עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]צענטע קאפיטל:
רבי יוסף'ל אמשינאווער'ס גדלות בתורה.[/center]



[center]התמדתו הנפלאה.[/center]
אלס רב פלעגט רבי יוסף'ל זעלבסט פארלערנען יעדן טאג א שיעור אין מדרש פאר פשוטע אידן, און א לומד'ישע שיעור אין גמרא פאר תלמידי חכמים מופלגים – מיט וואס אסטראווע איז געווען באוואוסט. [אגב יאמר, אז דאס איז אלס געווען אלס רב אין אסטראווע, אבער אלס רבי איז די איינציגסטע צייט אין יאר וואס ער פלעגט רעדן לומדות געווען אין חנוכה, זעט אויס אלס מנהג צו זאגן א פשט'ל]. און דאס איז געווען חוץ פון זיין קביעות'דיגע שיעור עיון פאר זיך אליינס, וואס האט געדויערט זעקס שעה ברציפות, און איז אנגעגאנגען ביז זיינע לעצטע טעג.

דורכאויס די נעכט פלעגט ער לערנען שעות נאכאנאנד, ביז די אויגן זיינע זענען געווארן אפגעשוואכט פון לערנען לאור הנר אזוי פיל. אין די עלטערע יארן האט זיך זיין מחלה אויף די אויגן פארערגערט ביז ער איז ל"ע בלינד געווארן, ווען די דאקטוירים קענען גארנישט טון דערצו. אזוי האט ער זיך כפשוטו ממית געווען באהלה של תורה.

איינער פון זיינע שטוב מענטשן האט שפעטער דערציילט, אז אפילו אלס רבי איז זיין משונה'דיגע התמדה אנגעגאנגען – מיטן טיפישן אמשינאוון צניעות און באהאלטנקייט. ביינאכט האט ער אים נאכגעקוקט פון שליסל לאך, און ער האט געזען ווי דער רבי זיצט פארשפארט און לערנט און לערנט אן קיין הפסק. נאכן נאכקוקן א לענגערע צייט האט ער געזען, אז אין די לילות טבת הארוכים האט ער געלערנט דריי מאל דריי שעה ברציפות א יעדע נאכט – דהיינו ניין שעה נאכאנאנד מיט קורצע הפסקות נאך יעדע דריי שעה! נאכן עלות השחר האט ער געליינט קרי"ש של שחרית, און זיך צוגעלייגט פאר דריי שעה, און דערנאך האט זיך אנגעהויבן די עבודת היום.

אזוי אויך פרייטאג צו נאכטס, צווישן מעריב און קידוש, פלעגט ער לערנען מיט די קינדער גמ' בעיון דריי שעה ברציפות, און ס'זענען געווען חסידים וואס האבן זיך מיטגעכאפט מיטן לימוד. 'דאס' איז געווען זיין הכנה צום סעודת ליל שבת. בכלל איז ער געווען א שטארקער חסיד פון גמרא בעיון, אז פאר זיינע חסידים פלעגט ער כסדר נאר אנזאגן צו לערנען און לערנען גמ', און קיינמאל נישט גערעדט פון לערנען ספרי חסידות. [ווען מ'האט אים געמוטשעט פלעגט ער צו זאגן אז מ'זאל לערנען אור החיים הק', און די יונגערע זאלן לערנען מאור ושמש]. און דאס איז שוין געווען אלס רבי, אבער וואוינענדיג אין אמשינאוו בחיי אביו רבי מנחם'ל, האט ער באוויזן אויסצו'פועל'ן ביים טאטן אז ער זאל בכלל נישט דארפן אריינקומען צום טיש פרייטאג צו נאכטס, כדי נישט מבטל צו זיין מלימודו!

פון די אנדערע זייט האט זיך זיין מבהיל'דיגקייט ארויסגעוויזן אפילו ביים לערנען, ווי זיין איידעם – רבי אלימלך ווישקאווער, בן רבי יעקב אריה מראדזימין, א רעכטער אייניקל פונעם קאצקער – האט דערציילט, אז איינמאל האט ער געלערנט בחברותא ש"ס מיט זיין שווער, און דאס לערנען איז געווען מיט אזא מהירות אז ער האט נישט געקענט מיטהאלטן. זיין זון, רבי איציקל אמשינאווער פון אמעריקע, האט אויסגעפירט, אז דאס איז געווען זיין ספעציעלן קונץ, צו קענען האבן אין זיך די צוויי היפוכיים.

למעשה האט זיך דאס ארויסגעזען אויך ביי זיין הנהגה, די חריפות אין הנהגה, צוזאמען מיטן אלטן אמשינאווער הארת פנים, דאס איז געווען זיין קונץ, און איז ער טאקע געווען דער איינציגסטער רבי אינעם אמשינאווער הויף, אריינצומישן שארפקייט אין זיין הנהגה. און ווי זיין זון, רבי איציקל אמשינאווער האט זיך אויסגעדירקט, אז ער האט געהאט דעם הפלא'דיגן יכולת אויסצומישן קנאות מיט סבלנות צוזאמען, אפילו 'די צוויי זאכן גייען נישט צוזאמען'. ער האט טאקע באוויזן אויפצובויען אמשינאוו אלס א ריכטיגער פעסטונג פון חסידות, ווי ערציילט שפעטער.


אין נעקסטן קאפיטל: דאס תקופת הרבנות אין עיר ואם בישראל 'אסטראווע'.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירא שמים האט געשריבן:איך כאפ נישט ער האט געהייסען מזאל א נאמען געבן יוסף פארוואס?

לרמז אויפן ענין וואס 'יעקב' האט געזאגט פאר 'יוסף': ראה פניך לא פיללתי וגו', אזוי אויך דא וועל איך מער נישט זען דיך און דיין קינד, און אזויווי דארט האט ער געהייסן יוסף, זאלסטו אים א נאמען געבן יוסף [ס'איז נישט אינגאנצן דומה, ווייל דארט האט ער גערעדט צום זון יוסף איבער דעם אייניקל, און דא האט ער גערעדט צום זון איבער דעם אייניקל וואס גייט הייסן יוסף. אבער דאס איז געווען זיין מליצה, לדמותו לכעין סיפור דיעקב ויוסף].
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ירא שמים »

אקעי א מיספארשטענדעניש ,
ע״ש העבר האב איך געמיינט צו נאכדעם וואס מהאט עם שוין געהאט געגעבן דעם נאמען האט ער עס צוזאמענגעשטעלט ממילא האב איך נישט געכאפט דיין תי׳ יעצט ב״ה איז אלץ קלאר ישר כח.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:ער האט מיט דעם מרמז געווען ער זאל א נאמען געבן יוסף אדער ע״ש העבר?

ער האט מיט דעם מעשה העבר מרמז געווען אז מער וועט מען אים נישט זען בחייו. ער האט קלאר געזאגט אז מ'זאל אים א נאמען געבן יוסף, כעין העבר.

ירא שמים האט געשריבן:וואס איז די אריגענעלע משפחה נאמען פון די אמשינוב׳ער אדמורי״ם ?אויב סאיז געווען

קאליש.
דער אמשינאווער רבי פון אמעריקע הייסט נאכאלס קאליש.
דער היינטיגער אמשינאווער רבי פון ארץ ישראל הייסט מיליקאווסקי, זיין פאטער איז געווען אן איידעם ביים ר' מאיר'ל אמשינאווער וואס האט געהייסן קאליש.

איך האב גארנישט געוויסט אז עס איז נאך בכלל דא א אמשינוב׳ע רבי אין אמעריקא? ווי וואוינט ער? האט ער א בית מדרש?
איך האב געמיינט אז דער רבי וואס איז שוין אוועק יארן צוריק, וואס איז געווען קראנק יארן לאנג, איז געווען די לעצטע רבי דא אין אמעריקא.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'ווייס נישט פון קיין איין רבי אין אמעריקע וואס איז געווען קראנק יארן לאנג און איז שוין אוועק יארן צוריק.

היינטיגער אמשינאווער רבי פון אמעריקע, רבי יוסל, איז א זון פון רבי איציקל. ער איז געווען גאר א חשובער בחור און יונגערמאן ווען ער האט ליידער צופיל מגזים געווען און זיינע נערוון האבן עס נישט איבערגעטראגן. ער איז היינט בבחינת שברי לוחות, וד"ל. ער האט חשובע קינדער, און אי"ה ווען זיין צייט וועט קומען וועט מען רעדן פון דעם.

ס'געווען נאך איין אמשינאווער רבי אין אמעריקע, רבי שמעון שלום, א יונגערע ברודער פון רבי יוסף'ל וואס די פריערדיגע צוויי קאפיטלעך האבן זיך באצויגן צו אים. ער איז געראטעוועט געווארן פון קריג אנטלויפנדיג קיין יאפאן מיט זיין פלומעניק - רבי יוסף'לס זון - רבי איציק'ל. ער איז געווען מזקני האדמורי"ם נאכן קריג, און איז אוועק און די תש"י יארן. און סאטמארער רב האט געהאלטן פון אים קודש קדשים, און ביי זיין קאפיטל וועלמיר אי"ה מרחיב זיין.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אקעי, איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב געמיינט אז דער רבי וואס האט צופיל איבערגעצויגען די שטריק (און לעבט נאך) איז שוין אוועק יארן צוריק,
א דאנק פארן קלאר שטעלן, וטעות לעולם חוזר,
באטשי
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בתור הוספה צום ניינטן קאפיטל, בנוגע זיין גאונות בתורה, האב איך פארגעסן אן אינטרעסאנטער מעשה וואס זיין זון, ר' איציק'ל אמשינאווער פון אמעריקע, האט דערציילט.

אז איינמאל האט רבי יוסף'ל אנגעטראפן דעם חפץ חיים [לענ"ד קען זיין אז דאס איז געווען ביים כנסיה גדולה פון די אגודה, וואו דער חפץ חיים איז געווען, און דער אמשינאווער איז געווען. דארט האט מען זייער מכבד געווען דעם אמשינאווער, און דער טשארטקאווער - פון די גרעסטע רביים בימיו - האט אים אפגעגעבן כבוד מלכים], און ער האט אים געפרעגט איבער עפעס אן ענין וואס איז שווער אין משנה ברורה. און דער חפץ חיים האט געענטפערט אז 'ער דארף דאס איבערטראכטן'. ואם קבלה היא נקבל.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ירא שמים »

מזעט דעם אמשינובער אויפן קליפ פונם חפץ חיים?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירא שמים האט געשריבן:מזעט דעם אמשינובער אויפן קליפ פונם חפץ חיים?

ניין. ער איז הערשט אנגעקומען נאכ'ן קליפ...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]עלפטע קאפיטל:
רבי יוסף'ל אמשינאווער אלס אסטראווער רב.[/center]



[center]הבהרה:[/center] היות א שיין חלק פון זיין לעבן האט זיך אויסגעשטעלט דורך זיין רבנות אין אסטראווע, און זיין דרך אין הנהגה האט באקומען ווארצלן דורכן רבנות, און אזוי אויך האט ער באקומען א גרויסע נאכפאלגערשאפט דורך זיין רבנות, וועלן מיר זיך אפשטעלן באשרייבן אביסל דעם גלאררייכע תקופה אין זיין לעבן, נאך בחיי אביו.


