לעצטערע עד'ס און געניטע פי. אר. טאקטיקן וועלכע כאפן די אויגן

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

לעצטערע עד'ס און געניטע פי. אר. טאקטיקן וועלכע כאפן די אויגן

שליחה דורך בעל מדות »

עס איז א סוגיא פאר זיך, איך האב נישט קיין סך צו ערקלערן, מסביר זיין, אדער שרייבן, זיי פולן אהן ריזיגע קאמפלעק'ס געביידע'ס אין די טייערסטע געגנטער, און זיי זענען א צאל פון מילי מיליאנען געלונגענע קארפן קעפ, גוטע פראפאגאנדיסטן, מענטשן וואס מאכן געלט פון אויספיגערן צייגנדע רעקלאמעס, און אויגפארכאפנדע אנאנסן, זיי פרובירן דערגיין אונזערע מוחות און זיך ארויפשטעלן אויף אינזערע שוואכקייטן, זיי זענען רייך פון אינז האמערן די קאפ מיט אנאנסן.

די גוטע חלק איז אבער אז ריזיגע פירמעס שיסן אנלימיטעד קעש דערפאר און צו באטראכטן עד'ס פול מיט קריעטיוועטי איז עפעס וואס מאנכע וועלן אנרופן ענדזשויעבל, מען קען זאגאר אויסנוצן די אומזיסטע פלאץ וואס קאווע שטיבל שטעלט אהער מיט אנאליזירן אט די אלע איידיע'ס וואס צילן אינז דעם פשוט'ן קרייז לויפער און קויפער, אין יעדע פארום ווי מענטשן פארטרייבן צייט געווענליך, לויפט אזא אשכול און עס איז גאר אינטערסאנט ווי מען דעבאטירט, און קאמפלימענטירט, רייסט אראפ, און שמייכלט פון כסדר'דיגע אויפקומען און גלענצענדע עד'ס.

ביי אינז אין די היימישע גאסן מאנגלען נישט קיין שעפערישע לייט, עס טוט זיך טישן און בענק און מידיא, פירמע'ס און אפיסעס עפענען זיך יערליך, מען פראפאגאנדירט און פארשמירט די ווענט מיט מעכטיגע סעיל'ס, אומגלויבליכע פרייזן, ליפלעטן, מאגאזינען, צעטלעך, סימבאל'ס און לאגא'ס, קונטרסים און צייטונגען, מען איז רייך אין קוואליטעט, שיין אין סחורה און אייזן מיט פרישע געדאנקען און א פירמא אהן פי. אר. איז ווי קאווע שטיבל אהן ניק'ס, (שוואך ארויסגעברענגט?... איך בין נישט די ליין פון פי. אר...כ'וועל רופן פיטעקס פאר א בעסערע משל...)
ווי גייט דער אויסגעדראשענער וויץ אז די ווענט אין ירושלים האלטן זיך פון די קלעב וואס די צעטלעך פאדערן, פובליק רילעישן'ס קען ראטעווען און אונטערברענגען סייוואס, ופאשקעווילן יוכיח, מען נעמט אפיר אפאר ווערטער ווי שלאנג, מסרב, געמיינע יונג, מטורף און מען ווארפט עס ארום אויף די גאסן, והנה די מח סארטירט אוועק דעם פלוני פונעם פאשקעוויל מיט די צוגעקלעבטע שונד ווערטער און דאס איז א כח, א מאכט, עפעס וואס זאגט שטארק, אין איז א טייל פונעם טאג טעגליכן הלוך ילך.

קאווע שטיבל וועט אויך עדווערטייזן מיט פה-סח, ספר האישים, און אויף אנדערע אופנים, צו שענקען פאר נאך אויגן די ידיעה אז זי עקזיסטירט, בעל מדות וועט עפענען א אשכול מדות טובות צו עדווערטייזן זיינע אשכולות און צילן אז נאך מענטשן זאלן אים זען.

אזוי ארבעט די וועלט, די אטמאספערע, עס זענען דא אזויפיל ידיעות פון וואס צו רעדן, מען קען שילדערן די אינטערעסאנטע געדאנקען וויאזוי סטאדיומען נוצן אויס יעדע שטיקל פלאץ צו אנאנסירן און האמערן מיט פי. אר. און מען קען זיך צייגן איינע דעם אנדערן איבער ערטער צו באזיכן ווי צום ביישפיל דעם טוויטער אקאונט "בריליענט עד'ס" וועלכע לאזט נישט אויס קיין איין בריליאנטענע אנאנס.

איך וועל פרובירן אנגיין מיטן מבצע, און אנדערע זאלן ארויסהעלפן, איך האף איך האב אייך געכאפט די אויג...


סאו שארק'ס ווער וויל אינוועסטירן אין אזא נייע איידיע?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

נאך שיינע עד'ס
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

און צו אייער פארגעניגן, נאך!
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

די אידישע מארקעט ווירבלט מיט קריעטיוועטי, איך טרעף נישט יעצט די בעסטע, אבער אשאד נישט ארויסצולייגן וואס איך פארמאג יא.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

שיינע ארבעט בעל מידות :like

דעי אווענט עד "איר קענט שוין נישט פארפאסען דעם עד, ווייל איר האט דאס שוין געזען" איז דאכציך א געגנבטע איידיע פון גייקא אויף זייערע קורצע יוטוב קאמעירשעלס,
"you cant skip this ad, its already over"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בעל מידות: איך לאז דיר נאר וויסן אז שמעקעדיג איז ברוגז אויף דיר... :lol: דאס אליינס, אז דו ווייסט נישט פארוואס איז נאך א סיבה פארוואס ער איז אויפגערעגט אויף דיר. וואס הייסט דו ווייסט נישט...? דו מאכסטעך. נאך אזויפיהל אריינבאכען אז דער קאוועשטיבל וואטערמארק מאכט נערוועז און נעמט אוועק פון די שיינקייט פונ'ם בילד, פארשטייסטו נאכאלץ נישט...? מ'רעדט דא צום לאמפ...?
נ.ב.: דער מצב איז נישט אזוי ערנסט ווי מ'מאכט עס. שרעק דיך נישט. בכל אופן א יישר כח פאר די שיינע ארבעט...!
ע.נ.ב.: דו זעהסט אז ס'דא אנדערע טאקטיקן צו כאפן א מענטשנ'ס אטענשן....!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קעסענעם סעיפעם אונזער גוטער [tag]בעל מדות[/tag] פאר די הערליכע אשכול און אלע אנדערע הערליכע באלערנדע אשכולות, עס דערקענט זיך די גרויסע ארבעט וואס די לייגסט אריין אין דעם, כה לחי, תמשיך ביתר שאת ועוז!!

די קרויס שטריימל עדס וואס איז געווען לעצטענס (אפשר חנוכה צייט?) איז דאכצעך מיר געווען זייער קריעיטיוו און צוציענד צום אויג.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הא??? מיינסט די נארישע פסח עד?

viewtopic.php?p=258863
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:הא??? מיינסט די נארישע פסח עד?

viewtopic.php?p=258863

יא, אטע דאס טאקע האב איך געמיינט.
עס האט נישט ציטון ווי נעריש עס איז, עס האט ציטון ווי שטארק עס כאפט דעם אויג.
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

א נאז-האר שניידער עד...
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

וכדומה.. האט געשריבן:שיינע ארבעט בעל מידות :like

דעי אווענט עד "איר קענט שוין נישט פארפאסען דעם עד, ווייל איר האט דאס שוין געזען" איז דאכציך א געגנבטע איידיע פון גייקא אויף זייערע קורצע יוטוב קאמעירשעלס,
"you cant skip this ad, its already over"

יאפ געטראכט די זעלבע, אז מען רעדט שוין פון גייקא, זיי האבן אזאלכע משוגענע גיטע עדס איך ווער נתפעל יעדע מאל עקסטער פון זייער קריעטיוויטי
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

ימ'ן פון געניטע עד'ס לויפן דורך טעגליך, מען דארף אסאך קלויבן פאר שיינע און אינטערסאנטע, יעצט ביי די ארעסטאנטן ספעקטאקל האט די פירמע פון "דיוואלד" אויסגעניצט די געשיכטע פאר א גוטע עד, זי גיסט אביסל זאלץ אויף די טורמע איינגעשטעלטע...אבער כאפט די אויג און טעמע איבעראל וואס דאס איז דאך זייער ציל.
ליע עוועניו פאוטא האט זיך לעצטענס אויך אויסגעלערנט צו ווייזן קענטעניס מיט געניטע עד'ס אבער דאס פארמאג איך נישט ביי די האנט, איך האב געפונען אנדערע גוטע עד'ס און פי. אר. טאקטיקן, דא, און דארט, און אט זענען זיי.


די איידיע פון די ערד מינעס איז זיס אז ווען א מענטש עפנט אויף דעם זעקל קעטשאפ פון אונטן ווערד די פיס פון בילד בליטיג... און יענער ווערט געפיליש צום ארג.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

יעצט בעפאר ראש השנה האבן פירמע'ס געלאזט דרוקן שיינע עד'ס, פון צווישן הינדערטער האב איך פון אט די עטליכע דאס מערסטע הנאה געהאט.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
HotCoffee
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 9:54 am
האט שוין געלייקט: 627 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

Re: לעצטערע עד'ס און געניטע פי. אר. טאקטיקן וועלכע כאפן די א

שליחה דורך HotCoffee »

שיירבו רעיותינו?
ער וויל אסאך וויבער?
HotCoffee
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 9:54 am
האט שוין געלייקט: 627 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

Re: לעצטערע עד'ס און געניטע פי. אר. טאקטיקן וועלכע כאפן די א

שליחה דורך HotCoffee »

רעיונותינו = Ideas
פארשפארט