פון וואס באשטייט א מענטש? ווער איז ער? פון וואס באשטייט זיין וועזן? דער מענטש איז נישט דער קערפער אין וועלכן ער וואוינט – וואס איז מער אזא דירה אין וועלכער ער האלט זיך צייטווייליג אויף. ווען עמיצער ווערט געשעדיגט, זעט ער זיך נישט ווי א צעקליעטשעטער "איך", נאר ס'איז מער דומה צו א שטוב אין דער דירה וואס איז געשעדיגט געווארן און דארף פארראכטן ווערן. אויב עמיצער (אויף קיינעם געוואונטשן) פארלירט אן אבר, ווערט ער, דער מענטש, נישט דערמיט מינימיזירט. זיין חשיבות ווערט אפשר געשעדיגט; ער איז מער באגרעניצט ווי פריער און עס זענען פאראן אויפגאבעס וואס ער וועט יעצט נישט קענען דורכפירן. זיין "איך", ווער ער איז, בלייבט אומבארירט. ער, דער גאנצער ער, בלייבט באדויערן זיין פארלוסט – אז ס'איז פון "אים" אוועקגעקומען יענער ספעציפישער גליד.
שוין אפגערעדט פון די קליידער, וואס איז א דבר מובן מאליו האט נישט קיין שום שייכות צום מענטש'ס וועזן. יא, אין דער געזעלשאפט מאכן די קליידער א סך אויס. עס דערציילט וועגן דעם מענטש'ס אספיראציעס, ווי ער וויל געזען ווערן דורך אנדערע; די קליידער קענען דערציילן אביסל וועגן דעם מענטש'ס שטאנד אין דער געזעלשאפט. אבער, טוט אים אפילו אויס נאקעט, ווערט זיין "מענטשליכקייט" נישט בארירט אויף קיין האר.
דאס זעלבע איז מיט דער סביבה, ארבעט, פאך, און אלע אנדערע צוגעהערן און אטריבוטן פון יעדן יחיד. אלעס מאכט אויס, אלעס דערציילט עפעס וועגן דעם מענטש; קיינע פון די זאכן רירן אבער נישט אן דעם עצם עצמיות פונעם מענטש.
וואס דער מענטש איז יא, ווייס איך נישט. אפילו נאך דעם וואס מיר וועלן מסכים זיין אז דער עצם נקודת המענטש איז זיין נשמה, זענען מיר נאר אויף אזויפיל קלוגער אז מיר קענען שוין רעדן וועגן דעם פינטעלע "איך". מיר האבן דאס געהיימניס געגעבן א טיטל, "נשמה"; יעצט קענען מיר זיך שוין צונויפשמועסן וועגן דער אבסטראקטער "זאך": יעדעס מאל דו וועסט זאגן "נשמה", וועל איך וויסן אז דו רעדסט וועגן דער נקודת המענטש וואס מיר באגרייפן נישט, אבער וועגן וועלכער מיר האבן פארט חשק צו כאפן א שטיקל שמועס.
דאס, אז די אלע זאכן וואס מיר שרייבן צו און טיילן צו צום מענטש, זענען נישט מער ווי צוטשעפענישן און צונעמענישן, זעען מיר קלאר אין ווירקליכן לעבן. ווען די אומשטענדן פון א מענטש טוישן זיך, ווער רעדט נאך ווען דאס געשעט פלוצלינג, קען ער צעשאקלט ווערן. זיין "איך" וועט כאפן א טרייסל, אבער פריער צי שפעטער וועלן זאכן זיך זעצן און ער וועט "קומען צו זיך"; ער וועט זיך צוריק טרעפן און זיך ווייטער זען ווי דעם זעלבן מענטש ווי פריער – הגם אפשר מיט עטליכע שינויים אין זיין אויפפירונג און אויסקוק אויף דער וועלט און לעבן.
אויף א קלענערן אופן איז דאס זעלבע אמת מיט קליידער. אויב א מענטש זאל זיך אויפאמאל בייטן די בגדים צו אזעלכע וואס זענען דראסטיש אנדערש ווי די וועלכע ער טראגט געווענליך, וועט זיך עס איך-שהוא אפרופן אויף אים. פאראן אזעלכע ביי וועמען די קליידער טראגן א גענוג וויכטיגע משמעות, אז טוישן דעם לבוש וועט אים אריינפירן אין אן אנדערן מהות. יעדער פארשטייט אבער אז דאס זענען געקינלצטע זאכן, און דעם מענטש'ס מהות – דער אמת ווער און וואס ער איז – טוישט זיך נישט אינאיינעם מיט דעם בייט אינעם אוניפארם.
