דער סעקסיזם פאראדאקס

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

שליחה דורך כספי »

הילל האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אין דעם שמועס מיט מיין חבר האב איך אים געזאגט אז איך האב א לאגישע טענה אויף די וועג ווי אזוי דער טיטל פון סעקסיזם ווערט באנוצט היינטיגע צייטן. מיט דעם וואס דער פעמיניסט (געווענליך א פרוי) זאגט אז עס הערשט סעקסיזם אויף די וועלט, מיינט זי געווענליך צו זאגן אז מענער קוקן אראפ אויף פרויען. אלזא, מיט דעם באשטעטיגט זי אז עס איז פאקטיש דא א חילוק צווישן מענער און פרויען, ווייל מענער זענען מער סעקסיסט ווי פרויען. קומט אויס אז זי איז אליין א סעקסיסט.
צווייטנס, דאס איז די זעלבע ווי אויב א איד זאל זאגן אז עס איז דא אנטיסעמטיזם. וועסטו זאגן אז מיט דעם באשטעטיגט ער אז עס איז פאקטיש דא חילוק צווישן אידן און גוים, און גוים זענען ווייניגער? ניין, ער זאגט נאר דעם פאקט. די זעלבע זאגט די פרוי א פאקט אז פרויען ליידן פון דעם אז מען קוקט זיי אן ווי זיי זענען ווייניגער ווערד.
די נקודה איז אבער נישט אינגאנצן אמת ווייל אנטיסעמיטיזם זאגט נישט אז יודן און נישט יודן זענען גלייך און וועגן דעם טארסטו מיך נישט דיסקרימינירן, נאר ווי די נאמען זאגט, די טארסט נישט דיסקרימינירן אייניקלעך פון שם, משא"כ סעקסיזם און ראסיזם זאגן – ווי זייער נאמען זאגט אן – אז אלע דזשענדערס און ראסעס זענען גלייך, און דו טארסט נישט מאכן קיין באשלוס אויף א געוויסע דזשענדער אדער ראסע אנדערש ווי די אנדערע דזשענדער און ראסע,
און אנדערע ווערטער ווען אנטיסעמיטזם וואלט ווען געהייסן ראסיזם אדער ענליך, אדער ווען סעקסיזם און ראסיזם וואלט געהייסן אנטיפימעיליזם אדער אנטיקאלאריזם וואלט געווען א מקום צאמצושטעלן די צוויי, לכאן או לכאן, אבער יעצט שפיגלען זיי אפ צוויי אנדערע צוגאנגען
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
פארשפארט