[center]דאס התמנות אלס רב אין אסטראווע.[/center]
ווי שוין אויבנדערמאנט, איז ער אלס יונגערמאן פון 27 יאר אלט אויפגענומען געווארן אלס רב אין עיר ואם בישראל, ועיר מלאה חכמים וסופרים, אסטראווע. אסאך מתנגדים האבן דארטן געוואוינט, וואס זענען געווען אמת'ע תלמידי חכמים וואס האבן זיך מתנגד געווען צו זיין התמנות צוליב דריי טעמים: א' – ער איז נאך צו יונג, ב' – ער איז א חסיד, ג' – ער איז א רבי'ש קינד... למעשה איז רבי יוסעלע אנגעקומען דארט דאס ערשטע מאל אן קיין גבאים אדער משפחה, און ער האט דאן מודיע געווען פאר די בני העיר אז ער איז נישט געקומען לשם מחלוקת, נאר זאגטס מיר צו ענק ווילן מיר אדער נישט. זעענדיג זיין ענוה האבן זיי אלע גלייך מסכים געווען צו זיין התמנות אלס רב.

און אגב, עס איז באקאנט דער נאמען פונעם גרויסן קאצקער חסיד 'רבי בן ציון אסטראווער', וואס האט נאך אלס קינד געזען דעם אלטן ווארקער און דער אלטער קאצקער, און איז געווען א חסיד מפורסם. ער האט שטארק צוגעשטיפט דערצו אז מען זאל ממנה זיין דעם יונגן כוכב עולה, רבי יוסעלע אמשינאווער, אלס אסטראווער רב. ער האט אנגעהאלטן גאר א נאנטע קשר מיטן רב, שמועסנדיג און פארברענגנדיג מיט אים שעות ע"ג שעות בתורה ועבודה.

ביי זיין איינצוגס דרשה האט ער געווארפן חריפות און בקיאות באופן נפלא, און פון דארטן איז ער אריבער צו דרוש, עד שזלגו עינים מדמעות. ער האט דעמאלס געטייטשט דעם פסוק: 'שופטים ושוטרים תתן לך וגו' אשר ה' אלקיך נותן לך', אז מ'קען מפרש זיין אז מ'זאל זען ממנה צו זיין אזעלכע שופטים 'וואס געבן אין דיר אריין דעם ה' אלקיך'. דאס איז דער דם התמצית פון אמשינאוו, נישט אז ס'זאל נישט זיין קיין שופט ושוטר, נישט אז הפקרות איז באגריסנד, נאר די מושג שופט דארף זיין אויסגעשטעלט אויף אזא פאזיטיווע וועג, אז זיי זאלן דורכדעם אריינגעבן דעם 'ה' אלקיך' אינעם מענטשנס הארץ.


[center]הנהגת העיר.[/center]
ס'זענען געווען צוויי מתנגדים וואס האבן נאכאלס חושש געווען צו ער איז ראוי צו זיין רב אין אזא גרויסע קהילה, ער איז דאך פאר א רבי'ש קינד... האבן זיי מחליט געווען תוהה צו זיין על קנקנו, און זיי האבן געמאכט א שפיל ווי זיי האבן א ד"ת צווישן זיך. דער תובע איז אריין צום רב מיט א טענה צום נתבע, און דער רב האט געשיקט א כתב הזמנה לדין צום נתבע, אבער דער נתבע איז נישט געקומען. האט ער נאכאמאל געשיקט א כתב הזמנה לדין צום נתבע, אבער דער נתבע איז ווידעראמאל נישט געקומען. האט דער רב מוחל געווען על כבודו און איז אליינס אריבער צום כלומר'שטן נתבע אים צו רופן לדין. ווען די מתנגדים האבן געזען זיין מידת הענוה מהול במידת התקיפות, האבן זיי גלייך מקבל נזיפה געווען, און סופם אז זיי זענען געווארן הייסע אמשינאווע חסידים.

גאר שנעל איז רבי יוסל באליבט געווארן ביי זיין גאנצע קהילה, אזש די מתנגדים זיינע זענען געווארן געשוואוירענע חסידים פון אים. עד כדי כך, אז ווען ער איז שפעטער געווארן אמשינאווער רבי, זענען אסאך געוועזענע מתנגדים געווארן אמשינאווע חסידים וואס פלעגן פארן קיין אמשינוב. און ווען ער האט פארלאזט אסטראווע צו פארן קיין אמשינוב, זענען געווען יללות אין שטאט און זיי האבן זיך געבעטן ביי אים צו טון ככל רצונו אבי ער זאל בלייבן אין אסטראווע.

דאס מיינט נישט אז ער האט נאר געהאט דעם ווייכקייט פון אמשינוב אין זיך. ס'זענען געווען אינשי דלא מעלי וואס האבן געוואלט עפענען א טיאטער אין שטאט, און פארשטייט זיך אז ער האט דאס נישט צוגעלאזט. זענען געקומען א חבורה רוצחים פון לאמזשע אים ווארענען אז ער זאל זיך נישט וואגן אנטקעגן צושטעלן. האט זיין טאטע רבי מנחם'ל אים געזאגט אז ער איז נישט מחויב ווייטער זיך מוסר נפש צו זיין איבער דעם און ער זאל נאכגעבן. האט רבי יוסעלע אים געזאגט: 'איך קען נישט ביי זיך פועל'ן איך זאל דאס צולאזן'. למעשה האט ער אויסגעפירט, און ווילאנג ער איז געווען רב איז קיין טיאטער נישט געווען אין שטאט.

מיט זיין חכמה וצדקות האט ער באוויזן צו האלטן דעם שטאט. ער איז קיינמאל נישט געווען מסדר קידושין אין שטאט און אזוי אויך איז ער קיינמאל נישט געגאנגען צו קיין חתונות [חוץ ביי א ת"ח וואו ער פלעגט קומען ביים קבלת פנים]. אבער איינמאל ווען ער האט געהערט אז עפעס א חתן כלה האבן שוין געדינגען א דירה אין שטאט, און ווילן שוין יעצט וואוינען צוזאמען רח"ל, האט דער רב זיי מבטיח געווען אז אויב זיי וועלן דאס נישט טון, וועט ער אליינס זיין זייער מסדר קידושין, וכך הוה. חוץ מזה, איז ער קיינמאל נישט געווען דער מסדר קידושין.

אזוי אויך איז נישט געווען קיין שום חילול שבת אין שטאט, און אלע געשעפטן זענען געווען גענצליך געשלאסן פון כניסת שבת ביז מוצ"ש, און אזוי אויך אין חלק 'עשה טוב' האט ער מתקן געווען געוואלדיגע ענינים, בויענדיג מקוואות, אוועקשטעלדיג א בעסערע חינוך סיסטעם פארן ת"ת וישיבה, און מאכנדיג אן עירוב אין שטאט. אזוי אויך האט ער איינגעשטעלט שיעורי תורה אין די בתי מדרשים אין שטאט, און ווי אויבנדערמאנט איז ער אליין געווען א נאה מקיים געבנדיג צוויי שיעורים יעדן טאג פאר די תושבי העיר.


[center]ויח"ן את פני העיר.[/center]
ווי עס פאסט פאר אן אמשינאווער פרי, איז רבי יוסעלע אויך געווען באוואוסט מיט זיין אפענע שטוב, און יעדער אורחי פורחי'ניק אין אסטראווע האט געקענט אריינקומען אין זיין הויז, אז ס'איז ממש געווען ביתו פתוח לרווחה והפקר לעניים. ער האט עוסק געווען אין חתונה מאכן יתומים ויתומות, א.א.וו.

א געוואלדיגע מעשה חסד איז געווען, זיין חברת 'מאכל כשר' וואס ער האט אוועקגעשטעלט צו געבן כשר'ע עסן פאר די פרומע סאלדאטן אין מיליטער. אין אסטראווע זענען געווען צוויי באטאליאנען זעלנער, און בתוכם זענען געווען אפאר הונדערט אידן. די רוסישע מיליטער האט נישט צוגעשטעלט נארמאלע כשר'ע עסן, און אסאך אידן זענען ליידער נכשל געווארן און געגעסן טריפות. האט דער רב איינגעפירט די חברה וואס האט זיך אפגעגעבן מיטן צושטעלן כשר'ע עסן פאר זיי. ווען עס איז געקומען ימים טובים, האט דער רב גע'פועל'ט זיי צו באפרייען, און ער האט זיכער געמאכט אז די אידן אין שטאט נעמען אריין די סאלדאטן אלס געסט, און פארשטייט זיך אז בראשם איז געשטאנען דער רב זעלבסט וואס האט כסדר געהאט אן אפן טיר פאר יעדן הונגעריגער.

אזוי אויך ביים ערשטן וועלטס קריג, ווען אסאך אידישע פרנסות זענען אונטערגעגאנגען און בעל הבית'ישע אידן זענען פארארעמט געווארן ל"ע, האט ער געמאכט אן אפיעל און אוועקגעשטעלט א חברה וואס זאלן צאמנעמען געלט פון אלע תושבי העיר איש כפי אשר יושת עליו החברה. און אזוי האט ער פשוט געראטעוועט משפחות פון הונגער, און זיי געהאלפן שטעלן אויף די פיס בדרך כבוד.

דער באקאנטער משב"ק ביים חפץ חיים, הרב מאיר ישר, וואס האט ארויסגעגעבן דעם ספר 'דאס לעבן און שאפן פון חפץ חיים', און אויך אין לשה"ק [כ'האב ביידע ביי מיר אינדערהיים], האט געשריבן אין ספר הזכרון לקהילת אסטראווע, געוואלדיגע דברי הערכה אויפן רב – רבי יוסעלע, כאטשיג הרב ישר איז נישט געווען קיין חסידישער איד. ועל הכלל כולו יצא, ווי שטארק יעדער האט אים ליב געהאט, חסידים ווי מתנגדים צוגלייך.

דרייצן יאר, כמנין אהב"ה, האט דער גאון וצדיק געפירט זיין קהילה על מי מנוחות, ביז צו זיין טאטנ'ס פטירה בשנת תרע"ח. און דאן האט ער זיך אומגעקערט קיין אמשינוב איבערצונעמען די הנהגת העדה. די אסטראווע קהילה האט פרובירט צו פועל'ן ער זאל בלייבן, צוזאגנדיג אויפצובויען א גרויסע ביהמ"ד גענוג צו אקאמאדירן אלע חסידים, ווי אויך האבן זיי אויפגעוויזן אויפן פאקט אז אסטראווע איז אן עיר ואם בישראל, און די באן פארט דירעקט אהין, און אמשינוב איז א קליין שטעטל וכו'. אבער דער רב האט געגארט צוריקצוגיין למקום אבותיו, און לדאבון לבם האט ער זיך אומגעקערט קיין אמשינוב, וואו ס'האט זיך אנגעהויבן א נייע גלאררייכע תקופה אין זיין לעבן, און אין דאס לעבן פונעם אמשינאווער חסידות, נייע מושגים און חידושים מיטן אלטן חן.


אינעם נעקסטן קאפיטל: דער דריטער רבי אין שטאט אמשינאוו – רבי יוסף'ל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס איך קען נישט זען דעם בילד אין דעם קאפיטל וואס איך האב אליינס ארויפגעלייגט און געזען בעבר.
ייש"כ.

-------
אגב, שוין א לענגערע צייט וואס כ'פארשטיי נישט פארוואס געוויסע בילדער און קליפס זענען פשוט אומזעבאר פאר מיר [כ'האב K9], אבער לא איכפת לי כ"כ. משא"כ דא איז עס העכסטס אינטרעסאנט, ווייל כ'האב עס געזען בעבר און אליינס ארויפגעלייגט.
ווייס פרעזידענט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 9:32 am
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ווייס פרעזידענט »

לכבוד רב שש ווי אזוי לייק מען א לייק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווייס פרעזידענט האט געשריבן:לכבוד רב שש ווי אזוי לייק מען א לייק

ווי אזוי מ'לייקט זיך אליינס ווייסט יא ??
ווייס פרעזידענט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 9:32 am
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ווייס פרעזידענט »

קיינער ווייסט נישט ווען יא וואלט רב שש זיך נישט אזוי זיך גיבעטען ביים עולם אז מזאל אים לייקען ער טואלט זיך אחיין געלייגט[emoji12]
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

מען קוועטשט די הענטלע העכער די הודעה אויף די לינקע זייט
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווייס פרעזידענט האט געשריבן:קיינער ווייסט נישט ווען יא וואלט רב שש זיך נישט אזוי זיך גיבעטען ביים עולם אז מזאל אים לייקען ער טואלט זיך אחיין געלייגט[emoji12]

אוי אנטשולדיגט. כ'האב נישט געכאפט וואס די פרעגסט. כ'האב געמיינט אז דו ווייסט שוין איינמאל נאר דו ווילסט אביסעלע...
שוין איך בין פשוט געליגען פריער און א שווערער תוספות, און כ'בין נאך צוגעוואוינט פון דעם. בקיצור, זיי מיר מוחל (און חיידער האט מען געזאגט אז דער וואס איז נישט מוחל איז א רשע נאך מער פון דער טשעפעניאק אליין), און מערטסעשעם צום ווידערזען.
ווייס פרעזידענט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 9:32 am
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ווייס פרעזידענט »

איו Tapatalk זעה איך נישט ווי אזוי
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

איך האב נישט טעפאטאלק ווייס איך נישט
אבער אידעלעך א איד וויל קענען לייקן לערנטס אים אויס ווי אזוי!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ירא שמים »

ריר אן די תגובה ווערט עס ווערן בלוי און סוועט ארויסקומען א שווארצע ליניע מיט אפאר אפציעס איינע פון זיי איז צו לייקען.
וויל קענען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך וויל קענען »

ירא שמים האט געשריבן:ריר אן די תגובה ווערט עס ווערן בלוי און סוועט ארויסקומען א שווארצע ליניע מיט אפאר אפציעס איינע פון זיי איז צו לייקען.

ירא שמים האסט פארדינט א לייק ווייס פרעזידענט האט עס פראבירט אויף דיר בעסער לערן אים נישט אויס וויאזוי עס אראפ צו נעמען אויפן אפפ
שש זאגט כל המהנה את חבירו הוא נהנה תחילה
ווייס פרעזידענט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 9:32 am
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ווייס פרעזידענט »

איך ביו דא ניי האב איך נאכנישט ארויס אלעס אבער רב שש זעהט מיר אויס ווי א רעדנער קענער שרייבער מחדש דער אייבישטער זאת העלפען ער זאל נישט וועפען
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווייס פרעזידענט האט געשריבן:איך ביו דא ניי האב איך נאכנישט ארויס אלעס אבער רב שש זעהט מיר אויס ווי א רעדנער קענער שרייבער מחדש דער אייבישטער זאת העלפען ער זאל נישט וועפען

ייש"כ פאר די דברי הערכה,
אמן אויף די ברכה,
לייקטס מיינע תגובות אז כ'זאל ממשיך זיין בהצלחה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין פריערדיגן פעידזש האב איך אראפגעברענגט דריי פרישע קאפיטלען איבער אמשינוב. פונעם עולם'ס ריספאנס זעט אויס אז ס'דא גאר א שוואכע אינטערעסע אין דעם.
בין איך מיך טועה? ווייל אויב נישט, קען איך שוין אויפהערן דא... :cry: :oops: :cry:
פארשפארט