דער עולם האקט אויף די מוסדות אין דער וועלט אריין:

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

דער עולם האקט אויף די מוסדות אין דער וועלט אריין:

שליחה דורך קאך_לעפל »

אין די לעצטע יארן האט זיך עפעס דער עולם הבינה גאר ברייט צועפענט, און דער טעכנעלאגיע האט זיך דראסטיש צובליעט אויף א מאסיווע פארנעם, אויף א פארנעם וואס אבותינו ואבות אבותינו ולמעלה האבן קיינמאהל נישט אפילו אין וויסטן חלום זיך נישט פארגעשטעלט, און עס קומען ארויס מידי יום ביומו פרישע כלים מכלים שונים, און דער עולם קען ב''ה שטיין אין פארבינדונג, און זיין אין פולשטענדיגע קאנטאקט 24 שעה ארום דער זייגער, און ווי נאר א פליגער פאלט פון הימעל אין מאלאזיע, אדער ווער כ''ק אדמו''ר שליט''א מאכט א נפיחה, אדער ווען א שטראל פון ליכטיקייט באווייזט זיך גאר אויף די הרי חושך, קען דאס דער גאנצער עולם גולם עס מיטהאלטן, און ער קען עס ווייטער שיקן פאר די גרופעס, און מזכה זיין יודישע קינדער, ממש אן עולם התיקון, עס איז זיכער מקרב די גאולה שלימה.

דא קומט אבער דער אבער:

די מחנכים פאר וועמען מיר האבן פארטרויעט דאס טייערסטע וואס מיר פארמאגן, אונזערע טייער קינדערליך שרייען אז די דאזיגע כלים פארדארבט דעם יוגענט, עס רייסט שטיקער פינעם כלל ישראל, יעדע מאנטאג און דאנעשטאג, באווייסט זיך נאך א קליינע קאפעלע אין אונזערע גאסן, ער שרייט טאקע אז מען האט אים געטאשט, אבער דער מענטשהייט איז פארט נישט משוגע, יעדער ווייסט ווי די נפילה האט זיך אנגעהויבן, אדרבה כאפט א בליק אויף זיין פארגעשריטענעם כלי ווען איר באלד זעהן, פארוואס ער וויל זיין אזוי שיין און שטינקען ווי א נקבה, און האבן א שיין גלאטען פנים, לאמיר נישט זיין קיין בהמות.

אבער דער ייצר הרע איז דאך פארט זייער גרויס, דער עולם וויל זיך פארט אהערשטעלן, און קיינער וויל מער נישט זיין ח''ו אין דער באקס, מען מיז דאך באקומען די קליפס און די בילדער, אז מען זאל נישט אויסזעהן ווי א מענטש מיט צוויי קעפ ביי די קיפקעס אין סמעדריש.. דעריבער האט מען גענומען געשרייען פון די מחנכים לייכט.. טייל אפילו גאר מיט א צינישער שמייכל אויף די לעפצען...

זענען געקומען די גדולי ישראל וואס הערן נאכט נאך נאכט אויס די געוויינען פון די צושאסענע עלטערן וואס באוויינען זייער אפגעפארענע קינדער, און זיי האבן אראפגעשטעלט תקנות איבער די טעכנעלאגישע כלים, און די מחנכים וואס מוזן אויסהערן די גדולי ישראל, האבן אנגעהויבן צו אינפארסירן די תקנות, מיט יעדען מיטל וואס שטייט נאר אונטער זייער דיספאזיציע..

איז דאך זייער גוט ניין? ממש תיקון השלם...

דא קומען אבער צוגיין די טיפושי הדור דאס אפפאל פון דער מענטשהייט, און נעמען זיך אראפרייסען די מחנכים פארן אויספאלגען די גדולי ישראל, און וויינען מיט בלאפערישע טרערן, וואס וויל מען פון די קינדער? פארוואס נוצט מען די קינדער פאר א שטעקן? איר הערט ווערטער?

ווען מען האט אייך געזאגט ווארף אוועק דער נישט-געפיטערטע אינטענעט פון אייער טאשען טעלעפאן, האט איר געוויזען א גרויסען פייג, און זיך געקייכט פאר געלעכטער אדש אייערע מילצן האבן עקספלאדירט, איז נישט געווען קיין ברירה, קיינער וויל דאך (ביזדערווייל) נישט שיקן די קינדער אין פאבליק שולע, יעדער וויל דאך (ביזדערווייל) שיקן די קינדער אין די הייליגע מוסדות, האבן די מוסדות גענומען די זאך אין די הענט.

ר' איד איר ווילט אז אייערע קינדער זאלן לערנען ביי אונז אין די מוסדות? פיין! איר מוזט האבן א געפילטערטע טעלעפאן.. וואס??? די ניצט מיינע קינדער פאר א שטעקן קעגן מיר? ניין! בכלל נישט! נעם דיין קינד און גיי דיר צו דער גוטער יאר, פארוואס מיזן מיר מקריב אונזער מוסד ווייל די ווילסט דיך נאכגעבן די תאוות? די חינוך פון דיין קינד איז דיר נישט גענוג ווערט מקריב צו זיין דיין קינדערישע באקוועמליכקייט?

דער עולם האקט אויף די מחנכים אין דער וועלט אריין:

לאמיר זיך אינאיינעם אונטער נעמען צו קאפארירן מיט מחנכים, און זוכה זיין צו דורות ישרים ומבורכים...
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

ענטשולדיגט, אבער ממש אן ארטיקל אין די וועלט אריין, קיין ענטפער האט נישט מיט די פראגע, קיין נמשל האט נישט מיטן משל. א קלאסישער חרדישער לופטיגער פראפעגאנדע שפראך. פשוט פארפירעריש.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יאפ
=====
דער עולם האקט.
וירח ה' את ריח הניחוח
ווייס פרעזידענט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 9:32 am
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

Re: דער עולם האקט אויף די מוסדות אין דער וועלט אריין:

שליחה דורך ווייס פרעזידענט »

האסט אים ממש אפגעפרעגט קאך לעפל
ווייס פרעזידענט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 9:32 am
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

Re: דער עולם האקט אויף די מוסדות אין דער וועלט אריין:

שליחה דורך ווייס פרעזידענט »

moshav zekeinim האט געשריבן:ענטשולדיגט, אבער ממש אן ארטיקל אין די וועלט אריין, קיין ענטפער האט נישט מיט די פראגע, קיין נמשל האט נישט מיטן משל. א קלאסישער חרדישער לופטיגער פראפעגאנדע שפראך. פשוט פארפירעריש.

@ מושב זקינים האסט ממש אפגעפרעגט דעם קאך לעפל
ווייס פרעזידענט האט געשריבן:האסט אים ממש אפגעפרעגט קאך לעפל
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

עס איז נישטא וואס אפצופרעגן, ער האט גארנישיט געזאגט און גארנישט איבערגעוויזן, סתם פארטומעלט די מח.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און אז די מוסד זאגט אז טאטעס וואס רעדן ביים דאווענען שטערן צו די חינוך פון זייערע קינדער, די קינדער טארן נישט צו זעהן ווי די עלטערן שמועסן אין שול, איז אמאל בייגעפאלן ארויס צו ווארפן די קינדער?

סאיז דא שפיצעל פרויען וואס האלטן אז די וואס גייען מיט שייטליך שטערן פאר די חינוך פון די אייגענע קינדער, וועט מען יעצט ארויסווארפן די אלע וואס גייען מיט שייטליך?

סאיז דא טויזענעטער זאכן וואס שטערן די קינדערס חינוך, אבער סוף פסוק: די קינדער זענען נישט אחריות אויף זייערע עלטערן.


נאך א נקודה

לאמיר אראפלייגן אפאר פעלער פון מענטשן.

1) א איד וואס דארף באמת האבן אינטערנעט פאר פרנסה. ער מוז קענען צוקומען צו יו טוב יעדן טאג, איך עזריאל גיי אריין אין די מציאות. איך מוז האבן אפילו יו טוב ״פאר ביזנעס״. מיין ארבעטער דארף דאס אויך האבן, (מיר ניצן עס צו מסביר זיין פאר קאסטעמערס וויאזוי צו נוצן אונזערע פראדוקטן) וואס זאל איך יעצט טוהן? זאל מיין יונגעל גיין אין פובליק שולע?

2) א איד וואס קויפט און פארקויפט ריעל עסטעיט, ער וויל קענען פירן געהיימע געשפרעכן אן דעם וואס איינער זאל וויסן, ער טראסט נישט דער וואס פירט די פילטער אפיס וואס יענער זוכט אויך צו כאפן מציאות אויפן מארקעט. וואס זאל ער טוהן?

3) א איד וואס האט סיי וועלכע ביזנעס, זיין גרעסטע קאמפעטישען איז עומד בראש פון זיין זונס מוסד, ער קען סיי ווען צוקומען צו זיין אינפא, וואס זאל ער טוהן?

וכהנה איז דא צענדליגער מציאותער פון מענטשן וואס קענען נישט האבן די פילטער וואס די מוסד פארלאנגט!

און די גרעסטע קשיא איז פארוואס אלע היימישע פילטערס קענען מענטשן צוקומען דערצו? אזא פילטער איז שוין נישט פאסיג פאר די מענטשהייט!
ווען איך ארבעט ווען אין די פילטער אפיס וואלט איך קלאר מיטגעהאלטן יעדעם׳ס געשפרעכן, וואס ראובן זאגט פאר זיין ווייב, ווען שמעון׳ס ווייב גייט אים איבערלאזן, ווען לוי׳ס ווייב גייט שלום מאכן מיט אים, ווען יהודה׳ס ווייב גייט אין מקוה, ווען יששכר׳ס ווייב גייט אויסזאגן פאר די שוויגער אז סאיז דא נייעס....
ווייס פרעזידענט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 9:32 am
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

Re: דער עולם האקט אויף די מוסדות אין דער וועלט אריין:

שליחה דורך ווייס פרעזידענט »

עזריאל האט געשריבן:און אז די מוסד זאגט אז טאטעס וואס רעדן ביים דאווענען שטערן צו די חינוך פון זייערע קינדער, די קינדער טארן נישט צו זעהן ווי די עלטערן שמועסן אין שול, איז אמאל בייגעפאלן ארויס צו ווארפן די קינדער?

סאיז דא שפיצעל פרויען וואס האלטן אז די וואס גייען מיט שייטליך שטערן פאר די חינוך פון די אייגענע קינדער, וועט מען יעצט ארויסווארפן די אלע וואס גייען מיט שייטליך?

סאיז דא טויזענעטער זאכן וואס שטערן די קינדערס חינוך, אבער סוף פסוק: די קינדער זענען נישט אחריות אויף זייערע עלטערן.


נאך א נקודה

לאמיר אראפלייגן אפאר פעלער פון מענטשן.

1) א איד וואס דארף באמת האבן אינטערנעט פאר פרנסה. ער מוז קענען צוקומען צו יו טוב יעדן טאג, איך עזריאל גיי אריין אין די מציאות. איך מוז האבן אפילו יו טוב ״פאר ביזנעס״. מיין ארבעטער דארף דאס אויך האבן, (מיר ניצן עס צו מסביר זיין פאר קאסטעמערס וויאזוי צו נוצן אונזערע פראדוקטן) וואס זאל איך יעצט טוהן? זאל מיין יונגעל גיין אין פובליק שולע?

2) א איד וואס קויפט און פארקויפט ריעל עסטעיט, ער וויל קענען פירן געהיימע געשפרעכן אן דעם וואס איינער זאל וויסן, ער טראסט נישט דער וואס פירט די פילטער אפיס וואס יענער זוכט אויך צו כאפן מציאות אויפן מארקעט. וואס זאל ער טוהן?

3) א איד וואס האט סיי וועלכע ביזנעס, זיין גרעסטע קאמפעטישען איז עומד בראש פון זיין זונס מוסד, ער קען סיי ווען צוקומען צו זיין אינפא, וואס זאל ער טוהן?

וכהנה איז דא צענדליגער מציאותער פון מענטשן וואס קענען נישט האבן די פילטער וואס די מוסד פארלאנגט!

און די גרעסטע קשיא איז פארוואס אלע היימישע פילטערס קענען מענטשן צוקומען דערצו? אזא פילטער איז שוין נישט פאסיג פאר די מענטשהייט!
ווען איך ארבעט ווען אין די פילטער אפיס וואלט איך קלאר מיטגעהאלטן יעדעם׳ס געשפרעכן, וואס ראובן זאגט פאר זיין ווייב, ווען שמעון׳ס ווייב גייט אים איבערלאזן, ווען לוי׳ס ווייב גייט שלום מאכן מיט אים, ווען יהודה׳ס ווייב גייט אין מקוה, ווען יששכר׳ס ווייב גייט אויסזאגן פאר די שוויגער אז סאיז דא נייעס....

די האסט א טיינע אבער מושב זקינים זאגט "פלעין חרידישע פראפאגאנדע" דעס איז נישט אמת סיי די מוסד אין סיי די עלטערען האבן א טיינע אבער גיין זאגען פלעין פראפאגאנדע דעס נישט
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: דער עולם האקט אויף די מוסדות אין דער וועלט אריין:

שליחה דורך ירא שמים »

סתם נייגעריג זענען די פילטער אפיסעס די איינציגע וואס קענען אריינשטעקן זייער נאז אין מיין ביזנעס וואס טוט זיך מיט גוגול וכדו׳ אינפארמאציע וואס מהאלט אפן אינטערנעט?
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: דער עולם האקט אויף די מוסדות אין דער וועלט אריין:

שליחה דורך דעת תורה »

ווער ווייסט, ווער קען מסביר זיין פונקטליך וואס דער משומר / גדר פילטער טוט? זיי בעטן איינעם עני פערמישאנס בעפארן ארויף לייגן? (כ'שטעל זיך פאר אז נישט). קענען זיי האבן עקסעס צו די וואויס / טעקסט חלק אדער נאר די דאטא קאנטראלירן זיי? זיי ווערן א דעווייס אדמיניסטרעיטאר (ביי ענדרויד)? וואס טוען זיי ביי אייפאון, זיי נעמען איבער דעם אקאונט? זיי בעטן די פעסווארדס אנצוקומען אין די אקאונט?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
פארשפארט