[center]
קודם כל, דארפן מיר זיך אלע שטעלן אויף די פיס, אויסטון די הוט, אויסגלייכן דעם אויבער-ראק, אויסקלארן דעם שטימע, און אויסשרייען מיט איין קול: איש יהודי ['יידל'] היה בקאווע שטיבל ושמו [tag]יידל[/tag]!!! [/center]
דער שיינער ארבעט, הערליכער אויסשטעל, הפלא'דיגע שפראך, און פארשטייט זיך: די מקיף'דיגע בילד, וויאזוי קונה צו זיין חכמה ומדע, תורה והיסטוריה, פיוט והשקפה, איז עפעס
שלא מעלמא הדין. אגדיר את עצמי, אז כ'בין להדיא נישט מסכים צו יעדעס ווארט, סיי אין זיינע לינקס, און סיי אין זיין יעוד. אבער ס'איז נאכאלס א דבר השלם וואס איז באמת באגריסנד.
און יעצט, אפאר הערות והוספות:
1.
באופן כללי, ווייס איך נישט צו דער לייזונג וואס דו צייכנסט צו, וועט צופיל העלפן. דאס איז זיכער, אז אויב דו רעדסט צום געליטענער זעלבסט, דהיינו א יונגערמאן וואס זעט אז דער פסוק 'ואת ערום ועריה' מיינט אים, דאן זענען דיינע געדאנקען כמים קרים על נפש עייפה. אבער למעשה איז דאס נישט דער לייזונג צו אונזער פלאג: 'ואת עמלינו אלו הבנים', און אויב דו האסט נישט קיין מהלך פאר די קומענדיגע דורות, נאר פאר יעדן יחיד פאר זיך, דאן איז דאס נישט 'דער' מהלך. ווייל א מצב פון 'אחד היה אברהם' קען נישט זיין קיין נחלת הדורות, און בהכרח אויך נישט דער ריכטיגסטער צוגאנג צו אונזער חינוך סיסטעם. אבער סיי וויאזוי ס'זאל זיין, עפנסטו א פתח אז מ'זאל קענען מחנך זיין די קינדער אביסל מער אפן ווי דער חדר חינוך, און כל שכן אז דאס קען העלפן פאר יונגעלייט שנפקחו עיניהם לראות טוב ורע און נאך פארבן און קאלירן.
דאס איז מער אין די פילאזאפישע חלק. לאמיר אביסעלע מוסיף זיין אויף דיינע מראה מקומות.
2.
וועבזייטלעך: משום מה האסטו נאר צוגעצייכנט ענגליש אדער אידיש רעדנדע וועבזייטלעך. אבער אויב ביי ספרים און אנדערע האסטו זיך פארלאזט אויפן ליינער'ס כח אין לשון הקודש - עברית, דאן איז דאס זעלביגע ביי וועבזייטלעך. לדעתי איז גאר וויכטיג צו צוצייכענען צוויי וועבזייטלעך אין עברית, וואו די פארומ'ס זענען מלא וגדוש מכל טוב וטוב.
בחדרי חרדים, האט צוויי אינהאלטסרייכע פארומ'ס:
ספרים וסופרים, און
עצור כאן חושבים. דאס ערשטע איז מער זיך אנצופאקן מיט ידיעות שונות און היסטאריע וכדומה, און איז מער אזוי גערופן 'על טהרת הקודש'. דאס צווייטע איז מער ראציאנאלישע שמועסן, מיט חקירות און ידיעות שונות, וואס גייט אריין אין השכלה פעלד.
פורום אוצר החכמה, האט צוויי אינהאלטסרייכע פארומ'ס:
מטפחת ספרים ועיטור סופרים, און
משפחות סופרים. דאס ערשטע איז א געמויזשעכץ פון ידיעות שונות, חקירות, אינטרעסאנטע אפהאנדלונגען. דאס צווייטע איז בעיקר היסטאריע אויף גדולי ישראל ואנשי שם. ביידע זענען מער על טהרת הקודש, כאטש ס'איז סאך מער ליבעראל ווי אייוועלט. זייער מעלה באשטייט אויך פון דעם, אז צווישן די חברים דארטן געפונען זיך ערנסטע חוקרים, תלמידי חכמים, וידענים. א שטייגער ווי
יעקב ישראל סטל.עס איז כדאי אנצומערקן, אז וואס פריער דו וועסט צוריקגיין מיטן דאטום, וועסטו בדרך כלל אנטרעפן מער זאפטיגע אשכולות, וויבאלד די מער קאנטראווערסיעלע נושאים זענען שוין אדורכגעטון געווארן פריער.
3.
ביכער: איבער בני בראון'ס בוך איבערן חזון איש, האט זיך אפגעטון טישן אויף בענק. גוט וואלט געווען צוצוצייכענען אז אסאך פון זיינע ווערטער האבן זיך אויסגעשטעלט אומריכטיג. דאן האט א יונגער כוכב עולה,
יהושע ענבל, היינט צוטאגס שוין מער בארימט - בעיקר דורך זיין ספר 'תורה שבעל פה' וואס איז שטארק רעקאמענדירט, אים היבש שטארק אפגעענטפערט [צווישן אנדערע].
איך וואלט צוגעלייגט
אברהם מאפו - איינער פון די גאר בארימטע משכילים, מיט א פעדער וואס האט נישט זיינס גלייכן - מיט זיינע ביכער. בעיקר האט מיך באנומען זיין גאר בארימטן
אהבת ציון, א בליק איבערן לעבן בזמן המקדש, מיט זיין פליסיגן פעדער וואס געבט דיר גאר אסאך צו אין א היבשע פאר הינזיכטן.
4. אז מען רעדט פון
יל"ג =
יהודה לייב גארדאן, איז נישט שייך נישט צו דערמאנען איינע פון זיינע ציפעדיגסטע שירים:
'קוצו של יו"ד'. גאנצע מאמרים זענען געשריבן געווארן איבער דעם, לכאן ולכאן, און ווערט נאך היינט באטראכט פאר א מייסטער שטיקל ארבעט.
5.
פילמס: איבער Fiddler on the roof. לדעתי, חוץ פונעם עצם אומריכטיגן בליק באופן כללי וואס דאס געבט אויפן חיי יום יום פון אמאל [און כ'רעד נאכן ליינען בפשטות איבער 100 ביכער פונעם אמאל. רובם ככולם פון פרייע שרייבער], איז דאס ממש געמאכט פאר א היינטיגער טאם-דיק-ענד-העררי, וואס וויל 'דערשנאפן' דעם אלטער היים. די נארישע ראמאנטישע שטיקלעך פארשעמען דאס איבריגע. גענוג צו זען טאקע די אלטע פילם פון טוביה, צו כאפן דעם ריכטיגן בליק, און ווי ווייט די נייע איז פאלש.
The Ten Commandments איז טאקע אריין גאר שטארק אין די היסטאריע. באוואוסט איז די טענה אז זיי האבן נישט געמאכט א מצב ביים מעמד מתן תורה, אזוי אז דאס געבט א בילד ווי להבדיל ווען יאשקע האט פארקויפט זיינע לאקשן פאר אפאר אומוויסנדע אראבער, נישט ווי דער תורה לייגט אראפ מעמד הר סיני.
6. צווישן די
זינגער'ס אין ישראל שטארט ארויס
שלומי שבת, און זיין ניגון:
אין עוד מלבדו. די מזרחי סטייל האסטו גענצליך איגנארירט.
7. צווישן די יסודות'דיגע
פלעצער וואו מ'דארף באזוכן צו כאפן א שטיקל בליק אויף עפעס מער ווי אונזער סארט אידישקייט, דארף מען באזוכן אין יהודה ושומרון, אין מזרח'יסטישע יישובים. א שטייגער ווי
אלון מורה,
שילה,
כפר תפוח, און נאך [כ'האב אנגעכאפט וואס איך געדענק אלס אינטרעסאנט]. דאס עפנט א נייע טיר, צו עפעס מער ווי מאה שערים.
-----------
8. צום לעצט: א דאנק ר' יידל'ן, האט מיר באפאלן א חשק צו שרייבן אן אייגן למעשה. כ'האב אפילו נישט געוואוסט אז אזא זאך עקזיסטירט, ביז יידל האט עס ארויסגענומען פון בוידעם. די שאלה איז צו א נייע שרייבער וואס איז נאך דאן נישט דא געווען, קען אויך שרייבן, און אויך צו דער עולם איז אינטרעסירט אין מיין 'למעשה', און נאך אלעמען: צו האב איך עפעס א למעשה'דיגע געדאנק צו פארקויפן...
אדרבה, זאגט איר.