!Prison Break

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און... גארנישט,... די חברה גיבן שוין אויף
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

איך האב גרויס הנאה פון זייער געלונגענע ארויסכאפ דער גאנצער מדינה איז אויף דערמיט זיי גייען נישט אראפ פון די העדליינס מאכן פורים פון די גאנצע פאליציי דערפארטמענט עף בי איי

ווי לאנג זיי וועלן עס קענען דורך גליטשן איז שוין א צווייטע מעשה אבער דערווייל האבן זיי דער אויבערהאנט
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: !Prison Break

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

דערציילט מיר א חבר אז זיי האבן געמאכט א טשעקפוינט פאר די קענאדיש גרעניץ.

האט ער געמאכט אזא ווערטל פאר זיי אז מגייט זיי היינט טרעפן די חברה זענען ווילד געווארן געבעטן זיין פאספארט פאר זיין נאמען טעלעפאון נומבער זאגט ער סגוט כוועל הערן אין די ניייס אז מהאט זיי געכאפט. ביז מהאט איהם געלאזט גיין ווייטער.

יעדער מעת לעת וואס גייט פארביי איז געפערליכע בישות.
דאס מענטשעלע שפילט........
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

COPY/PASTE

פון ווען די וועלט שטייט, איז אלץ געווען כאטש ביי טייל פאלק א בלינדע שנאה צו די רעגירונג, בימים ההם מיט רעכט, די גאווערמענט האט זיך געבאדן אין געלט בשעת דער המון עם האט געהונגערט, מאסן סאלדאטן זענען אומגעקומען צוליב א פערזענליכע געפעכט צווישן צוויי קעניגן, מענטשן האבן זיך געטראפן מיט א קאפ קערצער צוליב א קרום מיט די נאז, וכהנה וכדומה, פארשטייט זיך אז מענטשן האבן זיך ארומגעדרייט מיט א שווער הארץ אויפן רעגירונג און אפילו א קעניג האט שוין יא אמאל געטון עפעס גוט איז עס גלייך פארוואסערט געווארן כעפרא דארעא פחות מכגרוגרות.

צייטן זענען פארביי, די קעניגן זענען שוין אלע אין ד'רערד חוץ פון נארט קאריע און סקווירא, מלחמות דארף אדורך גיין א וואוט אין קאנגרעס, מען הארגעט שוין נישט רעכטס און לינקס, פרעזידענטן ווערן ערוועלט, פאליציי קענען נישט טון וואס זיי ווילן אויס מורא פון די מידיא אדער זייער דזשאב, סהערשט א פרייהייט אויף די וועלט, און דער עולם איז צופרידן.

אזוי וואלט ווען געדארפט זיין, אבער די מציאות איז פארקערט, אדם לעמל יולד וילפינן מעמלו של תורה, מה עמלו של תורה מיינט קוועטשן די באנק אזוי אויך סתם עמל מיינט סתם אזוי קוועטשן, עכ"פ מענטשן האבן ליב צו קאמפלעינען, און רוב מאל איז די גאווערמענט טאקע שולדיג, אזוי גייט עס ווען מווערט צו באקוועם אויפן בענקל און מפירט זיך מעשה בעל הבית און דער עולם שעלט און פראטעסטירט.

די פראבלעם איז נאר ווען מען פארלירט די סענס אוו אבדזשעקטיוויטי, סהייסט די שכל הישר צו פארשטיין און מחלק זיין צווישן איין גאווערמענט עמפלויי און א צווייטן, אדער צווישן צוויי מעשים פון דער זעלבער מענטש, אדער אפילו די זעלבע מעשה געטון דורך די זעלבע מענטש אין צוויי אנדערע פעלער.

סהייסט אזוי, יעדער פארשטייט אז סמוז זיין געזעצן און שטאטוטן, אבער דאך איז כולי עלמא מודה אז פאליציי ברוטאליטעט איז עפעס וואס טאר נישט פארשוויגן ווערן, מערדערס מיט טשיילד מאלעסטערס באלאנגען אונטער גראטעס אבער דאס גיבט נישט קיין רעכט פארן גארד איהם צו אנפראסקענען יעדע מאל זיין פרישטאג איז נישט געלונגען, אבער ווען מענטשן הייבן אהן צו מאכן מסקנות אז אלע גאווערמענט אפישעלס זענען חרוב, ממוז אונטערברענגען געזעץ, און פרייען זיך מיט יעדע רעגירונג דורכפאל, דעטס ווער דע פראבלעם ביגינס, וכמאמר החכם, ווארף נישט ארויס די שיסל מיט די שמוציגע וואסער, אדער ווארף נישט ארויס די רבי מיט די רביצין, צו גאר ווארף נישט אוועק די ****** [פארמעקט].

אין אזא פאל ווי איצטערט איז מיר אויסגעקומען מערערע מאל צו באגעגענען חברים וואס דרייען זיך ארום מיט אזא צינישע שמייכל "די חברה האבן זיי פיין צוגעפיקסט! הא??!, ביי אסאך מענטשן הערט זיך עס אפילו ווי זיי האפן אז מוועט זיי נישט כאפן, זאלן זיי כאפן א דורכפאל, איינמאל פאר אלעמאל.....

צדיק, די חברה זענען מערדערס, קיינער איז נישט פארזיכערט מיטן לעבן אויב אזעלכע חברה דרייען זיך פראנק און פריי, האסט פיינט די גאווערמענט? פיין , האלטסט אז ארעסטאנטן ווערן באהאנדלט אוממענטשליך? גערעכט, אבער פון דארט ביז האפן אז די מערדערס זאלן אויספירן איז א מהלך יותר מתחום שבת.

גענומען פון פאליש
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שושן פורים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

Re: !Prison Break

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

מיט די לעצטע שורה האסטו געהארגעט די גאנצע ארטיקעל
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:מיט די לעצטע שורה האסטו געהארגעט די גאנצע ארטיקעל

קבל את האמת ממי שאמרו
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שושן פורים: ייש"כ פאר דעם הערליכן (קאפי/פעיסט) ארטיקל. איך האב צוויי הערות אויף דעם: א) סקווירא רעבע שליט"ע איז נישט קיין קעניג. ר'איז א פשוט'ער דיקטאטאר...! ב) יעצט פארשטיי איך פארוואס מיין פילטער בלאקט דעם "פאליש" (ווייל זיי שרייבן א סאך ניבול פה. איך האב גאנץ א גוטע אימעדזשינעישן צו וויסן וואס מ'האט פארמעקט דא אין ק.ש....!
יענער פויגעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 138
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 26, 2015 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

שליחה דורך יענער פויגעל »

גאווערנאר קאומא האט יעצט אפגע האלטען א פרעסע קאנפערענץ צוזאמען מיט די אילינאו גאווערנאר ווי זיי האבען געמאלדען איבער די צוזאמען ארבייט פון די צוויי סטעיטס צו כאפען די פארברעכער
טראכט גוט וועט זיין גוט
בונדל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 03, 2015 9:18 pm
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך בונדל »

איך קען באשטיין אז מען זאל די חברה נישט כאפן, איז עס א פראבלעם מיט מיר? איך וואונדער זיך אליין פארוואס איך וויל אזוי. למעשה זענען זיי מערדער, געוואגט און קלוג, וואלט איך דאך געדארפט וועלן זיי זאלן געכאפט ווערן. קען איינער מיר אליין עקספלעינען?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

$
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בונדל האט געשריבן:איך קען באשטיין אז מען זאל די חברה נישט כאפן, רפואה שלימה!
איז עס א פראבלעם מיט מיר? אפשר נישט? גרויס צייט (ביג טיים בלע״ז)
איך וואונדער זיך אליין פארוואס איך וויל אזוי. אינטרעסאנט, איך ווינדער מיר אויך, איך קען עס ממש נישט פארשטיין!
למעשה זענען זיי מערדער, געוואגט און קלוג, וואלט איך דאך געדארפט וועלן זיי זאלן געכאפט ווערן. נו, זאגסט דאך גוט!
קען איינער מיר אליין עקספלעינען? דאכצעך אז נישט.

איך מיין דיר נישט צו באליידיגען ח״ו, אבער פלייייייייייזזזזזז?!?!?!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ניין בונדל, עס איז גארנישט ראנג מיט דיר. טויזענטער און ווארשיינליך מיליאנען זענען מיט דיר בדעה אחת. בבחינת מדין און מואב האבן שלום געמאכט אקעגן א ביינזאמען שונא. אודאי לכתחילה האלט נישט קיינער פון אנטלויפן. און אויב שוין יא, זאל עס לכה"פ זיין אן אומשולדיגער מאן וואס מען האט סתם געמאכט א בלבול אויף אים און איז נישט קיין סכנה פאר קיינעם. אבער השתא לאתית להכי, און די רשעות'דיגע יוסטיץ סיסטעם מיט די פארפוילטע טורמע סיסטעם האבן געכאפט א שטויס, רייבט מען זיך דאס בייכל לכבוד דעם נצחון און מען זאגט כאשר אבדו אבדו, יבא הנס מכל מקום, אבי די רעגירונג זאל כאפן דעם מיאוס'ן פליק און פלאמען פאר בושה.

נאר וואס, דאס אלעס קומט פונעם געפיל. שכל'דיג איז עס נישט אויסגעהאלטן סיי ווייל למעשה זענען זיי גרויזאמע מערדערס לשעבר און פארדינען ערליך זייער עונש, און סיי ווייל זיי זענען א פאטענציעלע געפאר אויף יעצט און אויפן צוקונפט. ממילא לויטן שכל איז יא וויכטיג זיי זאלן זיך נישט דרייען פראנק און פריי.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]יענער פויגעל[/tag], עס איז די גאווערנער פון ווערמאנט וואס געפינט זיך מזרחית צפונית פון ניו יארק, נישט פון אילינוי וואס איז צו מערב זייט און איז בערך 15 שעה צו פארן מיט א קאר.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

Re: !Prison Break

שליחה דורך petergrifin »

איעדער שמויגער האט א גאלדענע גלעגענהייט זיך אוועק צו שטעלן ביים מייק און זאגן מיט אן ערענסטע מינע אז מען גייט זיי אט אט כאפען. ווארטס נאר צו עטס וועטס זעהן וואס אונז קעמיר. מען לאדענט איין פאליטישענס מיט פאליס אפישעלס פון אנדערע סטעיטס און מען רופט ציזאם די מידיא אודך און מען שטייט אודך ביים מייק און מען זאגט - גארנישט. דער עיקר איז אז זיי וועלן זיך קענען אויף טוהן ווי שטארק זיי זענען אויף קריים וכו'.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]שמעקעדיג[/tag], אוודאי זענען דא מיליאנען וגם אני בתוכם וואס רייבן זיך דאס בייכל פאר שמחה, אז די פארשאלטענע חברה וואס פייניגען די מענטשהייט ובתוכם ליידער הונדערטע יודען בלויז ווייל זיי האבן א בעדזש אדער א פאליטישע פאסטן, ליידן בושות נוראות פון אלע זייטן און ווייסען נישט וואס צו טון,
אבער, דא קומט אריין א גרויסע אבער אינעם בילד, יעדער איינער פארשטייט זייער גוט אז וויפיל מען פריידט זיך מיט די פלאפ פון די לאו ענפארסמענט, וויל מען זען די מערדערס צוריק אונטער שטארקע גראטעס וואס פריער, עכ״פ פאר זיי שעדיגען אדער הרגענען נאך אומשולדיגע מענטשן, קומט איינער און ער שרייבט אז ער וויל מען זאל זיי נישט כאפן, איז עפעס זייער זייער ראנג, און איך האב מיר געמיזט עפעס אנרופען אקעיגען,
אויב איז עס געווען צו שארף בעט איך איבער.
מיט האפענונג צו פארשטענדעניש,
באטשי
יענער פויגעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 138
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 26, 2015 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

שליחה דורך יענער פויגעל »

פריעד באטשי האט געשריבן:[tag]יענער פויגעל[/tag], עס איז די גאווערנער פון ווערמאנט וואס געפינט זיך מזרחית צפונית פון ניו יארק, נישט פון אילינוי וואס איז צו מערב זייט און איז בערך 15 שעה צו פארן מיט א קאר.

