העלפט ארויס דעם "רעסטרום צוטריט אקט" זאל אדורכגיין אין נ.י.
- עולם
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 113
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:09 am
- געפינט זיך: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל
- קאנטאקט:

טייערע אידן הארציגע ברודער, אידן רחמנים בני רחמנים!
מיר ווענדן זיך צו אייך מיט א בקשה פון טיפן הארצן. אין די זעלבע צייט וואס איר זענט פריש און געזונט, זענען אבער פארהאן פילצאליגע אידישע קינדערליך וועלכע גייען דורך פיינפולע מיטמאכענישן און פיין. צווישן זיי זענען פארהאן אידישע קינדער, טאטעס, מאמעס, און אינגע קינדערלעך וועלכע האבן צוליב סיי וועלכע אישו - ווי ליידנדיג פון די ביטערע מחלה, קראונס, קאלייטעס, און אנדערע פראבלעמען און אומשטענדן, דארפן זיי ניצן דעם בית הכבוד מער אפטער.
עס ליגט יעצט אויפן טיש א ביל וואס האפענטליך וועט דאס ווערן א געזעץ, אז יעדע ביזנעס וואס האט א 'נאר-ארבייטער' ביה"כ וועט מוזן אריינלאזן א מענטש מיט א קאנדישאן צו ניצן דעם ביה"כ. דער פאציענט וועט מוזן ווייזן א קארטל אז ער איז בארעכטיגט צו בעטן, און די ארבייטס-פלאץ וועט מוזן האבן דריי אדער מער מענטשן וואס ארבייטן דארט, די פאבליק רעסטרום איז נישט אוועילעבל יענע מינוט, אדער האט א לאנגע ליניע, און די ארבייטערס ביה"כ איז נישט אין א פלאץ וואס קען שטעלן דעם פאציענט אין א סכנה..
די ביל וואס הייסט "קראונס און קאלייטיס יושר אקט - ניו יארק סטעיט רעסטרום עקסעס אקט" אדער ווי ס'איז באקאנט ביי פולע אלס דער "עלי'ס לאו" האט זיך אנגעהויבן אין יארע 2005 למספרם, ווען א 14 יעריגע מיידעלע, עלי בעין פון אילינויס, איז געווען מיט משפחה אין א גרויסע געשעפט, זי האט געדארפט טוהן וואס זי האט געברויכט, און מ'האט איר נישט אריינגעלאזט ניצן דעם ביה"כ וואס איז דעזעגנירט געווען פאר די ארבייטער, ס'האט זיך נישט גוט געענדיגט... פון דארט איז זי אהיימגעגאנגן, זיך געטוישט די בגדים און מיט איר מאמע איזנזי אריבערגעגאנגן צום לאקאלן אסעמבליפרוי וואס האט איר צוגעזאגט אז זי גייט זעהן אז דאס זאל מער נישט פארסירן צו א צווייטן.
מ'האט געשריבן א נייע געזעץ, וואס איז דארטן אין אילינויס אדורך, דערנאך האט זיך דאס פארשפרייט אין נאך פערצן שטעט, אהייא, ארעגאן, וואשינגטאן, וויסקאנסאן, טענעסי, טעקסאס, מיניסאוטע, מישיגען, מעין, מעסעטשוטשעס, מערילענד, קאלאראדא, קאנטאקי און קאנעטיקאט. די לעצטע פאר יאר האט מען געארבייט עס זאל אויך ווערן א געזעץ אין ניו יארק סטעיט. עס איז צוויי מאל אדורכגעפאלן, בעיקר צוליב געוויסע ווערטער אינעם ביל.
יעצט מיט די הילף פון אפאר ארגענעזאציעס איז עס פריש ארויפגעקומען אויפן טיש, עס ליגט יעצט ביים סטעיט סענאט, וואס וועלן שטימען דערויף אום יוני דעם זיבעצענטן. די קאודס קאמיטע אין אסעמבלי קוקן עס יעצט אויך אדורך, צום האפן אז זיי וועלן צופרידן זיין און עס באשטעטיגן.
עס דארף ארויסגעברענגט ווערן לטובה דער ארטאדאקסישער סטעיט סענאטער ר' שמחה פעלדער וואס איז א קאו-ספאנסאר פונעם ביל.
את אחי אנוכי מבקש, אלס איינער וואס ליידט דערויף, און איז שוין אפגעזאגט געווארן עטליכע מאל אין פאל פון נויט, נעמטס די מינוט און שיקט אן אימעיל צו אייער אסעמבלימעמבער און סטעיט סענאטער, בעטס זיי זיי זאלן דאס שטיצן.
אויפצוזיכן ווער אייער סענאטער איז קליקט אויף דעם לינק www.nysenate.gov/senators, אויפצוזיכן אייער אסעמלימעמבער קליקט דא assembly.state.ny.us/mem/search/, לייגט אריין אייער אדרעס, וועט אייך ארויפקומען ווער אייער ערוועלטער איז, און שרייבט עפעס אז זיי זאלן דאס שטיצן.
איך לייג דא א סעמפל וואס מ'שיקן, איר קען דאס שיקן כמו שהוא, לייגט נאר צו ווער עס ליידט, איר, איינער אין די משפחה אדער א פריינט.. (די חלק וואס איז נישט באלד דארט פארעכט).
[left]Dear ______________
I am a voter/constituent in your district and I am asking for your support of Bill A277/S4918, which enacts the "Crohn's and Colitis Fairness Act" providing Restroom Access. This bill would allow people with medical conditions that require urgent restroom use--such as the inflammatory bowel diseases (IBD) Crohn’s disease and ulcerative colitis--to use an employee’s-only restroom when a public one is not available and it is safe for the business to do so.
In NY State there are more than 100,000 people with these debilitating diseases. I am sure you can imagine how it must feel to be denied access to a bathroom when you so desperately need one. This Bill is important to me because... (I have IBD or am related to or friends with - whatever personal connection you wish to share).
Please support this bill and vote for it when it comes before you. If you need more information please feel free to contact the Jewish Crohn’s & Colitis Group (JCCSG) or visit http://jccsg.blogspot.com/2015/06/a-let ... mbers.html
Thank you,
Your name[/left]
אויב האט איר נאך א מינוט, מאכט א טעלעפאון קאול צו אייער ערוועלטן.
א הארציגען דאנק. אין דעם זכות זאלט איר און אייערע פאמיליע נישט וויסן פון קיין צער, און קיינמאל נישט וויסן וואס דאס מיינט, נאר קענען לעבן געזונטערהייט אין פרידן.
דא קענט איר זעהן א בריוו וואס מיר האבן געשיקט צו אלע אסעמבלי מעמבערס און סטעיט סענאטארן

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 151
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
- האט שוין געלייקט: 113 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל
Re: העלפט ארויס דעם "רעסטרום צוטריט אקט" זאל אדורכגיין אין נ
מאך נישט קיין ליצנות פון יענעמס פיין
כ׳מיין אז אויב הצלה וועט אמאל דארפן דיין הויז פאר א פעשענט וואס איז אראפגעפאלן אין פארענט וואלסטו אריין געלאזט
אין כ׳מיין אז א אידיש קינד וואלט אריין געלאזט אזא איינעם אין זיין הויז אן א געזעץ פון אלבעני

זיכער וואלט איך אריינגעלאזט אבער מאך עס נישט פאר א געזעץ דאס איז מיינע רעכטן
ווען איך האב א סטאר מיט א עקסטערע בית כסא פאר מיר מיט אנדערע צוויי ארבעטער וויל איך נישט אריינלאזן יעדע פרעמדע מענטש דארט. אין הכי נמי אלץ א איד וואלט איך זיכער יא אריינגעלאזט אבער דאס איז מיינע רעכטן, דאס איז מיין פראפערטי און איך וויל באשליסן וואס איך האב צו טאהן. ווי קומט דא אריין די גאווערמענט מיר איינצוטיילן?

יאיר האט געשריבן:עזריאל, פארהאן אזא מושג ווי כופין על מדת סדום.
די זאגסט זייער גוט, ער לייגט פון יסורים במילא גיי איך אים טאקע אריינלאזן, אבער די רעגירונג האט נישט קיין רעכט דאס צו פארלאנגן. כופין על מדת סדום איז ביי א בי״ד.
ווען ס׳וואלט געווען אזא ביל אז ממוז אריינלאזן מענטשן אין די הייזער וואלסטו פארשטאנען וואס איך רעד? די זעלבע רשות וואס זיי האבן צו צווינגען ביי געשעפטן די זעלבע רשות האבן זיי ביי הייזער.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
עזריאל האט געשריבן:זיכער וואלט איך אריינגעלאזט אבער מאך עס נישט פאר א געזעץ דאס איז מיינע רעכטן
ווען איך האב א סטאר מיט א עקסטערע בית כסא פאר מיר מיט אנדערע צוויי ארבעטער וויל איך נישט אריינלאזן יעדע פרעמדע מענטש דארט. אין הכי נמי אלץ א איד וואלט איך זיכער יא אריינגעלאזט אבער דאס איז מיינע רעכטן, דאס איז מיין פראפערטי און איך וויל באשליסן וואס איך האב צו טאהן. ווי קומט דא אריין די גאווערמענט מיר איינצוטיילן?
עזריאל: אין דעם פרט ביניך שטארק מחולק מיט דיר. אין געוויסע פעלער איז יא וויכטיג אויב ס'איז דא א געזעץ (סטעיט אדער פעדעראל) וועלכער שרייבט פאר אז מ'דארף זיך רעכענען מיט געוויסע מענטשן וועלכע האבן א געוויסע דיסעביליטי.
אלס משל וועל איך נעמען די (פעדעראלע) הענדיקעפפ'ד געזעץ וועלכע שרייבט פאר אז פיזיש באגרעניצטע מענטשן דארפן ווערן צו ערשט אריינגעלאזט אין שיפן, רעסטאראנטס און אנדערע פאבליק פלעצער, ווען ס'איז דא א גרויסע ליין און מ'דארף ווארטן א לאנגע צייט. מיט עטליכע יארן צוריק ביניך געווען אמאל חוה"מ מיט מיינע קינדער ביי די פערי שיף וועלכע פארט צו די סטעטשו אף ליבערטי. ס'איז געווען א לאנגע ליין און מ'האט געווארט כמעט א שעה ביז די שיף איז אנגעקומען.איז דארט געווען א אידיש יונגעלע וועלכער איז ל"ע געגאנגען מיט א וואקער. און נאך צוויי עלטערע מענטשן מיט ווהילטשעירס. ווען מ'האט אנגעהויבן ארויפצוגיין אויפ'ן שיף האבן די ארבעטערס צו ערשט געלאזט ארויפגיין די הענדיקעפ'ד מענטשן. און דערנאך די איבעריגע עולם...! ווען נישט די געזעץ וואלט מען זיי אוועקגעשטופט אין א זייט און ערשט געלאזט ארויפגיין צו לעצט..,!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- עולם
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 113
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:09 am
- געפינט זיך: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל
- קאנטאקט:
עדיאל האט געשריבן:מ'האט שוין פרובירט אן צווינגען דורך געזעץ?
אפשר זאל קראונס קאלאיטיס סאסאיטי ארויסגעבן קארטלעך מיט די בקשה אריינצולאזן?
ביי רוב מענטשן וועט דאס ארבייטן.
יא, איך האב אזא קארטל, וואס לעת עתה איז עס נאר א רעקעמאדעישאן אז האב מיטלייד מיט מיר און לאז מיך אריין, און איך האב שוין געהאט ביי געניג און נאך אפילו רעסטעראונטן ווי עס שטייען א סיין "קאסטומער אנלי" זאלן מיך אפזאגן (איך האב מיך אויסגעלערענט איבעראל צו קויפן א וואסער צו וואס און איך קען גיין אפילו אן פרעגן...)
איך בין שוין געווען אין דעפארטמענט סטארס ווי מ'האט מיר געזאגט אז ס'איז צובראכן... זאג נאר, סיריעסלי??? דערוילעם דארט דארף נישט???
ליידער איז נישטא קיין ברירה און מאכן געזעצן פאר אזעלכע פעלער!
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
עזריאל האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:עזריאל, פארהאן אזא מושג ווי כופין על מדת סדום.
די זאגסט זייער גוט, ער לייגט פון יסורים במילא גיי איך אים טאקע אריינלאזן, אבער די רעגירונג האט נישט קיין רעכט דאס צו פארלאנגן. כופין על מדת סדום איז ביי א בי״ד.
די רעגירונג/געריכט איז דער גוי'אישער בית דין.
האדם לא נברא אלא להתענג
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יאיר האט געשריבן:עזריאל האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:עזריאל, פארהאן אזא מושג ווי כופין על מדת סדום.
די זאגסט זייער גוט, ער לייגט פון יסורים במילא גיי איך אים טאקע אריינלאזן, אבער די רעגירונג האט נישט קיין רעכט דאס צו פארלאנגן. כופין על מדת סדום איז ביי א בי״ד.
די רעגירונג/געריכט איז דער גוי'אישער בית דין.
חוץ פון דעם. איטצא שייגעץ וואלט נאר אדורכגעפיהרט אזא געזעץ אויב ער זעהט א פאר דאללער (באקשיש אדער השגחה) דערין. ב"ה ער איז נישט אין טשארדזש...
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
איך מיין די סיטי אף ניו יארק זאל אריין גיין אין די ביזנעס פון צושטעלן פאבליק ביה"כ פאר אן אפצאל. ס'דא א קאמפאני אין מאנהעטן וואס האט אנגעהויבן טוען אין דעם. פונקט ווי די שטאט שטעלט צו סאבוועי, פארקינג פלעצער און סיטי בייקס, קומט זיך אז אזא שטאט ווי ניו יארק זאל האבן ריינע פאבליק ביה"כ, מיט אן אפצאהל פון למשל 50 צענט אויף די אויפהאלטונג און מעינטענענס. ניו יארק איז א שטאט פון טוריסטן פון די גאנצע וועלט, אזא סערוויס האט אסאך קונים מיט פאטענצעלע פראפיטס. די עלטערע און הענדיקעפט קענען סווייפען זייער קארטל פאר אן הנחה, אדער פאר גענצליך בחינם, פונקט ווי ביי די סאבוועי.
וואס מ'דארף נאר טרעפן איז א גרויסע קארפרעישאן זאל אינוועסטאן ווי ביי די סיטי בייקס. פראבלעם איז נאר אז וועלכע קאמפאני וויל זייער נאמען אויף ביה"כ.

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
אויב א שטאטישע אונטערנעמונג איז צו גרויס, איז דא נאך א פארשלאג. פריוואטע ביזנעסער קענען האבן אזא פאבליק ביה"כ, פונקט ווי זיי וואלטן געהאט א ווענדינג מאשין. 75 סענט פאר אן אשר יצר. די ביה"כ דארף זיין אויסגעהאלטן לויט די קאודס און קען ווערן אינספעקטעט יערליך. יעדע געשעפט מיט די סערוויס קען האבן א פלעק אין די ווינדאו אז זיי זענען א חלק פונעם "NYC RESTROOM" פראגראם. די סיטי קען האבן אן עפפ מיט א מאפע פון די אלע לאקאציעס. די מעלה פון דעם איז אז די גאווערמענט דארף נישט אינוועסטין אין דעם, חוץ פון אפאר אינספעקטערס.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אויב א שטאטישע אונטערנעמונג איז צו גרויס, איז דא נאך א פארשלאג. פריוואטע ביזנעסער קענען האבן אזא פאבליק ביה"כ, פונקט ווי זיי וואלטן געהאט א ווענדינג מאשין. 75 סענט פאר אן אשר יצר. די ביה"כ דארף זיין אויסגעהאלטן לויט די קאודס און קען ווערן אינספעקטעט יערליך. יעדע געשעפט מיט די סערוויס קען האבן א פלעק אין די ווינדאו אז זיי זענען א חלק פונעם "NYC RESTROOM" פראגראם. די סיטי קען האבן אן עפפ מיט א מאפע פון די אלע לאקאציעס. די מעלה פון דעם איז אז די גאווערמענט דארף נישט אינוועסטין אין דעם, חוץ פון אפאר אינספעקטערס.
ני? גיי מיר אין ביזנעס?
- עולם
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 113
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:09 am
- געפינט זיך: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל
- קאנטאקט:
עזריאל האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:עזריאל עס בלייבט נאר איבער צו וואונטשען, גאט זאל העלפען די שלשול זאל דיר אנכאפן אויף טאון 10 אין די מאלל, און דו זאלסט שעלטן @עולם פארן זיין אזוי סעלפיש צו איינפירן די געזעץ נאר פאר ליידענטע....
אנטשולדיגט איך זאג סך הכול וואס איך טראכט. סקומט מיר נישט אזאנע קללות.
איך אגרי מיט דעם. ח"ו זאלסט דאס מיטמאכן.
[tag]עזריאל[/tag] טייערער, זאלסט נישט וויסן וואס דאס מיינט אז אין די שווערערע מצבים ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט איז מען מיט א שרעק אז מ'זאל טרעפן א פלאץ ווי מ'זאל קענען גיין. פאר מ'לאזט זיך ארויס אויפן וועג רעכענט מען אויס צו ס'דא א גאז סטאנציע (נישט מער געדאכט..), צו ס'דא ערגעץ ווי מ'וועט זיך קענען אפשטעלן, אויב איינער ארבייט אין סעילס און דרייווט אסאך ממש נעמט עס אים אוועק דעם קאפ פון די פרעשער. א ביזנעס טריפ, א וואקאציע, א משפחה טריפ, אלעס דרייט זיך ארום "ווער ווייסט צו איך וועל טרעפן ערגעץ אין פאל פון נויט"
איך זאג דיר אז ס'איז ממש א לעבענס וויכטיגע אישו.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אויב א שטאטישע אונטערנעמונג איז צו גרויס, איז דא נאך א פארשלאג. פריוואטע ביזנעסער קענען האבן אזא פאבליק ביה"כ, פונקט ווי זיי וואלטן געהאט א ווענדינג מאשין. 75 סענט פאר אן אשר יצר. די ביה"כ דארף זיין אויסגעהאלטן לויט די קאודס און קען ווערן אינספעקטעט יערליך. יעדע געשעפט מיט די סערוויס קען האבן א פלעק אין די ווינדאו אז זיי זענען א חלק פונעם "NYC RESTROOM" פראגראם. די סיטי קען האבן אן עפפ מיט א מאפע פון די אלע לאקאציעס. די מעלה פון דעם איז אז די גאווערמענט דארף נישט אינוועסטין אין דעם, חוץ פון אפאר אינספעקטערס.
רויטע וואנצעס: נאר איך מיין אז נאך א טאג פון ארומגיין אינספעקטן בית הכסא'ס, וואלט איך נישט געהאט קיין גרויס אפעטיט צו עסן סאפער...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 151
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
- האט שוין געלייקט: 113 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל
Re: העלפט ארויס דעם "רעסטרום צוטריט אקט" זאל אדורכגיין אין נ
כ׳פארשטיי נישט האט ער דען צייט צו גיין קוקען עפפ׳ס אין אנהייבן זיכן ער דארף עס ASAP
כ׳מיין אז די גאנצע דיון איז צו די רעגירונג האט א רעכט עס צו פארלאנגען און נישט צו עס איז א גיטע זאך און ווער עס האלט אז נישט איז א אנטי ליבעראלע שוטה וואס וואלט געוואלט צירייסן רוב געזעץ ביכער וואס אזא איינער–נושא דארף אן אשכול פאר זיך

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום וויל קענען, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
Re: העלפט ארויס דעם "רעסטרום צוטריט אקט" זאל אדורכגיין אין נ
איך האב געהערט אמאל אז א האטעל אדער א געשעפט, אין נ. י. סיטי ווי מען עסט אינעוויניג מוזן דיך לאזן ניצן זייער ביה"כ. אמת צו נישט?
.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות