דער עולם האקט אויף די מוסדות אין דער וועלט אריין:

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3334 מאל

דער עולם האקט אויף די מוסדות אין דער וועלט אריין:

שליחה דורך קאך_לעפל »

אין די לעצטע יארן האט זיך עפעס דער עולם הבינה גאר ברייט צועפענט, און דער טעכנעלאגיע האט זיך דראסטיש צובליעט אויף א מאסיווע פארנעם, אויף א פארנעם וואס אבותינו ואבות אבותינו ולמעלה האבן קיינמאהל נישט אפילו אין וויסטן חלום זיך נישט פארגעשטעלט, און עס קומען ארויס מידי יום ביומו פרישע כלים מכלים שונים, און דער עולם קען ב''ה שטיין אין פארבינדונג, און זיין אין פולשטענדיגע קאנטאקט 24 שעה ארום דער זייגער, און ווי נאר א פליגער פאלט פון הימעל אין מאלאזיע, אדער ווער כ''ק אדמו''ר שליט''א מאכט א נפיחה, אדער ווען א שטראל פון ליכטיקייט באווייזט זיך גאר אויף די הרי חושך, קען דאס דער גאנצער עולם גולם עס מיטהאלטן, און ער קען עס ווייטער שיקן פאר די גרופעס, און מזכה זיין יודישע קינדער, ממש אן עולם התיקון, עס איז זיכער מקרב די גאולה שלימה.

דא קומט אבער דער אבער:

די מחנכים פאר וועמען מיר האבן פארטרויעט דאס טייערסטע וואס מיר פארמאגן, אונזערע טייער קינדערליך שרייען אז די דאזיגע כלים פארדארבט דעם יוגענט, עס רייסט שטיקער פינעם כלל ישראל, יעדע מאנטאג און דאנעשטאג, באווייסט זיך נאך א קליינע קאפעלע אין אונזערע גאסן, ער שרייט טאקע אז מען האט אים געטאשט, אבער דער מענטשהייט איז פארט נישט משוגע, יעדער ווייסט ווי די נפילה האט זיך אנגעהויבן, אדרבה כאפט א בליק אויף זיין פארגעשריטענעם כלי ווען איר באלד זעהן, פארוואס ער וויל זיין אזוי שיין און שטינקען ווי א נקבה, און האבן א שיין גלאטען פנים, לאמיר נישט זיין קיין בהמות.

אבער דער ייצר הרע איז דאך פארט זייער גרויס, דער עולם וויל זיך פארט אהערשטעלן, און קיינער וויל מער נישט זיין ח''ו אין דער באקס, מען מיז דאך באקומען די קליפס און די בילדער, אז מען זאל נישט אויסזעהן ווי א מענטש מיט צוויי קעפ ביי די קיפקעס אין סמעדריש.. דעריבער האט מען גענומען געשרייען פון די מחנכים לייכט.. טייל אפילו גאר מיט א צינישער שמייכל אויף די לעפצען...

זענען געקומען די גדולי ישראל וואס הערן נאכט נאך נאכט אויס די געוויינען פון די צושאסענע עלטערן וואס באוויינען זייער אפגעפארענע קינדער, און זיי האבן אראפגעשטעלט תקנות איבער די טעכנעלאגישע כלים, און די מחנכים וואס מוזן אויסהערן די גדולי ישראל, האבן אנגעהויבן צו אינפארסירן די תקנות, מיט יעדען מיטל וואס שטייט נאר אונטער זייער דיספאזיציע..

איז דאך זייער גוט ניין? ממש תיקון השלם...

דא קומען אבער צוגיין די טיפושי הדור דאס אפפאל פון דער מענטשהייט, און נעמען זיך אראפרייסען די מחנכים פארן אויספאלגען די גדולי ישראל, און וויינען מיט בלאפערישע טרערן, וואס וויל מען פון די קינדער? פארוואס נוצט מען די קינדער פאר א שטעקן? איר הערט ווערטער?

ווען מען האט אייך געזאגט ווארף אוועק דער נישט-געפיטערטע אינטענעט פון אייער טאשען טעלעפאן, האט איר געוויזען א גרויסען פייג, און זיך געקייכט פאר געלעכטער אדש אייערע מילצן האבן עקספלאדירט, איז נישט געווען קיין ברירה, קיינער וויל דאך (ביזדערווייל) נישט שיקן די קינדער אין פאבליק שולע, יעדער וויל דאך (ביזדערווייל) שיקן די קינדער אין די הייליגע מוסדות, האבן די מוסדות גענומען די זאך אין די הענט.

ר' איד איר ווילט אז אייערע קינדער זאלן לערנען ביי אונז אין די מוסדות? פיין! איר מוזט האבן א געפילטערטע טעלעפאן.. וואס??? די ניצט מיינע קינדער פאר א שטעקן קעגן מיר? ניין! בכלל נישט! נעם דיין קינד און גיי דיר צו דער גוטער יאר, פארוואס מיזן מיר מקריב אונזער מוסד ווייל די ווילסט דיך נאכגעבן די תאוות? די חינוך פון דיין קינד איז דיר נישט גענוג ווערט מקריב צו זיין דיין קינדערישע באקוועמליכקייט?

דער עולם האקט אויף די מחנכים אין דער וועלט אריין:

לאמיר זיך אינאיינעם אונטער נעמען צו קאפארירן מיט מחנכים, און זוכה זיין צו דורות ישרים ומבורכים...

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר