בן תמליון האט געשריבן:מאריה דאברהם איר מאכט ליצנות? מיר זענען טיף אין קרקע למטה מעשרה טפחים אין אלע הינזיכטן נישטא קיין דירות קיין פרנסות אבער די גוישע פאליטישאנס וועלן אויסגעפונען דעם עולם גייט גארנישט אן נאר עפעס אן אלטמאדישער פראצעדור פון בלוט זויגן באותו מקום. .
דאס גאנצע זאך פון מאכען א ברית אויף א אכט טאגיען קינד וואס קען זיך נישט קעגן שטעלן איז קעגן דעם מעיאר׳ס פארשטאנד.
מיט מציצה בפה האט דער מעיאר גאר א קליינער פראבלעם. ווייל הערפיס קען מען נאך היילען אבער א ברית קען מען נישט צירוק שטעלן,
ווער איז דא וואס קען מסביר זיין פארען מעיאר ווי אזוי מיר טיען אזא זאך פון שניידען א קליין קינד פון אכט טאג?
געוואלד ווי אזוי קיקען זיי דאס אן?! ווער קען מסביר זיין פאר אלע גוישע פאליטישענס אזא זאך?
דרך אגב. די שרייבסט:
מיר זענען טיף אין קרקע למטה מעשרה טפחים אין אלע הינזיכטן נישטא קיין דירות קיין פרנסות
יעצט ווייסען דאך נישט די פאליטישענס אז מיר פלאנען צו האבען מסי״נ דערפאר, פאר וואס האבן אונז נישט געהאלפן דערמיט די לעצטע 30 יאר?
בכלל, וואס האבן זיי אונז געטיען פאר די דיינע פראבלעמען ביז היינט אז דו האסט מורא אז דאס וואס זיי האבן געטיען גייט זיך אפשטעלען??