תיקון טעות איך האב אינזין געהאט צו שרייבען ווערמאנט איך ווייס נישט פארוואס איך האב געשריבען אילינאו
אבער שכוח פארען פארעכטען
טראכט גוט וועט זיין גוט
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

A female prison worker being questioned by police, who are hunting two escapees from an upstate New York prison, thought she had a romantic relationship with one of them and had planned to drive the getaway car, NBC News reports

then she got cold feet and checked herself in hospital
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל

שליחה דורך עדיאל »

ס'נישט קיין סתירה. מ'רעדט דאך נישט אז ס' ווענדט זיך אין מיר און אז איך ברויך מאכן די באשלוס מ'זאל זיי כאפן צו נישט. אודאי אין יענצפאל וואלט שכל דיקטירט צו פארשפארן מערדער. אבער דא זיץ איך דאך אויף דערזייט (קאומא לאזט נישט צו חבירים זאל העלפן מיט זוך אקציע), איז לאמיך כאטש האבן א גוטן שאדענפרוידע לאכ'ל.
בונדל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 03, 2015 9:18 pm
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך בונדל »

פריעד באטשי האט געשריבן:
בונדל האט געשריבן:איך קען באשטיין אז מען זאל די חברה נישט כאפן, רפואה שלימה!
איז עס א פראבלעם מיט מיר? אפשר נישט? גרויס צייט (ביג טיים בלע״ז)
איך וואונדער זיך אליין פארוואס איך וויל אזוי. אינטרעסאנט, איך ווינדער מיר אויך, איך קען עס ממש נישט פארשטיין!
למעשה זענען זיי מערדער, געוואגט און קלוג, וואלט איך דאך געדארפט וועלן זיי זאלן געכאפט ווערן. נו, זאגסט דאך גוט!
קען איינער מיר אליין עקספלעינען? דאכצעך אז נישט.

איך מיין דיר נישט צו באליידיגען ח״ו, אבער פלייייייייייזזזזזז?!?!?!



ס'איז בסדר, פריעד באטשי. אפשר אביסל מער צוגעלאזען וואלט נישט געשאדט. אבער איך פארשטיי פון ווי דו קומסט.
איך זאג נאך אלץ ווי פריער, מעגליך אז עס קומט פון די דראמא וואס איך האב ליב. די מעשה ווערט אינטערעסאנט און שפאנענד. זיי זענען טאקע מערדער און באלאנגען אונטער גראטעס, דאך ציטער איך יעדע רגע אז מען זאל זיי נישט כאפען.
און אויב האלסטו אנדערש, האבן שוין חזל געזאגט, כשם שפרצופיהן... כך...
נעם עס נאר נישט פערסאנעל.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

נײעס?
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
יענער פויגעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 138
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 26, 2015 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

שליחה דורך יענער פויגעל »

פון די פארברעכער אליינס נישט
פון די פרוי וואס האט זיי געהאלפען זי איז ארעסטירט געווארען פרייטאג אין געברענגט געווארען פאר א ריכטער וועלכער האט געשטעלט איר בעיל אויף הונדרעט אלפים אין קעש אדער צוויי הונדרעט אלפים באנד
אויב ווערט זי געפונען שולדיג אויף אלע קלאגעס קען איר ווארטען אזויפיל ווי אכט יאר טורמע
טראכט גוט וועט זיין גוט
יענער פויגעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 138
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 26, 2015 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

שליחה דורך יענער פויגעל »

.
טראכט גוט וועט זיין גוט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נישטא וואס צו רעדן, זי איז באגאנגען א פארברעכן, אבער דער פראבלעם איז אז זי גייט דא ווערן א שעיר לעזאזל, די גאנצע כעס און תאוה צו נצחון וועט ארויפגיין אויף איר קאפ,
אין אנדערע ווערטער, איך גלייב אז איר שטראף וועט זיין גענצליך אנדערש אויב כאפט מען די 2 שקצים ווי ווען נישט.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט