע הייסט נאכאלס קאליש.
דער היינטיגער אמשינאווער רבי פון ארץ ישראל הייסט מיליקאווסקי, זיין פאטער איז געווען אן איידעם ביים ר' מאיר'ל אמשינאווער וואס האט געהייסן קאליש.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ירא שמים »

איך כאפ נישט ער האט געהייסען מזאל א נאמען געבן יוסף פארוואס?
פארשפארט