די אינוואזיע אין נארמאנדי

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

די אינוואזיע אין נארמאנדי

שליחה דורך בעל מדות »

די וועלט'ס היסטאריע צייכנט אפ גאנצע איין און זיבעציג יאר פון די גאר בארימטע "די דעי" אדער באקאנט אלץ די אינוואזיע אין נארמאנדי, יעדער וואס האט שוין אראפגעלייגט זיינע אויגן אויף היסטאריע ביכער האט זיך שוין זיכער באגעגנט דערמיט, זי האט דערלאנגט דעם לעצטן טויט קלאפ פאר נאצי דייטשלאנד און געפירט צו די ענדע פון די צווייטע וועלט מלחמה.
פאר די וואס זענען אבסעסד מיטן שואה איז עס א בינטל היסטאריע וואס זיי פארשן און פרובירן דערגרונטעווען מען ווערט כסדר געוואויר נאך חידושים וואס זיי האבן נישט געוויסט ביז דאן, קוקנדיג. דאקומענטאציעס און לייענען אסאך דערוועגן.

דא אין קאווע שטיבל שרייבט [tag]קאך_לעפל[/tag]
***
"פונעם היינטיגען טאג, פאר 69 יאר צוריק, האבן 156,000 אליאירטע טרופן געלאנדעט אין נארמאנדי, א קליין שטעטל אין פראנקרייך, וואס געפינט זיך ביים ברעג פון דעם אטלאנטישן ים.

די אינוואזיע איז אנגעפירט געווארן דירוך דעם וועלט'ס בארימטען אמעריקאנער גענעראל דעווייט איייזענהאוער, מיט זיין הויפט געהילף און פערזענליכע גוטער פריינד גענעראל אמאר ברעדלי, זיי האבן אינאיינעם שטודירט אין דעם מיליטערישען אקאדעמיע וועסט פוינט, וואס געפינט זיך אין אפסטעיט ניו יארק, ביי די ברעגען פונעם האדסאן טייך.

די אליאירטע כוחות האבן גאנץ שנעל דורך געבראכן די פארטיידיגונגס ליניעס, וואס דער בריליאנטן דייטשער גענעראל ערווין ראמעל האט אויף געשטעלט צו שיצן אויף די ברעגעס, פון אייראפע, און זיך גענומען מארשירן פאראויס.

די אליאירטע טרופן האבן דורך מארשירט גאנץ אייראפע, און געיאגט די דייטשע מיליטער מיט שנעלקייט, ביז צו זייער הויפט שטאט בערלין, און באפרייט אייראפע פון טיראניע, און דערשטיקט דעם דייטשן שלאנג, ביז צו די ענדע.

אין דעם ניינטן טאג אין מאי איז דער דייטש געפאלן, און די מלחמה האט זיך גענדיגט מיט א שטארקע זיג פאר די אליאירטע כוחות."

[center]* * *[/center]

אינעם אידישן וויקיפעדיע ווערט די אינוואזיע גאר קורץ באשריבן פעלנדיג פון אינפארמאציע, אט איז וואס זיי ווייסן:

"אום יוני 6, 1944 (באקאנט אלס דער די דעי האבן די אליאירטע אויפגעעפנט א ברוטאלן און ווירקזאמער פראנט פון מערב זייט אריבערשווימענדיג פון ענגלאנד צו דעם פראנצויזישן פארט אין נארמאדיע האפפען. ווי עס הייסט היינט, זענען איבערגעבליבן פון דעם לאנדונג עטליכע הונדערט טויזנט טויטע, אבער דאס איז געווען דער פאטעלער טויט קלאפ פאר די נאציס מיט דעם גאנצן פאשיסטישן אקס, דאס איז געווען אויסגערעכנט ביזן קלענסטן דעטאל דורכך דעם בארימטן גענעראל און שפעטערדיגער פרעזידענט דווייט דעיוויד אייזנהאוער, און פון דארטן און ווייטער איז שוין אלעס געגאנגען ווי געשמירט און ביז א צירקע עלף מאנאטן אום מאי 8, 1945 האט שוין דייטשלאנד אונטערגעשריבן דעם וואפן שטילשטאנד אפמאך."

אויך ביי די בלאט פון די לעגאנדארע פרעזידענט אייזענהאוער שרייבן זיי ווי פאלגענד:
א גרויסע שטאטסמאן, ער איז געווען א גלעצענדער הויפט גענעראל אין דער צווייטער וועלט מלחמה, אסאך ווערט צוגעשריבן צו זיין קרעדיט אויף דער אויסגאנג פונעם קריג, ער האט אויספלאנירט און אויסגעפירט דער אנטשיידענער קריג 'די דעי', זיין דרשה וואס ער האט געהאלטן אנהייב טאג דעמאלטס ווערט אסאך געדענקט.

אויף א"וו שרייבט "שמאטע" זייער שיין איבער די דעי. אט שרייבט ער:

די דעי, די טאג פון די אינוואזיע ווען די אליאירטע ארמייען אנגעפירט דורך "גענעראל דווייט אייזענהאוער" דער שפעטערדיגער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטען - האבן זיך אריבערגעריקט דעם 'ענגליש טשענעל' אריבער צי פראנקרייך, מיטן ציל צו עפענען א מערב פראנט אנטקעגן די דייטשן (נאך די נאכאנאנדע געבעטן פון רוסלאנד) און אזוי ארום האפענטליך פארשנעלערן די ענדע פון די מלחמה, און אפשטעלן די קאפריזן פון היטלער'ן.

די אליאירטע האבן געלאנדעט אין "נארמאנדי" (דאס איז אויף דרום-מערב זייט פון פראנקרייך), און פון דארט האבן זיי אנגעהויבן מיט די מארטש מיטן ציל אויסצולייזען פראנקרייך, און דערנאך זיך צו נעמען צו דייטשלאנד.

די ארמייען זענען געווען אנגעפירט דורך די גענעראלן: "אומאר ברעדלי" פאר די אמעריקאנער, און פיעלד מארשעל "מאנטגאמרי" פאר די בריטישע און קאנאדישע.

די פראנט איז בעיקר באשטאנען פון דריי סעקשאנס, די בריטישע און קאנאדישע זענען געווען פלאצירט אויף א דריטל פונעם פראנט אויף די צפון זייט, און די אמעריקאנע זענען געווען פלאצירט אויף די אנדערע צוויי דריטל פונעם פראנט, דאס הייסט די סענטער, און אויף די גאנץ דרום זייט פונעם פראנט. אלעס אינאיינעם איז די פראנט געווען א שיינע פאר 100 מייל אויסגעצויגן פון צפון צו דרום.

אין אוגוסט 1944 האבן די אליאירטע שוין כמעט געהאט באפרייט גאנץ פראנקרייך, און מען האט זיך גענומען גרייטן אויף די שווערסטע פאזע פונעם קריג, ווען מען וועט אריבערגיין די דייטשע גרעניצן.

די גרעסטע שוועריגקייט וואס איז געשטאנען פאר די אליאירטע גענעראלן און סטראטעגיסטן אויפן מחשבה איז געווען די "טייך רהיין", דאס האט זיי זייער באאומרואיגט...

די טייך רהיין לויפט דורך כמעט גאנץ דייטשלאנד (פון צפון צו דרום) וואס דאס האט געמיינט אז די דייטשן גייען זיך דערמיט באנוצן אלס א 'נאטירליכע מויער' אין פאל זיי דארפן זיך צוריקציען טיפער אריינציהר אין לאנד. און אויב דאס פאסירט, דאן מיינט עס אז מען קען זיך רישן אויף נאך טויזענטער טויטע און פארוואונדעטע סאלדאטן ביי די שלאכטן אריבער דעם רהיין!

איז מאנטגאמרי אויפגעקומען מיט א פלאן, וואס האט געלויטעט אז די אליאירטע זאלן אנשטאט גיין גראד צו "מזרח" אריין אין דייטשלאנד, וואס דאן האבן זיי די 'רהיין' פארנט פון זיי, זאלן זיי פרובירן צי שיקן אן ארמעי ארויף צו צפון... און אזוי וועלן זיי אנקומען העכער ווי די רהיין הייבט זיך אן... און אזוי וועלן זיי אויסקרויזן דעם רהיין! און מען איז אין דייטשלאנד אסאאאך פריער!

צו פארשטיין דעם פלאן, נעמט למשל א שטרוי און לייגט עס פארענט פון אייך אויף די ברייט – פון לינקס צו רעכטס – יעצט, די פלאן פון מאנטגאמרי איז געווען, אז אנשטאד גיין גראד פאראויס אריין אינעם שטרוי, זאל מען קודם זיך דרייען לינקס, ביז מען קומט אן ווייטער פון די שפיץ פונעם שטרוי, און דאן וועט מען זיך צוריקדרייען צו פארנט!

למעשה איז אבער אייזענהאוער נישט געווען עפעס איבעריג ענטוזיאיסטיש איבער די פלאן, און אויך האבן די אמעריקאנע גענעראלן נישט געהאלטן דערפון, ווייל דאס וואלט פארלאנגט אז זייער אסאך סופליי (בעיקר געז און עמיונישען) וואס וואלט געדארפט גיין צו זיי זאל יעצט ווערן געשיקט צו די בריטישע... אבער צום סוף האט ער נאכגעגעבן.

די סטראטעגיע האט געזאלט זיין ווי פאלגענד.

3 עירבארען דעוויזשאנס (Airborne) וועלן אריבערפליען די דייטשע פראנט אויף צפון זייט פון די אליאירטע, און זייער ציל וועט זיין צו פארזיכערן אלע ברידזשעס וואס זענען אין יענע געגענט.
אין די זעלבע צייט וועלן אפאר "טענק דעוויזשאנס" און "אינפענטרי דעוויזשאנס" זיך ארויסלאזן אין א סורפרייז אטאקע און פרובירן אדורכברעכן די דייטשע פראנט, און זיי וועלן צילן ארויף צו צפון (כדי אנצוקומען ביזן שפיץ פונעם רהיין טייך).

די טאנקען האבן געדארפט פארן אויף די וועגן וואס פירט צו די ברידזשעס וואס די עירבארן טרופן וועלן פארזיכערן.

די דריי הויפט אבדשעקטיווס איז געווען:
1) די שטעטל "איינדהויווען", דאס איז די ערשטע שטעטל צו צפון פונעם פראנט,
2) ארויפציר צו צפון איז די שטעטל "ניימעגהען",
3) און די לעצטע שטעטל איז "אהרענהיין".

די דריי שטעט זענען געווען די צילן פאר די עירבארן, וואס אין די שטעט איז געווען בריקעלעך וואס זיי האבן געדארפט זיכער מאכן אז די דייטשען רייסן עס נישט אויף, כדי אז די טאנקען זאלן קענען אנקומען צום שפיץ.

סעפטעמבער 17 האבן זיך די עירבארן דעוויזשענס אויפגעהויבן פון זייערע באזעס אין פראנקרייך, און זיך געלאזט אין מלחמה!

די ערשטע פאזע – די חלק פון אראפלאזן די פערעטרופערס – איז געלונגען זייער סוקסעפול! ביז א קורצע צייט האבן זיי באוויזן צו איבערנעמען קאנטראל אויף "רוב" פון די ברידזשעס. יעצט איז געקומען די צווייטע פאזע פון די טאנקען, זיי האבן יעצט געדארפט עפענען א וועג און אנקומען איבערנעמען די פערעטרופערס.

למעשה איז די אקציע געווען א גרויסע דורכפאל, די טאנקען זענען אנגעקומען שפעט, דערווייל האבן די פערעטרופערס זיך געשלאגן מיט זייערע לעצטע כוחות, ביז מען האט צום סוף געמוזט ארויסיאגן פון דארט עוד נשמתם בם...

אסאך זאכן זענען נאך ביז היינט נישט פארשטענדליך, ס'הייסט אז די גענעראלן האבן פארזעהן וויכטיגע שפיאנאזש אינפארמאציע, און נאך זאכן וואס די פלאנירער האבן נישט גענומען אין אכט.

מיר ווייסן אבער אז מאת ה' היתה זאת, דער אייבערשטער האט געוואלט אז די מלחמה זאל זיך ציען פאר כמעט נאך א גאנצע יאר! און דעריבער איז די אקציע געווען א דורכפאל.

[center]* * *[/center]

מיינע אויגן זענען געפאלן אויף א שיינע ארטיקל פון די קאנאדישע נעיווי וואס שרייבט אראפ אינטערסאנטע נאטיצן איבערן אינוואזיע.
אט איז עס, איך לייג צו מיינע ידיעות און פאקטן פון אנדערע ערטער.

מיט איין און זיבעציג יאר צוריק, האבן טויזענטער קאנאדישע און אנדערע אליאירטע קרעפטן געשטורעמט די ברעגעס פון נארמאנדי צו שטעלן אן ענדע אויף די אקופאציע פון היטלער אויף אייראפע.
קאנאדישע טרופן האבן אנטיילגענומען אינעם מיסיע אינאיינעם מיט די בריטישע און די אמעריקאנע אליאירטע אטאקירנדיג די גערמאנישע ברעגעס צילנדיג דערמיט די דייטשע טרופן זייענדיג גוט אויסגעשטעלט איבעראל, מיט מאכטפולע פאזיציעס, די קריג האט אנגעהאלטן פאר לאנגע מאנאטן מיט מער פון ניינציג טויזנט פאטאליטעטן סערווירנדיג דעם קאמפיין.

פארגאנגענע יאר האט פרעמיער מיניסטער סטיוון הארפער אנטיילגענומען ביי א צערעמאניע פון די זיבעציג'סטע יארטאג פון די דעי אין נארמאנדי אינאיינעם מיט די לעצטערע וועטעראנען פון קאנאדע וואס האבן דאן געקעמפט אויפן פראנט און איבערגעלעבט, דער פ"מ האט אויסגעלויבט די טויזענטער טרופן וועלכע האבן געקעמפט פאר קאנאדע'ס פרידאם, און ער האט געאנערט מער פון פינף טויזנט בראווע קענעדיענס וואס האבן איינגעשטעלט זייערע לעבנ'ס דורכאויס די קריג.

"...עס איז שווער צו פארשטיין די בראווקייט דורכצוגיין מינע פעלדער אונטער א האגל פון פליעדיגע פייער און ראקעטן, ווערנדיג געצילט דורך טויזענטער שונאים מיט מאשין געווער ביים אנדערן זייט, פארן געברויך דורכצושטורעמען היטלער'ס אטלאנטישע וואנט... און דאס איז פונקטליך וואס די קענעדיענ'ס האבן געטון..." האט דער פרעמיער מיניסטער אויסגעפירט אין זיין הארציגע באערונג'ס רעדע.

אן עלטערער וועטעראן, וויליאם טונגער, שילדערט זיין ראלע ביים קריג מיט זיבעציג יאר צוריק: "מיר האבן געלאנדעט אום ניין אזייגער ביים דזשאנא אינזל נעבן בורנייערס, אראפטרעטנדיג אויף די ערד האט אונז אפגעווארט א שרעקליכע סצענע ווי אלע אונזערע פלי מאשינען און טאנקען זענען געליגן אויסגעשפרייט אין פארשידענע שטאפלען פון אומבאנוץ... מיינע ערשטע מחשבות זענען דאן געווען... וואס האט פאסירט מיט מיינע פולע פריינט?..."

פולע קאנאדישע זעלנער אין די נארמאנדי קריג זענען געווען יונג און ניי צו מלחמה, און זייער קוראזש און סקילס האבן געהאלפן די שטופן די אליאירטע געווינס.

סקאט טולוך, א זיבעצן יעריגער קאנאדיש אינגל איז אויך פרעזענטירט געווארן ביים צערעמאניע, ווי ער האט געשילדערט ביי זיין אויפטריט ווי שרעקעדיג עס איז צו טראכטן פון זיין יארגאנג מענטשן וואס האבן אוועקגעשאנקען זייער יונגע לעבנס פארן וואוילזיין פון זייער לאנד און קעמפפן פאר פרייהייט אין א פלאץ ווי זיי זענען קיינמאל געווען בעפאר. "עס איז עכט עמעיזינג פאר מיר צו טראכטן אז איינער אין מיין יארגאנג זאל קענען מאכן אזא סארט באשלוס" האט ער געזאגט.

די דעי איז געווען איינע פון די וויכטיגסטע מיליטערישע גאטונגען פון די צוואנציגסטע סענטערי פאר קאנאדע און פאר די גאנצע וועלט, סיגנאליזירנדיג די אנהויב פון די ענדע אויף די נאצישע אקופאציע איבער אייראפע.

"עס איז א קוואל פון נאציאנאלע שטאלץ אז קאנאדע האט געשפילט אזא וויכטיגע ראלע אין דעם קריג פארזיכערנדיג די סוקסעס אויף די די דעי לאנדונגען, איינע פון די מערסט מאסיווע שלאכטן אין די צווייטע וועלט קריג און אפשר פון די וועלט היסטאריע גאר", האט דער קאנאדישע פריים מיניסטער געזאגט.

נאך פיל קען געשריבן ווערן, איך האב אינ'אמת'ן געפלאנט צו אפשרייבן לענגער די עצם אינוואזיע בפרטי פרטים, און למעשה ארבעטנדיג אויף דעם פראיעקט האבן זאכן גענומען לענגער ווי געפלאנט, און עס ווערט שוין באלד צו שפעט צו כאפן דעם יארטאג...

איך בעט מען זאל נישט צוזאם שטעלן דעם אשכול.

וויקיפידיע אין ענגליש האט א גאר אויספירליכע ארטיקל איבערן אינוואזיע און אויך דא קען מען טרעפן נאך אינטערסאנטע דעטאלן איבער די היסטארישע טאג

אין אידיש איז די דעי געווארן זייער שיין באשריבן אין די ביכער פון "די צווייטע וועלט מלחמה" פון די דייטש פאמיליע, דריי בענדער, געלע ביכער, וועלכע זענען גראדע היבש געזיכט און נישטא מער צו געפונען.

אביסל צו פארשטיין די דעי קען מען זען דא א קורצע אדער דא פאר א לענגערע דאקומענטאציע אויף יוטוב, עס זענען פאראן נאך פולע דאקומענטאציעס, ביכער, און פארשידנארטיגע מאוויס נאכצושפילן דעם היסטארישן טאג און טראץ וואס דער טאג איז נישט געווען די קלימאקס פונעם געווינס און פארקערט, אסאך פאטאליטעטן זענען פארגעקומען, איז עס דאך די טאג וואס מען צייכנט אפ די דעי, ווי סטיוון הארפער די קאנאדישע פרעמיער מיניסטער שרייבט דא אויף טוויטער.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

יישר כח בעל מדות, זייער שיין און רייך געשריבן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

א רוף צום אינגערן דור! היסטאריע רופט צו אייך!

שליחה דורך בעל מדות »

אראפשרייבנדיג דעם שטיקל ארטיקל, איבער א טאג וואס וואלט געדארפט זיין ביי יעדער אידיש קינד א ידיעה וואס מען ווייסט, נעמליך די אינוואזיע אין נארמאנדי, האב איך געקריגן צוויי סארט רעאקציע'ס ווי פאלגענד.

די אינגערע דור איז געווען ביזי מיטן שיקן אין אישי פראגעס ווי, וואס איז דאס די דעי?.. ווען איז עס געשען? וואס מיינט אינוואזאזיע? פרעגט מיך גאר איינער, א מער בעסערע שרייבער האט מיר גאר געשיקט א מער "עליטערע" אויסדרוק ווי "לא הביישן למד"...דערצייל אביסל מער!

די עלטערע דור און די געלונגענע מענטשן וואס געפונען זיך דא בתוכני וואס ווייסן יא וואס עס טוט זיך האבן פארפלייצט מיין אישי מיט קאמפלימענטן און קאמענטארן שרייבנדיג אז די אינגערע דור ווייסט נעבעך גארנישט און עס איז א גאר גלענצענדע זאך אז די טוסט יא אזא זאך ווי באשרייבן די פארגאנגענהייט, און זיכער די צווייטע וועלט מלחמה וועלכע דארף זיין באקאנט צו יעדע איד אין יעדע עלטער.

איינער שרייבט מיר ווי פאלגענד.

(I didn't have a chance to look up up which YouTube video would show you the best about D Day. But let me tell you one thing. You are doing a great deed by making and giving awareness to your readers. The new generation have no feelings for the past. It's mamash a shrek. We need so much to know what the hollcaust was and all the works behind and around it.

צלח ורכב. האסט א גוט'ן און פליסיגן פעדער, ב"ה. מאך זיכער אז די האלט'סטעך צו די פאקטן. אבער געפיהלן מעגסטו נוצן אייגענע אויסדרוקן.)

איך האב אים צוריקגעענטפערט ווי פאלגענד.

("די מלחמה איז ביי יעדעם עפעס וואס רעדט")

אויף וואס ער האט צוריקגעענטפערט.

("אמת. אבער יונגע ווילן לייענען די טאקטיקן און עקשן, ליידער נישט וואס די אידן האבען געליטן און ווי רשעות'דיג דער דייטש איז געווען און ווי שטארק די אנדערע האבען פארמאכט די אויגן און זיך אוועק געדרייט פון קוקן.)

און נאך איין הערה צוגעלייגט.

("אויך דארף מען געדענקן אז א איד איז א איד, און נישט קיין חילוק ווי נישט איד דער איד איז געווען האט מען געמאכט זיכער אים צו פארטיליגן".)

האט מיר איינע פון די לעגענדארע היסטאריקער און שריפטשטעלער דא געשריבן ווי פאלגענד:

( א הערליכע הפלא'דיגע ארבעט.
א געפיל צום האלאקאסט אין אלעס ארוך איז ביי מיר א קנה מדה פאר אינטעלעקטואלע ערוואקסנקייט אין אידישע געפיל.
איך וויל אזויפיל מער שרייבן איבערן חורבן, אבער די אינטערעסע ביי אונזער יונגער ציבור איז ליידער זייער קליין. יעדער וועמען עס אינטערסירט יא איז ביי מיר חביב ונערץ, אזא איינער האט די נויטיגע אידישע געפיל און הבנה.)


דערנאך האב איך געקריגן א אישי פון א ניק שרייבנדיג אן אויפריכטיגע "הלמאי" וואס איך ווייס נישט פארוואס זיי האבן מורא עס ארויסצושטעלן אין פובליק דא, אפשר ווייל זיי האבן א פארדאכט אז זיי וועלן נישט באקומען קיין לייקס?... אט שרייבט ער

(כ'קען ממש נישט פארשטיין פארוואס אין די קארעקאלום פון אונזערע מוסדות התורה איז נישט אריינגערעכנט כאטשיג עפעס לימודים איבער'ן האלאקאוסט, עס האט אפעקטירט יעדן איינעם, עס איז געווען די גרעסטע טראגעדיע וואס האט פאסירט צו אונזער פאלק זינט איר גרינדונג, און פארט זענען די מוסדות פאסיוו איבערן דערציילן דערוועגן, מה פשט?

אגב, מעסיוו דשאב קיפ איט קאמינג)

אדאנק פארן קאמפלימענט אז מען רעדט שוין, מיינעך אז פאסיוו איז נישט די גוטע ווארט דא אבער נישט דאס איז מיין ציל דא.

איך פלעג אלץ מיינען אז ווער עס ווייסט נישט איבערן וועלט מלחמה דארף נעמען א ספעציעלע אנטיביאטיק פאר דיסלעקסיע אדער אויטיזם.. למעשה האב איך זיך שנעל איבערצייגט אז אויב איך וועל אנהויבן רעדן פון פוירל הארבער וועלן מיינע חברים שנעל זיכן א משיגעים הויז ווי מיר אריינצושטעלן... עס טוט זייער וויי אז מענטשן האבן נישט קיין השגה וואס אינזערע טייערע זיידעס און באבעס האבן אלץ מיטגעמאכט אז מיר זאלן קענען זיצן אין די אייזקריעם הייזער און עסן רעזל.

מענטשן זענען ליידיג און פוסט ווען מען רעדט פונעם צווייטן וועלט קריג נישט אינאכט נעמענדיג אז דאס איז עפעס וואס האט געטוישט די וועלט אויף אייביג.

די האסט א השגה וואס די צוויי שיינע קלינגענדיגע ווערטער אין יאפאנעיזיש "איווא דזשימא" מיינען? די ווייסט וואס אין היראשימא איז געשען? די ווייסט ווער מאסאלוני איז? וויפיל מענטשן זענען געראטעוועט געווארן דורך אנדערע שינדלער? בעלסקי? דידעי? V1? V2? בעל מדות ביזט צידרייט געווארן?..
א השגה וויפיל אידיש בלוט זענען פארגאסן געווארן? ווער? פארוואס? עפעס נאצי... ווייסטו וואס פשט פון די דריטע רייך? די ווייסט אז בדרך הטבע האט היטלער געהאט די וועלט? וואספארא צודרייטע טאקטיק האבן די יאפאנעזער אנגעהויבן טוהן ביים פארלירן די קאמפף? אזאך וואס האט שיעור נישט פארקריפלט יעדע סטראטעגיע פון די אליאירטע? אויוויי וואס מיינט אליאירטע? מאדנע זאכן שרייבט ער דא....


יעדער דארף וויסן אז דאס איז עפעס וואס איז איינגעקריצט אויף אינזער הארץ אפילו מען זעט עס נישט, פונקט ווי די נומערן אויף זיידי'ס האנט וואס ער ווייזט יעדע מאל מען פייערט זיין אוניווערסיטי.

איך מיין די יונגערע דור וועלכע קימט דא לייענען, און נישט מען זאל מיר יעצט אנפאלן אז מען ווייסט יא וכדו' מען דארף מער שרייבן אין היסטאריע, זיך קאכן אין היסטאריע, לייקן די וואס שרייבן אין היסטאריע, און כסדר רעדן פון די רייכע היסטאריע וואס מיר אדער די וועלט טוען פארמאגן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

בעל מדות, איך וועל נישט שרייבן אין אישי ווייל איך האלט אז יעדער דארף וויסן, איך ווייס טאקע פון אלע זאכן וואס דו דערמאנסט, אבער דער יונגער דור טאקע נישט, אפשר מאך א אשכול וועגן די צווייטע וועלט קריג און איהר אויסגאנג, און אונז וועלן דיר העלפן, זיי ממשיך מיט דיין פליסיגע גוטע פען,

א דאנק נאכאמאל.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

Re: די אינוואזיע אין נארמאנדי

שליחה דורך [NAMELESS] »

די דרשה וואס אייזענהאוער האט אנגעגרייט אין קעיס די איוואזיע ארבייט זיך נישט אויס.

Our landings in the Cherbourg-Havre area have failed to gain a satisfactory foothold and I have withdrawn the troops. My decision to attack at this time and place was based on the best information available. The troops, the air and the Navy did all that bravery and devotion to duty could do. If any blame or fault attaches to the attempt it is mine alone.
uploadfromtaptalk1433737141167.jpg
uploadfromtaptalk1433737141167.jpg (135.53 KiB) געזען געווארן 2514 מאל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאס איז איינע פון די עיקר סיבות וואס האט גורם געווען צו די הצלחות און געווינסן וואס די אליאירטע האבן געהאט, ווייל זיי האבן געוואוסט אז אויב מען פארלירט איז עס מיין פערזענליכע פארלוסט, און איך גיי נישט באשולדיגן א צווייטן אין די פארלוסט, און די בריוו/רעדע פונעם גענעראל אייזענהויער שפיגעלט זייער גוט אפ די מצב רוח ביי די אלעאירטע.

מה שאין כן ביי די פארפלוכטעטע פאשיסטען איז געווען פונקט פארקערט, א משוגענע צודרייטע פירער, וואס ווען זיי האבן נאר געהאט א דורכפאל האט דער ימח שמו'ניק באשולדיגט א צווייטן, און זיי אפגעזאגט און אפילו צומאל גע'הרג'עט, און אזוי אויך איז געווען די זעלבע ביי אסאך פון זיינע גענערעלער, אז אנשטאטס פון צו זאגן פאר היטלער אין פנים אריין וואס זיי האלטן מען דארף טון פאר די הצלחה פון די מלחמה, האבן זיי צוגעשטימט צו אים, וויסענדיג אז אזוי וועלן זיי געהעכערט ווערן אין ראנג, אפילו זיי האבן געוויסט אז דאס פירט זיי אין באד אריין.

(לדוגמא: די נאצישע פאנצער טאנקען זענען געווען אסאך אסאך בעסער ווי די אמעריקאנע שערמאן טאנקען, סיי לגבי די קראפט פון די גאן, סיי לגבי די דיקקייט פון די ווענט כדי צו באשיצען די סאלדאטן פון אינעווייניג, סיי לגבי די ספיד ווי שנעל מען קען ארומדרייען די גאן, און אזוי אויך די עצם ספיד פון די טאנק גופא, און נאך אסאך זאכן מיט וואס די דייטשע טאנקען זענען געווען אסאך בעסער, און די זעלבע זאך איז געווען ביי די אטאמאטישע געווער, און ביי נאך צענדליגע זאכן, אבער דאס אלעס האט זיי נישט געהאלפן למעשה אקעיגען די אלעאירטע)

אוודאי דארף מען געדענקען צו לויבן דעם באשעפער פאר דעם אלעם, וואס ווען נישט די אלע נסים וואלט נישט איבער געבליבן א שריד או פליט משונאי ישראל ה"י.

און לאמיר טאקע דאנקען [tag]בעל מדות[/tag] פאר די הערליכע וויכטיגע און אינפארמאטיווע אשכול, און פאר די געטרייע [tag]ראשעקאל[/tag] אונזערע פאר די אינפארמאטיווע צעטל, די זכות זאל אייך ביישטיין.

קעסענעם סעיפעם,
באטשי
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

בעל מדות האט געשריבן:וויפיל מענטשן זענען געראטעוועט געווארן דורך אנדערע שינדלער?


הציל 9,000 יהודים מהנאצים: "שינדלר של בוליביה" נחשף
איש העסקים מאוריסיו הוכשילד נחשב לטייקון שלא שילם מסים וניצל את עובדיו - אבל יותר מ-50 שנה אחרי מותו מתברר כי סייע לאלפי יהודים להימלט מהנאצים בסוף שנות ה-30

http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4937301,00.html
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

קען איינער ביטע פאוסטן א מאפע 1. פון די וועג ווי די נאצי'ס ימ"ש האבן אינוועדירט 2.פון די פלאץ ווי די אליאירטע האבן אויסגעשפילט דעם דייטש, דהיינו א מאפע פונ'ם פלאץ וואס די אליאירטע האט אנגעבליך געברויכט צו אטאקירן, און אויסגעשפילט דעם דייטש.
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

בילד

לויט ווי איך געדענק האט מען זיך גערעכנט אז די אליאירטע וועלן אינוואדירן דארט ווי מ'דארף די ווייניגסטע וואסער אדורך גיין. וואס זעהט מיר אויס ווי מער רעכטס. למעשה האבן זיי געוועלט די גרעסטע שטרעקע פון וואסער דורך צו שווימען. וואס האט זיך נישט אינגאנצן געלייגט אויפן שכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

און נאך א נס איז געשעהן יענעם טאג: דער הויפט גענעראל פון די געגנט אויף די זייט פון די דייטשן ימ"ש איז געווען ראממעל. וועלכער איז פונקט יענעם טאג אוועקגעפארן פון פראנט און געווען ביי די פייערונג פון זיין ווייב'ס געבורטס טאג. און ביז ער איז צוריקגעקומען זענען שוין די אמעריקאנער קרעפטן געווען טיעף אינמיטן די אינוואזיע!...
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

פראטעסט! די יונגע דור איז יא אינטרעסטירט אין היסטאריע

שליחה דורך מיש-נייעס »

דער בעל מידות האט שיין אנגעהויבן, אבער שוין פארלאפן זינט דעם תחילת הארטיקל גאנצע צוויי יאר און דער ארטיקל איז נאכאלץ נישט פארענדיגט...
עס איז וויכטיג צו האבן אין אידיש די גאנצע געשיכטע ארום די דעי מיט אלע פרטים ופרטי פרטים

הלואי ער זאל דאס פענע איינטון אין באטעלע טינט און צוענדיגן דעם ארטיקל.

און מיט לויב אויפן ארטיקל מוז איך צו די זעלבע צייט שטארק קריטיקירן אויף דאס וואס דו שרייבטס אז דאס יונגע דור פאראינטרעסירט נישט די היסטאריע פון אונזער געשיכטע

איך אלץ איינער וואס איז שטארק פונ'ם יונגער דור, דאס הייסט א פערטע דור פון די קריג'ס געליטענע, זעה איך, דווקא אונזער דור גליסט (קרעיוו"ט בלע"ז) אויף יעדע שטיקל אינפארמאציע און האסטאריע בכלל, בפרט די היסטאריע פון דעם לעצטן קריג און די האלאקאסט, אזש מיין מאמע האט געוויינט צו אונז: גענוג שוין! ליינט שוין נישט אזויפיל פון די האלעקאסט! און אונז האמיר נאר געוואלט ביכער פון די סארט.

און עס איז נישט נאר מיין משפחה נאר איך האב עס געזעהן צווישן מיינע חברים וואס האבן א געפיל צו אנדערע זאכן (איך מיין דערמיט אויסצושליסן דעם נאטור פון נישט געפילישע נייגעריגע מענשטן) זיכן מיט דורשט - און אז מ'זיכט טרעפט מען - פון די אידישע היסטאריע

און דאס וואס דו פרעגסט פארוואס מען האט עס נישט אריינגעלייגט אין די קעריקיולים פון אונזערע מוסדות, די קשיא איז קיין קשיא! ליידער וואס האט מען יא אריינגעלייגט?

אונז זעמיר ליידער ארויסגעקומען פון ישיבה נאקעט! אן קיין שום ידיעה, נישט און תורה, נישט אין היסטאריע, נישט מיט קיין מוסר, איך האב מיך גענומען צום תנ"ך נאך מיין חתונה ווי צו א געבראטענס, און דעמאלטס האב איך געכאפט וואס מען האט פארהוילן פון אונז, אלעס מיט'ן שלייער פון "שיעור עיון...".

אונזערע אייניקליך וועלן זיכן נאך "אונזער היסטאריע" אונזער אוישוויץ וואס אונז האמיר מיטגעמאכט ווען אונז האמיר מכלומרשט געברויכט זיצן 6 7 8 יאר אין ישיבה און זיך אנפילן מיט תורה וואס איז אזוי רייך, אזוי פעט, מען וואלט געקענט לערנען און לערנען און לערנען, אזויפיל ידיעות אזויפיל אינטרעסאנטע ענינים וואס די תורה איז אנגעפילט דערמיט פעטע פעטע שטיקער תורה, בחורים וואלטן געלאפן אין ישיבה.
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

איך גלייב אז ס'איז ברייט באשריבן אין אידיש אין ר' בערל'ס סענדער די דויטש'ס צווייטע וועלט מלחמה ביכער.
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

קורקלענד האט געשריבן:איך גלייב אז ס'איז ברייט באשריבן אין אידיש אין ר' בערל'ס סענדער די דויטש'ס צווייטע וועלט מלחמה ביכער.


אדרבה זיך מיר עס אויף עס איז שוין נישט דא צו באקומען
איך האב עס איינמאל דורכגעליינט מדאשקע לדאשקע יארן צוריק און זייט דעמאלטס זיך איך עס...
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיש-נייעס: דו ביסט אפשר אן אויסנאם. אבער די עוורידזש יונגעלייט פונ'ם היינטגן דור אזוי ווי דו אינטרעסירט בכלל נישט די היסטאריע פונ'ם האלאקאוסט און זיי האבן אינגאנצן נישט קיין געפיהל וואס די אידן האבן אדורכגעמאכט ביי די 2'טע וועלט מלחמה. אז מ'קען לאזן אזא נארישן סטעיטמענט ווי...,די ציונים זענען נאך ערגער פון די נאציס"...אומ-רעאגירט. זיכער די ציונים האבן אפגעטון שרעקליכע מעשים תעתועים אין די ערשטע יארן פון די גרינדונג פון מדינת ישראל. אבער דאס איז דאך געווען אינגאנצן פו אנ'אנדער סארט קאטעגאריע. ס'זענען דאך געווען ערליכע אידן וועלכע האבן געגרינדעט ארגאניזאציעס זיך אקעגנצושטעללן און באקעמפן זייערע נישט גוטע מעשים ווי ..."פעילים"...ואס איז שפעטער פארוואנדלט געווארן אין ,,"יד לאחים"...און אנדערע רוחניות'דיגע הצלה ארגאניזאציעס וועלכע האבן געקעמפט מיט גרויס חכמה און מיט מסירת נפש צוריקצוברענגען א סאך פון די ליידער פארפאלענע אידישע קינדער. אבער די נאציס ימ"ש האבן דאך אומגעברענגט א יעדן איד. דעם פרייען מיט פרומען צו גלייך. אפילו די משומדים (לפנים) האבן זיי נישט פארשוינט.
גיי זיי מסביר פאר אזא פערדישן קוה וועלכער וואוינט עפ"י רוב אין א געוויסע געגנט אין ברוקלין וואס ס'מיינט אז די נאציס ימ"ש האבן אויסגעהרג'עט איינעם'ס ווייב און קינדער און אייניקלעך און ברודערס און שוועסטערס...איך האב אמאל געשריבן א גוטן פארשלאג פאר איינעם פון די בייזוויליגע דום-קעפ. אז ער זאלל אויספרובירן צו זיין פאר 6 חדשים אונטער די הערשאפט פון די ציונים. און 6 חדשים אונטער די הערשאפט פון די נאציס. און נאכדעם זאלל ער זאגן מבינות. ווער ס'איז ערגער. די ציונים אדער די נאציס...!
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

זייער שיין בעל עגלה געשריבן, און אויב איז טאקע אזוי אז איך בין א יחיד, נעם איך עס אלס א ווייטאגליכער קאמפלימענט, עס גלייבט זיך שווער אז יונגעלייט היינט זענען נישט אינטרעסירט דערין

און דאס וואס די שרייבסט אז מען דריקט זיך אויס "ציונים זענען ערגער ווי נאציס", דאס איז קלאר מחמת חסרון ידיעה ווייל זיי ווייסן נישט ווייל עס מיינט נאציס
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך בין שטארק אינטרעסירט אויף מלחמה היסטאריע.

דאס וואס מען דריקט זיך אויס "ציונים זענען ערגער ווי נאציס" האט גארנישט מיט חסרון ידיעה, ס'איז געבויעט אויף א מאמר חז"ל "גדול המחטיאו יותר מן ההרגו", די נאציס ימ"ש זענען געווען די אפפאל פון די בריאה, אבער די אלע אידן וועמען זיי האבן אויסגע'שחט'ן (הי"ד) האבן זוכה געווען צו א חיי נצחי לעוה"ב, משא"כ די אידן וואס די ציונים האבן אויסגע'שמד'ט.

ר' סענדער (דער דויטש) ז"ל האט נאך אזוי גוט געוואוסט וואספארא רשעים די נאציס זענען געווען, און פארט האט ער געהאלטן אז לויט חז"ל זענען די ציונים ערגער.

ווי אזוי ר' בערל מישט אריין אין יעדן אשכול די ציונים איז הפלא ופלא.
וירח ה' את ריח הניחוח
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

אפשר ביסטו פונ'ם פריעדיגע דור, בערל האט נאר געזאגט אז די יונגער דור איז נישט אינטרעטירט

דאס וואס דו זאגט אז עס איז נישט מחמת חסרון ידיעה, איך האלט נאך אלץ אז אפילו עס איז אזוי גע'פסק'ענט אין חז"ל און דער אמת איז טאקע אזוי, אבער צום אמת ווען זיי וואלטן געליינט איבער די שואה וואלטן זיי נישט געזאגט אזא סטעיטמענט אז "ציונים זענען ערגער ווי נאציס", אפילו עס איז אמת ויציב, אזוי ווי פולע אנדערע אמת'ע זאכן וואס מען זאגט נישט...!

יא! בערל איז אבסעסט איבער ציוניזים...
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
פארשפארט