ער האט מיט די נערווען!!!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
ער האט מיט די נערווען!!!
פון קינדווייז אן האב איך געוואוסט אז עס זענען דא מענטשן וואס זעען אויס נארמאל, אבער באמת זענען זיי משוגע, דאס זענען מענטשן וואס האבן מיט די נערוון...
די מענטשן - האב איך געוויסט- קענען זיין זייער קלוג און טאלאנטפול, אבער דער באהאלטענע קללה גייט נישט אוועק פון זיי, זיי האבן מיט די נערוון.
ווען א מענטש האט זיך פלוצלינג צו'כעס'עוועט און געמאכט א חוסר עונים'דיגער טענטראם איז דער תירוץ געווען נערוון. א מענטש וואס קומט נישט צווישן היימישן עולם ווי דאווענען וכד' אדער דערהייבט נישט א געוויסער ווירטשאפט, נערוון. און וכו' וכו' ביי פילע אנדערע סיטועישנס וואס האט געדארפט צו הייסן אומפארשטענדליך.
פון שטענדיג אן האב איך זיך געוואונדערט וואס דאס איז דער מיסטעריעזער שד וואס רופט זיך נערוון. דער ווארט איז גראדע מאדערן, אבער אין דער זעלבער צייט זייער מיסטעריעז און ווערט גענוצט ביי פארצייטישע אידענעס.
.
אויך איז מיר געווען א וואונדער אז דער טערמין האב איך קיינמאל נישט געהערט פון פסיכאלאגן, עס איז עפעס אזא הסתר בתוך הסתר'דיגער מחלה וואס קען אפילו נישט אויסגעשמועסט ווערן דורך די פראפעשענלס?
אין די לעצטע יארן האב איך אנגעהויבן חושש צו זיין אז עפעס טויג נישט מיט דעם טערמין. נארמאלע מענטשליכע הרגשים און רעאקציעס ווערן דערמיט באטיטלט, און ספעציעל אין די היימישע געזעלשאפט ווי עס הערשט דער תורת הסוד פון לייגן אונטערן טעפיך אומגעווינטשענע הנהגות ומעשים, כאשר עינינו רואות אז ווען איינער פירט זיך נישט לפי רצון המשפחה אדער געזעלשאפט שיקט מען אים זיך "היילן". און טאמער שפרינגט יענער פון די הויט מחמת אונטערדרוקונג, איז דאך שוין אודאי קלאר אז יענער דארף זיך היילן... נא, עס האט מיר אנגעהויבן נישט צו געפעלן די גאנצע מעשה.
און פארוואס ביי גוים איז נישט באקאנט אזוי ווייט דער פראבלעם פון א משפחה וואס אלע זענען אויסגעשטעלט צו נערוון מחלות?
האב איך דעריבער זיך גענומען זיכן אינעם אינטערנעט, אין וויקיפעדיע, ביי nervous breakdown און "התמוטטות עצבים", און איך הייב אן זען, אז די גאנצע מעשה הייבט זיך טאקע נישט אן, עכ"פ די מיסטעריע דערפון איז שקר. עס איז פשוט פארשידענע נטיות פון מענטשן, שוואכקייטן סענסיטיווקייטן און רעאקציעס נאך שווערע דורך גאנגען וואס דארף פשוט גענומען ווערן מיט פארשטענדענישט און שלום על ישראל.
איי, וואס זענען דאס די נערוון פילן?
איז אזוי: עס זענען אודאי פאראן מענטשן וואס זענען יצא מדעתם, לאמיר דאס רופן זייער דיבור אדער התנהגות איז עקסטרעם אומרעאליסטיש צום אנגענומער מהלך החיים ומחשבה, ווי אן עקסטרעמע פאביע אדער אבסעסיע אדער גאר חזיונות בהקיץ. אבער נישט די מענטשן מיינט מען געווענליך ווען מען רעדט פון נערוון קראנקע.
אבער די געווענליכע פילן פאר דעפרעסיע אדער אימפולסיוונעס וואס מאנכע זענען אויסן דאס צו רופן נערוון פילן, איז לא מניהו ולא מקצתה. עס איז פשוט צו העלפן דעם מענטש דורך קומען שוועריקייטן אין לעבן און צו קענען אנגיין אינעם ים החיים,טראץ וואס מטבעו וואלט ער זיך שווער געקענט צופאסן צו פארשידענע סיטואציעס שאינו מתאים לו.
קומט אויס אז באמת איז היינט אנגענומען, דאס וואס עס איז טויזנטער יארן געווען אנגענומען מיט א פשטות, אז נישט יעדער קען זיך איינפאסן אין איעדער סביבה, עס זענען פאראן מענטשן מיט פארשידנארטיגע נטיות. עגמת נפש קען ברענגן א געוואלדיגער טרויער וואס דער הייל מיטל איז יענעם צו העלפן למעשה אדער מיט פארשטענדיגע ניחומים, און אמאל איז גאר פאראן וואס דער צער איז אזוי גרויס אז מעו קען אים נישט טרייסטן. עס זענען געווען נארמאלע באגרופן פון כעס וכו' וכו'
איז אויב אזוי, ווער האט דאס באשאפן דעם סטיגמא "נערוון קראנק" אויף רעאקציעס וטאס איז אמאל אין נארמאלע אומשטענדן געווען אנגענומען אלס פארשטענדליך און מקובל?
ווער האט דאס געמאכט פאר אויספארשטענדליך שאפנדיג דער מיסטעריע?
הערט און שטוינט:

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
ישמעאל הכהן האט געשריבן:יא ס'געגאנגען אזוי, זעמעל פרעגט איינעם אין דאקטאר זאל: העי וואס טוסטו דא ביים דאקטאר היינט? יענער: איך האב צוטון מיט די נערווען. זעמעל: מיט וואס האט איר צוטון? יענער: מיט די נערווען מיט די נערווען! און וואס זעמעל האט געענטפערט איז היסטערי (עיין בשבת אחים תגובה)
WOW, מעשה אבות סימן לבנים, די שמועס פון וואס אונז רעדן איז געווען גלייך נאכן אויסהערן די ראדיא, קומט דא אונזער ראדיא באריכטער און דערמאנט עס!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 151
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
- האט שוין געלייקט: 113 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל
Re: ער האט מיט די נערווען!!!
זייער גיט ארויסגעברענגט אן איד פון מושב זקנים פארשטייט עס זייער גיט
אז מ׳שפירט עס אויף די אייגענע הויט ......

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום וויל קענען, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
וויל קענען האט געשריבן:moshav zekeinim האט געשריבן:פון קינדווייז אן האב איך געוואוסט אז עס זענען דא מענטשן וואס זעען אויס נארמאל, אבער באמת זענען זיי משוגע, דאס זענען מענטשן וואס האבן מיט די נערוון...
די מענטשן - האב איך געוויסט- קענען זיין זייער קלוג און טאלאנטפול, אבער דער באהאלטענע קללה גייט נישט אוועק פון זיי, זיי האבן מיט די נערוון.
ווען א מענטש האט זיך פלוצלינג צו'כעס'עוועט און געמאכט א חוסר עונים'דיגער טענטראם איז דער תירוץ געווען נערוון. א מענטש וואס קומט נישט צווישן היימישן עולם ווי דאווענען וכד' אדער דערהייבט נישט א געוויסער ווירטשאפט, נערוון. און וכו' וכו' ביי פילע אנדערע סיטועישנס וואס האט געדארפט צו הייסן אומפארשטענדליך.
פון שטענדיג אן האב איך זיך געוואונדערט וואס דאס איז דער מיסטעריעזער שד וואס רופט זיך נערוון, דער ווארט הערט זיך זייער מאדערן,
אבער ווערט גענוצט ביי פארצייטישע אידענעס.
.
אויך איז מיר געווען א וואונדער אז דער טערמין האב איך קיינמאל נישט געהערט פון פסיכאלאגן, עס איז עפעס אזא הסתר בתוך הסתר'דיגער מחלה וואס קען אפילו נישט אויסגעשמועסט ווערן דורך די פראפעשענלס?
אין די לעצטע יארן האב איך אנגעהויבן חושש צו זיין אז עפעס טויג נישט מיט דעם טערמין. נארמאלע מענטשליכע הרגשים און רעאקציעס ווערן דערמיט באטיטלט, און ספעציעל אין די היימישע געזעלשאפט ווי עס הערשט דער תורת הסוד פון לייגן אונטערן טעפיך אומגעווינטשענע הנהגות ומעשים, כאשר עינינו רואים אז ווען איינער פירט זיך נישט לפי רצון המשפחה אדער געזעלשאפט שיקט מען אים זיך "היילן". און טאמער שפרינגט יענער פון די הויט מחמת אונטערדרוקונג, איז דאך שוין אודאי קלאר אז יענער דארף זיל היילן... נא, עס האט מיר אנגעהויבן נידט צו געפעלן די גאנצע מעשה.
און פארוואס ביי גוים איז נישט באקאנט אזוי ווייט דער פראבלעם פון א משפחה וואס אלע זענען אויסגעשטעלט צו נערוון מחלות?
האב איך דעריבער זיך גענומען זיכן אינעם אינטערנעט, אין וויקיפעדיע, ביי nervous breakdown און "התמוטטות עצבים", און איך הייב אן זען, אז די גאנצע מעשה הייבט זיך טאקע נישט אן, עכ"פ די מיסטעריע דערפון איז שקר. עס איז פשוט פארשידענע נטיות פון מענטשן, שוואכקייטן סענסיטיווקייטן און רעאקציעס נאך שווערע דורך גאנגען וואס דארף פשוט גענומען ווערן מיט פארשטענדענישט און שלום על ישראל.
איי, וואס זענען דאס די נערוון פילן?
איז אזוי: עס זענען אודאי פאראן מענטשן וואס זענען יצא מדעתם, לאמיר דאס רופן זייער דיבור אדער התנהגות איז עקסטרעם אומרעאליסטיש צום אנגענומער מהלך החיים ומחשבה, ווי אן עקסטרעמע פאביע אדער אבסעסיע אדער גאר חזיונות בהקיץ. אבער נישט די מענטשן מיינט מען געווענליך ווען מען רעדט פון נערוון קראנקע.
אבער די געווענליכע פילן פאר דעפרעסיע אדער אימפולסיוונעס וואס מאנכע זענען אויסן דאס צו רופן נערוון פילן, איז לא מניהו ולא מקצתה. עס איז פשוט צו העלפן דעם מענטש דורך קומען שוועריקייטן אין לעבן און תומקענען אנגיין אינעםמים החיים כאטש זיין נאטור וואלט עס נישט איס נישט געאייגנט דערפאר.
קומט אויס אז באמת איז היינט אנגענומען, דאס וואס עס איז טויזנטער יארן געווען אנגענומען מיט א פשטות, אז נישט יעדער קען זיך איינפאסן איןמיעדער סביבה, עס זענען פאראן מענטשן מיט פארשידנארטיגע נטיות. עגמת נפש קען ברענגן א געוואלדיגער טרויער וואס דער הייל מיטל איז יענעם צו העלפן למעשה אדער מיט פארשטענדיגע ניחומים, און אמאל איז גאר פאראו וואס דער צער איז אזוי גרויס אז מעו קען אים נישט טרייסטן. עס זענען געווען נארמאלע באגרופן פון כעס וכו' וכו'
איז אויב אזוי, ווער האט דאס באשאפן דעם סטיגמא "נערוון קראנק" אויף רעאקציעס וטאס איז אמאל אין נארמאלע אומשטענדן געווען אנגענומען אלס פארשטענדליך און מקובל?
ווער האט דאס געמאכט פאר אויספארשטענדליך שאפנדיג דער מיסטעריע?
הערט און שטוינט:
זייער גיט ארויסגעברענגט אן איד פון מושב זקנים פארשטייט עס זייער גיט
וואס זאגט מען נאר , אז מ׳שפירט עס אויף די אייגענע הויט ......
ביטע ליינען:
viewtopic.php?f=12&t=3068
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 151
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
- האט שוין געלייקט: 113 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל
Re: ער האט מיט די נערווען!!!
שכח שמעקעדיג
איך גיי שוין זיין וואויל–נאך איין טשענס פליס!!!
כ׳האף אז די פארשטייסט אז דעס האט נישט קיין שיכות מיט נערוון אז נישט קען איך דיר ציטורן די ווערטער פון מושב זקנים [emoji1]
איך גיי שוין זיין וואויל–נאך איין טשענס פליס!!!
כ׳האף אז די פארשטייסט אז דעס האט נישט קיין שיכות מיט נערוון אז נישט קען איך דיר ציטורן די ווערטער פון מושב זקנים [emoji1]
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
בעפאר איך גיי ווייטער צו אויפגדעקן פון וואו דער מיסטעריעזע סטיגמא נעמט זיך, וויל ציטירן פון וויקעפידיע כדי מען זאל זען קלאר במה דברים אמורים, אן זיך פארלאזן אויף בלויז מיין ווארט (איך מיין אז דערפאר איז וויקיפידיע גענוג).
שרייבן זיי אזוי:
"א נערוון בראך איז א פאלקס באגריף וואס רעכנט אריין א גרויסער צאל פילפארביגע סיטואציעס אינעם נפשיות'דיגער תחום. דער אויסדרוק איז נישט אין באנוץ ביי פראפעשענל עולם הרפואה, און עס איז נישטא קיין אנדערער קלינישער טערמין אנשטאט דעם.
אין דעם טערמין זענען נכלל נארמאטיווע מצבים וועלעכע פאדערט געווענליך נישט מעדעצינישע הילף, און אומנארמאטיווע פאטאלאגישע מצבים, וועלעכער ווערט שוין פאררעכנט אלס א פסיכיאטערישער מצב.
דוגמאות פון נארמאטיווע מצבים:
- א רעאקציע פון אבילות.
-א רעאקציע צו א געזונטהייט ידועה.
-א רעאקציע צו א שוידערליכער געשעעניש וואס האט פאסירט צו א נאנטער מענטש
-טין עידזשער טרייסלונגען.
דוגמאות פון אומנארמאטיווער מצבים:
-איינלעבן צושטערונגען – א מענטש וואס האט שוועריגקייטן מיטן זיך איינלעבן אין א פלאץ, און אנטוויקלט דערפאר דעפרעסיע, פאביע, אומפיקציונירענדשאפט, שלאף פראבלעמען, און אנדערע סימפטאמען. וואס דער ערשיינונג איז אנערקענט אלס פסיכיאטערישע צושטערונג.
-א רעאקציע צו אן אקוטישער סטרעס– מער פלוצלינגדיגער מצבים, וועלעכע קומען אלץ רעאקציע פון א געשעעניש אינעם מענטשליכע לעבן. (לדוגמה: טעראר פאסירונגען, אדער אין מיליטער). אויף וואס עס פאדערט זיך א באלדיגע באהאנדלונג. אין פאל וואס די סימפטאמען האלטן אן אדער קומען צוריק אינעם צוקומפט – ווערט עס פאררעכנט אלס א פאוסט טראומאטישער סטרעס דיסארדער.
-א קורצע פסיכישע רעאקציע - בדרך כלל אויף זאכן וואס עפעטירט נישט די מערהייט מענטשן.
די גורמים צו די מצבים:
עס זענען פארהאן עטליכע ברייט פארשפרייטע סיבות וואס ברענגען צו די מצבים:
-שווערע מאלעסטעישן.
-א לאנגע תקופה פון לאנגווייליגקייט (באורד).
-שווערע שלאף שטערונגען
-א פארלוסט פון א קרוב משפחה
-לאנגציענדע סאציאלע רדופות
-א שווערע רידזשעקשן
-געוויסע מיני דראגס
און נאך פיל אנדערע ווייניגער נפוץ'דיגער גורמים.