א מופת(???) פון איינע פון די צדיקי הדור זצ"ל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

א מופת(???) פון איינע פון די צדיקי הדור זצ"ל

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]דער מעשה איז א אמת'ע מעשה וואס איך ווייס די נעמען פון די מעשה. אזוי אויך קען איך עטליכע משפחה מיטגלידער פון די מעשה.

איך גיי שרייבן די מעשה בעילום שם. אויב איינער ווייסט קלארע פרטים פון די מעשה און וועט מיר פרעגן אישי, וועל איך אים בל"נ ענטפערן.

איינער פון די צדיקים פון דעם דור האבן חתונה געהאט זיווג שני מיט א פרוי. איינער פון אירע קינדער האבן ליידער נישט זוכה געווען צו האבן קינדער. זי האט אלס מזכיר געווען ביים איר מאן די הייליגע רבי, אבער די ישועה איז נאך נישט אהנגעקומען.

איז איר איינגעפאלן א בייפאל כדלהלן. היות עס איז געווען א רבי'שע שטוב האט זיך דארט געדרייט מענטשן. האט זי אהנגעמאכט א מעשה אז עס איז געווארן א מצב אז דער מאן דער רבי האט געטענה'ט אז זי האט זיך מייחד געווען מיט א צווייטע מאן. זי האט געטענה'ט אז עס איז נישט אמת און זיי האבן פארגעלייגט טענות פאר א רב. דער רב האט מברר געווען אלע פרטים און געזאגט אז זי איז גערעכט און זי האט גארנישט געטוהן שלעכט. האט זי געזאגט אז ביי סוטה שטייט אז אויב די פרוי איז ריין באקומט זי א ברכה פון קינדער און זי האט פארלאנגט פון איר מאן די רבי אז ער זאל ציזאגן אז איר קינד גייט געהאלפן ווערן מיט קינדער. דער רבי האט צוגעזאגט פאר די רעבעצין אז איר קינד גייט געהאלפן ווערן מיט קינדער. וכן הוה ביז א יאר איז ביי זיי געבוירן געווארן א קינד למזל טוב.

דאס איז איין חלק פון די מעשה. די מעשה ווערט פארציילט ביי א סאך חסידים פון די רבי.

יעצו צום צוווייטן טייל פון די מעשה.

די קינד האט געוויסט אז זיי קענען נישט האבן א קינד. האט ער געבעטן פון זיין ברודער אז היות ער האט זייער א סאך קינדער בעט ער אים אז די נעקסטע קינד זאל ער אים אוועקגעבן. עס איז געווען א שווערע החלטה אבער מיט די שטופ פון א זיידע דארט איז געווארן מוסכם אז אזוי וועט מען טוהן.

הקיצור די צוויי שוועגערן'ס זענען געווארן מעוברת די זעלבע צייט. איינער האט געשפילט מעוברת און די צווייטע איז עכט געווען מעוברת. די שמחה אין די משפחה איז געווען גרויס אז די קאפל איז נפקד געווארן. למעשה האט זי געשפילט פאר ניין חדשים. ווען עס איז געקומען די זמן לידה האט די עכטע מאמע געבוירן. אבער געזאגט האט זי אז ליידער איז עס געווען אן הפלה. און די עקרה האט נישט געבוירן און זי האט באקומען דאס קינד פון איר שוועגערן.

אזוי איז די מופת צושטאנד געקומען.

דער מעשה האט נאך גאר א סאך פרטים, ובעיקר די נאכווייען וואס דאס האט געהאט אויף די צוויי משפחות. איך גיי נישט שרייבן צוליב חשש אז די נאמען וועט נתגלה ווערן. ואידך פירושא זיל גמור.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר