פרשת בהעלותך

הילף, עצות און טיפס
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

פרשת בהעלותך

שליחה דורך ברוך שאמר »

אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפן אין משלב זיין די מצות מילה מיט די פרשה פין די וואך ?
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

אל 'מול' פני המנורה יאירו שבעת הנירות. מול האט אין זיך מל, מילה. שבעת הנירות איז דאך זיבן און מיטן כולל איז אכט. צום אכטן טאג מאכט מען די ברית. אזוי האב איך געקלערט בדרך סוד
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געוואלדיג משלב געווען גג על גג,
כ'זעה עס קומט פונעם זעלבן בעל דרשן
viewtopic.php?f=10&t=6663
וירח ה' את ריח הניחוח
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

זע דא אויף יעדע וואך אויף ברית'ן און חתונות און לוויות לעת הצורך
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

פסוק, עד אשר יצא מאפכם.... מכאן למציצה בפה
Under influence
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נע, דער פסוק איז א רמז אויף געוואגטער יונגעל'ס חתימה ודוק.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אל נא רפא נא לה. לה במס"ק=8. כידוע מספה"ק (אר"י) שאור ח' הוא רפואה. ולזה, הברכה ה8 בשמו"ע היא רפאינו, וגם בורא רפואות היא הודאה ה8 בלקל ברוך. וזה ע"פ הגמ' שאורח מביא רפואה. וי"ל שהתינוק הוא האורח ובפרט ביום הברית שנעשה בר ישראל. ואיתא גם בגמ' נולד בן זכר מתרפא כל המשפחה. ונזכה לגאולה שלימה... בזכות רבינו שליט"א... אמן.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ברוך שאמר האט געשריבן:אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפן אין משלב זיין די מצות מילה מיט די פרשה פין די וואך ?


קודם מזל טוב. כ'שטעל מיך פאר די מאכסט א ברית די וואך פאר א קינד אדער אן אייניקעל, זאלסטי זעהן אסאך נחת ויזכה אביו ואמו לגדלו ולחנכו לתורה, לחופה ולמעשים טובים.

ס'איז א גרויסע טעות וואס מענטשען מאכן ווען זיי מיינען אז זיי מוזן משלב זיין א שמחה מיט די פרשה וכו'. ס'זענען געווען, און ס'איז נאך היינט דא עטליכע וואס טויגן דערצו און מאכן עס געשמאק אבער אסאך מאל זאגט איינער א שיינע טייטש און ווען מ'פראבירט עס משלב צו זיין הרג'ט מען עס אוועק מיט עפעס א דוחק.

אלזא איז מיין עדווייס צו דיר אז זאלסטיך נישט ברעכן קאפ אויף דעם נאר נאכזאגן עפעס א שיין ווארט אויף ברית מילה בכלליות (ווי למשל דאס) און טאמער קענסטי עסעמשלב זיין מיט די פרשה מהיכי תיתי און טאמער נישט איז אויך גוט
וויל קענען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

Re: פרשת בהעלותך

שליחה דורך וויל קענען »

ברוך שאמר האט געשריבן:אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפן אין משלב זיין די מצות מילה מיט די פרשה פין די וואך ?

קודם מזל טוב(כהאף אז די נעמסט נתנאל גראס פאר מוהל)
שולב לברית די וואך א״צ לחכם קודם המדרש ריש הפרשה תן חלק לשבעה וגם לשמונה תן חלק לשבעה אלו שבעה קני המנורה וגם לשמונה אלו שמונה ימי מילה וכל הספרים מלאים בפשטים על זה ויש עוד מדרש תנחומא פרשה י״ג עיי״ש אם תרצה
שמחות
וויל קענען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

Re: פרשת בהעלותך

שליחה דורך וויל קענען »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:אל 'מול' פני המנורה יאירו שבעת הנירות. מול האט אין זיך מל, מילה. שבעת הנירות איז דאך זיבן און מיטן כולל איז אכט. צום אכטן טאג מאכט מען די ברית. אזוי האב איך געקלערט בדרך סוד

דעי תורה פאסט טאקע פאר א כולל אינגערמאן מיטן כולל שטימט אלעס ודי למבין(בעסער נישט )
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס שטייט אין פסוק (י. ל"א)משה האט געזאגט פאר זיין שווער יתרו אל נא תעזב אתנו , שטייט אויף דעם אין מכילתא אז יתרו האט איהם געזאגט. ניין. איך גיי צירוק און איך גיי מהל'ען און מגייר זיין מיין פאלק ,

