יאיר האט געשריבן:אויף בחירה (וואס איז נאר אויף מענטשן און נאר אין ספעציפישע פעלער) קען מען שטענדיג זאגן אז סייענס האט נאכנישט אויפגעוויזן אז אלע באשלוסן פון א מענטש זענען תלוי אין דעטערמיניסטישע געזעצן.
א מענטש איז געמאכט פון פיזישע חומר, אריינגערעכנט די עלעקטריקל אימפאלסעס אונ׳ם מח וואס מיר רופן אן ״טראכטן״. מיר פארשטייען
אלע כוחות (forces) וואס ארבעטן אויף פיזישע חומר און אלע געזעצן וואס רעדן פון די כוחות זענען דעטערמיניסטיש. אויב איז דא אן אנדערע כוח וואס קען האבן א השפעה, א גורם, (interact) אויף חומר איז דאס דאך בע״כ א פיזישע כח ביי דעפינישן. וואלט מען דאך דאס געדארפט באמערקן אדער מעסטן ערגעץ דארך א force field אדער וואס, פונקט ווי מיר קענען מעסטן די אנדערע פיר פונדעמענטאלע כוחות, נישט אזוי? אנדערש מוז מען זאגן אז דער מח איז א ספעציעלע מין חומר אנדערש פון
אלע אנדערע פיזישן חומר, אבער מיר ווייסן דאך אז ס׳נישט אזוי.
ממ״נ, קען דער מיסטעריעזע כח אינטערעקטן מיט פיזישע פארטיקלס? וואלט דאך פיזיקס געוויסט דערפון. אדרבה, לאמיר עס מעסטן און פארשטיין. א פופטע פונדעמענטאלע force! אויב קען עס נישט אינטערעקטן (און ממילא קען מען עס נישט מעסטן), קען דאך דער כח נישט האבן אן השפעה אויף א קרוץ מחומר. (און די קשיא בלייבט די זעלבע אויב מען רופט אן די מיסטעריעזע כח ״נשמה״ אדער סיי וואס, פארשטייט זיך. ממ״נ, אינטערעקט די כח מיט פיזישע חומר, אדער נישט.)