אפילו פארלירן א גליד, אדער א חלק פונעם גוף, טוישט נישט דעם מענטש. דער באטרעפנדער פון אזא אומגליק וועט זיין נייעם מצב אויפנעמען לויט זיינע מידות און תכונת הנפש, אבער קיין וועזנטליכער שינוי אין זיין איך וועט נישט אריינטרעטן מיט דער אפוועזנהייט פון א קערפער-טייל. פאראן אזעלכע וואס וועלן נאכ'ן טיילווייז פאראליזירט ווערן אלס תוצאה פון א סטראוק אריינפאלן אין א דעפרעסיע. אבער מרה שחורה איז אן אייגנשאפט, נישט קיין אפצווייג פונעם עצם איך. דער זעלבער מענטש קען, אויב וויל ער דווקא, זיך אריינפירן אין דעם זעלבן דעפרעסיוון צושטאנד ווען ער איז געזונט און שטארק. דאס הייסט אז פאראליזירט ווערן האט נישט געפירט צו קיין וועזנטליכן שינוי אין דער סטרוקטור פון זיין איך.
אונטערשטע שורה: מיר באשטייען נישט פון די אלע זאכן וואס מיר באטראכטן ווי אפצווייגן פונעם עצם ישות. כמעט אלעס, אויב נישט ממש אלעס, אינעם לעבן זענען צופעליגע צוטשעפענישן מיט א דירעקטן אדער אומדירעקטן שייכות מיט אונזער לעבן. שייכות און א קשר צו אונז האבן זיי – משפחה, חברים, פאך, האביס, מחשבות, מעשים, אקטיוויטעטן – צו אונז; אבער טייל פון אונזער וועזן זענען זיי בהחלט נישט.
איז, ווער זענען מיר יא? די שאלה האט נישט קיין תשובה וואס פאסט אריין אין ווערטער. זי ציפט אבער בגדול און מיר פרובירן די פראגע אויסמיידן פאר יעדן פרייז. דערפאר האבן מיר מורא צו בלייבן אליין מיט די מחשבות. מיר האלטן זיך פארנומען לשם זיך האלטן פארנומען און מיר טוען אלעס אויף דער וועלט זיך צו צעשטרייען, צו האלטן דעם קאפ און הארץ באשעפטיגט. אויב וועט דער מוח און הארץ בלייבן פריי, אן גארנישט צו טראכטן און פילן, וועט דאס פארווארפן פינטעלע "איך" נעמען דאס ווארט און מאנען דאס זייניגע... ער, דער איך, וועט בעצם גארנישט זאגן; אבער זיין בלויזע אנוועזנהייט איז גענוג צו מאכן דעם מענטש נערוועז און אומרואיג.
די וועלט איז אזוי באשאפן געווארן מיט גענוג געלעגנהייטן און מיטלען צו טאן גענוי דאס: זיך צעשטרייען און האלטן פארנומען אזוי ווייט און ברייט ווי ס'גליסט זיך נאר. היינט, מיט'ן אינטערנעט, קען א מענטש זיך האלטן פארנומען דעם קאפ, הארץ און הרגשים אזוי לאנג און טיף ווי ס'וויל זיך אים נאר. מיר האבן גענוג וואו צו קוקן און גיין אז אינעווייניג זאל נישט זיין שטיל אפילו אויף א רגע.
עס קומט אבער א צייט ווען דער מענטש פארלירט אלע מעגליכקייטן פון אוועקקוקן און אוועקטראכטן. מען פארלירט דאס הויז, דעם דזשאב, די פארוויילונגען, די משפחה, חברים, די קליידער, און אפילו דעם קערפער. ניטאמאל קיין כפל'דיגע חשבונות און פאנטאזיעס קומען נישט מיט. אנשטאט די אלע זאכן בלייבט מען איבער בלויז מיט'ן אייגענעם איך. אלעס וואס קען אוועקנעמען דעם פאקוס פון זיך אליין בלייבט פון הינטן. דער מענטש איז דעמאלט געצוואונגען זיך צו קוקן אין פנים, זיך צו באקענען מיט זיך אליין. נישטא עפעס אנדערש אויסער איך קעגן אן ענדלאזן הינטערגרונט פון גאלע גארנישט.
ס'וואלט געווען א גרויסער שאד אויב מיר זאלן הערשט דעמאלט מאכן דעם ערשטן קאנטאקט מיט זיך אליין. דער עצם פאקט וואס מיר לויפן אזוי אוועק פון דעם מאמענט, זאגט אונז אז ס'איז דווקא כדאי צו כאפן און בליק און זען פון וואס מיר האבן אזוי מורא. אויב מיר וועלן זיך באקענען מיט זיך און זיך אויסלערנען פארשטיין ווער מיר זענען און וואס מיר ווילן, וועט אונז זיין גרינגער צו לעבן מיט זיך אליין דעמאלט ווען עפעס אנדערש וועט נישט זיין בנמצא.
שלום עליכם, איך
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
שלום עליכם, איך
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
הערליך שיין, [tag]לולקע-ציבעך[/tag]! יעצט דארף איך שוין געבן צוויי מאל שלום עליכם, איינס פאר מיך, און די צווייטע פאר לולקע'ן. און האפענטליך וועסטו נישט אזוי שנעל צוריק פארשוואונדען ווערן.
יא, ס'איז טאקע זייער שווער זיך צו טרעפן מיט זיך, אביסל האב איך עס לעצטנס אויסגעשמועסט דעם ענין. דו ברענגסט ארויס א ציפעדיגע נקודה, עס וועט קען קומען א טאג וואס מען וועט זיך טרעפן נאר מיט זיך אליין, און מיר דארפן זיך גרייטן דערצו. יזכיר לו יום המיתה.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
לאמיך זען אויב איך קען אריינווארפן אביסל סקעפטיסיזם אין דיין תורה:
אוודאי ווערט עמיצער וואס פארלירט אן אבר בארירט. וואס איז דען דער איך אויב נישט צונויף געבונדן פון א רייע מעלות און חסרונות, פיזיש אדער גייסטיש וואס דער מענטש שפירט ער פארמאגט. ווען א מענטש נעמט זיך דאס לעבן צוליב פיזישע אדער גייסטישע חסרונות איז דען נישט פשט אז זיין איך איז צעקאליעטשט געווען? יא, אפילו די קליידער, אייגענטומען און סטאטוס/סביבה וכו' קענען זיין א טייל פונעם תוכיות'דיגן 'איך'. פארהאן אזעלכע וואס שעמען זיך מיט'ן איך, גייענדיג אזוי ווייט ביז'ן אינגאנצן זוכן פטור צו ווערן פון זיך, לייען סוסייד, ווען זיי גייען אדורך א פלוצום'דיגע ירידה מנכסיהם אדער ווערן מיטאמאל אויסגעשטעלט צו א אומדערטרעגליכע מאס בושה.
הגע בעצמך, ווען עמיצער איז במרה שחורה, איז נישט אז דער מענטש פיהלט ווי כאילו ער האט פארלוירן א געויסע מאס געלט ווי כאילו, און אין אונזער פאל "צופרידנקייט" לאמיר זאגן. נאר פשט, דאס ווערט א טייל פון זיין איך. ער מעג האבן זכרונות פון אמאל, אבער ער אין LIFE AS IT IS קען זיך מער נישט אין קיין אנדער פארעם. חוץ אויב נעמט ער פילעכלעך וואס דאן איז עס שוין ווידער ניתן לדיון, אויב ער דאס איז דער ארגינעלער איך אדער אויב דאס איז ווי למשל א ראבאטישער ארעם נאר פארשטעלט אונטער ארטיפישעל מענטשליכע הויט?!.
"דער זעלבער מענטש קען, אויב וויל ער דווקא, זיך אריינפירן אין דעם זעלבן דעפרעסיוון צושטאנד ווען ער איז געזונט און שטארק"
איז ווי איינער זאל זאגן:
"דער \זעלבער מענטש קען, אויב וויל ער דוקא, זיך אראפלייגן און אנשטעלן א פארלאזירטן צושטאנד ווען ער איז געזונט און שטארק."
אזוי? איז לאמיר אויסטשעקן ווי א גוטער שפילער ער איז:
לאז די גלאקן פאר די ראקעטן זיך צעקלונגען;
ברענג אריין א גוטן קאמידיען;
אין די ענדע פון דיין ארטיקל פירסטו אונז אריין אין די השארת הנפש אפטיילונג. האסט אויפגעבויעט אז דער 'איך' מוז בע"כ זיין דער אומדעפענירטער 'נשמה' וואס פארבלייבט אויף אייביג און דער וואס האט נישט צייט אראפגענומען זיך מתבונן זיין בחיייו ווער ער איז און וואס ער דארף וועט דאן האבן א נישט קיין לייכטע ארבעט. איך קום זיך אודאי נישט קריגן מיט דיר דערויף וויבאלד דאס איז דאך אין וואס מיר גלויבן אבער מיר גלויבן דאך יא אין עפעס אנדערש בנמצא דעמאלטס. ועוד, ווואס דער משכיל וועט דאן טוהן האסטו אונז נישט אויסגעזאגט. און ביני לבינך, וואס איז טאקע דער נישט קלוגער שולדיג אז ער איז ביזי געווען ביים לעבן מיט נארישקייטן? ער האט דאך נישט פארשטאנען צו עפעס בעסערס?
צום לעצט דארף מען זען וויאזוי מיר וועלן רעקאנסיליאירן די צוויי: viewtopic.php?p=84003

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
יישר כוח [tag]ברסלבער[/tag]. ברוך שכוונתי לדבריך.
[tag]טאמבל סאס[/tag], אין דיין משל טוט דעם מענטש וויי אז עפעס צו *אים* געשען. קענסט זאגן אז זיין איך איז באטראפן געווארן פון דער געשעעניש - וואס איז אבער נישט געשען צום עצם פון זיין וועזן.
וואס עפעס? יעדע מעלה און אייגנשאפט פונעם מענטש ווערט צוגעשריבן צו דעם זעלבן "איך": איך בין אזא און אזא מין מענטש.
דו קענסט נישט ס'איז נישט קיין תורה, און אויך נישט קיין אינטעלעקטואלע פשט'ל. ס'איז א שמועס מיט מחשבות, וואס דינט מיך אליין אלס חומר פאר ווייטערדיגע מחשבות, און איז נישט געמאכט געווארן צו אנאליזירט ווערן על כל פרטי'. אויס ס'גליסט זיך דיר צו פלפול'ן מיט מיין פאסט, געזונטערהייט, אבער ס'איז נישט קיין המשך אדער פאסיגע רעאקציע צו וואס איך זאג. אויב דו מיינסט אז וואס איך זאג שטימט נישט מיט וויאזוי דו ווילסט זיך אנקוקן אלס מענטש, הזכות בידך, אבער איך בין נישט אינטערעסירט אין קיין ויכוחים אין דעם ענין.
א שאד די קשיות וואס דו בויסט אויף דיין הנחה קדומה אז כ'פרואוו מאכן א "קעיס" פאר סיי וואס. לחלוטין נישט. "השארת הנפש" איז א דבר פשט וואס קומט פריער און איך האב בכלל נישט געהאט בדעה אריינצוגיין אין דער נושא. דו האסט די ברירה צו באשליסן פאר זיך וואס דו ווילסט גלייבן, אבער ביי מיר איז עס נישט אפן פאר דיבעיט.
[tag]טאמבל סאס[/tag], אין דיין משל טוט דעם מענטש וויי אז עפעס צו *אים* געשען. קענסט זאגן אז זיין איך איז באטראפן געווארן פון דער געשעעניש - וואס איז אבער נישט געשען צום עצם פון זיין וועזן.
טאמבל סאס האט געשריבן:וואס איז דען דער איך אויב נישט צונויף געבונדן פון א רייע מעלות און חסרונות, פיזיש אדער גייסטיש וואס דער מענטש שפירט ער פארמאגט.
וואס עפעס? יעדע מעלה און אייגנשאפט פונעם מענטש ווערט צוגעשריבן צו דעם זעלבן "איך": איך בין אזא און אזא מין מענטש.
טאמבל סאס האט געשריבן:לאמיך זען אויב איך קען אריינווארפן אביסל סקעפטיסיזם אין דיין תורה...
דו קענסט נישט ס'איז נישט קיין תורה, און אויך נישט קיין אינטעלעקטואלע פשט'ל. ס'איז א שמועס מיט מחשבות, וואס דינט מיך אליין אלס חומר פאר ווייטערדיגע מחשבות, און איז נישט געמאכט געווארן צו אנאליזירט ווערן על כל פרטי'. אויס ס'גליסט זיך דיר צו פלפול'ן מיט מיין פאסט, געזונטערהייט, אבער ס'איז נישט קיין המשך אדער פאסיגע רעאקציע צו וואס איך זאג. אויב דו מיינסט אז וואס איך זאג שטימט נישט מיט וויאזוי דו ווילסט זיך אנקוקן אלס מענטש, הזכות בידך, אבער איך בין נישט אינטערעסירט אין קיין ויכוחים אין דעם ענין.
טאמבל סאס האט געשריבן:אין די ענדע פון דיין ארטיקל פירסטו אונז אריין אין די השארת הנפש אפטיילונג.