איז מעגליך אינטערנעט אן קוקן אויף פרויען?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 278
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל
איז מעגליך אינטערנעט אן קוקן אויף פרויען?
איך וויל נישט אריינגיין אצינד אין דער הלכה חלק אדער אין חסידות חלק, וואס מען מעג, מידת חסידות, טאר נישט וכדו'. איך וויל וויסן א פשוט'ע מציאות, עס איז היינט א וועלט פון אינטערנעט, דער אינטערנעט דיקטירט דאס לעבן פון רוב באזעצענע מענטשן וואס דארפן דערצו צוקומען.
מיין שאלה איז אצינד:
א. איז מעגליך אז א חסידי'שער איד, וועמען מען האט אויסגעלערנט אז מען קוקט נישט אויף קיין פרוי, איז מעגליך אז ער זאל באזיצן אינטערנעט, און זאל קיינמאל נישט נכשל ווערן מיט זען א פרוי, אפילו א צנועה און מסתכל זיין אויף איר?
ב. איז מעגליך פאר א חסידי'שער איד צו האבן אינטערנעט, און קיינמאל נישט נכשל ווערן מיט א פריצות'דיגע פרוי און מסתכל זיין אויף איר?
ג. איז מעגליך פאר א חסידי'שער איד צו האבן אפענע אינטערנעט, און קיינמאל נישט נכשל ווערן אין קוקן פארן?
ד. איז מעגליך פאר א איד, צו האבן אפענע אינטערנעט און קיינמאל נישט נכשל ווערן מיט הוצז"ל אין פארנט פון תמונות תועבות אדער ווידאוס?
ה. אויב הרה"ק ר' אהרן מבעלזא זיע"א, אדער טאהשער רבי שליט"א ולרפוא"ש, וואלט געדארפט האבן אינטערנעט בקביעות אין די יונגע יארן, וואלט ער געקענט אויסוואקסן מיט די גרויסע קדושה און הייליגקייט וואס נעמט אים ארום? (הבהרה: אויב זענט איר נישט קיין גלויביגער און די אויבנדערמאנטע, דאן לייגט עס אויף אייער רבי, מורה-דרך, אדער מענטש וואס איר האלט אז ער איז קדוש מרחם וכו').
ו. אין אנדערע ווערטער: איז מעגליך אויסצואוואקסן מיט די אפגעהיטנקייט וואס מען האט אונז איינגעבאקן אין די יונגע יארן, אינאיינעם מיט אינטערנעט, אפילו געפילטערטע?
ז. וואס טוט זיך מיט נישט געפיטלטערטע? - איז דאס אויך מעגליך?
ביטע ענטפערן אויף די פראגעס.

הו-הא! בייסיגע שאלות, און גוטער חשבון הנפש.
רבותי, נעמטס ארויס די מעסער'ס און שפיזן, און הייבטס ענק אן צו שטעכן איינער דעם צווייטן...
לענ"ד איז דער תירוץ אויף יעדע שאלה [למעט ג' וד' וואס ווענדט זיך אסאך אינעם סוג מענטש. און אעפ"כ ע"פ רוב איז דער תירוץ-]: ניין! א ווייטאגליכע, ציפעדיגע, טיף שניידנדע ניין!
דערפאר האב איך א פילטער.

- הודעות: 151
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
- האט שוין געלייקט: 113 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל
Re: איז מעגליך אינטערנעט אן קוקן אויף פרויען?
פונקט ווי דרייוון א קאר וכדומה ראויה נישט מעגליך חוץ מיט פילטער אפשר מפריצות הסתכלות איז מעגליך וזהו עבודתינו בהעולם
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
אינטערנעט איז ווי די נו יארקער גאסן. אינטערנעט אן א פילטער איז כולל אלע גאסן, אינקלאדינג די beach און אויך די גאסן וואו זונות דרייען זיך. אינטערנעט מיט א שוואכערע פילטער שפארט אויס די שמוץ אבער עס לאזט איבער די די מאנהעטענער גאסן. אביסל א שטערקערע פילטער שפארט אויס מאנהעטן און לאזט איבער ברוקלין. דזשעי נעט לאזט איבער פלעטבוש און בארא פארק. גדר און משומר לאזן איבער נאר וויליאמסבורג און קרית יואל. א ווייט ליסט איז ווי נעמען א קאר סערוויס מיט פירהענג אויף די פענסטער צו גיין אין באנק וכדומה. א יעדער איינער האט אינטערנעט לויט וויאזוי זיי גייען אין גאס. טאהש'ער רבי און אנדערע עכט אפגעהיטענע אידן גייען אפילו נישט אויף די גאסן פון וויליאמסבורג, און אזעלכע מענטשן וועלן טאקע קיין אינטערנעט נישט האבן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
חקרן האט געשריבן:הוגה, אבער ביסט אבער מודה אז אין עטליכע יאר ארום וועט יעדער מענטש מוזן האבן אינטערנעט. נו, איז פשט אז מער וועלן קיין טאהשער רבי'ס נישט קענען וואקסן ביי אידן, ריכטיג?
לדבריך, וואס זענען דיינע ענטפערס אויף שאלות ג' און ד'?
פונקט ווי די וועלט קען נישט אנגיין אן גיין אין די גאס, דאך זענען אלץ געווען יחידי סגולה וואס זענען נישט געגאנגען אין גאס. אזוי אויך וועלן אלעמאל זיין יחידי סגולה וואס וועלן נישט האבן קיין אינטערנעט, זייערע הויז בחורים וועלן טון די אנליין שאפינג פאר זיי.
מיין ענטפער אויף די צוויי שאלות איז אז לדעתי איז עס כמעט אוממעגליך.
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 606
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל
איך קען א איד, זייער א פרומער, דאוונט לאנג און איז מקפיד אויף כשרות, א פראגרעמער פאר פרנסה, ער האט אפענע אינטערנעט און טענה'עט אז ער פארשטייט נישט די מלחמה קעגן אינטערנעט, ער זאגט "אין די תורה שטייט ולא תתורו, מען טאר נישט קוקן און אן ערליכער איד קוקט טאקע נישט, אפגעזען צי עס איז געפילטערט אדער נישט". ער טענה'עט אז ער פארשטייט נישט די מלחמה און ער האט טאקע אינטערנעט אומגעפילטערט. לויט זיינע ווערטער איז ער נאך קיינמאל נישט נכשל געווארן.
קען מען אים גלויבן?
קען מען אים גלויבן?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 227
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 7:50 pm
- האט שוין געלייקט: 574 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל
איך מיין אז א' אין ב' איז כמעט נישט מעגליך
ג' איז מעגליך
ד' איז זיכער מעגליך
ה' איז אויך מעגליך(במקום שבעלי תשובה עומדין...)
אין די זעלבע תשובה כנ"ל איז ווען מען גייט אין די גאס!
א גיטע אייצע ,"איידער" מ'גייט אויפ די גאס אדער אינטערנעט ,לחשוב הרינו מקיים מצות לא תתירו..."ולהיות בשמחה שזוכה להמשיך קדושה נפלאה על עצמו ועל כל העולם כולו...(בדוק ומנוסה)

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 46
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 4:59 am
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
אדנירם האט געשריבן:הו-הא! בייסיגע שאלות, און גוטער חשבון הנפש.
רבותי, נעמטס ארויס די מעסער'ס און שפיזן, און הייבטס ענק אן צו שטעכן איינער דעם צווייטן...
לענ"ד איז דער תירוץ אויף יעדע שאלה [למעט ג' וד' וואס ווענדט זיך אסאך אינעם סוג מענטש. און אעפ"כ ע"פ רוב איז דער תירוץ-]: ניין! א ווייטאגליכע, ציפעדיגע, טיף שניידנדע ניין!
דערפאר האב איך א פילטער.
אייך בין זיך מצטרף להנ"ל:
מיט א פילטער ווי איך, אבער נכשל ווערן מיט קוקן אויף פרויען איז זיכער אז ס'איז נישטא קיין פילטער וואס ראטעועט פון דעם, אפשר פון נאקעטע און אויסגעלאסענע, אבער נארמאל?, ניין.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
איז מעגליך צו גיין אין שיל אן נכשל ווערן מיט לשון הרע? ביי די ארבעט אן נכשל ווערן מיט איסורים בעניני ממונות.?
זייט ווען איז איסור הסתכלות געווארן דער יסוד היסודות אין אידישקייט אז אלע אנדערע איסורים זענען ווי כאפס וכאין קעגן דעם???
פון מיינעט וועגן זאל דער קומענדיגער טאשער רבי (ליין אנגענומענער צדיק הדור) איינער וואס איז אפגעהיטן במצוות התליות בארץ אדער בעניני ממונות.
אין איין ווארט, עס שטערט מיר בכלל נישט מער א חסרון אין שמירת הענים ווי א חסרון אין אנדערע מצוות. און איינער וואס ספעציאליזירט זיך און שמירת העניים איז ביי מיר נישט בעסער ווי איינער וואס ספעציאליזירט זיך און שמירה מאיסור בורר בשבת. (און אפשר גאר ערגער, ווייל א גרויסער טייל דערפון איז אפט מאל פארבינדן מיט סעלפישנעס איגאו און גאות).
דאס פארגעטערן איינעם ווייל ער איז "ריין" מיט אפגעהיטענע אויגן מאכט מיר קראנק. די חברה פעשענען זיך מיט "לויטערקייט" און איך דארף כאפן התפעלות.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
וואס איז צו פארשטיין?! אויפן אינטערנעט איז דא א שטארקע מעגליכקייט נכשל צו ווערן בדברים התלויים בבצים, נו, א ריסק עובר צו זיין איסורים מיט א שטארקע הארמאנישע עפעקט. און ווער עס ווערט יא נכשל און דעם למחצה לשלש ולרביע וועלן אים די הארמאנען נישט לאזן פאפן דעם עולם ארום מיטן הייליג פנים
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim האט געשריבן:וואס איז צו פארשטיין?! אויפן אינטערנעט איז דא א שטארקע מעגליכקייט נכשל צו ווערן בדברים התלויים בבצים, נו, א ריסק עובר צו זיין איסורים מיט א שטארקע הארמאנישע עפעקט. און ווער עס ווערט יא נכשל און דעם למחצה לשלש ולרביע וועלן אים די הארמאנען נישט לאזן פאפן דעם עולם ארום מיטן הייליג פנים
אה, גוט. פארשטייסט נאך לויט דיינע השגות.
ערעב מושב, אלץ אן עלטערע באטשי זאג איך דיר אז די פארשטייסט נישט צו אונזערע אייניקלעך......
יעצט אז איך רעד שוין צו דיר, וועל איך דיר מסביר זיין א פשוטע זאך וואס איך זע אז די פארשטייסט נישט, ביי אונז אידן האט האט מען אייביג געוויסט אז עניני קדושה איז די יסוד פונעם מענטש און פון עבודת השם, וכשחרב היסוד נחרב כל הבנין.....
יעצט אוודאי דארף זיין מידות אויך, און אויב איינער איז (שפיעלט) ערליכע יוד אבער האט נישט קיין מידות איז ער קיין מענטש נישט, אז עס איז בכלל א שאד צו רעדן פון אים דא, און וועגען דעם זאגן מיר יעדן טאג, לעולם יהא אדם: קודם זיי א מענטש, ירא שמים: און נאכדעם אז ווילסטע ארבעט אויך אויס דיין יראת שמים וכו׳.

איז מעגליך צו גיין ארבעטן אין מאנהעטן אן נכשל ווערן?
איז געווען איינער פון די פריערדיגע רבנים וואס זענען געווען דערקעגן ווען אונזערע עלטערן וואס האבן געארבעט אין מאנהעטן?
האבן איינער פון די פריערדיגע רבנים ארויס געגעבן א איסור קעגן גיין קיין וועגאס פאר ביזנעס?
פארוואס זענען אונזערע עלטערן געפארן צום יריד? האבן זיי דען נישט געוויסט אז דארט מ׳קען דארט זעהן זאכן וואס ביי זיי אין שטעטל האט מען נישט געזעהן אין דרייסיג יאר?

און אלטס א גוטע סימן וועלכע רבי איז טאקע א ערליכע יוד, קען מען קוקען אויף די מידות זייערע, איך האב נאכנישט געטראפען א עכטע בעל מידות וואס איז נישט א אויסגעארבעטע אפגעהיטענע ערליכע יוד.
(איך מיין נישט דוקא א קדוש מרחם אמו, איך רעד פון נארמאלע מענטשן וואס זענען געבוירן געווארן צו טאטע-מאמע פונקט ווי אונז מיט די זעלבע, אדער נאך שטערקערע, נסיונות ווי אונז, אבער זיי האבן עס גוט אויסגעארבעט אלטס בחור אדער אלטס יונגערמאן.

בן אדם האט געשריבן:עזריאל, דו רעדסט נאר פון דעם שמירת עינים פראבלעם, אבער וואס איז מיט ביטול זמן (תורה ומלאכה)? און אמאל משפחה פראבלעמ'ס ווי איגנארן די ווייב און קינדער ? און די יריד איז נישט געווען דער עדיקשאן, אפילו מ'זאל ווען מיטנעמען דאס ווייב און קינדער דארט.
ווייל פון דאס רעדט די אשכול. פון שמירת עינים. נישט פון ביטול זמן וכדו׳
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
- האט שוין געלייקט: 868 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל
הוגה האט געשריבן:אינטערנעט איז ווי די נו יארקער גאסן. אינטערנעט אן א פילטער איז כולל אלע גאסן, אינקלאדינג די beach און אויך די גאסן וואו זונות דרייען זיך. אינטערנעט מיט א שוואכערע פילטער שפארט אויס די שמוץ אבער עס לאזט איבער די די מאנהעטענער גאסן. אביסל א שטערקערע פילטער שפארט אויס מאנהעטן און לאזט איבער ברוקלין. דזשעי נעט לאזט איבער פלעטבוש און בארא פארק. גדר און משומר לאזן איבער נאר וויליאמסבורג און קרית יואל. א ווייט ליסט איז ווי נעמען א קאר סערוויס מיט פירהענג אויף די פענסטער צו גיין אין באנק וכדומה. א יעדער איינער האט אינטערנעט לויט וויאזוי זיי גייען אין גאס. טאהש'ער רבי און אנדערע עכט אפגעהיטענע אידן גייען אפילו נישט אויף די גאסן פון וויליאמסבורג, און אזעלכע מענטשן וועלן טאקע קיין אינטערנעט נישט האבן.
Wow
הערליכע געשמאקע הסבר און משל, אויגן באלייכטענד און נעמט אוועק די אינטערנעט היסטעריע