טעגליכע חיזוק מספרי תלמידי בעש"ט הק'
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
טעגליכע חיזוק מספרי תלמידי בעש"ט הק'
ספעציעל פאר קאווע שטיבל.
הכל מודים סאיז נישטא א בעסערע זאך ווי צו האבן גרייט אין מויל א גיט ווארט אויף די פרשה נאכצוזאגן בשם א צדיק אמת, קודם מקיים צו זיין ובלכתך בדרך און א גיט גרינג ווארט געדענקט מען. אויך כדי צו געדענקן דעם שויתי ה לנגדי תמיד אזעלעכע ווערטער וואס ברענגט ארויס אמונה ובטחון, נאכדעם קענסטו מקיים זיין די מצוה פון לימוד התורה, אויך ביסטו דיך מקשר מיטן צדיק ווייל סאיז שפתותיו דובבות בקבר כידוע, ועל כולם מזאל קענען עפעס נאכזאגן ווען מטרעפט א צווייטען יוד הן בימי החול ובעיקר לכבוד שבת קודש. דעריבער. הנני מוכן ומזומן בעזהשי"ת אייך אהערצושטעלן ווי רש"י זאגט אין פרשת משפטים, כשלחן ערוך מוכן לאכול קורצע הערליכע רעיונות. שיינע ווערטלעך תורות על הפרשה מלוקט מספרי חסידות תלמידי הבעש"ט הק' השותים מספרי ראשונים ואחרונים עד משה רבינו מפי הגבורה אזעלעכע ווערטלעך וואס זענען שטארק גאנגבאר ביי אלע הויפן יעדער חסיד קען עס נאכזאגן בשם זיין רבין'ס ספר. דא וועט איר טרעפן רעיונות פון ספרי קודש ווי דער דגל. מאור ענים. חתם סופר. דברי חיים. זרע קודש. ישמח משה. דברי יואל. שפת אמת. ועוד ועוד. ווייל דאס זענען פשוט די אב פון א יוד.
די כללים זענען צו שרייבן קורצע, פאסיגע ווערטלעך מיט א מקור און סזאל זיין שווה לכל נפש. ובעיקר על הפרשה
,דער ציל איז זיך מחזק צו זיין מיט זייערער הייליגע דיבורים געדענקן די ווערטער פון די הייליגע תורה, און בעיקר צו זיין דבוק אינעם רבש"ע וואס דאס איז דאך דער ציל פון אלעם ובמקום שאין איש וועל איך אנכי הקטן השפל והנבזה זיך נעמען דערצו. די תורהלעך רוב האב איך געהערט אלץ בחור פון מיין ראש ישיבה וואס פלעגט אנהייבן און מסיים זיין זיינע הערליכע דרשות מיט איין קורצע געדאנק און אזוי ארומגערעדט שעות אויף שעות נישט מער געדאכט. אבער איך האף אז יעדער וועט צוהעלפן. אויב ווייסט איר א צווייטע מקור פון א ווארט וואס איך ברענג פליז לאזט אייך הערן. לאמיר האפן אויף סייעתא דשמיא.
הק' שם טוב תשע"ה

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום shem-tov, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
סוף סדרה ביי די פרשה פון ציצית שטייט אני ה' אלוקיכם דאס זאגט דער אויבערשטער. אבער אנפאנג קר"ש זאגן מיר שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד. איז דער חתם סופר מסביר אז קודם טוען מיר שטאלצירן מיט אונזער גרויסן באשעפער. בשעת קר"ש טוען מיר מקבל זייל מצות אהבת ה' ומצות יראת ה' וכל המצוות. השי"ת הערט דא צו און ער פריידט זיך זייער דעריבער סוף קר"ש טוט שוין השי"ת שטאלצירן מיט אונז און ער זאגט אני ה' אלוקיכם איך בין טאקע ענקער באשעפער און האב ענק אויך ליב.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
והתחזקתם זייט אייך מחזק
היש בה עץ אם אין והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ. זאגן די ספרים הקדושים ווען די ביסט דערשלאגן א בחינה פון אין, והתחזקתם זאלסטו דיך מחזק זיין דורך נעמן א לימוד מפרי הארץ פון די פירות פון די ערד וואס ווען מען פלאנצט זיי אן ווערן זיי קודם אינגאנצן פארפוילט אבער שפעטער בליען זיי דאס זעלבע קענט איר אויך צוקומען צו בליען און שיינען טראץ וואס איר גייט דורך שווערע מצבים זייט אייך מחזק
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
זייער שיין, א הערליכע איידיע! און א גרויסן דאנק.
איז דאס נישט א סתירה מיט זיין באקאנטן וארט אויף "ואנשי קודש תהיון לי", מענטשליך הייליג?
shem-tov האט געשריבן:שלח לך אנשים שיק אוועק דא מענטשליכקייט. ווען סקומט צו עבודת השי"ת וואס גייט דיך אן וואס אנדערע זאגן. אזוי פלעגט זאגן דער הייליגער קאצקער ז"ל
איז דאס נישט א סתירה מיט זיין באקאנטן וארט אויף "ואנשי קודש תהיון לי", מענטשליך הייליג?
וירח ה' את ריח הניחוח
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
זייער שיין, שם טוב. א גרויסן דאנק.
איך האב געהערט דעם ווארט מיט א שטיקל הוספה. משה רבינו האט דאך געהייסן אז די מרגלים זאלן אהיים ברענגען מפרי הארץ, ווי אזוי קען זיין אז יהושע און כלב האבן נישט געפאלגט און זיי האבן גארנישט גענומען. נאר משה רבינו האט דאך געזאגט "והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ", האבן זיי גענומען דעם חלק פון "והתחזקתם", זיי האבן גענומען דאס זיך צו שטארקן און זיין ערליך, און נישט רעדן דאס וואס די אנדערע מרגלים האבן גערעדט שלעכטס.
shem-tov האט געשריבן:היש בה עץ אם אין והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ. זאגן די ספרים הקדושים ווען די ביסט דערשלאגן א בחינה פון אין, והתחזקתם זאלסטו דיך מחזק זיין דורך נעמן א לימוד מפרי הארץ פון די פירות פון די ערד וואס ווען מען פלאנצט זיי אן ווערן זיי קודם אינגאנצן פארפוילט אבער שפעטער בליען זיי דאס זעלבע קענט איר אויך צוקומען צו בליען און שיינען טראץ וואס איר גייט דורך שווערע מצבים זייט אייך מחזק
איך האב געהערט דעם ווארט מיט א שטיקל הוספה. משה רבינו האט דאך געהייסן אז די מרגלים זאלן אהיים ברענגען מפרי הארץ, ווי אזוי קען זיין אז יהושע און כלב האבן נישט געפאלגט און זיי האבן גארנישט גענומען. נאר משה רבינו האט דאך געזאגט "והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ", האבן זיי גענומען דעם חלק פון "והתחזקתם", זיי האבן גענומען דאס זיך צו שטארקן און זיין ערליך, און נישט רעדן דאס וואס די אנדערע מרגלים האבן גערעדט שלעכטס.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
שמעקעדיג האט געשריבן:זייער שיין, א הערליכע איידיע! און א גרויסן דאנק.shem-tov האט געשריבן:שלח לך אנשים שיק אוועק דא מענטשליכקייט. ווען סקומט צו עבודת השי"ת וואס גייט דיך אן וואס אנדערע זאגן. אזוי פלעגט זאגן דער הייליגער קאצקער ז"ל
איז דאס נישט א סתירה מיט זיין באקאנטן וארט אויף "ואנשי קודש תהיון לי", מענטשליך הייליג?
[tag]שמעקעדיג[/tag],
נראה לי, אז זיין כונה איז אז ווען די געטליכקייט איז א סתירה מיט אזויגערופענער מענטשליכקייט. כלומר, אז אויב וועט ער וועלן זיין א 'מענטש צווישן מענטשן' וועט ער נישט קענען שטייגן, דעמאלס זאל ער אוועקשיקן די מענטשליכקייט, בבחינות 'ואל יבוש מפני המלעיגים'.
אבער אודאי איז דאס נישט קיין סתירה צו דעם, אז די קו וואס ער זאל נעמען אין זיין שטייגן זאל זיין באופן 'ואנשי קודש' תהיון לי.
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
מצוה פון אפשיידן חלה ווייזט אויף אמונה
ראשית עריסותיכם חלה תרימו זאגט די מדרש למה נסמכה פרשת חלה לפרשת עבודה זרה, לומר לך, שכל המקיים מצות חלה כאילו בטל עבודה זרה. לכאורה וואס איז די שייכות
נאר די גמרא זאגט (שבת לא, א) אמונת זה סדר זרעים. ווען א יוד גייט דורך דעם לאנגען פראצעדור פון אנפלאנצן און אנזייען באגעגענט ער זיך אן א שעור מאל מיטן יד ה' מה רבו מעשיך ה כולם בחכמה עשית און ער איז מודה פון זיך אליינס אז סאיז דא א באשעפער פארדעם האט די תורה געהייסן אפשיידען חלה כדי צו צייגן אז אלעס איז פון באשעפער און טאקע מיט די ריכטיגע כוונות איז ער מבטל יעדע עבודה זרה. דאס איז די שייכות פון חלה צו ע"ז.
. דעריבער הייבט מען אויך אויף די מוציא מען מאכט די ברכה וואס האט אין זיך 10 ווערטער מען כאפט איר אן מיט אלע 10 פינגער און מען זאגט רבש"ע די ביסט דער וואס האסט באשאפן די וועלט און ביסט דער וואס האסט מיר אהערגעשטעלט דעם פיינעם בארכע
נאר די גמרא זאגט (שבת לא, א) אמונת זה סדר זרעים. ווען א יוד גייט דורך דעם לאנגען פראצעדור פון אנפלאנצן און אנזייען באגעגענט ער זיך אן א שעור מאל מיטן יד ה' מה רבו מעשיך ה כולם בחכמה עשית און ער איז מודה פון זיך אליינס אז סאיז דא א באשעפער פארדעם האט די תורה געהייסן אפשיידען חלה כדי צו צייגן אז אלעס איז פון באשעפער און טאקע מיט די ריכטיגע כוונות איז ער מבטל יעדע עבודה זרה. דאס איז די שייכות פון חלה צו ע"ז.
. דעריבער הייבט מען אויך אויף די מוציא מען מאכט די ברכה וואס האט אין זיך 10 ווערטער מען כאפט איר אן מיט אלע 10 פינגער און מען זאגט רבש"ע די ביסט דער וואס האסט באשאפן די וועלט און ביסט דער וואס האסט מיר אהערגעשטעלט דעם פיינעם בארכע
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום shem-tov, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
shem-tov האט געשריבן:שלח לך אנשים שיק אוועק דא מענטשליכקייט. ווען סקומט צו עבודת השי"ת וואס גייט דיך אן וואס אנדערע זאגן. אזוי פלעגט זאגן דער הייליגער קאצקער ז"ל
שם טוב: אויף דעם איז דא א זיס ווערטל פונ'ם הייליגן חקל יצחק מספינקא זי"ע. ווען ס'איז געווען א שמועס איבער א משולח וועלכער האט געלייגט דאס גאנצע אנגעזאמלטע געלט אין זיין אייגענע טאש. האט דער חק"י געטייטש דעם פסוק..."שלח לך אנשים"...דו זאלסט שיקן אזעלכע מענטשן, "ויתורו" און זיי זאללן עפעס איבערלאזן פאר דיר אויך...! ודפח"ח...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
shem-tov האט געשריבן:ראשית עריסותיכם חלה תרימו זאגט די מדרש למה נסמכה פרשת חלה לפרשת עבודה זרה, לומר לך, שכל המקיים מצות חלה כאילו בטל עבודה זרה. לכאורה וואס איז די שייכות
נאר די גמרא זאגט (שבת לא, א) "אמונת זה סדר זרעים. ווען א יוד גייט דורך דעם לאנגען פראצעדור פון אנפלאנצן און אנזייען באגעגענט ער זיך אן א שעור מאל מיטן יד ה' מה רבו מעשיך ה כולם בחכמה עשית און ער איז מודה פון זיך אליינס אז סאיז דא א באשעפער פארדעם האט די תורה געהייסן אפשיידען חלה כדי צו צייגן אז אלעס איז פון באשעפער און טאקע מיט די ריכטיגע כוונות איז ער מבטל יעדע עבודה זרה. דאס איז די שייכות. דעריבער הייבט מען אויך אויף די מוציא מען מאכט די ברכה וואס האט אין זיך 10 ווערטער מען כאפט איר אן מיט אלע 10 פינגער און מען זאגט רבש"ע די ביסט דער וואס האסט באשאפן די וועלט און ביסט דער וואס האסט מיר אהערגעשטעלט דעם פיינעם בארכע
אההה... מוראדיג.. יעצט פארשטי איך ענדליך פשט, דאס איז די שייכות..... און וועגן דעם טאקע האב איך צעהן פינגער..... פפששששש... געוואלדיג
שוין יארן וואס איך האב שלאפלאזע נעכט וועגן די קשיא, ענדליך גיי איך קענען שלאפן רואיג, טאקע יעצט דא אינמיטן שרייבן שלאף איך צוביסלעך איין, איין אויג איז שוין פארמאכט, יעצט די צוויייטע אויך... די קאפ איז מיר יעצט געפאלן אויף די קי באורד....[פףץתךםםןלתךפץתםךץתךםךלתפ..ץ.םףץת] (מערקט אז די קאפ איז מיר געפאלן אויף די רעכטע זייט) רבותי פיינעלי נאך אזויפיל יאר כאפ איך א רואיגע שלאף
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
דער חיד"א ברענגט אז די מצווה פון נעמען חלה גייט בעיקר אן פרייטאג וואס איז א רמז אויף אלף הששי ווען סוועט גענצליך בטל ווערן די עבודה זרה און דורך די מצוה פון חלה טוען מיר מבטל זיין די ע"ז כדברי המדרש הנ"ל
אבער להמליץ טוב בעדינו קען זיין אז ווען דער מאן ברענגט איר פרייטאג צום מקוה איד האט עס נאך די זעלבע פרייטאג סגולה כאטשיק וואס די שטוב האט עס מעגליך שוין גענומען אום דאנערשטאג
אבער להמליץ טוב בעדינו קען זיין אז ווען דער מאן ברענגט איר פרייטאג צום מקוה איד האט עס נאך די זעלבע פרייטאג סגולה כאטשיק וואס די שטוב האט עס מעגליך שוין גענומען אום דאנערשטאג
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
אלעס לטובה פון השי"ת מיט א פונקטליכע חשבון
ארץ אוכלת יושביה. וואס האבן זיי געמיינט דערמיט. זאגט רש"י הק' בכל מקום ווי מיר זענען געגאנגן האבן מיר געטראפן לווית מען באגראבט טויטע. אבער באמת איז עס געווען א טובה מאת הבורא יתברך אז די כנענים זאלן זיין פארנומען מיט זייערער מתים אזוי האבן זיי נישט געהאט קיין צייט צו די יודישע געסט. ע"כ ברש"י.
דאס דארף אונז מחזק זיין אז אלעס וואס סקומט פאר אויף דער וועלט הן בפרטיות אין דיין לעבן והן בכלליות אויף די וועלט ווי מלחמות, הריגות, וכדומה קומט פונעם עילות כל העילות וסיבות כל הסיבות. והכל לטובה. מען דארף נאר האלטן די אויגן אפן.
דאס דארף אונז מחזק זיין אז אלעס וואס סקומט פאר אויף דער וועלט הן בפרטיות אין דיין לעבן והן בכלליות אויף די וועלט ווי מלחמות, הריגות, וכדומה קומט פונעם עילות כל העילות וסיבות כל הסיבות. והכל לטובה. מען דארף נאר האלטן די אויגן אפן.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
shem-tov האט געשריבן:אפשר כדי זיי זאלן נישט הרג'נן זיינע. און פון ווי נעמסטו אז סאיז געווען קינדער
זייער א שוואכע תירוץ !
איך פארשטיי נישט וויאזוי מ׳קען נעמען חיזוק פון אזא ראַסיסיטשע חסידישע טוירע ! איך וואלט עס נישט איבערגעזאגט פאר מיינע קינדער פאר קיין שום געלט! ,אבער אז דעס געט דיר חיזוק און העלפט דיר דורך שטיפּן דעם טאג, גוד פאָר יָו !
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
ס'איז מיך יעצט איינגעפאלן א שיינע תורה, אז פארוואס זענען טאקע געוואקסן אזעלכע ריזיגע פרוכט און ביימער און א"י ? פארוואס האט דאס אויסגעפעלט ? נאר די תירוץ איז אז דאס האבן זיי איינגעפלאנצט, און ס'איז טאקע געווען איינע פון די זאכן וואס זיי האבן געטון קעיר צו נעמען פון די פעלאשען פראבלעם.
(מיט די הילף פון[tag]שבת אחים[/tag])
(מיט די הילף פון[tag]שבת אחים[/tag])
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
למעשה בלייב איך מיט די אמונה פשוטה
געב א קוק די לעצטע שטיקל צייט, זייט מען האט ארויפגעלייגט די "למעשה לאמיר אראפווארפן דעם עומ"ש" אשכולות האב איך מיר צוריקגענומען בלויז צו די פשוטע אמונה. אין מיין מח זעה איך עפעס א ריזיגע בית הקברות. קרעדיט יידל. וואס דארט ליגן הודערטער מציבות גדולות גג על גג ווי ביי די רעפארמער. סליינט זיך דארט קברים ווי למשל. השכלה. רעמארמער. ביכער. אפגעטיילטע. צייטונגען. פארווערטס. ועוד ועוד כהנה וכהנה אנטשולדיגט כבין נישט אזוי באקאנט אבער אלע ליגן זיי דארט און קיינער האט שוין נישט דארט איבערגעטרויטן די לעצטע 50 יאר ווייל קיינער פון זיי האבן נישט איבערגעלאזט קיין קינדער. אבער די וואס האבן זיך געהאלטן מיט די אמונה טהורה תורה צוה לנו משה מורשה די האבן עס אדורכגעמאכט. די וואקלן זיך נישט אלעס גייט ווייטער מיט א רואיגקייט
יעצט למעשה. סאיז דא היינט הונדערטער אדער טויזענטער וועבסייטס וואס קען מאכן גרינגער דאס יודישקייט אזויפעל הערליכע שעורים בכל ענינים. אזויפיל שיינע היסטאריע. אזויפיל גליקליכע וועגן צו שטייגן און פארשטיין און פארשענערן יודישקייט וקאווע שטיבל בתוכם. קומט מען דא און מען פרובירט צוריקצודרייען דעם זייגער מיט א 200 יאר און מען פרובירט אויפצוקלערן דעם עולם מיט די זעלבע אלטע אויסגעדראשענע ביכער וואס זייערע פארפאסער ראטן דארטן אוועק אן קיין שום דורות אן קיין שום גליק אן קיין שום המשכה. סאיז פעינפול עס צוצוקוקען.
הגם איך האלט אויך אז די סיסטעם איז אביסל שטימפיג, איך האב אויך געליטן מיין פעיר שעיר אבער אויף "למעשה" רעד איך צו מיינע קינדער איך קלער זיי אויף די א. ב. אז סאיז דא א גוטער באשעפער און ער האט אונז געגעבן די תורה און מען רעדט פון די הייליגע אבות און פון צדיקים און פון מדות טובות און יא מען רעדט אויך פונעם ברכה שלא עשני גוי די שטאלץ צו זיין פונעם עם הנבחר און אויך וויאזוי א יוד קען מאכן א קידוש השם. און אוודאי האף איך אז זיי וועלן מיר אויך פאלגן בעניני פרנסה וואס איך רעדט צו זיי שטענדיג. און צוזאמען מיט תפלה האף איך אויף א גוטע עתיד. איך זאג זיי אויך פון וואס זיי זאלן זיך אבאכט געבן מיט נאך אסאך אדווייס. אבער זיך צו נעמן האקן אויף די תורה בריש גלי און זיך איינרעדן אז די יעניגע האבן עפעס געהאט א טראפ א בעסערע לעבן ווי מיר דאס איז א שקר וכזב. נישט אין מיין שטוב
בקיצור זעעהנדיג ווי מאנכע קריכן דא צוריק א 200 יאר צוריק האב איך מיך מיישב געווען אז איך וועל אויך צוריקגיין 200 יאר און איך וועל ארויסשעפן תורות און חיזוק פון די הייליגע ספרי בעש"ט דאס האט זיי געהאלטן און דאס וועט מיך אויך האלטן. איך וועל מיר איבערקערן 100 מאל אויף איין פסוק חומש מיט רש"י ווי איידער אריינעמען אין מיין האנט א אויפגעקלערטער בוך וועגן די י"ג עקרים סאינטערסירט מיך נישט. לשיטתך בין איך א נער בן א נער נאו פראבלעם.

יא דו קענסט
לא נוכל לעלות את העם. דער רמב"ן אנפאג סדרה מיט אנדערע מפרשים פרעגן לכאורה וואס האבן די מרגלים געטאן אזוי שלעכט זיי האבן דאך לדעתם פשוט איבערגעגעבן וואס זיי האבן געזעהן. נאר זאגן די מפרשים אז נאכן דערציילן וואס זיי האבן געזעהן האבן זיי צוגעלייגט זייער אייגענע מיינונג. לא נוכל לעלות העם. און דאס איז שוין געווען א מוראדיגע פגם. די ווערטער איך קען נישט אדער די קענסט נישט דאס טאר מען נישט זאגן. מען דארף בעטן אויף סייעתא דשמיא מען דארף זיך לערנען ביי אנדערע מען דארף האבן געדולד אבער קיינמאל נישט אויפגעבען. וכ"ש ווען דער אויבערשטער אליינס הייסט און זאגט. יא דו קענסט
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים