פריעד באטשי האט געשריבן:ערעב מושב, אלץ אן עלטערע באטשי זאג איך דיר אז די פארשטייסט נישט צו אונזערע אייניקלעך......
יעצט אז איך רעד שוין צו דיר, וועל איך דיר מסביר זיין א פשוטע זאך וואס איך זע אז די פארשטייסט נישט, ביי אונז אידן האט האט מען אייביג געוויסט אז עניני קדושה איז די יסוד פונעם מענטש און פון עבודת השם, וכשחרב היסוד נחרב כל הבנין.....
יעצט אוודאי דארף זיין מידות אויך, און אויב איינער איז (שפיעלט) ערליכע יוד אבער האט נישט קיין מידות איז ער קיין מענטש נישט, אז עס איז בכלל א שאד צו רעדן פון אים דא, און וועגען דעם זאגן מיר יעדן טאג, לעולם יהא אדם: קודם זיי א מענטש, ירא שמים: און נאכדעם אז ווילסטע ארבעט אויך אויס דיין יראת שמים וכו׳.
"אלעמאל געוויסט אז דאס איז דער יסוד אין עבודת ד' ",
מהיכי תיתי? פון די עשרת הדברות? פון די סיפור מעשה בראשית? פון סיפור המבול וואס לא נחתם גזר דינם אלא על הגזל? פון פרשת משפטים? פון בניית המשכן? פון די פרשיות הקרבנות? פון די פרשיות מצורע? (דו געדענקסט וואס מען האט געלערנט אין חדר פארוואס קרעץ קומט). פו די שלל מצוות אין קדושים אמור בהר?(אפילו דער ווארט קדושים איז נישט פשוט אז עס מיינט בלויז שמירת הברית). פון די ברכות און קללות אין בחקותי?
אפילו די פרשה פון די בנות מדין באציט דעם עיקר חטא צום עבודת הפעור . און די מעשה דוד ובת שבע בעיקר צום תחבולת הרצח אויף בת שבע'ס מאן. נאר ביי ביידע מעשיות איז דער גורם צו די טראגישע חטאים געווען א קלענערע חטא וואס דאס איז זנות וואס איז אזוי ווי געלט און כבוד מטריפין דעתו של אדם.
פרשת דברים און רוב מוסרי הנביאים זענען בעיקר עוסק אין עבודה זרה, כישופים, און הנהגות אכזריות ומשונים ממעשה הגוים השכנים.
איז תהילים משתוקק אויף נזירישע ריינקייט אדער אויף תורה אהבת ד' און גוטסקייט?
איז דער סיפור פון איוב איבער א נסיון אין שמירת הברית, אדער אין בטחון אין באשעפער?
שמירת העניים והברית איז טאקע נישט קיין אויסגעטראכטע מצווה, עס איז א געהעריגער טייל פון תורה, אבער עס איז קלאר אז עס איז ביז די לעצטע פאר הונדערט יאר נישט געווען עפעס א אויסערגעווענליכער יסוד פון יהדות. מעגליך דער יסוד פון נזירות וואס דאס איז א לייף סטייל פון זעלבסט הקרבה פארן אייבערשטן, וואס איז כולל הפרשה פון אנדערע תענוגים אויכעט.
איך בעט דיר, טרעף מיר נישט אין די אלע פרשיות דא אין דארט קרישקעלעך פון עיניני שמירת הברית, ווייל די רעדע איז דאך דא צו דאס איז דער יסוד. און אוודאי קום נישט מיט קיין אריין געטייטשטע דרשות און רמזים לטובת שמירת הברית פון לעצטיגע בעלי דרוש וחסידות.