מעמוארן פון א "וואכנאכט"

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1882 מאל

מעמוארן פון א "וואכנאכט"

שליחה דורך בעל מדות »

זיץ איך נעכטן ביי א וואכנאכט, בעפאר נאכטמאל, די שפייאכץ קימט מיר אין מויל אריין פון הונגער, איך מארשיר אריין דארט מיט א ליידיג מאגן גרייט צו אראפגליטשן אן אייזל מעוברת, איך בין פון די ערשטע ביים שמחה, איך ווער אויפגענימען מיט א שמייכל דורכ'ן נייעם טאטע, געפעלט מיר זיין צעמישטקייט וויאזוי צו באגרייפן א "וואכנאכט" ער איז דערשראקן און צעמישט, גייט ארום טיילן ביר פאר אלע פרישע משתתפים, איך וואש אפ מיינע הענט מורמלענדיג דעם "האמויצי," איך רייס אויף א בילקע מיט אימפעט און ווי די תהום זאל זיך מיר עפענען אין א טאג פון אומגליק, באווייזט זיך אינעם הארץ פון בילקע אזא לענגלעכיג שלענגלענדע הערעלע וועלכע איז געזיצן דארט אזוי אקאמאדירט ווי משיח אויפן אייזל, איך פרוביר מיט איבל צו ראטעווען דעם אנדערן זייט בילקע אבער דער האר קלעבט עקשנות'דיג ווי אן אפרוח צו איר מוטער'ס נעסט, איך שלעפ איר און זי ענדיגט זיך נישט, ליגנדיג אזוי שיין אריינגעדרייט אינעם מעל, געלעכל, און סעסעמי געביידע.

א פלייץ פון אפשיי האט באנעצט מיין געדערים און ווי א לייבעכע נאכן פארלירן איר קרבן, האב איך זיך א לאז געטון מיט מיינע שארפע אויגן פאר עפעס ראוי לאכילה ווען מיין גאנצע וועזן איז אויסן פאר שפייז וואס זאל מיר צופרידנשטעלן.
דאס גלאנציג הערעלע איז מיר כסדר ארויפגעשווימען אין זכרון, נישט קענענדיג אוועקמישן א צווייטע בלעטל און ניטאמאל טראכטן פון היימישע שמעקעדיגע חלות האט געהאלפן...

איך קוק אויפן טיש, קיין געטונקאכץ, קיין עסן קיין טרונקען, איך דערמאן זיך אין [tag]אפטעמיסט[/tag]'ןס אבסעסיע מיט כריין, איך נעם א טעלער אריינלייגנדיג אביסל געפילטע מיט כריין, ווען צו אלע מיינע צרות איז די כריין זיס ווי האניג און די געפילטע וואסעריג און עקלדיג ווי א מאדנע געמויזאכץ אז ניטאמאל א ברכה קען מען דערויף מאכן, די בעל שמחה מיט זיין פרייליכע געזיכט געבט א שליידער אראפ א טעלער קאלטע פאטעטע קוגל, און איך האלטנדיג נאך א רייע דורכפעלער האב דעם טעלער געשיקט ווייטער צו מיין אומבאקאנטן גאסט מיטן אויסזען ווי א משולח וואס האט שוין געהאלטן צום פערטע טעלער און די גאפל ציינער זענען שוין געווארן שטימפיג פון אזויפיל דעליווערן.

נאכן זיכן פינף מינוט פאר א פלעסטישע גלעזל האב איך ענדליך אפגעפונען דריי באהאפטענע גלעזלעך אויפן אויבן אהן, און נעמענדיג איינס דערפון האבן מיר שוין צוויי אנדערע מענטשן געווינקען אז זיי ווילן די אנדערע צוויי גלעזלעך.

אויסער ווארעמע וואסער און אויסגעוועפטע דזשינדזשער עיל סאדע איז נישט געווען מיט וואס צו טרייבן מיין גארגל אין א אומנאטירליכע דארשט האט פארפלייצט מיין געביין שפורנדיג טרוקן פון העלישע דארשט.


די בעקעריי הארטע ראלאש קעיק וועלכע האט אויסגעזען ווי די זעלב טעצל פון מיין בר מצוה האט זיכער נישט אויסגעזען אטראקטיוו און בלית ברירה איז מיר געבליבן די אפציע פון אדער שפייען קערעלעך פון א טענדזשערין אדער צו זעטיגן מיין גוף מיט הארטע וועניעס קראנטש.

פארגעסן צו באטאנען אז מיר זענען געקימען צו פארן פונעם סיטי צו דעם הייליגן שמחה צו א געגנט וועלכע פארמאגט נישט קיין אלטערנאטיווע מיטלען, און די בעל שמחה האט ארויסגעשלעפט צענדליגע פאמיליע'ס צו אנטיילנעמען אינעם שמחה עצומה.

ווען איך האב ענדליך אראפשפאצירט די שטיגן מיט מיין ווייב האב איך איר באטאנט אז איך פארשטיי די אידן אין אוישוויץ וואס האבן געגעסן גראז, צו וועלכע זי האט גרימאסירט מיט א פאקס ווי איך זאל ווען זיין מאדנע.


אויפן וועג צוריק האב איך גענימען די עטליכע פעקעלעך וואס איך האב מיטגענימען פונעם וואכנאכט, און איר פארפארטיגט, לאכט נישט, איך האב די פאטעטע טשיפס פעקלעך אנטבלויזט און די לאליפאפ'ס אפגעלעקט, אנקימענדיג אינדערהיים מיט א בלויע מויל, און א ליידיגע מאגן וועלכע פראטעסירט מיט הונגער, זיך דערמאנענדיג צו די צייטן פון ישיבה.

זאלעך האבן טענות? ניין איך גיי נישט, איך וואלט געדארפט קומען זאט, אבער דאקומענטירן? דאס יא, בעזר השם ביי מיין קומענדיגן וואכנאכט זאל איך האבן צו ווייזן פאר מיין ווייב אז קוק "בעל מדות" פון קאווע שטיבל האקט אויף נישט געבן עסן ביי וואכנאכט'ס....
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר