דו ליידיגייער! גיי ארבעטן! פארוואס דארף דיין ווייב ארבעטן שווער און דו זאלסט זיצן מיט די פיס ארויף? האסט אונטערגעשריבן א כתובה אז דו גייסט ברענגען געלט,
פארוואס דארף דיין ווייב ארבעטן, און דו ביזט פארנומען צו ליינען דעם דבר יום ביומו?
ס'פאסט דיר נישט צו ארבעטן דא אדער דארט? ס'פאסט נישט צו זיין א גנב! גיי ארבעטן און וועסט האבן געלט און זיך נישט דארפן אנבארגן.
https://vimeo.com/132375169
אין ברסלב פירט מען זיך צו מאכן קידוש אין שול שבת אינדערפרי נאכ'ן דאווענען. ווען מען קומט אהיים הונגעריג איז סכנת נפשות.
געב אביסל גוטע ווערטער פאר דיין ווייב, זיי איר מחזק. זי איז נישט דא נאר צו וואשן דיינע וועש און דיר קאכן נאכטמאל.
זי דארף נישט כאפן קיין פסק ווען זי האט געזאגט אביסל אנדערש פון דיך, דארפסט איר נישט אריינזאגן. הער איר אויס און פארשטיי אויך וואס זי האט צו זאגן.
https://vimeo.com/132375170
מענטשן קאכן זיך, "איך בין גערעכט" "ניין, איך בין גערעכט", "מיין רבי איז גרעסער" "ניין, מיין רבי איז גרעסער".
פארוואס ביזטו פארנומען מיט אלעס אויסער מיט דיך אליין? קוק וואס דו פארדינסט, קוק וואס דו באקומסט, און נאר דאס זאל דיר אינטערעסירן.
https://vimeo.com/132375558
אז מען וויל נישט ליידן אביסל, ליידט מען אסאך.
https://vimeo.com/132375176
גלייב אינעם אייבערשטן, וועט דיר זיין גוט! יא, אזוי ווי די פרויען און קינדער גלייבן, אן קיין חכמות. א מענטש צוקלאפט זיך נישט זיין קליינעם פינגער אנ'ם אייבערשטן. דאס דארף מען חזר'ן איינמאל און נאכאמאל.
די נשמה פון א איד איז א חלק פון באשעפער, עס קומט שוין אריינגעבויעט די אמונה אין אים, נאר ווען א מענטש טוט עבירות ווערט די אמונה פארדעקט ביי אים, דעריבער דארף מען האלטן אין איין חזר'ן די אמונה, און דאן וועט מען האבן א גליקליך לעבן.
https://vimeo.com/132375172
ווען א מענטש רעדט ניבול פה איז א סימן אז זיין קאפ איז פול מיט שמוץ. אז דו שמועסט מיט מענטשן, זאג זיי קלאר: "צו מיר רעד נישט קיין ניבול פה".
https://vimeo.com/132375164
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)