דארף מען אבער פארשטיין אויב יתרו'ס אייגענע מילה'שאפט איז געווען אויסגעהאלטן להלכה אז ער איז שוין כשר צו מהל'ען אנדערע , שטיין שטייט טאקע אין סנהדרין (דף צד.) : ויחד יתרו , אמר רב שהעביר חרב על בשרו ונתגייר ,

למעשה איז שווער : עס איז דא א נידון אין מנחת חינוך אויב א גר מעג זיך אליינס מהל'ען , וואס עס קומט ארויס פון זיינע ווערטער איז אז עס איז תלוי אין די מחלוקת אין יבמות (דף מו:)אליבא דר' אליעזר וואס זאגט אז א גר וואס מהל'עט זיך אן טובל'ען הוי גר , זעסטע אז ער איז מתיר פאר א גר אליינס זיך מהל'ען ! וויבאלד מילתו וגירותו באים כאחד ,
לויט די רבנן אבער , וואס האלטן : דמל ולא טבל לא הוי גר , איז עס ווייטער תלוי אין א מחלוקת במקום אחר, דבמסכת עבודה זרה פליגי אמוראי מפני מה עכו"ם פסול למול , רבי יוחנן זאגט. וויבאלד ער איז נישט מהול , ווידעראום רב זאגט. וויבאלד ער איז נישט מזרע ישראל ,
איז לויט רב וואס האלט אז בשעת'ן מילה באדארף ער צו זיין מכלל ישראל. הרי בשעת מילה איז ער נאך נישט קיין איד-ומילתו פסולה , לויט ר'יוחנן אבער. קען ער זיך יא אליינס מהל'ען וויבאלד 'מילתו והיותו מהול' באים כאחד ! אפילו ער הייסט נאך נישט קיין ישראל. די לנו בהא דמקרי מהול ,

איז יעצט שווער : לויט רב (בסנהדרין) ווי אזוי האט יתרו זיך געקענט אליינס מהל'ען ? ! רב האלט דאך אז פאר א גר איז אסור אליינס זיך צו מהל'ען ? . ווייל אונז פסק'ענן דאך ווי שיטת רבנן אז מיט מילה אליינס (אן טבילה) הייסט מען נאך א גוי , בשלמא לויט ר' יוחנן וואס האלט אז מען דארף נישט זיין קיין איד. נאר מהול אליינס איז גענוג . הרי שפיר עבד דמילתו והיותו מהול באים כאחד , אבל רב לשיטתו וואס האלט אז מען מוז זיין א איד הרי בשעת מילתו איז ער דאך - דאך נישט קיין איד ?!

נאר מען קען פארענטפערן די סתירה צווישן ביידע מימרות פון רב מיט א דריטע מימריה פון רב , איך וועל מקדים זיין אז אין זבחים איז דא א מחלוקת אויב יתרו איז געקומען פאר מתן תורה אדער נאך מתן תורה . חד אמר : לאחר מתן תורה , ורבי אליעזר בן יעקב אמר : קודם מתן תורה בא , און אונז זעה מיר אז רב זאגט אין צענדליגער פלעצער אין ש"ס אז מען גייט אייביג כשיטת רבי אליעזר בן יעקב וויבאלד משנתו הוא קב ונקי , נמצא אז רב נעמט אן אז יתרו קודם מתן תורה בא . (דכן הוא שיטת רבי אליעזר בן יעקב. ורב קבע מסמרות כוותיה)

און עס שטייט אין בבא מציעא (דף נט: ובעוד מקומות) ביים הימלישן מחלוקת צווישן רבי אליעזר בו הורקנוס און רבי יהושע איבער'ן תנור של עכנאי. אז עס איז ארויס א בת קול פון הימעל : שהלכה כרבי אליעזר בן הורקנוס בכל מקום , ועמד רבי יהושע ואמר : תורה לא בשמיים וכו. עכ"פ זע איך פון דעם אז ביז מתן תורה ( וואס האט מחדש געווען דעם אחרי רבים להטות) איז דעת רבי אליעזר געווען מרוצה לשמיים. און אינזערע עלטערן פלעגן אננעמען הלכה כרבי אליעזר בן הורקנוס בכל מקום ,

איז לויט דעם קומט אויס זייער גוט : רב וואס האלט אז יתרו קודם מתן תורה בא , און קודם מתן תורה איז דאך די הלכה ווי רבי אליעזר בן הורקנוס , ולשיטת רבי אליעזר בן הורקנוס הרי מילה 'לחוד' הייסט שוין א גירות און מען באדארף נישט קיין טבילה וממילא איז מותר פאר א גר אליינס זיך מהל'ען -דמילתו וגירותו כאחד באים , לפיכך שפיר מל יתרו את עצמו דקודם סיני הוה , ונכנס בגירות מיד בשעת המילה כרבי אליעזר ומילתו וגירותו קומען ביינאזאם ,

(אז די דארפסט קליינע ווערטער אויף ברית'ן נישואין הספדים משולב בפרשת השבוע. דאן קוק אריין אין ספר ילקוט סופר ,)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:אל 'מול' פני המנורה יאירו שבעת הנירות. מול האט אין זיך מל, מילה. שבעת הנירות איז דאך זיבן און מיטן כולל איז אכט. צום אכטן טאג מאכט מען די ברית. אזוי האב איך געקלערט בדרך סוד

ישמעאל הכהן: אז ס'איז א סוד. פארוואס זאגסטו עס אויס פאר גאנץ בראד...? מילא בדרך דרוש קענמען נאך פארשטיין. אבער א סוד...?!
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:אל 'מול' פני המנורה יאירו שבעת הנירות. מול האט אין זיך מל, מילה. שבעת הנירות איז דאך זיבן און מיטן כולל איז אכט. צום אכטן טאג מאכט מען די ברית. אזוי האב איך געקלערט בדרך סוד

האב איך יעצט בשעת'ן טועם זיין אביסל "פירות" ביי אן איסלאמישער שבע-ברכות געהערט דעם בעל דרשן ציטירן דאס ווארט פון "ישמעאל הכהן". 

"הא תינח ווען די תורה זאגט אונז 'מל'. שטייט דאך 'מול' מיט אן איבריגער אות ו'"?

דער עולם האט אראפגעווארפן די גאפלען פון שטיקל חלאל, און אנגעוואנדן די אויגן צום בנש"ק'ל ביים שטענדער.

"דער קורצער תירוץ איז: גארנישט אין דער תורה איז איבריג. איי אונז פארשטיימער נישט? פארוואס דער איד אין דער זייט דארט עסט נאר פירות פארשטייען מיר דען יא? מ'דארפמער גלייבן....... "

"נו, פרעגט דאך אבער ישמעאל הלוי גוט, שטייט דאך פארט אן איבריגע אות."

"איז חתן דו הערסט? אונז זאגמער דאך יעדן טאג ביים דאווענען ותן חלקנו בתורתך", קען ער שוין נישט צוריקהאלטן זיין גאווה'דיג שמייכל, "מול' במספר קטן באטרעפט דאך 'דרייצן'.  מילא דאס זאגט אונז די תורה: שניידן זאלט עטץ דעם שטיקל ווען? ביי דעם דרייצן יאר אלט".
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

קוקנדיג אויף דיין בילד האב איך געמיינט ביסט אן טונקל הויטיגער אפריקאנער אמעריקאנער, ווער איך גאר געוואר אז ביסט א פליענער בעדואינער, אאוטש... ניין א מיטל מזרח מוסלעמינער, בין איך שוין אינגאנצן צומישט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

געוואלדיג האט געשריבן:קוקנדיג אויף דיין בילד האב איך געמיינט ביסט אן טונקל הויטיגער אפריקאנער אמעריקאנער, ווער איך גאר געוואר אז ביסט א פליענער בעדואינער, אאוטש... ניין א מיטל מזרח מוסלעמינער, בין איך שוין אינגאנצן צומישט.

איך ווייס נישט וואס איך בין און פון וועמען אין שטאם; פירות איז דער מאקסימום וואס איך האב געקענט נעמען אין מויל.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

פארוואס, חאלאל האט התאחדות?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
וויל קענען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

Re: פרשת בהעלותך

שליחה דורך וויל קענען »

כהאף אז ברוך שאמר וועט נישט צומישט ווערן אינמיטן נאך זאגן איינע פון די תורות און דארפן ארויסנעמען ק״ש גאט זאל אים באהיטן מיט איין שלעכטע ריק מיטן פינגער איז ער און צימעס אדער שמייכל
פארשפארט