עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
וויל קענען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך וויל קענען »

ר׳ שש די מאכסט מיר אינגאנצען צו׳משזר׳ט ווי וואנט מאר הער נישט אויף
א גיטע זאך קומט אן שווער
קאל ברסלב פאר חיזוק אין ברסלב זאגט מען אויב ס׳איז נישט דא קיין מניעות איז נישט קיין גיטע סימן
דארפסט דיר פרייען אז עס איז דא אידן וואס פארשטייען נישט וויפל מי און פלאג עס ליגט אין אזא ארטיקל אין ווייזן נישט קיין הכרת הטוב
וויש די טרערען באהאלטענערהייט אין גארטיל– דיך אן מיט כוחות נייע
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וויל קענען, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וויל קענען האט געשריבן:ר׳ שש די מאכסט מיר אינגאנצען צו׳משזר׳ט ווי וואנט מאר הער נישט אויף
א גיטע זאך קומט אן שווער
קאל ברסלב פאר חיזוק אין ברסלב זאגט מען אויב ס׳איז נישט דא קיין מניעות איז נישט קיין גיטע סימן
דארפסט דיר פרייען אז עס איז דא אידן וואס פארשטייען נישט וויפל מי אין פלאג עס ליגט אין אזא ארטיקל אין ווייזן נישט קיין הכרת הטוב
וויש די טרערען באהאלטענער– הייט אין גארטיל– דיך אן מיט כוחות נייע

ערעב [tag]וויל קענען[/tag], וואס זאל איך טון אז אונזער ידיד ערעב שש׳ן איז דאך ביטער גערעכט און עס איז טאקע דא גרויס ירידת הדורות, איך האב אויך געמיינט אז ערעב שש האקט פאר גארנישט, האב איך מיר נישט אינטערגעפוילט, גענומען דאס שטעקן און זיך ארויסגעלאזט אויף א שפאנציער צווישן די אמשינוב׳ע בלעטער, פון בלאט צו בלאט און פון קאפיטל צו קאפיטל, איך האב באטראכט יעדעס איינע באזונדער און די רעזולטאטן זענען שרעקליך, עס פאנגט זיך אן מיט א גוטע 49 לייקס צום הקדמה און עס ענדיגט זיך מיט א נישטיגע 9 לייקס צו די 10׳טע און 11׳טע קאפיטלעך!
העברע טייערע, מי אנכי עס צו זאגן, אבער מען דארף תשובה טון, און לאמיר טאקע שוין יעצט זיך נעמען באלייקן ערעב שש׳ן, כדי ער זאל ווייטער אנגיין מיט זיין עבודת הקודש צו אונזער אלעמענס גרויס הנאה!!
עזאס,
באטשי
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ירא שמים »

אדנירם האט געשריבן:אין פריערדיגן פעידזש האב איך אראפגעברענגט דריי פרישע קאפיטלען איבער אמשינוב. פונעם עולם'ס ריספאנס זעט אויס אז ס'דא גאר א שוואכע אינטערעסע אין דעם.
בין איך מיך טועה? ווייל אויב נישט, קען איך שוין אויפהערן דא... :cry: :oops: :cry:

פריעד באטשי האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:שש קיק אויפן קעפל פון דיין אשכול. דו קענסט נישט אויפהערן שרייבן אפילו דו ווילסט האסט נאך נישט אנגעהויבן צו שרייבן פון דאס וואס שטייט אויפן קעפל ס'וועט די גארנישט העלפן נעם דיך שרייבן ווי א מענטש יא....

איך ווערטל מיך ר' שש מיר ליינען מיט דארשט דיינע ווערק קיעפ אפ און א גיט יום טוב

אפשר טאקע אויסלאזן אויף ביזדערווייל אלע פריערדיגע רבנים, און קודם באשרייבן די היינטיגער, דאכצעך אז דאס איז מער רעלעווענט און אינטרעסאנט פאר די עולם?
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך מפוזרי »

אדנירם האט געשריבן:אין פריערדיגן פעידזש האב איך אראפגעברענגט דריי פרישע קאפיטלען איבער אמשינוב. פונעם עולם'ס ריספאנס זעט אויס אז ס'דא גאר א שוואכע אינטערעסע אין דעם.
בין איך מיך טועה? ווייל אויב נישט, קען איך שוין אויפהערן דא... :cry: :oops: :cry:

איך האב יא געלייקט און דאך האלט איך אז די לעצטערע קאפיטלען זענען ווייניגער אינטרעסאנט ווי די פריערדיגע. סה"כ ווערט דערציילט אז דער רבי איז געווען א גאון צדיק קדוש חסיד תקיף עניו חכם וכו' וכו' אזוי האבן בפירוש איבערגעגעבן די חסידים. מנשה וואלט אויפן סקווירער רבין גענוי אזוי געשריבן.
תכלית, דאס קען מען ליינען אין שבת בלעטיל אויך.
אשר על כן בין איך זיך מצטרף צו די אנדערע וואס האבן שוין מציע געווען מ'זאל זיך תיכף נעמען צום היינטיגען רבי'ן.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify]
מפוזרי האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:אין פריערדיגן פעידזש האב איך אראפגעברענגט דריי פרישע קאפיטלען איבער אמשינוב. פונעם עולם'ס ריספאנס זעט אויס אז ס'דא גאר א שוואכע אינטערעסע אין דעם.
בין איך מיך טועה? ווייל אויב נישט, קען איך שוין אויפהערן דא... :cry: :oops: :cry:

איך האב יא געלייקט און דאך האלט איך אז די לעצטערע קאפיטלען זענען ווייניגער אינטרעסאנט ווי די פריערדיגע. סה"כ ווערט דערציילט אז דער רבי איז געווען א גאון צדיק קדוש חסיד תקיף עניו חכם וכו' וכו' אזוי האבן בפירוש איבערגעגעבן די חסידים. מנשה וואלט אויפן סקווירער רבין גענוי אזוי געשריבן.
תכלית, דאס קען מען ליינען אין שבת בלעטיל אויך.
אשר על כן בין איך זיך מצטרף צו די אנדערע וואס האבן שוין מציע געווען מ'זאל זיך תיכף נעמען צום היינטיגען רבי'ן.

קעסענעם סעיפעם, ערעב [tag]מפוזרי[/tag] פארן מיר דזשוינען,
א דאנק
באטשי

נ.ב. דאס נעמט נאכאלץ נישט אוועק די געדאנק פון לייקען, איז בעטעך נאכאמאל, דער גאנצער עולם ווערט העפליך איינגעליידענט דורך מיר פריעד באטשי בכבודו ובעצמו, צו לייקען אונזער טייערער ידיד ערעב [tag]אדנירם[/tag] זז״ג, כדי ער זאל ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש.

ערעב [tag]חאצקעל שניידער[/tag] ביטע העלף מיר ארויס צו בעטן ביים עולם אז מען זאל זיך נעמען לייקן, ווי ביסטו? ביסט אפשר געפארן קיין אייראפע אדער פאלעשטינע?[/justify]
ווייס פרעזידענט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 9:32 am
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ווייס פרעזידענט »

רב שש מיר ווארטען אויפן טשערי פונעם קעיק זיי ממשיך מיט אמשינאוו
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

צום אלעם ערשטען, נאכאמאל א גרויסען דאנק פאר ערעב [tag]מפוזרי[/tag] פארן זיך צושטעלן און באלייקן אונזער ערעב [tag]אדנירם[/tag].
יעצט איז אזוי, אזוי ווי דער עולם האט זיך נישט צוגעשטעלט צו מיין בקשה וועל איך מוזען טון ווי מיין רעבע אין פושפיקלאדאני פלעגט צו טון אין אזא מצב אז מען האט אים נישט געפאלגט, און אנפאנגען צו רופן דעם עולם ביי די נעמען.
איך מיין נישט דוקא די וואס איך גיי דא ארויסשרייבן בפירוש, נאר על הכלל כולו יצא, איך וועל פשוט אנפאנגען מיט די פאר וואס האבן געלייקט נאר איין קאפיטל, אויף די פריערדיגע בלעטל וואס האט דריי קעפיטלען (כדי נישט צו פארשעמען קיינעם וועט עס זיין לפי סדר האותיות): [tag]א איד[/tag] [tag]בן אדם[/tag] [tag]ווייס פרעזידענט[/tag] [tag]יעלה ויבא[/tag] [tag]ראש הישיבה[/tag] [tag]רוסישער[/tag]
ביטע נעמטס אין באטראכט, אויב ענק זעקס אליינס געבן די צוויי לייקס האלט מען שוין ביי צוועלף לייקס, און עס וועט זיכער אי״ה זיין אנדערע וואס וועלן אויך.
איז ביטע געטס שוין די צוויי לייקס!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]צוועלפטע קאפיטל:
רבי יוסף'ל אלס דריטער רבי אין אמשינאוו.[/center]



[center]א נייער שטערן אין אמשינאווער דרך.[/center]
דער דריטער אמשינאווער רבי, רבי יוסף'ל, איז געווען זייער א קאכעדיגער. למשל, ביים קידוש פרייטאג צונאכטס, פלעגט דאס צוגיין מיט אזעלכע קולי קולות אז מ'האט דאס ארויסגעהערט אינעם חצר ביהמ"ד. זיין טאטע, ר' מנחם'ל, פלעגט כמעט גארנישט רעדן ביים טיש. ר' יוסעלע ווידער, פלעגט זאגן תורה זיבן מאל [!] דורכאויס שבת. דריי מאל פרייטאג צונאכטס, צוויי מאל שבת בייטאג, איינמאל ביי של"ס, און נאך איינמאל ביי הבדלה. בשעת'ן זאגן תורה, פלעגט ער אזוי קאכן, אז ער פלעגט אסאך מאל זיך ווישן דעם שטערן מיטן האנטוך פון שווייס, אפילו אינמיטן ווינטער.

און ווען ער פלעגט זאגן דעם 'לדוד מזמור' ראש השנה ביינאכט, האט ער געשריגן אזוי הויעך, אז די ווענט האבן געציטערט [כעדות בנו, ר' איציקל אמשינאווער פון אמעריקע]. אזוי אויך פלעגט ער דרש'ענען פאר כל נדרי בבכיות, און ער פלעגט זאגן: 'אין דעם טאג פלעגט דער כהן גדול, וואס איז געווען דער הייליגסטער מענטש, אריינגיין אינעם הייליסטן ארט - אין קדשי קדשים, אינעם הייליגסטן טאג. און וויאזוי גייען מיר געזען ווערן פארן רבוש"ע?!'.

אנדערש ווי זיין טאטע און זיידע, האט ער פרובירט – מיט ווייניג הצלחה – צוריקצודרייען דעם זייגער אין אמשינאוו. און בכלל איז ער געווען מער אן 'איש ההלכה', וויבאלד ער איז געווען א רב פאר א שיינע פאר יאר בעפארן ווערן רבי אין אמשינאוו. און אזוי אויך, איז ער געווען מער אן עילוי'אישן טיפ מענטש, און צוליב דעם איז געווען פארשידענע חילוקים צווישן זיין הנהגה, און די הנהגה פון די אנדערע אמשינאווע רבי'ס. [איבער זיין אויסגערופענער גאונות והתמדה ידועה, אפילו אלס רבי, האבן מיר שוין באשריבן אין פריערדיגע קאפיטלען].

ער האט געזאגט, אז ווען ער איז געווען יונגער, האט ער געהאט כח צו פארשפעטיגן די זמנים, יעצט אז ער איז עלטער און ער האט שוין נישט קיין כח, 'דארף ער זיך צושטעלן צו די זמנים'... והדברים עמוקים [אזוי אויך האט זיין זון ר' איציקל פון אמעריקע זיך אויסגעדריקט, אז היינטצוטאגס 'ווי שווער ס'איז מיט א סדר, איז אסאך שווערער אן א זמן און אן א סדר' (און אעפ"כ איז אמשינאוו פארבליבן א פארשלעפטע חסידות אפילו ביי ר' איציקל...)]. אבער ס'איז אים קנאפ געלונגען, וויבאלד דער עולם איז שוין געווען איינגעוואוינט פאר קרוב צו הונדערט יאר צו שלעפן מיט די זמנים. למשל, ס'געווען אמאל א תקופה פון 16 טעג, וואס דער רבי האט געדאווענט תפילה בזמנה, אריינגערעכנט שבת, אבער ער האט געדאווענט אן מנין, ווייל דער ציבור איז נאכנישט געווען גרייט צו דאווענען אזוי פרי...

למעשה איז ער געווען א גרויסע רבי, פארשפרייטנדיג די פליגלען פון אמשינאוו לענגאויס גאנץ פוילן ביז ארץ ישראל. בימיו האט זיך דער אמשינאווער חסידות געציילט אין די טויזנטער'ס. 35 שטיבלעך האט אמשינאוו פארמאגט, און אין א ספעציעלן קונטרס 'גל-עד', האט ר' דוד ווייסבראד - א באקאנטער היסטאריקער וואס איז געווען אן אמשינאווער חסיד, פאראייביגט די נעמען פון אמשינאווע חסידים וואס האבן געדאווענט אין די שטיבלעך, לויט וויפיל ער האט געדענקט און צאמגענומען פון די רעשטלעך פוילישע אידן וואס האבן איבערגעלעבט דעם קריג. פון זיין רשימה אליינס זעט מען איבער טויזנט נעמען! דאס איז א קורצע באגריף איבער ווי ריזיג אמשינאוו איז געווארן אונטער די הנהגה פונעם גאון וצדיק ר' יוסף'ל.


[center]אמת קנה.[/center]
איינער איז אמאל אריינגעקומען צום רבי'ן זאגן, אז ער שפירט אז די מקוה איז אים מטהר. האט ר' יוסעלע אים געענטפערט: 'דאס אז די מקוה איז מטהר, איז אמת, אבער דאס וואס דו שפירסט, איז עפעס אנדערש... און דאס איז געווען כאטש ער איז געווען מורא'דיג נזהר נישט פוגע צו זיין אין א מענטשנס כבוד ח"ו. אזש זיין זון האט מעיד געווען, אז ער פלעגט שוקל זיין יעדעס ווארט וואס איז ארויס פון זיין מויל, אז ס'זאל נישט גורם זיין קיין צער פאר א איד. און לדוגמא, אין זיין קבלת קהל שטוב, פלעגט מען אריינלאזן פרויען צו שטיין ביים עק צימער און אזוי האבן זיי גערעדט צו אים. ווען ער פלעגט וועלן ארויסגיין, פלעגט ער פרעגן דעם גבאי'ן צו עס איז דא דארטן מענטשן, נישט וועלנדיג נוצן דעם ווארט 'פרויען', וויבאלד ס'זעט אויס אביסל 'שארף' צו פרעגן צו ס'נאך דא דארטן פרויען.

ר' יוסעלע איז געווען אן אויסגעשפראכענער קעגנער פון רעיון הציוני ותנועת המזרחי. עד כדי כך, אז ער האט געזאגט אז אויף די מזרח'יסטן זאגט די גמ' שבת ק"ה ע"א 'היום אומר לו עשה כך ומחר אומר לו עשה כך, עד שאומר לו לך עבוד ע"ז.

איינמאל זענען געוויסע ציוני'סטן געקומען רעדן אין אמשינאוו איבער מאכן אן עליה לארץ ישראל, און פארשטייט זיך אז די שטעטל האט גע'רעש'ט איבער דעם. איז דארטן געווען א חרש שאינו שומע ואינו מדבר, וואס האט געזען אז ס'טוט זיך עפעס האט ער געוואלט וויסן וואס טוט זיך דא, האט מען אים אראפגעשריבן אויף א צעטל בקיצור איבערן רעיון הציוני, און זיין גוף האט אנגעהויבן ציטערן. האט ר' יוסעלע געזאגט: עטס זעטס, אפילו א פראסטער מענטש ווי אים, פארשטייט אז דער וועג טויג נישט...


[center]אמשינאווע שטריכן.[/center]
ווי שוין אויבנדערמאנט אין א פריערדיגע קאפיטל, האט ער געהאט אין זיך א מיזוג פון קנאות און סבלנות. חסד וגבורה. דערפאר איז אמשינאוו בימיו געווען א לייכט טורעם פון טויזענטער אידן וואס האבן געקלאמערט אין אים. און כאטש ער איז געווען מער א שארפער, האט זיין זון ר' איציקל מעיד געווען אויף זיין טאטן, אז ער איז קיינמאל נישט געווען אין כעס אויף א צווייטן, חוץ איינמאל ווען איינער האט אים געזאגט אז ער וויל ווערן א מסור, האט ער זיך געבייזערט אויף אים.

ער האט זיך אפילו אויסגעדריקט, אז אויב קיום המצוות איז נישט גורם פאר א איד צו ווערן בשמחה, מעג ער מאכן א 'שטופ' [אן אלטער אויסדריק אויף א הלצה, האצקעריי], "אבי נישט קיין עצבות"...

כנוסח אמשינאוו, איז ער געווען ווי א טאטע צו זיינע חסידים, אפילו ער איז געווען מער א 'שארפער'. ער האט זיך אפגעגעבן מיט יונגע בחורים'לעך, מיט עובד'ישע יונגעלייט, מיט בעל הבית'ישע חסידים, און מיט פאר'צרה'טע אידן, צוגלייך. פארשפרייטנדיג די זיסקייט פון אמשינאוו לענגאויס פוילן, און ווערנדיג איינער פון די אנערקענסטע רבי'ס אין פוילן.

ווי זיינע עלטערן, האט ער אויך עוסק געווען אין עסקנות לש"ש. כמעט זיך נישט מישנדיג אין די אגודה ענינים - וואס האבן געהאט גענוג אנדערע רבנים ואדמורי"ם וואס האבן זיך אפגעגעבן דערמיט, האט ער זיך בעיקר אפגעגעבן מיט פריוואטע מענטשן, און ארומפארנדיג איבער די שטעטלעך אין פוילן האט ער ארויסגעהאלפן יעדן איד בעת צרתו. זייענדיג אן אוזן קשבת פאר יעדן ליידנדן איד, און ס'האבן זיך טאקע כסדר געשלענגעלט מאסן מענטשן קיין אמשינאוו, זוכנדיג א תקוה טובה ביים רבי'ן ר' יוסף'ל.


צורת קדשו פון רבי יוסף מאמשינאוו:
בילד



אינעם נעקסטן קאפיטל: נאך אמשינאווע שטריכן, סוף ימיו, זרעו אחריו.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify]א דאנק ערעב שש,
WOW, WOW, ברוך ה׳ שזכינו לעוד פרק.
אשרינו ומה טוב חלקינו שיש לנו [tag]אדנירם[/tag] כזה.

יעזור ה׳ הלאה ברוב סייעתא דשמיא והצלחה מרובה.


יעצט צו אלע טייערע קאווע טרינקער וואס טרינקען קאווע מיטן אמשינוב׳ע פלעיווער,
אז ערעב שש האט זיך צוגעשטעלט צו אונז דארפען אונז ארויסווייזן אונזער הכרת הטוב און אים באלייקן,
א דאנק-קעסענעם סעיפעם,
באטשי[/justify]
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
האט שוין געלייקט: 1997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך יעלה ויבא »

ישר כח מורינו ר' שש. כ'האב דיר געלייקט נאך פאר כ'האב עס געליינט, אלץ נחיצות העניין
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ירא שמים »

א אינטערעסאנטע בילד האסטו געברענגט ,
אבער נישט צורת קדשו ,
און פרוביר לייגען אנעם וואטערמארק ,
ישר כח.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'האב נישט קיין אנונג וואס דו רעדסט.
דאס איז די בילד פון ר' יוסעלע אמשינאווער, און ס'נישטא קיין צווייטע בילד פון אים.

[אפשר האסטו זיך אויסגעמישט מיט זיין אייניקל, דער היינטיגער רבי פון אמעריקע, וואס הייסט אויך ר' יוסעלע].
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]דרייצנטע קאפיטל:
המשך פון רבי יוסף'ל אלס דריטער רבי אין אמשינאוו.[/center]



[center]למעלה מן הזמן.[/center]
שבת פלעגט מען 'אנהייבן' דאווענען שחרית, ממש פאר חצות, און ענדיגן דאס דאווענען ארום דריי אזייגער... נוסח אמשינאוו. דאס איז אבער געווען א דירעקטע תוצאה פונעם טיש פרייטאג צונאכטס, וואס האט זיך אויך אנגעהויבן ארום חצות הלילה, און פלעגט זיך ענדיגן פארן עלות השחר.

זיין איידעם, ר' הערשל מונק, האט אמאל מגדיר געווען וויאזוי ס'האט אויסגעזען אין אמשינאוו ביי ר' יוסעלע: 'דער שווער האט געבעטן מ'זאל ברענגען מים אחרונים, און נח משמש האט עס גענומען אויפן רעיון, שלום אסטראווער פארעט זיך, יעקב פסח איז געלאפן ברענגען, אבער קיין מים אחרונים איז נישט געווען'...

אזוי אויך האט מען אמאל אנגעפרעגט זיין זון, ר' איציקל אמשינאווער פון אמעריקע, וואס איז געווען דער סדר אין אמשינאוו בנוגע מעביר סדרה זיין, צו פרייטאג פאר חצות, צו פרייטאג נאך חצות, צו שבת. האט ר' איציקל געזאגט: 'סדר אין אמשינאוו? ס'גוט'... און ער האט דעמאלס דערציילט, אז ווען ס'געווען דער אפיציעלער זמן צו זאגן סליחות אין אמשינאוו, האט דער שמש אנגעצונדען די לעכט אין ביהמ"ד, אבער ביז ווען מ'האט אנגעהויבן צו זאגן סליחות, האבן די לעכט זיך שוין געהאט אויסגעלאשן און מ'האט געדארפט אנצינדען נייע לעכט, 'אזא סדר איז געווען אין אמשינאוו' - האט ער אויסגעפירט...

ר' יוסף'ל האט א שידוך געטון פאר זיין זון ר' יעקב דוד'ל אמשינאווער [גע'הרג'עט געווארן ביים וועלט מלחמה, הי"ד], מיט דער טאכטער פון ר' שלמה יאסקאוויטש, אן איידעם ביים אמרי אמת מ'גור. דער אמרי אמת איז געווען באוואוסט אלס א דייקן אין זמן, און דערפאר איז ר' יוסעלע געקומען פונקטליך אין צייט צום שידוך שליסן. אבער למעשה האט זיך דער וואגאן פונעם אמרי אמת צובראכן אינמיטן וועג, און ער איז אנגעקומען אפאר שעה שפעט. האט דער אמרי אמת געזאגט: 'אז מען איז זיך נאר משדך מיט אמשינאוו, פארשפעטיגט מען שוין'...


[center]בקרב קדושים תתהלל.[/center]
דער אמרי אמת פון גור, האט געהאלטן גאר גרויס פון ר' יוסף'ל. און יעדעס מאל ער איז דורכגעפארן אמשינאוו, האט ער אפגעשטאט א באזוך ביי ר' יוסף'ל. אפילו פארן רעביצין פון ר' יוסף'ל האט ער זיך אמאל אויפגעשטעלט – אלס כבוד פון איר גרויסער מאן. אזוי אויך האט דער רעביצין פונעם אמרי אמת געבעטן פון ר' יוסף'ל, אז ער זאל אנוואונטשן איר מאן ער זאל נאך אונטערפירן זייער בן זיקונים - דער פני מנחם - וואס איז נאך דעמאלס געווען א קינד, אונטערן חופה. ר' יוסף'ל האט אנגעוואונטשן, און זיין ברכה איז נתקיים געווארן.

ווערן דער מהריי"צ מליובאוויטש האט חתונה געמאכט זיין טאכטער מיטן לעצטן ליובאוויטשן רבי'ן, ר' מנחם מענדל, האט ר' יוסעלע זיך משתתף געווען, און ער איז אנגעקומען אינמיטן א מאמר חסידות פונעם מהריי"צ. לכבודו האט דער מהריי"צ מפסיק געווען אינמיטן דעם מאמר [וואס איז גאר א געהויבענע מעמד אין חב"ד. פרעגטס [tag]ונבנתה העיר[/tag]], און ער האט געהייסן דעקן דעם טיש פאר רבי יוסעלע, און נאכדעם האט ער אים געבעטן רשות צו ממשיך זיין מיטן זאגן דעם מאמר!

אזוי אויך דער מלך ישרא"ל, רבי ישראל טשארטקאווער, האט אים זייער שטארק מעריץ ומחבב געווען. און ווען ר' יוסעלע איז אמאל געווען ביי אים אין וויען אויף א שבת, האט ער אים געזעצט לעבן זיך ביים שבת'דיגן סעודה, און האט אים מורא'דיג מכבד געווען [דאס איז געווען נאכן צווייטן כנסיה גדולה פון די אגודה, וואו ר' יוסעלע האט אנטיילגענומען און געהאלטן א דרשה, און אויך דארטן האט מען אים אפגעגעבן גרויס כבוד אלס איינער פון די צדיקי הדור].


[center]אחרית ימיו.[/center]
אין לעצטן יאר פון זיין לעבן, איז ר' יוסף'ל געווארן זייער אפגעשוואכט, און פון צרות ישראל - וואס ווי אויבנדערמאנט האט ער עוסק געווען כסדר אין העלפן אידן ועסקנות - איז ער קראנק געווארן אויפן הארץ, און ער האט זיך אריבערגעצויגן צו וואוינען אינעם קור-ארט אטוואצק, וואו זיין יונגערער ברודער - רבי שמעון שלום, האט געפירט זיין אייגענער עדה זייט זייער פאטער'ס פטירה.

אין טאג פון זיין פטירה, איז ער געלעגן אזוי אפגעשוואכט בלי הכרה. אבער ווען ס'איז געקומען דער זמן קרי"ש, האט ער זיך אויפגעוועקט און זיך אפגעגאסן די הענט און געליינט קרי"ש. נאכדעם איז ער נאכאמאל צוריקגעפאלן צו זיין פריערדיגן מצב, און די ליפן האבן זיך געשאקלט ביז די פטירה.

ר' יוסעלע איז נסתלק געווארן ביום ג' שבט תרצ"ו, און מ'האט אים געפירט קיין ווארשע, וואו מ'האט אים מספיד געווען בבכי תמרורים, במעמד אלפים ורבבות מישראל ובהשתתפות גדולי אדמור"י פוילן. און מ'האט אים געלייגט לעבן דעם טאטן, אינעם אהל אין ווארשע.


[center]תמונת ציון רבי יוסף מאמשינאוו:[/center]
בילד


[center]קברו של רבי יוסף מאמשינאוו:[/center]
בילד


[center]הניח זרעו כמותו.[/center]
פופצן קינדער האט ר' יוסעלע געהאט, כולם אהובים כולם ברורים. אפאר זענען אוועק יונגערהייט, און די איבריגע זענען גע'הרג'עט געווארן ביים קריג. חוץ פון איין זון, ר' איציקל, וואס האט איבערגעפלאנצט דאס אמשינאווער הויף נאכן קריג אין אמעריקע. זיין עלטערער ברודער, ר' יעקב דוד'ל השני מאמשינאוו, האט איבערגענומען דאס רבי'סטעווע אין אמשינאוו נאכן טאטנס פטירה אין שנת תרצ"ז, אבער נאך אפאר יאר איז ער גע'הרג'עט געווארן דורך די דייטשן הי"ד.

באזונדער דארף אנגעמערקט ווערן ר' יוסעלע'ס עבודה מיט זיינע טעכטער נאכן ערשטן וועלט מלחמה. ווען דער רוח ההשכלה איז שטארק געווארן אין גאנץ פוילן, און אפילו אין רבי'שע שטובער זענען ל"ע געווען קרבנות וואס זענען אוועקגעפאלן פון אידישן וועג. נאכמער מסוכן איז געווען די מצב ביי די מיידלעך. דאן האט ר' יוסעלע מחליט געווען צו מאכן א שיעור מיט זיינע טעכטער, כדי זיי צו האלטן נאנט צו זיך. אזוי אויך אין די ימים טובים, פלעגט ער שמועסן און פארברענגען מיט זיי. ביז זיי האבן זיך געשפירט נענטער צו אים, ווי צום רעביצין. ס'געווען אמאל ערב יום כיפור, אז דער שמש האט גערופן דעם רבי'ן צו כל נדרי, און ער האט נאך עוסק געווען מיט די טעכטער...

וחפץ ה' בידו הצליח, אז ער האט געהאט צען טעכטער, און ער האט זיי אלע חתונה געמאכט צו חשוב'ע אידן, און אפילו צו אדמורי"ם מפורסמים. [ליידער זענען אלע אומגעקומען דורך די דייטשן ימ"ש, הי"ד]. צווישן די בארימטע איידימער זיינע האבן זיך געפונען די פאלגנדע:

רבי בנימין פלטיאל מארגנשטערן אב"ד סטארדין [א זון פון סאקאלאווער רבי ר' יצחק זעליג. א רעכטער אייניקל פונעם קאצקער].

רבי יעקב שרגא פייוול זינגער אב"ד אסטראווע [א זון פון אלכסנדרער רב, ר' יצחק מאיר, וואס איז געווען אן איידעם ביים תפארת שמואל מאלכסנדר]. פון אים איז געבליבן איין צווייגעלע, נעמליך זיין זון דער אלטער אלכסנדער רבי פון אמעריקע.

רבי אלימלך מווישקאווע [א זון פון דער ראדזימינער רבי, ר' יעקב ארי'. א רעכטער אייניקל פונעם קאצקער. אגב, ר' יעקב ארי' איז געווען אן איידעם ביי ר' מנחם'ל אמשינאווער].

רבי אלימלך האלשטוק אב"ד נאשעלסק [א זון פון אסטראווצער רבי, ר' יחזקאל'ע].

רבי שמואל שלמה ליינער האדמו"ר מראדזין [בן רבי מרדכי יוסף מראדזין].


אינעם נעקסטן קאפיטל: דער פערטער אמשינאווער רבי, רבי איציק'ל פון אמעריקע [וועם איך האב נאך זוכה געווען צו זען אלס קינד].
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ירא שמים »

איך זעע אינטער די באלד אותיות צורת קדשו פון רבי יוסף מאמשינאוו א קאפי פון די איד תשמ״ג וועגן ישיבת זרע קדש דקאלאשיץ.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]טובים השניים מן האחד!
א גרויסן דאנק רבינו [tag]אדנירם[/tag] פארן צושטעלן צוויי נייע הערליכע קאפיטלעך אין איין טאג!
[/center]


[center]עס איז צום האפען אז די עולם וועט ארויסווייזן זייער
הכרת הטוב.[/center]
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ירא שמים »

ר׳ שש אויב סאיז אייך נישט שווער ביטע לייגט ארויף עפעס א יחוס בוים פונ׳ם אמשינאווער גזע מזאל קענען האלטן קאפ , ישר כח.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירא שמים האט געשריבן:ר׳ שש אויב סאיז אייך נישט שווער ביטע לייגט ארויף עפעס א יחוס בוים פונ׳ם אמשינאווער גזע מזאל קענען האלטן קאפ , ישר כח.

זייער גוטע געדאנק!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פריעד באטשי האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:ר׳ שש אויב סאיז אייך נישט שווער ביטע לייגט ארויף עפעס א יחוס בוים פונ׳ם אמשינאווער גזע מזאל קענען האלטן קאפ , ישר כח.

זייער גוטע געדאנק!

ס'איז גראדע אין פלאן.
אי"ה נאכן ענדיגן אלע רבי'ס ביזן היינטיגן רבי'ן פון ארץ ישראל [איידער'ן באשרייבן דעם היינטיגן רבי'ן], וועל איך באשרייבן קלאר די יחוס כראוי וכיאות.

-----------------
נ.ב. כ'האף כ'וועל נאך היינט קענען אנהייבן דעם נייעם קאפיטל. ס'ווענדט זיך אסאך אינעם ציבור...
וויל קענען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך וויל קענען »

נא!!! פריעדן באטשי זעהסט וואס הרב שש שרייבט נעם דיך צו די ארבעט אין מאך א לייק דרייוו
ווי וואנט מאר טאדעי
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך מפוזרי »

דער סאקאלאווער און דער ראדזימינער זענען ביידע געווען 'אור' אייניקלעך פונם קאצקער.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ריכטיג, און כ'האמיך נאר משתמש געווען במטבע לשון ווי מען זאגט היינט 'ער איז א רבי ר' מיילעך אייניקל'...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בטעות דאפעלט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:
פריעד באטשי האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:ר׳ שש אויב סאיז אייך נישט שווער ביטע לייגט ארויף עפעס א יחוס בוים פונ׳ם אמשינאווער גזע מזאל קענען האלטן קאפ , ישר כח.

זייער גוטע געדאנק!

ס'איז גראדע אין פלאן.
אי"ה נאכן ענדיגן אלע רבי'ס ביזן היינטיגן רבי'ן פון ארץ ישראל [איידער'ן באשרייבן דעם היינטיגן רבי'ן], וועל איך באשרייבן קלאר די יחוס כראוי וכיאות.

-----------------
נ.ב. כ'האף כ'וועל נאך היינט קענען אנהייבן דעם נייעם קאפיטל. ס'ווענדט זיך אסאך אינעם ציבור...

וויל קענען האט געשריבן:נא!!! פריעדן באטשי זעהסט וואס הרב שש שרייבט נעם דיך צו די ארבעט אין מאך א לייק דרייוו
ווי וואנט מאר טאדעי

מוירע וועראבויסעם, דארף איך דען צולייגן נאך ווערטער צו דעם???
ביטע טוט צו די זאך!!!
:cry: :x :( :oops: :roll:
פארשפארט