[justify]מיר זענען פארנומען אפשרייען די אכשר דרא עפידעמיע אין אונזערע לאגערן, און אונז האמיר ליב אנצונעמען מיט א פשטות אז אין דער אלגעמיינער וועלט איז פונקט פארקערט — דער עולם פארט אויפ'ן לינקען ריכטונג. למעשה לייען איך יעצט אויף ערוץ 2 אז אין ארצינו הק' איז דא אזא שטיקל ראבעריי צווישן די מיידלעך סטודענטן אין הויעך-שולע און די הנהלה, מיט דעם אז מען ערלויבט נישט די מיידלעך גיין קורצע הויזן אדער קליידער (מי כעמך ישראל) אין שולע. ערוץ 2 שרייבט אז דאס איז אכשר דרא, און אין די בראשית יארן פון דאס יידישע לענדל זענען אונזערע באבעס געגאנגען מיט קורצע קליידער ולא פצה פה וציפצף.
אבי מיר רעדן זיך אפ.
בעוד בימינו, כמעט 70 שנה לאחר קום המדינה, נאלצות נערות רבות בישראל להיאבק על זכותן להתהלך במכנסיים קצרים בבית הספר - האימהות והסבתות שלהן עשו זאת בחופשיות ומבלי שאסרו זאת עליהן: בכיתה, בשדה - וגם בפעולה בתנועת הנוער
האב איך היינט געזען אויף אן אראבישער יוטוב טשענעל ווי טייל פון די בילדער האבן פארמאגט אומצניעות'דיגע פרויען, האבן זיי זיכער געמאכט צו פארדעקן די חלקים פון קערפער וואס די קליידער זענען נישט 100% אויסגעהאלטן לפי די גדרי צניעות.
בערל: אסאך מדינות איז געווען אזוי בעיקר די אזיאנע, דא האט איר א בילד פון די זיבעציגער יארן. (כ'האב אויך געטראפן בילדער ווי מ'מעסט די פרויען.....אבער איך ווייס נישט צו ס'פאדט ארויפצולייגן דא)