יידל, איך שענק דיר אצינד די נאבעל פרייז פון קאווע שטיבל. קענסט קומען אפנעמען דיין מעדאל און מעלאנע. אמאל לייענט מען אן אשכול און ווען מ'פארטיגט זוכט מען נאך אן אשכול צו לייענען. דער אשכול וועט מיר געבן שטאף און חומר למחשבה פאר די קומענדיגע פאר וואכן, לכל הפחות.
איך זוך א בוך וואס זאל אויפקלערן פארוואס ס'לוינט זיך בכלל צו וועלן לייענען א בוך אויסער מנחם מענדל. די בוך טאר נישט זיין אין פארעם פון א בוך, ווייל דאן איז עס ר"ת כל באיה וכו', אפשר אין פארעם פון א דבר יום ביומו אדער ענליכס. איך וועל דעם בוך ארום ווארפן אין די שוהלן און ישיבות.
בעל מדות האט געשריבן:א מיליאן דאלער'דיגע פראגע: וואס האט א מענטש פון אריינלייגן אומגעהויערע שווערע ארבעט, כוחות, לאנגווייליגע צייט פארלירעריי, און א קייט פון מן הסתם צוואנציג שעות לבטלה, שלעפן לינק'ס, און קריכן אין וועבזייטלעך און אזוי ווייטער, צו "אויפקלערן" מענטשן וועם ער קען נישט?, וואס וועט אים ברענגען דאס איז איך וועל זיך אונטערזינגען ירשלים של זהב... ביים איינטונקען די איי אין די אש?, וואס וועט אים ברענגען אז נאך איינער געוואויר ווערן איבער אלע סארט איבלען קעגן אינזער שטאנדהאפטיגע אמונה?
דאס איז א למעשה ארטיקל וויאזוי זיך אן עצה צוגעבן מיט די פראבלעמען אין אונזער קולטור וואס ראובן האט אנגעמערקט און נישט אויף וואס אינזין צו האבן ביים עסן די איי
פישלע העררינג האט געשריבן:אויב איך מעג מוסיף זיין אויף דיינע קילורין, יידל, וואלט איך אפשר מסביר געוועהן אז עס איז דא אויפגעקלערטקייט לשם אראפקוקען אויף יושבי חושך. כלומר, ס'דא וואס זענען מזלזל אינעם עשרה בטלנים עסק, אינעם אמונה פשוטה'דיגע צוגאנג צו אידישקייט, און דאס זיך בילדען איז א דירעקטער אפענטפער און מחאה אויסדרוק ווי איינער וואלט געמאכט אן הכרזה צו די בטלנים דין ודברים אין לי עמך.
עס איז אבער אויך דא א אויפגעקלערטקייט, עט ליעסט כ'רעד פאר מיך אליינס, וואס קומט בלויז פון א נפשיות'דיגע צורך צו וויסן. אזעלכע מענטשען זוכן נישט צו אראפקוקען אויף די פארמאכטע סדר החיים, להיפך, דאס איז די סיסטעם, אזוי איז גוט, אמונה פשוטה איז די זאך, אמונת צדיק הדור ארבעט, וכו' וכו'. אבער דאך ווייסט מען וואן פלוס וואן. מען ווייסט אז סליפקין לאכט אפ דעם נודע ביהודה'ס שיעור זית, אבער מען לאכט נישט מיט. מען איז בלויז באוויסענד דערצו אז יש ויש, ואלו ואלו, וחכמת הנודע ביהודה במקומו עומדת לעד הלכה למעשה.
וואס פעלט אויס די אלע ספרים און בלאגס וואס ציווארפן די ארטעדאקסישע יסודות, למשל "ווער האט געשריבן די תורה" וכד'? ווי איך פארשטיי רעדט מען דא פון אויףעפענען די מח און פארברייטערן ידעות כדי משלים זיין אלעס וואס מען האט אונז נישט געלערנט. רוב מענטשען אויפן גאס ווייסען נישט און איטערסירט נישט וויפיל פון די אני מאמין מדראף גלייבן, ווי אזוי די בייבל איז געווארן ציזאמגשטעלט.
דער ליסטע איז אויסדריקלעך נישט געצילט אלס א כזה ראה וקדש באקעט-ליסטע. איך, און רוב פון די וועלכע האבן צוגעלייגט אין די תגובות, האבן פרובירט צו געבן א ברייטן אויסוואל פון פארשידענע סארטן זשאנרעס און סטילן. איינער איז פאראינטערעסירט אין אקאדעמישע ווערק, א צווייטער אין היסטארישע געשיכטעס, און א דריטער אין אונזער ליטערארישער אוצר. די וואס זענען נישט גרייט אדער אינטערעסירט זאלן בהחלט נישט קוקן. איך וועל זיין אויפריכטיג: א גרויסן טייל פון די מוזיק אויפן ליסטע אינטערעסירט מיר נישט. כ'האב געהערט איינס צוויי ניגונים פון יעדן, אבער ווייניג פון זיי וועלכע כ'גלייך איבערצוהערן איינמאל און נאכאמאל. און דעריבער איז וואס? זאל איך עס נישט ארויפלייגן אויף די ליסטע? כ'האב פרובירט צו גיין נאך אזעלכע ביכער און נעמען וועלכע האבן געהאט אדער קענען האבן אן אומגעהויערער השפעה, יעדער אין זיין וועג.
למעשה ווען אונזערע זיידעס וואלטן דאס אלעס געליינט וואלטן מיר נישט געווען קיין ארטאדאקסישע אידן..כלפי מה דברים אמורים אז די חתם סופר האט לכאורה זייער גוט סטראטעגיש באהאנדעלט די מצב...