ענוה: א לעבנסלענגליכע עבודה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

ענוה: א לעבנסלענגליכע עבודה

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

והאיש משה עניו מאד מכל האדם וגו'.

ראיתי כי רבים טועים בענין הענוה און זייער טעות איז א יסודות'דיגע. לאמיר אביסל ארומרעדן דעם ענין למען ידעו הדורות וואס איז ענוה און וואס איז בלאפעריי און ממילא טרף-פסול.

ראשית האבן מיר א תורה וואס דארט שטייט דעם ענין פון ויגבה לבו בדרכי ה'. איין אמורא האט אויך געווארנט: "בשמתא מאן דלית בי' שמינית שבשמינית וכו'". איי ענוה? איז לאמיר דורכטוהן דעם נושא אין קורצן:

מ'דארף ארויסהאבן און פארשטיין אז צו אמת'ע עניוות קען מען נאר צוקומען דורך טיפע התבוננות און חקירה. ס'איז קיין גדולה צו זינגען דעם נארישן ניגון פון די באוואוסטע שוואכע מח'לעך און קנאפע בעלי כשרון — די א.ג. מוסר'ניקעס "איך בין גארניט; יע יע יע; איך בין גארניט; יע יע יע; איי איי איי; איך בין גארניט; גאאאאאאארניט!". אויך מיר א גארניט. אדער אפשר טאקע א גארנישט, און ממילא מיינען זיינע ווערטער אויך גארנישט — פטפוטים בעלמא; אין אומר ואין דברים. א קליין קינד קען דאס אויך בעבען א גאנצע טאג. נאר דער איד וואס הארעוועט אין מחשבה און וואקסט א ריז אין חכמה ומוסר ה', קומט צו צו די ריכטגע מדרגה פון פארשטאנד אז ער איז טאקע גארנישט, מתוך הגיון וכח ההכרח — דעמאלסט טראגן זיינע ווערטער געוויכט. סתם צו פארקנייטשן דעם שטערן און שרייען אז מ'איז גארנישט, איז מען פשוט כופה בטובתו של הקב"ה וואס האט באשאפן דער אויסטערליש קאמפלעקסע בריאה — דער מענטש, מיט דעה בינה והשכל. ווי טרויעט זיך דער מענטש צו זאגן אז דער וואונדערבארע יציר כפיו של הקב"ה איז גארנישט מיט גארנישט? פארברעכער!

דער מענש דארף זעהן דוקא יא צו זיין א יש בדעת את ה' מתוך התבוננות און צוקומען צו די העכסטע מדרגות פון פארשטאנד און וויסנשאפט (יא, ס'מיינט אויך סייענס, אסטראנאמיע און אנאטאמיע אא"וו — חז"ל און די ראשונים האבן דאס אויך שטודירט און אפילו ביי נישט אידישע וויסנשאפטלער) דאדורך וועט ער טאקע צוקומען צו יראת הרוממות. במקום גדלות שם אתה מוצא ענותנותו — ענוה איז בלויז א בייפראדוקט פון אלעם אויבנדערמאנט, ביי די גרויסע לייט. אט דאס איז גדלות הבורא ווען נאכ׳ן זיין דער גרויסע חכם און מלומד דערהערט מען אז מ'איז ניטאמאל כקליפת השום. אט די הכרה איז ענוה כפשוטו.

בדורו של משה רבינו האבן זיכער נאך אידן געזונגען דעם ניגון ונחנו מה, אבער די תורה דערציילט אונז נאר וועגן משה איש האלקים אז ער איז געווען עניו מכל האדם, ווייל ער איז טאקע צוגעקומען צו די עכטע הכרה אין דעם. אפילו אברהם אבינו וואס האט געזאגט ואנכי עפר ואפר האט נישט באקומען דעם טיטל, ללמדך בא אז "איך בין גארנישט" ווייזט נאכנישט תכלית הענוה. ווארום כ'בין כמעט זיכער אז די בהמה אונטערן שטעקן זאגט זיך אויך אז זי איז גארנישט. צו דען ווערט זי דערמיט נתעלה צו מדרגת האדם? אפילו לאמיר זאגן אז אירע אינסטינקטן זאגן איר אז דו האסט אן אויבערהאנד איבער איר און ס'איז טאקע אזוי, מיינט נאכנישט אז זי פארשטייט עפעס אין דעם. ס'זעלביגע איז ביים מענטש: כאטש אז א יעדע אידיש קינד פיהלט אינסטינקטיוו אז דער רבש"ע איז גרויס און מעכטיג, אבער ווילאנג ס'איז נאר אינסטינקטן און מ'האט נישט ארויס דעם פארוואס, איז מען בבחינת בהמה — ידיעה שכלית איז גאנץ אן אנדערע דערהער. דרך אגב איז שיין פארשטענדליך די ווערטער פון חז"ל, "אתם קרויים אדם" ווארום נאר דער איד קען קומען צו די השגות; דו"ק והבן.

אויך זאלסטו וויסן אז ענוה איז נישט בלויז העדר הגאוה, נאר ס׳איז א מדה פאר זיך. ליתר ביאור: נעם ביטע דעם שוטה דלא חלי ולא מרגיש — ווען מ'באזידלט עם אדער מ'פארשעהמט עם גייט ער ווייטער כאילו לא הי'. ער איז א דערשלאגענע וואס גייט קיינמאהל בקומה זקופה — קיין שמץ פון גאוה זעהט מען ביי עם. ער רעדט אויך קיינמאהל קיין הויך ווארט. צו דען איז שייך עם אנצורופן "עניו"? האט ער דען עפעס משקיע געווען צוצוקומען צו דעם? כ'האב נאך דערווייל נישט געטראפן א בהמה א בעלת גאוה — צו דען ווילסטו איר באקרוינען מיט'ן טיטל "ענוה"? אויב אזוי בלייבט אונז קיין ברירה און מ'מוז זאגן אז ענוה איז א מדה פאר זיך און א תוצאה פון שווערע עבודה.

מאידך, דער חכם ווייסט גענוי זיין גרויסקייט אבער פארשטייט אז ער פארמאגט צוויי כחות הפכיים און ווען מ'דארף נוצן וועלכע. ער איז קלאהר ביי זיך ווען ער דארף הייבן דעם קאפ און אפילו זיין א נוקם ונוטר און זיך אהננעמען פאר זיין כבוד, כמאמרם ז"ל. ווען ער זעהט אן אומרעכט, שרייעט ער בשאגת הארי; ר'דרייט זיך נישט ארויס מיט געמאכטע עניוות זאגענדיג אז ער מישט זיך נישט. דארט וואו ס'איז נישטא ווער ס'זאל זיין אן עסקן אין סיי וועלכע קהל'ישע געביט, איז ער דער נחשון — א פארשוין מיט א רוקנביין (ער פארגינט אויך די אנדערע וואס טוען בצרכי צבור און העלפט זיי מצליח זיין — א שטייגער פון יתן ויתנו אחרים). אין צוגאב צו דעם אלעם, פיהרט ער זיך נישט אויף ווי דער שוטה'לע אדער די שעפעלע בלויז בהעדר הגאוה, נאר ער איז אן ענוותן ושפל ברך אין פולסטן זין פון ווארט. ענוה איז ביי עם א עצם מעצמיו — א מדה של ממש — פרי עמליו פון די זריעה וחרישה אין די באדנס פון חכמה און אמונה ובטחון. ער קומט צו די מסקנא פון ואנכי עפר ואפר מתוך הכרה אמתית אין גדלות הבורא. ס'איז ביי אים אויך נישט בלויז א מעטאפארישע דערהער אדער אן אַבסטרַאקטע תפיסה — ער לעבט עס ממש און קען עס אט אט דערטאפן. מיט די צייט ווערט זיין גארע מציאות ענוה. זיי פארזיכערט אז ווען ער איז נוקם ונוטר כנחש, מיינט ער ריין כבוד התורה. והאיש משה עניו מאד מיינט נישט אז ער האט פראקטיצירט ענוה, נאר אז דער גאנצע פערזענליכקייט איז געוועהן איין שטיק עניוות.

לסיכום: אנשטעלן א כל נדרי פנים און פארקנייטשן דעם שטערן אויפ'ן שטייגער פון מצטמק ורע לו, מאכט דיר נאר אויסזעהן ווי אן אפּגעריסענע; כ'בעט דיר, פאר'מיאוס נישט ס'ליכטיגע פנים דיינע. ארבעטן אויף עניוות, איז נישט מער ווי א נארישע ווערטל וואס דו וועסט הערן בלויז ביי פּוסטע לצים, מסלפי התורה אדער קליינע מוחות — שעפעלעך. אנטלויף פון די נידעריגע לייט וואס באהאלטן זיך אונטערן שלייער פון ענוה — ס'איז איין שטיק שקר און בלאף און א שטארקע מזיק. ביי די דאזיגע יונגאטשן וועסטו דעם אמת קיינמאהל דערגרונטעווען. (יא יא, איך מיין טאקע די חברה וואס דרייען זיך ארום אגאנצן טאג מיט'ן פזמון "וואס פארשטייען מיר?" און ענליכע נארישע לאזונגען. ס'איז בלויז א גערעדעכץ ביי זיי און א וועג ארויס פון דארפן נוצן ס'מח.)

פון פאלשע ענוה און אירע קויפערס און פארקויפערס דארף מען אנטלויפן ווייט ווייט. וראה דברים נפלאים פונעם הייליגן גאון וגדול בדורו מרן חזון איש זצ״ל בקונטרס אמונה ובטחון (פ"ב אות ד') וז"ל: "ואם אמנם שלילת הבטחון מחסור בנפש המשכלת, וכמעט שאין לו חלק בעיקרי היהדות, אך חלי מר מזה, בטחון המזויף, ובהיות הזיוף שלילה מוחלטת, ואין להזייפן מותר על המשולל, הרבה מן השערורי' וההרס בבוטח הזייפני, אשר המשולל נקי מהם, כי המשולל משולל מן הבטחון, והזייפני משולל מבטחון ומחויב בזיוף; המשולל לא ימשיך אחריו חניכים לחנכם בתורת הבטחון, והזייפן מעמיד תלמידים חניכי הזיוף; המשולל לא יגרום עון חילול השם רח"ל, אבל הזייפן כאשר מתגלה קלונו ומתפרסם עלילותיו המתועבות נגד שמעון רעהו, אומרים פלוני שלמד מוסר כמה מגונים מעשיו, וכמה מכוערים תחבולותיו". דאס זענען גאר שארפע אבער אמת'ע ווערטער. ס'זעלבע איז גילטיג ביים מדת הענוה.

אויך זאל זיין חרוט על לבך אז ענוה אין די נישט ריכטיגע מקום און זמן איז אֵין ערך צו איר שעדליכקייט: ענותנותו של זכרי' בן אבקולס האט דאך צוגעברענגט דעם חורבן בית המקדש און די נאכווייען כי אין לנו לא כהן וכו' — יה"ר שיבנה בקרוב.

עניוות מיינט אויך נישט אויפהערן צו טראכטן און מבטל זיין זיך און די מחשבה וכו׳ ווי מאנכע ווילן אונז איינרעדן, נאר ממש ס'פארקערטע וכנ"ל. אמת׳ע ענוה איז דאס צו וואס מ'קומט צו אלס רעזולטאט פון לאנג-יעריגע עבודה און מחשבה והתבוננות אז אין חקר לגדולתו; ווי גליקליך איז דער וואס האט דאס ארויס.

מ'דארף זיך איינ'חזר'ן נאכאמאהל און נאכאמאהל אז פאלשע עניוות איז טרף פסול. אז איך זאל מיר איינרעדן אז איך בין גארנישט איידער איך בין חוקר און קום צו צו דער מסקנא מתוך ההגיון וההכרח, בין איך ערשט א גאוה'ניק און א מושחת במדות וואס גלייבט אז דער מענטש מעג אליין מחליט זיין אזא זאך נאך איידער ער האט געלערנט און שטודירט. התעמק והבן כי הוא יסוד גדול.

יה"ר אז מיר זאלן זוכה זיין צו אמונה פשוטה — נישט אויפ'ן קינדערישע אופן, נאר טאקע הארעווען אויף דעם און אלס רעזולטאט אנקומען צו ריכטיגע ענוה בעזרת הבורא ברוך הוא.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר