זכרונות, ס'בענקט נאך די קאנטרי

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

זכרונות, ס'בענקט נאך די קאנטרי

שליחה דורך Kool man »

הוי הוי,
ס'בענקט דאך אזוי..
צו די אלטע קראצעדיגע טישלעך די גרינע,
צאמגעשטעלט מיט העלצלעך דינע,
מ'דערמאנט זיך די זמנים די זיסע,
ווען מ'איז געזיצען מיט די גרופע די גאנצע חברותא,
אויף ריפעל פאטעיטא טשיפ מיט א אפענע פעקעל פאפקארען,
מיט דעהם איז מען זאט געווארען,
צוגעטרונקען א קאלט גלעזעל סאראטאגע שפריץ,
און דערביי זיך געווארפען פאר געלעכטער אויף דעם חבר'ס וויץ,
אונטער'ן שאטען פון די ביימער שיין און גרין,
זיך שוצען פון די שטארקע שטראלען פון די זון,
א שפינעלע האט זיך צו אונז אראפגעלאזט מיט זיין געוועב פון צייט צו צייט,
ער האט האט געוואלט זיין אויף אונזער זייט,
צוזאמען האמיר געלערענט שיעורי תורה,
פארדעהם און נאכדעהם האט יעדער אויסגעפאקט זיינע זיסע סחורה,
'שטייצעך פארען לערנען א מילתא דבדיחותא אנצוהייבען,
דערנאך די נייעס אלט און ניי נישט הינטערשטעליג צו בלייבען,
געזיצען און אזוי שיין גאנצע טעג פארבראכט,
מ'האט קוים געכאפט אז ס'פאלט שוין צו די נאכט,
ווען די טונקעלקייט הייבט אהן צופאלען,
דארפען מיר זיך נעמען צואיילען,
צו מנחה מעריב זיך גענומען יאגען,
אז צו טרעפען א מנין זאל מען זיך נישט דארפען נאכדעהם פלאגען.

ביינאכט אז די שטערען הייבען שוין אהן צו גלאנצען,
נעמען די פרויען איבער קאנטראל אינגאנצען,
זיי פארעמען א גרויסען רינגעל אונטערען בוים,
און די זאפטיגע פלוידערייען הייבען אהן פליסען אז ס'רינט די שוים,
מרס. פלוידערזאק קומט צו קריכען מיט איר ספעשעל בענקעל,
ווען פרוי עהרליך ברענגט ארויס א חפץ חיים פון שענקעל,
נאך צוויי הלכות אין חפץ חיים,
קען מען רעדען אויף אלעם חי וקיים,
מ'דארף נאר כסדר דערמאנען אז ס'יז אלעס נאר לתועלת,
אזוי מאכט מען זיך נישט אליינץ ללעג ולקלס,
היינט האט יענטע געכאפט דעהם סאמע בעסטע ארט,
אזוי קען זי גלייך דאס ערשטע נעמען דאס ווארט,
אן קיין לאנגע הקדמות גייט מען צו צו דער זאך,
און הייבט אהן רעדען אן צו ווארטען קיין סאך,
פון - נעבעך - די נערווען קראנקע יאכנע וואס האט האט זיך גע'גט אפאהר וואכען צוריק,
מיט איר מאן וואס מ'זעהט אויף איהם די רשעות בלויז מיט איין בליק,
פאר זיינע ווילדע התנהגות און שיינע מעשים האט מען איהם שוין פון ישיבה פארשיקט,
און דא האט ער דעהם אומשולדיקען יאכנע פאר'אומגליקט,
אבער זי איז גארנישט אזוי ריין און אומשולד,
האקט דעוואשע איבער די ראש המדברות - און מאכט קלאר דעהם בילד,
זי האט איר יונגעל'ס האנט מיט א מארקער אנגעשריבען,
און מיט א שטומפיגער שיילער די צוויבעל געריבען,
געוואשען די ווענט מיט נעגעל וואסער גאהר,
אויסגיסענדיג אויף די ערד די גאנצע לעוואהר,
זי האט אזוי געטוהן פוטשען,
אז זי האט געשלאגען איר זוהן מיט פאפוטשען,
איר מאנ'ס וועקער זייגער מיט צארען געווארפען אין מיסט,
דערנאך ווען ער שטייט אויף שפעהט איר כעס אויף איהם זי שיסט,
פון דא איז א שפרינג אריבער צו עלקא די שלימזל,
וואס האט אן איבערגעקערטע הייזעל,
קען נישט מענעזשען צו האלטען ריין,
הילף דארף שטענדיג ביי איר זיין,
איר מאן איז איר שקלאף אגאנצען טאג,
ער ווייסט נאר פון מוטשעניש און פלאג,
אבער דאך - גיט מרס גרויסמויל א האק אריין,
- קומט עס נישט צו זאלקא דער ארעמאן,
א רחמנות אויף זיין פרוי אביגיל,
כ'ווייס נישט וויאזוי זי טראגט עס דורך, ממש אן אשת חיל,
זי ערווארט גארנישט פון אים אינדערהיים,
ער ברענגט נישט אריין אפילו א דיים,
פליהט פון איין זשאב צו צווייטען ווי א פינג פאנג,
מיט איהם איז עפעס ריעללי ראנג,
פון גומלי חסד, קרן עזר, תומכי יו"ט, ביז ברודער סופפארט,
אלע ארגאניזאציעס שיקען זייערע נדבות דארט,
פאר'ן שידוך האט מען איהם אזוי געפארשט,
ווייל נאר נאך א חשובע בחור האט זי געדארשט,
גאלדענע אינפארמאציע איז געפלאסען אויף איהם פון אלע קוואלען,
ווער האט געקלערט זי וועט אזוי אריינפאלען,
אזא געלונגענע מיידעל געוועהן,
וויאזוי האט דאס צו איר געקענט געשעהן,
כ'קען מיך שוין נישט איינהאלטען גיט מרס טשילער א געשריי,
איך בין גאנץ גוט באקאנט וואס גייט פאהר ביי זיי,
די פרוי איז א געזונטע מכשיפה פון אלעמאהל,
איך קען איר גוט נאך פון סקוהל,
זי פייניגט אויס איר מאן און קינדער,
זי איז נישט קיין אפגעבריהטער נאר גאהר די צינדער,
דא מוז זיך שוין אריינמישען רעביצין שיינער,
מ'טאהר נישט רעדען לשון הרע אויף קיינער!
לאמיר רעדען פון די שיינע וועטער און ביימער,
די הערליכע בלומען און גראזען,
די זיסע חי'לעך ווועווערקעס און האזען.

דא קומט ענדליך מרס אלץ-ווייסער צו גיין מיט איר גרויסען וואסער פלעשעל,
זי קומט שטענדיג אהן שפעהט אבער אייביג א מיט א נייע סקופ סאמטינג ספעשעל,
זי נעמט באלד איבער דאס ווארט נישט ווארטענדיג אויף כיבודים,
זי ווייסט אז וויבאלד אירע פערעל ווערטער פאנגען אהן גיסען ווערט דארט ליהודים,
היינט גייט זי אויך נישט דיסעפוינטען די אוידיענץ,
זי וועט גוט בארייכערען די קאנפערענץ,
נאך זיך אומקוקען כה וכה אויף אלע זייטען ותרא כי אין איש,
די קאוסט איז קלאהר און מ'קען גיין צום טיש,
ציהט אהן די געמיטער אז עכט וויל זי נישט רעדען פון דעהם,
אבער זי הייבט אהן שפילען די אחריות געים,
זי מוז עס פשוט דערציילען צו רייניגען איר געוויסען,
זי מוז דעהם ווייטאגליכען פרשה אין פאבליק אויסשמועסען,
עטץ האטס געוויס געהערט פון די רומערס וואס דרייען זיך דא ארום,
יא, דא אין אונזער פלאץ, קוקט מיך נישט אהן קרום,
זאגטס נישט אז איר ווייסט נישט דערפון,
די וועד הצניעות איז שוין טיף פארמישט דערין,
איר ווייסט דאך זיין אויפפירעכץ לעצטענס איז זייער פארדעכטיגט,
מ'ווייסט נישט קלאהר וואו און ביי וועהם ער האט גענעכטיגט,
מ'האט דעהם זונדל געזעהן פון ערגעץ ארויסקומען,
און זיינע תירוצים און אליבייס טוען אינגאנצען נישט שטימען,
איך בין איהם גארנישט מקנא אויף די וועלט דא,
און אוודאי נישט זיין הייסע גיהנם אין עולם הבא,
און אפשר... וויל תירצה איהם פרובירען בארעכטיגען מיט איהר גוטסקייט,
אין די הייליגע ספרים שטייט....
אבער ווערט תיכף פארשריגען, נעם דיך נישט אייביג אהן פאר שלעכטע לייט,
ביסט עכט זייער זיס,
ביסט אייביג יעדעם דן זיין לכף זכות,
אבער דאס איז נישט יעצט דער שמועס,
מ'דארף זיך לערנען צו גלייבען די מציאות,
ס'איז נוגע פאר יעדען פון אונז באזונדער,
אונז דארפען וויסען צו היטען אונזערע קינדער,
די מוזרות בלבנה האבען אים דן געוועהן צום שלעכטען,
און נישט געלאזט די צדיקת'לעך איהם דן זיין צום רעכטען,
אלץ-ווייסער גיט בחכמת נשים צו ערקלערען,
איך וויל אויך נישט קיין לשון הרע רעדען אדער הערען,
איך וואלט נישט סתם אזוי פארפיהרט,
ווען נישט דא אויף אונזער פלאץ האט דאס פאסירט,
איך האף ס'שטעלט זיך ארויס צו זיין א נישט אמת'ע מעשה,
און ער קומט ארויס א ריינער און א ווייסע,
א נאמען האט ער זיך שוין אנגעמאכט,
צוריק צו ווערען ווי אמאל זאל ער נישט נעמען אין באטראכט,
איך שוין איהם און ווינטש איהם אסאך הצלחה,
אבער ס'ליידער א ביטערע רחמנות אויף זיין משפחה,
זיי קענען שוין מאכען א נאך ברכה,
און איך גלייב נישט ער וועט נאך האבען די זכיה,
צו באקומען דא אין קאנטרי אן עליה...

אוי, מיין בעיבי וויינט אזוי ביטער,
ווער ווייסט וואס גייט פאר, ס'כאפט מיר א ציטער,
איך לויף אהיים כאפען א בליק,
כ'ווייס נישט אויב כ'קום נאך צוריק,
כ'קען נישט גלייבען - אוי וויי,
שוין זייגער דריי!
ווען איז דאס געשעהן?
ס'איז נישט פלעין.

א נייע טאג מארגען,
די קינדער בארדערען ארום אן קיין זארגען,
מ'שפרינגט און מ'טאנצט ארום,
מ'לויפט אין סווימינג פול כאפען א שווים,
מ'שפילט קעטש מיט'ן קאץ,
מ'יאגט איהם נאך איבער'ן גאנצען פלאץ,
דער בעל הבית קומט צו פארען מיט זיין אלטען אלדסמאביל,
ער קוקט זיך אום זיכער מאכען אז די קינדער מאכען נישט קיין טראביל..

אוי, ווי קען מען פארגעסען פון די קעמפ פייער,
די זכרונות זענען דאך אזוי ליב און טייער,
די עלטערען מיט די קינדער צוגלייך פלעגען ארויסקוקען דערויף זייער,
די מינוטען ווען מ'האט אנגעצינדען דעהם שייער,
און מ'פלעגט בראטען דארט פראנקפוטערס און אייער,
די חכמים פלעגען צולייגען צימעס - פיינעפעל מיט מייער,
געזיצען אויף די גראז ארוהם דעהן גרויסען פלאם,
און געזינגען ווארעמע לידער מלא רגש וטעם,
די הערצער זענען פון מתיקות צוגאנגען,
בשעת די פייער קנאקט און עסט אויף די טרוקענע זאנגען,
שירים פון בענקעניש אויף די גאולה און די הייליג לאנד,
ווילאנג נאך וועלען מיר זיך דרייען אין גלות מיט שאנד,
דערנאך פרייליכע לידער נעמען איבער דעהם טאן,
ניגונים פון שמחה טאנצען יעצט פון אויבען אהן,
און די זיסע מעלאדיעס האבען זיך געהעכערט מיט יעדע מינוט,
דאס זענען דאך צייטען אזוי לעכטיג און גוט,
דער עולם ווערט טרוקען און הייס פון דעהם פייער,
ס'הייבט יעדען אהן צו דורשטען זייער,
ווי א מלאך קומט משולם צו קריכען מיט א גרויסען טאפ,
קאלטע לימאנאדע מיט אייז באקומט יעדער אין א קאפ,
יבנה המקדש גייט דער עולם ארויס אין א פייערדיקען טאנץ,
לאמיר האפען אז מיט משיח בקרוב וועט די שמחה שוין זיין באמת גאנץ.

המשך יבא אי"ה
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

יעקל דער זעלבסט געקרוינטער גבאי,
קיינער האט נישט קיין טענות - אדרבה,
יעמוד מי שירצה איז א גוטער כלל,
במקום שאין איש איז יעקל אויך א גוטער מנהל,
פירט די שוהל מיט די מנין ווי א גענעראל,
אפילו צו האלטען די שוהל ריין ס'זאל נישט ווערען א חזיר שטאל,
פאר זמן מנחה שטייט ער ביים טיר,
פאדערט אויף דעהם עולם זיך יאגען און קומען ווי פריער,
מ'זאהל נאך קענען פארכאפען קדושה בעפאר די דריי שטערען,
נאך קענען בעוד יום קדיש הערען,
ווען ס'קיין בעל תפילה נישטא,
איז ער פאר דעהם אויך דא,
שבת ווי אינדערוואכען,
וועט ער פלייסיג ביים עמוד קאכען,
מיט זיין אייגענארטיגער שטימע גראגערען אויפען קול,
אז די שטימע ווערט דערהערט ביז אינדרויסען אין האל,
שבת וועט ער זיך שטעלען צום שטענדער אין צייט,
נישט קיין חילוק צו אפילו איינער איז גרייט,
מיט א ליידיקען שוהל וועט ער אנפאנגען,
נישט איינמאהל איז ער פון דארטען ביז נשמת אליינץ געגאנגען,
אבער דער עולם לערענט זיך צוביסלעך אויס,
אז מ'קומט נישט צייטליך פאלט מען ארויס,

זיין שיעור אין עין יעקב דורעך די וואך גיבט ער נישט אויף פאר קיין געלט,
טראץ וואס ער האט נאר איין זיידע, און אמאהל א גאסט פון דער וועלט,
ווען דער זיידע קומט נישט אהן זיצט ער און שעלט,
פארוואס יעדער איז באקוועהם ביי זיך אין געצעלט,
און אין ביהמ"ד איז אנזעהבאר אז מ'פעלט,
אויך ווען ער זעהט יונגעלייט חס ושלום באל שפילען,
וועט יעקל קומען מוסר זאגען אזוי אז מ'זאהל עס פילען,
אבער מיט א רעספעקט טוט איהם יעדער באהאנדלען,
אז אין א קהל'ס נאהר זאל ער זיך נישט פארוואנדלען,
ער מיינט עס מיט תמימות אינגאנצען עכט,
ער מיינט גארנישט שלעכט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום Kool man, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דו מאכסט מיר וועלן אויפהערן האקן אנטקעגן קאנטרי!
וירח ה' את ריח הניחוח
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

מאמי! די בעקערי טראק איז דא!
ענדליך, אין א מאזעל'דיקע שעה,
אונז האמיר נאך קיין נישט געהאט היינט קיין שטיקעל ברויט,
אפילו א ברעקעל מזונות נישוט געוועהן צו געפינען פאר א נויט,
שנעל לויף און בעהט א גאנצע ברויט געסלייסט,
מיט דריי טשאקלעט דעינישעס, פארשטייסט?
אבער מאמי היינט וויל איך ענדערש א קריעם בעלל,
וואס? וואט די העלל?
איין שטיק חאזעריי מיט קרעים,
די זשאנק צו קויפען איז א שעים,
קויף נאר געזונטע מאכלים,
גיי און קום שנעל לחיים ולשלום,
פארגעס נישט צו ברענגען טשעינזש,
אויב כ'בין נישט דא לייג עס נעבען געז רעינזש.

גיב דיך נאר א קער, כ'גלייב נישט וואס איך הער,
ער רופט אויס אז the fruit truck is there,
שוין לאמיר שנעל איינקויפען אלע שפייזען,
ווייל ביז מיטוואך גייט ער זיך מעהר נישט דא באווייזען,
קענטעלאופ טרויבען און מעלאונע,
ס'זאל זיין צו רוקען פון דא ביז אריזאונע,
אראנזש גרעיפפרוכט און פיינעפעל,
זיך אזוי אנ'עסען ביז ס'עט פלאצען די קנעפעל,
און נישט פארגעסען די רויטע טאמעיטא אוגערקעס און פאפריקע,
צו אראפוואשען די אלע קאלאריעס מיר זאלען נישט ווערען צו דיקע.

גוטען טאג מאמעלע, כ'זעה ס'יז שוין אפען די קענטין,
לאמיך פליז קויפען טשו-טשוס און זשעלי בין,
אויך א מעדנים פאטעיטע סטיקס צו נאשען,
און א זשעי זשעי דרינק עס אראפצו וואשען,
פאר דיר קען איך קויפען א גרויסע גלאזערנע סאדע פון מי טוב,
און איצקאוויטש פיינעפעל זשוס וואס ליגט דארטען לרוב,
א תירוש גרעיפ זשוס פאר שבת,
ברייער'ס ראגעלעך און ווייכע מזונות פאר די באבעס,
און נישט פארגעסען דאסקאל'ס היימשע חלות,
אונזער קענטין האט דאס אלעס,
שיעור פארגעסען א זשעי זשעי פוטער מילעך,
אויך א פונט רומפלער'ס קענדיס וויל'עך,
פינף אייז קריעם דיקסי'ס פון קליין,
פיר פאר ענק, איינס וועט זיין מיין..
דא האסטו א גאנצע ביכעל פוד סטעמפס צו באצאלען,
ווייל זיינע פרייזען זענען זייער געשוואלען.
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך Milk shake »

"קיהל".. די לעצטע תגובה דארפסטו לייגען ביי "זכרונות פון די עלטערן", די גאנצע טוץ מיט מאכלים פון די אור עלטערנ'ס צייטן..

בד"וו, וואס איז די "רומפלער'ס קענדיס"? און "דיקסיס אייז קרים"?
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

Milk shake האט געשריבן:"קיהל".. די לעצטע תגובה דארפסטו לייגען ביי "זכרונות פון די עלטערן", די גאנצע טוץ מיט מאכלים פון די אור עלטערנ'ס צייטן..

בד"וו, וואס איז די "רומפלער'ס קענדיס"? און "דיקסיס אייז קרים"?


אז דו וועסט מיר ענפערען וואס איז מי טוב סאדע, על'יך בלי"נ ענפערען אויף דיינע פראגען.
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

העלאו זרח, גוד איווענינג!,
אזוי נייס האסט אויפגעהויבען ביים ערשטען רינג,
אפילו כ'בין דא אזוי פארנומען,
קען איך קוים ווארטען דו זאלסט קומען,
נישט ווייל כ'בין באורד פון אזוי לאנג קלאצען און קוקען אויף די וואנט,
פשוט איך דארף דו זאלסט דא צולייגען א האנט,
ביז די קינדער גייען דא שלאפען קען מען ווערען צוקראכט,
ס'האלט נישט דא ביים ווערען נאכט,
מיט איין האנט דארף איך די בעיבי טוישען,
און די זעלבע צייט שטיל מאכען די קינדער'ס גערוישען,
אבער באמת איז עס בלויז בענקשאפט אהן א שיעור,
וואס איז ווערט דאס גאנצע דא זיין אין קאנטרי אהן דיר?
וויפיהל אזייגער פארסטו ארויס?
די ליסט וואס דו דארפסט ארויסצוברענגען איז גאנץ גרויס,
יאכעט האט איר טאב פארגעסען,
איך האף אז זי האט זיך שוין געלערענט א לעסען,
זי הערט נישט אויף צו ברימען,
זי קען אהן איר טאב נישט גיין שווימען,
איך וויל נישט סאונדען ווי א אויסנוצער,
אבער אנשיל'ע האט פארגעסען זיין קיצור,
און ביילי איר ציין פוצער,
און פאר מענדי א ניי בענקעל ווייל ס'טוט איהם וויי די זיצער,
און מיין דיאדערענט פיק אויף ווייל כ'בין געווארען א גאנצע שוויצער,
און שיעור פארגעסען, פאר ברוך'לס בייק די בליצער,

אויב דו האסט נאך צייט געבליבען,
דער דאקטאר האט מיר א מעדיצין פארשריבען,
פליז גיי אין פארמעסי עס אויפפיקען,
או אז דו ביסט שוין דארט קענסטו זיך ארומקוקען,
צו דו זעהסט עפעס א גוטע שמירעכץ פאר די רוקען,
אויך נישט פארגעסען סאנ-טען לאושען,
און די צובראכענע פיבער מעסטער געדענק צו אויפטוישען,

צו גיין אין גראסערי נאכדעהם פארגעס נישט,
די קינדער ווערען שוין דא אינגאנצען צו'חוש'ט,
זיי האלטען מיך אין איין משוגע מאכען,
זיי קענען קוים ווארטען אויף דיינע גוטע זאכען,
איים סארי אויב איך גיי דיר אויף די געהירען,
אבער אונז דארפען דא האבען ספרינגס פאר די טירען,
ווייל די חיה'לעך האלטען דא אין איין אריינשפאצירען,
אפילו פון די סקאנקס האמיר שוין געהאט צו שפירען,
די פליגען טוען זיך אין גאנצע מחנות פארמירען,
און די מאסקיטאס טוען זיך די פיסקעס צופירען,
די קלעבעדיקע פליגען-כאפערס טוען זיי גענצליך איגנארירען,
די ספיידערס טוען זיך פעסט גרופירען,
און מיט די פולסטע שטאלץ טוען זיי אריינמארשירען,
אויך די גרעסס-האפפערס פארנעסטעווען זיך אויף די פאפירען...

ס'טוט מיר שוין אמת'דיק באנג,
אז איך האלט דיך אויף אזוי לאנג,
אבער נאך אלץ בעסער יעצט האבען די ליסט איינגעקויפט קאמפליט,
וועט עס זיין פאר דיר און פאר אלעמען בעסער ווי גוט,
וועסט דיר קענען אסאך צייט איינשפארען,
ווייל אויב פארגעסטו עפעס וועסטו דאך געוויס דארפען צוריק אין שטאט אריינפארען,

אוי, שיעור פארגעסען די פעקלעך קוואדערס פאר די וואש מאשין,
דו ווילסט דאך האבען אלע וועש קלין,
מיט ליידיגע הענט קען מען נישט גיין אהין,
יו נאו וואט איי מיען,
די לאנדרי איז גאהר שטרענג ממש מיט מידת הדין,

וועגען די פארטי ליין דארף איך נאך רעדען מיט דיר באזונדער,
אלע מיינע שמועסען ווערט אונטערגעהערט פון די שכן'ס קינדער,
כ'בין חושד אז זיי לייגען אויך זייערע קאללס אויף אונזער ביל,
ווען דו קומסט ארויס וועסטו מוזען רעדען מיט עזריאל,
טאקע א געניאלע אויסטרעף א שותפות פארטי ליין,
נאך אלץ בעסער ווי ביי די פאבליק פאון צו שטיין,
א גאנצע מחנה פון מענער און פרויען שטייען, אין די רייען,
ס'איז דאך אן אפקומעניש געוועהן פוהל מיט פיין,
די געפיהל פון שטיין ווי א נאהר ווארטען איז זייער געמיין,

זרח, ביסט נאך דא?
ביסט א צדיק האסט מיך אויסגעהערט אזא לאנגע שעה,
אונז בענקען זיך אזוי נאך דיר שוין,
דו ביסט אונזער כבוד אונזער קרוין..

:)
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך Milk shake »

קאווע שטיבל האט טאלאנט, ס'ראקט!
קאאל מאן, איך גיי ניסלעך פאר די אשכול!

:like :like
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

הער ווייסטויב - אונזער מענעזשער - א גוטען טאג,
יעדען פרייטאג גיי איך דורעך דעהם זעלבען פלאג,
איך האב צו אייך א שטארקע טענה,
כ'גרייט מיך לכבוד שב'ק צו נעמען א וואנע,
און דאס וואסער איז אייז קאלט,
ביי דריטען טשונדע צו טרייען שוין איך האלט,
ס'יז שוין באלד די זמן,
און איך ווייס נישט וואס דא וועט זיין,

הערט מיך אויס מיסיס קאמפלעינער,
דיין טענה איז א נאו ברעינער,
זיכער האט דער שכן נעכטען נאכט א שויער גענומען,
וויאזוי ווילסטו ס'זאל שוין נאכאמאהל הייס וואסער קומען?
האלטסטו מיך פאר אזא בריה,
צי האב איך דא אין קאנטרי א חמי טבריה?
קאך אויף שנעל א טשייניק אויפען פייער,
וועסטו האבען פיין וואסער וואס איז הייס זייער,
און דאס וואס דו האט וועגען דיין פארשטינקענע מאטראץ גערעדט,
וועלי'ך עס זונטאג אויפטוישען מיטען שכן'ס בעט..
פארשפארט